קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

Wow you are full of talent !!!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

שכוח. וואס זאגסטו צו די לעצטע צוויי תגובות פון גראמען? עס רעדט צו דיר עפעס?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פארשפרייט...
האלט נישט טייט...
לאדען איין דעם עולם...
שטיי נישט ווי א גולם...

יעדער האט דיך ליב...
אינדרויסן און אין שטוב...
זיי ווארטן פאר דיין שמייכל...
ממילא האב שכל...

שענק עס אוועק גערן...
און געב יענעם צו הערן...
ווי שטארק איז דיין פרייד...
אז דער געט דיר זיין צייט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 4:18 am
אצינד פארשטייט מען פשט...
טאקע דאס אקוראט...
אורות כאפט מען נישט אויף סקייפ...
און נישט אלעס איז די הייפ...

אמת אז מ'דארף קענען ארויסגיין פון באקס...
אבער נישט ממש ארומצוראולן מיט קראקס...
זאכן האבן סיסטעמען...
און ס'זענען דא באקאנטע עצות פאר פראבלעמען...

אבער איז דען די וועלט נאר צו דורכשטופן?...
דא צו טשילן און דארט צו קליפן?...
פאר עפעס א תכלית זענען מיר דא...
נישט בלויז פאר א נארישע ברוך הבא...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
יוש ביסטו גיט !!!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

וועלכע חלק האט דיך געכאפט?
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ער איז דיר באקאנט...
געב אים א האנט...
ער האט א פעקל...
נישט זיך עקל...

נאר העלף ארויס...
דעם קרויס...
אפילו דו ווייסט נישט זיין נאמען...
איז ער נאך נישט קיין המן...

ער איז א איד...
זיי נישט מיד...
פיל מיט...
מיט וואס ער טוט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

ווארפסט צאם א ים מיט לעב'נס עקספיריענס, טיפע דערהערן !


איך האב קיינמאל אבער קיינמאל נישט פארשטאנען צי גראמען, אין זיך אפילו געווינדערט וואס מענטשן ווערן אזוי משוגע פאר דעם, אבער זייט איך זע דיינע שרייבווערק האט זיך מיר געעפענט א נייע וועלט.

איך וויל נישט אנחזערען אלע תגובות, אבער ווען איך ענדיג ליינען עפעס וואס איז מיר זייער געפאלן
פיל איך ווי איך וויל מאכן אסאך

איך בין נאכנישט אנגעקימען צי אלעס אבער אפילו אזוי ווער איך ממש איבערגענומען פין דיר !
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך פריי מיך זייער שטארק אז דו האסט הנאה, אבער איך חלש צו הערן פון דיר אויף עפעס א קורצע סענטענס, וואס איז דער דערהער וואס ס'זאגט פאר דיר.
חיים טוב
שר חמש מאות
תגובות: 592
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 19, 2023 4:04 pm
לאקאציע:7 בויבעריק דרייוו

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים טוב »

המברך יתברך האט געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2024 4:48 pm
ער איז דיר באקאנט...
געב אים א האנט...
ער האט א פעקל...
נישט זיך עקל...

נאר העלף ארויס...
דעם קרויס...
אפילו דו ווייסט נישט זיין נאמען...
איז ער נאך נישט קיין המן...

ער איז א איד...
זיי נישט מיד...
פיל מיט...
מיט וואס ער טוט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
למשל דאס
(ער איז דיר באקאנט...
געב אים א האנט...
ער האט א פעקל...
נישט זיך עקל...

נאר העלף ארויס...
דעם קרויס...
אפילו דו ווייסט נישט זיין נאמען...
איז ער נאך נישט קיין המן...)

Sorry for saying it again

I'm going crazy for your creativity !
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך האב מורא'דיג הנאה, יעדעס מאל עקסטער וואס דו זאגסט עס. און בפרט אז דו האסט אנגעצייכנט א שטיקל. אבער איך וואלט דיך געבעטן און אפילו געשטופט שטארק, אז דו זאלסט ארויסברענגען מיט קלארע ווערטער, וואס ס'האט דיך געכאפט דארט.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'האלט מיט...
ס'איז דא קע"ה א ציבור...
ס'איז גוט...
ס'ווערט א מדובר...

מ'איז אינטערעסירט...
וואס יענער מאכט...
מ'איז שאקירט...
אויב ח"ו עפעס קראכט...

מ'איז פרייליך...
אז יענער האט...
מ'זאגט 'הילך'...
און נישט 'באט'...

אז ס'איז גוט פאר א צווייטן...
איז גוט פאר מיר...
ס'גייט אין קייטן...
שמחה קומט אדורך די טיר...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'איז פאזיטיוו...
מ'ארבעט שווער...
מ'איז אקטיוו...
ס'זאל זיין וואס מער...

מ'רעדט איבער...
מיט אנדערע מענטשן...
מ'גייט אריבער...
צו וואונטשן און צו בענטשן...

מ'טיילט מיט...
וואס אלץ מ'ווייסט...
און ס'איז גוט...
אפילו נאר ס'הייסט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'האט נישט מורא...
אז ס'איז נישטא גענוג...
ווייל דער בורא...
האט פון יעדן סוג...

דער עונג פון טיילן...
איז זייער שטארק...
מער ווי פארוויילן...
אויפ'ן מארק...

אז מ'גייט פאר אסאך...
קען מען פארדינען...
און מיט אזא שפראך...
וועט מען פארגינען...

מ'טוט מער...
פון וויפיל געפאדערט...
און מ'איז נישט קיין אויפזעער...
צי ס'איז נישט צו סאך געארדערט...

