גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לאנטש טיים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4662
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 02, 2022 1:46 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאנטש טיים »

" אין די ערשטע יארן ווען מען האט נאך געמאכט עד'ס אויפן "ליינאָטייפ" מאשין, האט מען דעזיינט א פול פעידש עד פאר א געוויסע געשעפט, וואס האט געדארפט אריינגיין אין "דער איד", און ערגעצוואו אויפן עד האט מען געדארפט פלאצירן דעם הכשר פון 'התאחדות הרבנים' וועלכע איז דער באקאנטער סימבאל מיטן 'מאשני'. מען האט געווארט עס צו באקומען כדי אריינצוקלעבן אינעם עד און מען האט געלאזט א ליידיג פלאץ אינמיטן די עד מיטן אויפשריפט "התאחדות משני" ווי צו זאגן אז דא קומט דעם לאגא מיטן מאשני.

למעשה האט מען נישט געכאפט און אזוי אריינגעשטעלט דעם עד אין "דער איד" ווי עס שטייט און גייט, מיטן גרויסן אויפשריפט "התאחדות משני" אין צענטער פונעם עד..."



הרב חיים יוסף בערנאטה, גראפיקער פון אריבער 30 יאר אין מאמענט "טאלאנט של פעם" פסח פראיעקט, איבער די צייטן ווען א פול פעידש עד איז נאך געווען עפעס וואס יעדער האט געליינט.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

eli friedmans productions
אין די שריפט פסח נומער
זייער אינטערסאנט צווישען אנדערע האט ער שוין אנגעפירט 22 שבתים פאר קריבתנו
ווי אויך צאמגעשטעלט שבתים אין די לעצטע מינוט אזוי שפעט ווי פרייטאג אינדערפרי
סאטמערע שוואנץ
שר מאה
תגובות: 192
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 18, 2023 6:29 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאטמערע שוואנץ »

אין די שריפט פסח אינטערוויו מיט ר' לייבוש לאנגער דערציילט ער אז ער האט געלערנט אין די סאטמארע חדר אין די מנהל איז געווען זייער שטרענג צו אים, האט ער באשלאסן צו ארויסגיין פון די חדר אין אריינגיין אין א אנדערע חדר, למעשה ער קומט אן אין די אנדערע חדר וועמען מיינט איר האט ער דארט געטראפן די ערשטע?, די מנהל פון זיין אלטע חדר!! וועלכע האט זיך פונקט דעמאלץ געטוישט פאזציע אלץ מנהל אין דעם חדר...
לעצט פארראכטן דורך סאטמערע שוואנץ אום דינסטאג מאי 07, 2024 9:25 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פארשידענע פארשידענס
שר האלף
תגובות: 1759
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 30, 2022 4:50 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשידענע פארשידענס »

אין פסח שריפט
א באשרייבונג איבער היסטאריע פון סאטמער 152 ראדני שול
אסאך נישט אזוי באקאנטע פאקטן זייער הנאה געהאט
דוד הכהן
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

ארי אבראמאוויטשאין די חול המועד אינטערוויא 'דיינע דראמעטישע איבערלעבעניש' מיט דרעזנער שילדערט זיין ברודער'ס פטירה.

מיין ברודער איז אלס געשטאנען צו מיין זייט עטס דארפסט פארשטיין ער איז געווען 5 יאר עלטער פון מיר ווען איך בין געווען 13 איז ער געווען 18 19 א יונגערע ברודער בפרט אין די בחורישע יארן קריכט אויף די נערווען עס וואלט ווען געווען נארמאל ער זאל מיר מרחק זיין, איז געווען פונקט פארקערט ער האט מיר אייביג מיטגענומען און מיר געהאלפן צו זאל עס זיין ווען איך בין געווארן א קאנסלער צו די עקטן אויף פלעיס, עס איז נישט געווען כאילו ווייל ער האט עס נישט געהאט האט ער מיר אוועקגעמאכט נאר פונקט פארקערט ער האט זיך אינטערעסירט אויף יעדע פרט וכו'
איך וויל עס זאגן בפרט פאר בחורים דאס זענען די מעמריס וואס בלייבען, עס קען זיין יעצט איז שווער אבער געדענק מאך זיכער אז די יונגערע ברודער זאל האבן געשמאקע מעמארי'ס פון דיר און נישט ח''ו פארקערטווען ברודער פארטראגן זיך איז אזוי געשמאק מען קען עס נישט מסביר זיין.
אוועטאר
גרעיט עיגען
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 18, 2024 10:40 am
לאקאציע:קאיסק

