פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וועלכע ארטיקל אין דעם "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

די וואלן האבן זיך געשלאסן מיטוואך מאי 15, 2024 9:53 pm

אינטערוויו פראיעקט - 85 יאר כשר'ע מילך גאלדען פלאו - מ. בערגער
42
25%
באזוך אין דובאי - מ. בערגער
6
4%
אינטערוויוס פראיעקט - דער ארטיקל דערציילט - ארי ווייזער
25
15%
פארשפארט אין צפון קארעא - ארי ווייזער
18
11%
אינטערוויו מיט "זרח בחושך" ארגאניזאציע - ארי ווייזער
4
2%
באזוך אין גנזי יהודא - י. עקיבא
1
1%
באזוך אין ארטסקרול - י. עקיבא
5
3%
הרב קערן באזוך אין דער איד - י. עקיבא
1
1%
יעיל סטודענטן באזוך אין דער איד - י. עקיבא
11
7%
אינטערוויו ר' אברהם מרדכי מלאך - י. ג. סופר
41
25%
פוילישע מלחמה רעטערין - י. קאהן
2
1%
ר' דוד לעבט - ק. הערשקאוויטש
6
4%
מלכות חמיר תימן - ז. לעהזאן
4
2%
סך הכל שטימען: 166

קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

ווי עס שיינט האט דער איד פארוואלטונג אריינגעלייגט גרויסע כוחות צוצושטעלן רייכע ווערק דעם יו"ט, אריינגערעכנט די שילדערונגען און די מסע המלכות אפטיילונג, עס קומט זיך זיי א גרויסן דאנק פאר'ן צושטעלן פיינע היימישע חומר וואס צו ליינען במשך דעם גאנצן יו"ט. זיי זאלן טאקע ווייטער אנגיין מיט א שטארקייט.

איז אינטערעסאנט צו זען וועלכע ארטיקל פון "שילדערונגען" דער עולם האט די מערסטע הנאה געהאט.
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

שוואכע באטייליגונג דערווייל, דער עולם האט עס נישט געקויפט?...
פרייליךשטענדיג
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 20, 2023 5:43 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליךשטענדיג »

יא געקויפט, וויפיל געליינט געזעהן אז עס איז דא אסאך חומר אין עס איז דא אסאך וואס צו קאווערן
נאכנישט גענדיגט צו קענען אנטייל נעמען אין די וואלן
טוה בלויז וואס איז ריכטיג, אין נישט וואס לוינט, ווייל דאס וואס לוינט היינט קען זיין וועט נישט לוינען מארגן.
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

זייער א שיינע ביילאגע געוועזן, איין הערה, ווען מען נעמט ווען צוזאם די פיר באזוכן-באגעגענישן פון עקיבא הירש אונטער איין פראיעקט גערופן "דער איד באזוכט" וכדו' וואלט עס געהאט פשט, און וואלט אפילו געווען א שטארקע היילייט, דאס אז מהאט עס געטיילט אין פיר כמו-ארטיקלען האט עס געמאכט שפורן גאר ליידיג, אומפראפעסיאנאל, און נאריש. כ'זאג עס נאר ווייל ס'איז א שאד און מיט איין ספרעד גראפיקס וואלט מען דאס געקענט פארמיידן.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4616
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

געווען גאר פיינע סחורה
קען שוין באלד קאמפיטען מיט די מאגאזינען.
הרב אברהם מרדכי מלאך איז געווען עכט אינטערסאנט געוואור געווארן אפאר שיינע חידושים וואס קיינמאל געהערט פארדעם איבער זיין פאטערס שייכות צו רביה"ק מסאטמאר, און די איינציגסטע צייטונג וואס זיין פאטער האט אריינגעלאזט און שטוב איז געווען דער איד.

די גאלדען פלאו איז געווען פיין.
די אינטערוויו מיט די סטעף איז געווען גאר גוט.
דובאי, צפון קאריע, זרח בחושך זענען אלע געווען עכט גוטע ווערק.

די לעצטע פאר ארטיקלען די איד באזוכן פון ארטסקרול, יעיל, הרב קערן , גנזי יהודה וכו' קוקט אויס ווי מהאט סתם געזיכט נאך נושאים צו קאווערן.... געווען סתם אבי געשריבן איין בלאט פער באזוך אן קיין שום אינפוי דערצו סתם א נייעס אז סאיז געווען א שיינע באזוך.

