טראסט אים נישט

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6300
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

שמעון קומט צו צו מנחם אין ביהמ"ד, און הייבט אן אזא רוטינע פארן-דאווענען-מיטן-קאווע-אין-די-הענט-שמועס, ווען ביידע פון זיי שיסן ארויס פון זיך אלע לשון הרע מיט רכילות וואס זיי האבן זיך אלץ צאמגעהערט אין די לעצטע צוויי און צוואנציג א האלב שעה - זייט די נעכטיגע קאווע. אלע ביידע פראבירן זיך אויפצוטון מיט וואסערע פרישע נייעס זיי קענען אלץ אריינקומען, און אזוי פארט די שמועס - ווי טעגליך - אהין און צוריק. נישט מעגליך אפילו אין א צען בלעטערדיגע ארטיקל אפצושרייבן וואס זיי האבן אלץ אויסגעשפיגן אין יענע (נישט) פרי מארגן. זיי האבן אלעס געדעקט; פון די פאפולערסטע שמוציגסטע מעשה ביז צום קלענסטן מינדערוויכטיגסטן דעטאל פון יעדע קליינע נערישע לשון הרע'לע.

די אזוי גערופענע געשמאקע שמועס מוז דאך ביי א געוויסן פונקט קומען צו אן ענדע, און דאס מאל פאסירט עס ווען מנחם כאפט אז מ'האלט שוין ביי הויעך שמונה עשרה. "מ'דארף זיך נאך מיטכאפן" געבט ער א שטיקל פליק אריין פאר שמעון'ען. "יא יא" ענטפערט ער אויפעפענענדיג זיין האריגן טלית בייטל. "הערסט?" זאגט שמעון אין א שטילערן טאן פאר זיין חבר ווען ביידע האבן שוין געענדיגט אנטון תפילין. "נו נו" ענטפערט מנחם פארשטייענדיג אז דא קומט א סוד. ער איז קאמפס גרייט. "אבער דעס טארסטע טאקע נישט איבערזאגן פאר קיינעם" זאגט ער אים נאכן איבערזאגן מיט קאנפידענס דעי לאזונג נאך יעדע צווייטע לשון הרע. "אקעי אקעי, כ'זאג קיינמאל גארנישט איבער... נאר דא דארט... ווייסטעך, נו זאג שוין". "מיין שוועגערן גייט היינט האבן א צווייטע בעשאו" דערציילט ער ציטערנדיג פאר סיי וועלכע אומגעלאדנט אויער. "מאכסט א וויץ! זי איז קוים אכצן! דיין שווער איז טויט משוגע!" שיסט ער צוריק אין שמעון'ס ריכטונג, באמת נישט קענענדיג פארשטיין זיין שווערס חשבון. "מיין שווער האט אייביג ליב געהאט חתונה צו מאכן אינג" זאגט שמעון. "מאכסט חוזק? דיין ווייב איז געווען איין און צוואנציג ווען זי איז א כלה געווארן" שרייט ער צוריק נישט כאפנדיג אז ער איז צווישן מענטשן. "יע, דארפסט פארשטיין, דו האסט נישט קיין מושג וואס מיין ווייב איז געווען אלס מיידל".

ציטירן דעם שמועס ווייטער איז נישט ערלויבט על פי תקנות המקום.