מ'ווערט ארומגענומען...
מיט גוטע פריינט...
און מ'איז נישט פארנומען...
אז יעדער זאל באצאלן היינט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מ'האט צייט...
ס'איז נישט קיין געיעג...
שטייטערהייט...
ס'מעג נעמען טעג...

ווי מער...
מענטשן ווייסן...
אלס מעכטיגער...
וועט עס הייסן...

זילבער און גאלד...
זאל איבעראל זיין...
וויליאמסבורג אלד...
איז צו קליין...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ופרצת...
איז א געוואלדיג ווארט...
לא לחצת...
עס פארנעמט נישט קיין ארט...

וויפיל מ'פארשפרייט זיך...
איז שייך מער...
מיט באקוועמע שיך...
גייט זיך בעסער...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

מישן טעפ...
ענדערש יענעמ'ס...
כאפ א נעפ...
ווען מ'קען עס...

גיין אויף דייעט...
וועט נישט העלפן...
זיין א רייעט...
אויף אלע שעלפן...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פארשפרייטקייט...
עס איז מיאוס...
ברייטקייט...
איז נישט אייביג זיס...

בינדטס אים...
עס נעמט נישט קיין עק...
גיי מיר אריבער צו צמצום...
אבער עס כאפט א שרעק...

א ווארט...
עס מיינט בלויז די כוונה...
עס איז פאראן ארט...
פאר פשוט'ע הבנה...

נישט אלעס...
ברויך אזויפיל הכנה...
צו אלע מעלות...
זאל עס געדויערן א שנה...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
לעצט פארראכטן דורך המברך יתברך אום זונטאג מאי 05, 2024 12:37 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

דיסציפלין...
איז זייער שיין...
אויב מ'גייט אהין...
ווערן זאכן ריין...

אויב דו קענסט פארפינקטליכן...
דיין שפראך...
וועסטו ערמעגליכן...
דער זאך...

אז מ'זאל קאנצעטרירן...
צו וואס דו זאגסט...
בפרט אויב דו וועסט ציטירן...
פון וואו דו נאגסט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

זאג דיין פוינט...
בלאז עס נישט אויף...
מאך נישט קיין דזשוינט...
מיט פוטער דערויף...

זיי קאנצעטרירט...
נעם אחריות...
אפילו מ'קריטיקירט...
ברענג דיינע ראיות...

נישט סתם ווארפן...
ליידיגע זאצן...
טענער שארפן...
אנפילן מאטראצן...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פריינדשאפט...
איז נישט קיין יושר...
באקאנטשאפט...
כדי צו ווערן אן עושר?...

אויב מ'ארבעט...
באקומט מען באצאלט...
נישט מ'פארארבעט...
און וואסער מ'מאלט...

קום צייטליך...
וועסטו פארמאגן...
באדייטליך...
אהיימצוטראגן...

מאך נישט קיין ווינט...
וועסטו נישט פארלירן...
געשווינד...
קען דאס פאסירן...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

איך האב עס ליב...
פיין...
טו צוליב...
און לאז עס גיין...

אויב עס ציעט...
איז א שטערקערע סיבה...
אז פון די פיינע מיעט...
זאל איך אוועקציען די חיבה...

ווייל יענער האט געבעטן...
מיינט נאך נישט...
אז כדי ער זאל מיך רעיטן...
מוז איך ווערן צעמישט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

געב א דרוק...
וועסטו זען...
עפעס א ריק...
וועט געשען...

פון לופטיגע חלומות...
ריקט זיך גארנישט...
און כאפן עולמות...
מען טאר נישט...

אן עסק...
מיינט: שוין, יעצט...
איי, איך האב נישט קיין חשק?...
דאן ווער צוזעצט...

נעם א קלייניגקייט...
וואס דו גייסט יעצט טון...
בעסער א ווייניגקייט...
ווי איידער קרייען ווי א הון...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

אנטשולדיגט פאר'ן איבערהאקן, אבער איך מוז דא דערמאנען וואס @גרייט צו העלפן האט צוגעצייכענט אינעם דריי חלקי הנפש אשכול , וואס האט מיך מורא'דיג באנומען.

אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

פינקטליך...
איז אייגנטליך...
גענוי...
אזוי...

וואס מ'ברויך...
קלאר און הויך...
נישט קיין דרייען...
און צוריקדרייען...

מ'כאפט עס אן...
מיט א קלארן טאן...
ארויסגעשריבן...
נישט צעריבן...

יעדע צענט...
איז אנערקענט...
מיט ביידע הענט...
אן קיין ווענט...

וואר...
איז קלאר...
פאר שאר...
אגאנץ יאר...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
אוועטאר
המברך יתברך
שר שמונת אלפים
תגובות: 8425
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 04, 2023 9:44 pm
לאקאציע:מאנסי נוא יארק

Re: קאנצעפטן, בלאנזשערייען און... בילדער!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המברך יתברך »

ניין...
איז שיין...
פארמינערט פיין...
ווען געזאגט ריין...

נישט ארומדרייען...
פרובירן זיך צו באפרייען...
שפעטער באנייען...
און פארצייען...

נישט נאכלאזן...
זיין צעלאזן...
אדער פארלאזן...
אין די קאלכאזן...

זיי קלאר...
ביז גאר...
וואס יא וואס נישט...
ווער נישט צעמישט...

ווער בין איך?
בלויז אנצופילן מיינע שיך?!
וואס פינקטליך איך זיך?
א נייע ווישטוך?!
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”