אוועראל געמאכט א אויסטערליש גוטע ארבעט, אפגערעדט די מסע המלכות ביילאגע איז געווען עפעס ספעציעל גוט.
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

קה אכסוף האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:06 pm
שוואכע באטייליגונג דערווייל, דער עולם האט עס נישט געקויפט?...
זייער א שיינע ביילאגע די שילדערונגען. דו פרעגסט צי דער עולם האט עס נישט געקויפט, דער תירוץ איז אז ס'נישט געווען צום פארקויפן.. מ'האט עס נישט געזען, מ'האט עס נישט באמערקט. שששאא

אויב ביזטע א וועכנטליכע אדער יו''ט 'איד' ליינער געט מען דיך א שיינע באנוס א שיינע מאגאזין וואס קומט באהאלטן צווישן דיקע צייטונג ביילאגעס און באדעקט מיט גרויסע פסח ווינטשן פאר כלל ישראל אויפן צייטונג ארומגעוויקלט מיט'ן פלאסטיק. חס ושלום א פרישע פאטענשעל פרעמדע ליינער זאל באמערקן אז ס'דא עפעס א הערליכע מאגאזין אין דער איד וועלכע וואלט נישט פארשעמט די אנדערע מאגאזינען וועלכע ריקן טויזענטער מער אזא יו''ט, פאר (כמעט) נאו גוד ריזען.
וזר לא יתערב..!
לעצט פארראכטן דורך נעכטן אום דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:18 pm
קה אכסוף האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:06 pm
שוואכע באטייליגונג דערווייל, דער עולם האט עס נישט געקויפט?...
זייער א שיינע ביילאגע די שילדערונגען. דו פרעגסט צי דער עולם האט עס נישט געקויפט, דער תירוץ איז אז ס'נישט געווען צום פארקויפן.. מ'האט עס נישט געזען, מ'האט עס נישט באמערקט. שששאא

אויב ביזטע א וועכנטליכע אדער יו''ט 'איד' ליינער געט מען דיך א שיינע באנוס א שיינע מאגאזין וואס קומט באהאלטן צווישן דיקע צייטונג ביילאגעס און באדעקט מיט גרויסע פסח ווינטשן פאר כלל ישראל אויפן צייטונג ארומגעוויקלט מיט'ן פלאסטיק. חס ושלום א פרישע פאטענשעל פרעמדע ליינער זאל באמערקן אז ס'דא עפעס א הערליכע מאגאזין אין דער איד וועלכע וואלט נישט פארשעמט די אנדערע מאגאזינען וועלכע ריקן טויזענטער מער, פאר (כמעט) נאו גוד ריזען.
וזר לא יתערב..!
רוב מאגאזינען רוקן נישט טויזנטער מער פון דער איד. צו דער זעלבער צייט איז דער איד'ס שילדערונגען געווען טאקע דאס. א הערליכע באנוס פאר די ליינער מיט בעיקר אינפארמאטיווע ארטיקלען.

פרוביר דיר פארצושטעלן מאמענט זאל האבן אזא שילדערונגען, מוואלט זיי געהאנגען אויף די גאסן. נישט ווייל שילדערונגען איז נישט גוט, ס'איז גאר גוט. אבער נאר אלס באנוס מאגאזין צו א צייטונג, יעדע ארטיקל פאר זיך איז געווען צום אויסלעקן. מצד שני איז עס נישט געווען פון דעם דזשאנער וואס שאפט א מאגאזין בפני עצמו.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
אוועטאר
זילבערווערק
שר שלשת אלפים
תגובות: 3818
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 08, 2021 2:40 am

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זילבערווערק »

א הערליכע שילדערונגען געווען.
שוין אדורכגעליינט אלעס אויסער מלכות חמיאר און זרח בחושך, וואס איך האף נאך צו אנקומען דערצו.
אלעס איז זייער זייער גוט. גוט געשריבן און אויך אינטערעסאנטע נושאים, און די רוב האט אויך אמת'ע גוטע אינהאלט.
אנדערש פון עטליכע וואס האבן דא געשריבן, קלער איך אז די עטליכע קורצע ארטיקלען פון י. עקיבא איבער די פארשידענע באזוכן, איז יא געווען זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר, דאס איז געווען די ערשטע ארטיקלען פונעם גאנצן דער איד וואס איך האב געליינט דעם יו"ט.
נאר ביי ארטסקרול, בין איך געבליבן נייגעריג, וואס האט באדייט דער באזוך, וועמענס אינטערעס איז דאס געווען, און צי ס'האט נושא פירות געווען
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