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרעיט עיגען »

טשעירמאן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 5:46 pm
ראטשילד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 3:45 pm
בען שאפירא אין עמי:

אמעריקא איז אין ביזנעס פון פארלירן מלחמות.
וואס הייסט אויף וואס ארויף באציט זיך דער בען?
אויף די מציאות!!!!!!!!!!!!!
נעה איך בין נישט קיין בלינדער טראמפ שטיצער...
איך האלט פשוט אז ער איז גערעכט מיט וואס ער טוט
ישי כץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 350
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אקטאבער 28, 2022 12:45 am

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישי כץ »

מענדל אונגאר אין מאמענט ארטיקל אין די UN
די יו ען קען באצייכנט ווערן צו זיין איינע פון די גרעסטע וויצן וואס קיין שום בדחן האט דערמיט נישט געקענט אויפקומען. עס האט זיך געפאדערט אריינצונעמען רוב לענדער פון דער וועלט כדי צוקענען אויסטרעפן אזא חידוש פון א וויץ וואס זאל אפהילכן פון איין זייט וועלט ביז דער צווייטער.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

"איך האב אלס געהאט א שוועריקייט פון א דאווענען אן כוונה פשוט פון א ביזנעס פערספעקטיוו, ווייל דאווענען מיינט מכוון זיין און אז דו האסט נישט אינזין איז עס דאך ממש א שאד די צייט... אויב מ'טוט עס סייווי, לייגט זיך עס פשוט אויפן שכל אז מ'זאל אויסנוצן די צייט פון א דאווענען צו א מאקסימום, איינער האט מיר איינמאל געשלעפט קיין אמונת ישראל מיטצוהאלטן א הושענה רבה דאווענען, ומצאתי את שאהבה נפשי, זעענדיג ווי ערנסט מ'נעמט א דאווענען, בין איך שוין דארט פארבליבן"

פילאנטראפ און גרינדער פון פילע ארגאניזאציעס הנגיד ר' יחזקאל קויפטייל שליט"א ראש מכון משכן יחזקאל ביים שילדערן זיין לעבנסגעשיכטע אינעם מאמענט דעם פסח.

"איך האב ב"ה געהאט גוטע צייטן און אויך גוטע קראכן..."
"געלט איז א בריק וואס קען דיר פירן צו געוואלדיגע צילן – אבער געלט אלס אן ענדגילטיגער ציל שטימט נישט, ווייל כשלעצמו איז עס גארנישט ווערד. וואס האסטו פון דעם וואס דיין באנק קאנטע ווייזט א הויכן ציפער? ס'איז נישט מעלה און מוריד. אסאך יונגעלייט מאכן דעם טעות און ס'איז וויכטיג צו רעדן דערוועגן."
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4171
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע:ביד השי"ת

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

" איך קוק צוריק היינט אויף מיינע ארטיקלען, און איך קען זען מיין לעבן און יענע יארן, איך דערקען מיינע עליות און ירידות, איך וויל מיט יעדן ארטיקל ארויסברענגען א געוויסע נקודה פון מיין דעמאלטדיגן מצב, און עס זענען פארהאן אסאך ארטיקלען וואס איך וואלט נישט געשריבן אויב וואלט איך עס אנגעקוקט ווי א הלכה למעשה"

עסקנות נפשי כתבית יהבית מייסטער שריפטלער הרה"ג ר' יואל אשר לאבין שליט"א רב קהל חסידים לעיקוואד, איז וואנערבול אינעם פסח מאמענט איבער די געוועזענע יארן ווען ער האט מער געשריבן, און איבער דעם געראנגל פאר'ן לעבן פון זיין חשובע אשת חיל הינדא בת טאבא רחל לרפו"ש– אם הבנים שמחה.

"עס זענען פארהאן צוויי וועגן אז די שכינה זאל רוען ביי א איד אין שטוב: אויב עס איז ח"ו דא א חולה איז דאך שכינה מראשותיו, און אויב איז דא אן איש ואשה שזכו איז שכינה ביניהם, עס זאל שוין צוריק זיין די השראת השכינה פון שכינה ביניהם"
ווארימע ווערטער אנגעווינטשן דורך קאסובער רבי שליט"א לרפו"ש צו הרה"ג ר' יואל אשר שליט"א.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
דוד הכהן
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

יצחק פעקעטע פון ענוויזשען אפטיקל אין ווילימסבורגאין א אינטערוויא מיט דרעזנער אויף קול מבשרוועגען די נעכטיגע גניבה.

