Re:
אביסל אנדערש, קהל תורת חיים הייסט נאך הרה"ק בעל תורת חיים מקאסובזי"ע, דער צווייטער רבי פון די קאסוב-וויזניצ'ע מלוכה, און איז אייביג געוועהן וויזניץ.בן בוזי האט געשריבן:כ'האב געהערט אן אינטערעסאנטער חידוש דער וואך, אז דער קהל תורת חיים וויזשניץ פון 6 לי עוועניו איז אריגינעל ע"ש ר' חיים אנטיניער און ווען דער וויזניצער רבי איז אהער געקומען האט ער איבער גענומען דער אנטיניער קהלה און עס קאנווערטעט צו וויזשניץ.
די סיבה פארוואס מ'איז צירוקגעגאנגען מיטן נאמען אזוי ווייט איז געווען, ווייל ווען די קהלה האט זיך געגרינדעט (מיט הונדערט! יאר צירוק) האט מען נישט געוואלט געבן נאכן אהבת ישראל ווייל עס איז נאך געוועהן דא חסידים אויך פון בארשא, אנטיניע, וכו', אמרי ברוך אויך נישט ווייל עס זענען געווען עטליכע חסידי קאסוב, איז מען צוריקגעגאנגען ביזן תורת חיים וואס דארט איז שוין יעדער געווען באקוועם דערמיט.