אינטערעסאנט אז הערשקאוויטש האט נישט קיין אין שטימע, ס'איז גראדע זייער אינטערעסאנט.
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:18 pm
קה אכסוף האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:06 pm
שוואכע באטייליגונג דערווייל, דער עולם האט עס נישט געקויפט?...
זייער א שיינע ביילאגע די שילדערונגען. דו פרעגסט צי דער עולם האט עס נישט געקויפט, דער תירוץ איז אז ס'נישט געווען צום פארקויפן.. מ'האט עס נישט געזען, מ'האט עס נישט באמערקט. שששאא

אויב ביזטע א וועכנטליכע אדער יו''ט 'איד' ליינער געט מען דיך א שיינע באנוס א שיינע מאגאזין וואס קומט באהאלטן צווישן דיקע צייטונג ביילאגעס און באדעקט מיט גרויסע פסח ווינטשן פאר כלל ישראל אויפן צייטונג ארומגעוויקלט מיט'ן פלאסטיק. חס ושלום א פרישע פאטענשעל פרעמדע ליינער זאל באמערקן אז ס'דא עפעס א הערליכע מאגאזין אין דער איד וועלכע וואלט נישט פארשעמט די אנדערע מאגאזינען וועלכע ריקן טויזענטער מער אזא יו''ט, פאר (כמעט) נאו גוד ריזען.
וזר לא יתערב..!
א שטארקע זאך פאר דער איד זיי באקומען שויון פון דיר א קאמפלימענט אויך.

דו האסט געליינט שילדערונגען? מ'האט נישט געדארפט האבן קיין הענטשוך... אויב יא פון וואס האטסו דארט הנאה געהאט?

איך וויל גראדע אויך וויסן פשט פון דעם ארטסקרול ארטיקל און באזוך, עס פעלט אינפארמאציע, אויבנאויף קלעפט עס נישט ולמה ולמה דער באזוך איז פארגעקומען און וואס מ'האט געוואלט. דער ארטיקל איז עס נישט מסביר.

די גאנצע סטעף איז אראפגעפארן פאר א צוויי זייטן באריכט? און וואס זוכט דארט חיים ראטה פון מלכות? נעה...
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2936
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

קה אכסוף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:31 am
נעכטן האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 11:18 pm
קה אכסוף האט געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2024 10:06 pm
שוואכע באטייליגונג דערווייל, דער עולם האט עס נישט געקויפט?...
זייער א שיינע ביילאגע די שילדערונגען. דו פרעגסט צי דער עולם האט עס נישט געקויפט, דער תירוץ איז אז ס'נישט געווען צום פארקויפן.. מ'האט עס נישט געזען, מ'האט עס נישט באמערקט. שששאא

אויב ביזטע א וועכנטליכע אדער יו''ט 'איד' ליינער געט מען דיך א שיינע באנוס א שיינע מאגאזין וואס קומט באהאלטן צווישן דיקע צייטונג ביילאגעס און באדעקט מיט גרויסע פסח ווינטשן פאר כלל ישראל אויפן צייטונג ארומגעוויקלט מיט'ן פלאסטיק. חס ושלום א פרישע פאטענשעל פרעמדע ליינער זאל באמערקן אז ס'דא עפעס א הערליכע מאגאזין אין דער איד וועלכע וואלט נישט פארשעמט די אנדערע מאגאזינען וועלכע ריקן טויזענטער מער אזא יו''ט, פאר (כמעט) נאו גוד ריזען.
וזר לא יתערב..!
א שטארקע זאך פאר דער איד זיי באקומען שויון פון דיר א קאמפלימענט אויך.

דו האסט געליינט שילדערונגען? מ'האט נישט געדארפט האבן קיין הענטשוך... אויב יא פון וואס האטסו דארט הנאה געהאט?
נאך נישט געענדיגט, הנאה געהאט פון גאלדן פלאו, ארטיקל דערציילט, מלאך דערווייל
געשריבן דורך: נעכטן
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

קה אכסוף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:33 am
איך וויל גראדע אויך וויסן פשט פון דעם ארטסקרול ארטיקל און באזוך, עס פעלט אינפארמאציע, אויבנאויף קלעפט עס נישט ולמה ולמה דער באזוך איז פארגעקומען און וואס מ'האט געוואלט. דער ארטיקל איז עס נישט מסביר.