דרעזנער: מיר איז די גרעסטע חידוש אז עס מען פארקויפט גלעזער אין ווילימסבורג וואס קאסט $3,000 און מען קויפט עס

פעקעטע: יא אונז האבן אויך פאר $10,000 א פרעיםדאס איז פון עכט גאלד און א ברענד דאס ליגט אין א סעיף מען ווייזט דאס נישט פאר יעדעם
יד ביד
שר העשר
תגובות: 40
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 20, 2023 7:29 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יד ביד »

געשמאקע אשכול
דוד הכהן
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

ר' הערשל פריעדמאןאויף די חול המועד אינטערוויא מיט דרעזנער דיינע דראמאטישע מינוטין אין לעבן, שילדערט זיין סטראוק עפיזאד נאכפאלגענדיג זיין קאוויד מיטמאכענישען:

פאר מען האט מיר ארויפגעלייגט אויף די רעספירעטאר האב איך געזאגט פאר די דאקטער זאל מיר גיבן א האלבע שעה איך דארף קאלן מיי ראביי, איך האב זיך מתבודד געווען און זיך מקבל געווען עטליכע קבלות, ווען עפעס פאסירט איז עס ווי א פוין קויל פון די אייבירשטער איך האב דיר גערופען זעה מיר צוריק צו רופען
דוד הכהן
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

אליעזר קרויסאין זיין היינטיגע שמועס אויף קול מבשר:

איך האב זיך אלס געווינדערט ווי אזוי די געשעפטן האבן פיצא גלייך מוצאי פסח פאר די וואס ווייסט נעמט אנגרייטן די טייג לפחות 24 שעה איך האב געפרעגט א געשעפט אייגנטומער זאגט ער אז די הכשרים לאזן נישט נוצען טייג פון פריזער און מען לייגט אריין אסאך מער יוסט עס יערן שנעלער און עס איז טאקע נישט גוט... ווי אויך אנהייצען די אויווען נעמט געווענליך א גוטע 5 שעה און מוצאי פסח וויבאלד עס איז נישטא די צייט מאכט מען עס א גאר הויכע טעמפעטשער און די פיצא האט טאקע יענס טעם... ענק זאלן כאטש וויסען אויף וואס ענק שטייען שעות אין די ליין און מען צאלט איבער מיט אזא 25 30 %

וועגען די הכשרים זאגט ער מיר אז דאס איז א נייע זאך ביז 3 4 יאר צוריק האט מען געהעריג גענוצט טייג פון פריזער נאר די עולם האט אנגעפאנגן צו רופען די רבנים זיי האבן נישט קיין כח צו דעס זיי זאגן קלאר נוץ נישט פון פריזער מוצאי אז איינער פרעגט זאל מען קענען ענטפערן אז דאס איז פריש, א טאג נאכדעם קענסטו עס געהעריג נוצען ווילאנג די עולם פרעגט נישט קיין קושיות
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: גוטע ליינס אין אויסגאבעס - אינטערוויא'ס - פאדקעסט - אנאליזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

הרב אשר ישעי' באללאג, ציריך שווייץ
אין א קורצע אונטערוויא מיט ר יש דרעזנער אויף קול מבשר
אונז ( הרב באללאג מיט הרב פאדווא דער וואס גייט ווערן אריינגעוועלט אין קהילה אגודת אחים) האב מיר א מנהג אז יעדן טאג אונז טשעפענען זיך..
האב איך געזאגט פאר מענטשען אז איך מיט הרב פאדווע טשעפענען זיך קעגנזייטיג.. ווייל אונז האבמיר א טשעפענען אינגרימענט.. זאגט מיר הרב פאדווע יא אבער מיט אלע ליעבשאפט.. דאס איז אזא שיינע פסוק.. מען גען גיעבן איינעם א שיינע קאמפלעמענט מען מאכט אים שבחים אבער מען האסט אים ווי א זונה און מקען זיך טשעפענען און לעבן ווי גוטע פריינט
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1892
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

לאור המצב די וועטער..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

שניי איז שיין, יא? און וויאזוי פילט זיך עס ווען מען גליטשט זיך אויס דערויף? עס טוט וויי..

די זעלבע איז רעגן סאיז טאקע גשמי ברכה אבער נאכאלעם איז עס שווער און עס שלעפטאראפ.. אלעס ווערט נאס..
די טאלאנטפולער בדחן ר' יואל ברוין נ''י ביים מסביר זיין די פראדאקס צווישען גשמי ברכה און פון די אנדערע זייט גלייכען עס נישט מענטשען
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”