הנסתרות והנגלות

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

הנסתרות והנגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

איין טאג איז פיל מיט פיין
אלעס קוקט אויס פארהוילן
ווער ווייסט וואס וועט דא זיין
ער קען נישט ביי זיך פועל'ן
צו מאכן פארשריט

די נעקסטע טאג פארט א מחי'
דעם וועג קלאר זעט מען
עס באווייזט זיך אן אור א נייע
און ווייטער טרעט מען
פילע טריט

הנסתרות
פיין און צרות
דאס פארשטייען מיר נישט - ניין
דאס פארשטייט נאר הקב"ה אליין

אבער והנגלות
זיינע חסדים גרויס
דאס זעען מיר יא איין
און מיר טוען דאס פארשטיין


איין טאג דער איד ער פילט
אלעס שטעלט זיך אפ
די מצב נישט גוט שפילט
עס פארט אויף אראפ
זיין לעבן

אבער ווי א טאג שפעטער
וואס טוט אריבערשפאנען
די גוטס איין זעט ער
און ער טוט זיך דערמאנען
וואס ער דארף שטרעבן

הנסתרות
פיין און צרות
דאס פארשטייען מיר נישט - ניין
דאס פארשטייט נאר הקב"ה אליין

אבער והנגלות
זיינע חסדים גרויס
דאס זעען מיר יא איין
און מיר טוען דאס פארשטיין.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
משה יצחקי
שר האלף
תגובות: 1124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 10, 2023 12:44 pm
לאקאציע:א סוד!

Re: הנסתרות והנגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה יצחקי »

זייער שיין!

הנאה געהאט, @שוואכער ווי נעמט מען אזאנא טעלענט?
געלט, איז נישט אזוי גוט מיט עס, ווי ס׳איז שלעכט אָן עס..
אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

Re: הנסתרות והנגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

משה יצחקי האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 02, 2024 10:45 pm
זייער שיין!

הנאה געהאט, @שוואכער ווי נעמט מען אזאנא טעלענט?
מ'נעמט עס מיט מיט זיך וואו מ'גייט... חחח

דער אייבערשטער איז דער וואס געבט און נעמט.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: הנסתרות והנגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

הערליך הערליך!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: הנסתרות והנגלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

אויף רוסיש זאגט מען

הערליך שיין WOW
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”