די גאנצע סטעף איז אראפגעפארן פאר א צוויי זייטן באריכט? און וואס זוכט דארט חיים ראטה פון מלכות? נעה...
די ארטיקל באציט זיך כמעט בלויז אויף די דרוקעריי אפטיילונג פון ארטסקרול, ותו לא מידי.
מעגליך איז דאס געווען דער ציל פונעם באזוך, פאר עפעס א ביזנעס דיעל.

אה, שיער פארגעסן דער עיקר, אז זיי זענען נישט קוואליפיצירט צו באקומען מדינת ישראל פאנדינג, וויבאלד זיי דרוקן אין אמעריקע...

אזא קורצע ארטיקל מיט אזויפיל קאמענטארן (ליין: קריטיק)
viewtopic.php?p=5061742#p5061742
viewtopic.php?p=5046124#p5046124
viewtopic.php?p=5047136#p5047136
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
מתמודד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 14, 2020 5:15 pm
לאקאציע:בין כל הרעשים

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מתמודד »

קה אכסוף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:33 am
איך וויל גראדע אויך וויסן פשט פון דעם ארטסקרול ארטיקל און באזוך, עס פעלט אינפארמאציע, אויבנאויף קלעפט עס נישט ולמה ולמה דער באזוך איז פארגעקומען און וואס מ'האט געוואלט. דער ארטיקל איז עס נישט מסביר.

די גאנצע סטעף איז אראפגעפארן פאר א צוויי זייטן באריכט? און וואס זוכט דארט חיים ראטה פון מלכות? נעה...
ס'איז געשטאנען אינעם ארטיקל אז מאיז אראפגעגאנגען צוליב געמיינזאמע אינטערעסן אין די דרוקעריי פעלד, מעגליך אז דער איד זוכט א נייע דרוקעריי.

והוא אשר דיברתי, די אלע פיר ארטיקלען, ארטסקראלל, יעיל, יודי מאנדל, קערן. זענען נישט ווערד קיין ארטיקל פאר זיך. אפגערעדט אז די צוויי וואס האבן געצויגן מער אינטערעסע ווי ארטסקראלל און יודי מאנדל האבן זיך ממש געשפורט אפגעבוטשערט פאר דער וואס האט גערעכנט אויף א געהעריגע ארטיקל. און ווען עס גייט ווען אונטער איין גרויסער פראיעקט וואלט עס נישט געהאט אויסגעקוקט אזוי שוואך, און וואלט מעגליך אפילו געהאט א גוטן אויסקוק.
אמאל בין איך געווען א מתמיד, היינט בין איך א מתמודד, איך האף איין טאג בעז"ה צו ווערן א מתבודד.

כי הטבע היא מלשון טובע, והכל בשביל המטבע.
קה אכסוף
שר חמש מאות
תגובות: 600
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 08, 2021 2:09 pm

Re: פון וועלכע ארטיקל אין "דער איד" שילדערונגען דעם פסח האסטו די מערסטע הנאה געהאט?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קה אכסוף »

מתמודד האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 2:58 pm
קה אכסוף האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:33 am
איך וויל גראדע אויך וויסן פשט פון דעם ארטסקרול ארטיקל און באזוך, עס פעלט אינפארמאציע, אויבנאויף קלעפט עס נישט ולמה ולמה דער באזוך איז פארגעקומען און וואס מ'האט געוואלט. דער ארטיקל איז עס נישט מסביר.

די גאנצע סטעף איז אראפגעפארן פאר א צוויי זייטן באריכט? און וואס זוכט דארט חיים ראטה פון מלכות? נעה...
ס'איז געשטאנען אינעם ארטיקל אז מאיז אראפגעגאנגען צוליב געמיינזאמע אינטערעסן אין די דרוקעריי פעלד, מעגליך אז דער איד זוכט א נייע דרוקעריי.

והוא אשר דיברתי, די אלע פיר ארטיקלען, ארטסקראלל, יעיל, יודי מאנדל, קערן. זענען נישט ווערד קיין ארטיקל פאר זיך. אפגערעדט אז די צוויי וואס האבן געצויגן מער אינטערעסע ווי ארטסקראלל און יודי מאנדל האבן זיך ממש געשפורט אפגעבוטשערט פאר דער וואס האט גערעכנט אויף א געהעריגע ארטיקל. און ווען עס גייט ווען אונטער איין גרויסער פראיעקט וואלט עס נישט געהאט אויסגעקוקט אזוי שוואך, און וואלט מעגליך אפילו געהאט א גוטן אויסקוק.
גערעכט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”