מנחם זיצט ביי די ארבעט, און - ווי יעדן טאג - טענה'ט ער זיך מיט זיינע מיטארבעטער איבער א קליין שכל'דיגע נושא וועלכע קומט ארויף אויפן טיש בדרך לא דרך, היינט איז עס גראדע איבער עפעס א רבי'שע שידוך מיט וואס די גאנצע שטאט רעש'ט. דו שמועס פארט מיט א העפטיגקייט, אזש מאנכע פון זיי האלטן שוין ביים פאבריצירן טעאריעס אז עפעס איז נישט בסדר מיט די חתן'ס מאמע'ס טאטע. די זונלאזע שמועס קומט צו אן ענדע ווען מנחם - דער קלוגסטער צווישן זיי - האט אפגעמאכט אז ס'שוין צופיל. גענוג געווען. אנשטאט דעם גייט ער צו צום ארבעטער - אליעזר - וועלכע זיצט אין אפיס גלייך נעבן אים, און זיך נישט קענען איינהאלטנדיג פארציילט ער אים אז ער וויל אים זאגן א סיקרעט, אבער נאר אויב ער זאגט אים צו אז ער גייט בשום אין פנים ואופן נישט זאגן פאר קיינעם. אליעזר איז פארשטייט זיך - פאר גרויס נייגער - מסכים, און מנחם פארציילט. "קענסט גרינצווייג וואס וואוינט נעבן ביהמ"ד?" "אוודאי!" ענטפערט לעזער, "ווער קען אים נישט? לץ פון שטאט!" לייגט ער צו. "יא יא... ער טוט מסתם א שידוך היינט נאכט". "מיט וועם?" וויל לעזער וויסן, "מיט איינעם קליין, כ'גלייב נישט דו קענסט זיי, האסט זיי נישט פון וואו צו קענען". די רעסט איז היסטערי.

יא, די שידוך איז געווארן, אבער די גאנצע שטאט האט מיט באק ציינער גערעדט דערוועגן עטליכע שעה בעפאר.

-----

מנחם איז אויף שפילקעס. די היינטיגע טאג איז א פרייליכע און א צעמישענדע ביינאזאם. ער איז אומבארואיגבאר. נעמליך, די פירמע פאר וועם מנחם ארבעט שוין די לעצטע פאר יאר גייט היינט זיצן ביי א מיטינג מיט עטליכע פון די גרעסטע שושקעס פון די טראמפ קאמפיין, וואו מ'גייט אויסשמועסן עטליכע מארקעטינג פונקטן, און ווי אזוי זייער פירמע קען אריינקומען אינעם בילד און ארויסהעלפן די קאמפיין. שוין עטליכע טעג וואס די בעה"ב פונעם פירמע רעדט דערוועגן מיט אויסטערלישע עקסטאז, אבער ער האט פון אנהייב אן קלאר געמאכט פאר זיינע ארבעטער אז היות די ספעציפישע קאמפיין איז העכסט קלאסיפיצירט, וועט נאר איינצעלע פון זיי זיין אנוועזנד ביים מיטינג.

שוין איבער א טאג צייט וואס מנחם ווייסט אז נאר ער מיט זיין בעה"ב גייען זיצן מיט די טראמפ שושקעס, און ער איז דערפאר זייער פרייליך און אנגעצויגן צוזאמען. ער ווייסט נישט וואס צו ערווארטן. די צייט פונעם מיטינג איז אנגעקומען, מנחם מיט זיין בעה"ב שפרייזן ארויס פונעם קאר און אריין אינעם דעזיגנירטן בנין. זיי קומען אן צום אפיס וואו די מיטינג דארף פארקומען און זיין בעה"ב קלאפט איידעלערהייט אויף האלצערנעם טיר מיט די אויפשריפטן 'אפיס נאמבער 512'. אריינקומענדיג באגעגענען זיי זיך מיט א כמעט אנגעפילטע קאנפרענס רום טיש, מיט צוויי ליידיגע זיצן ביי איין זייט, זיי זעצן זיך שטייטעלעך אראפ אויף די באקוועמע בענקלעך, און דערוואגן זיך נישט אנצורירן די הערליכע גלאזערנע באטלעך וואסער וועלכע ליגן אזוי שיין און אויסגערעכנטערהייט אויסגעשטעלט ביי יעדעם'ס פלאץ. די מיטינג האט זיך פארמאל אנגעהויבן.

א וואך שפעטער איז מנחם, דער - שוין היינט - מענעדשער איבערן פראיעקט, געזעצן ביי א מיטינג מיט בלויז די הויפט אויפזעער פונעם טראמפ קאמפיין, וואו דער אנגעזעענע אויפזעער האט ארויסגעגעבן פאר מנחם'ן נאך דעטאלן איבערן מארקעטינג פראיעקט, און די מיטינג האט זיך געשלאסן מיט הצלחה ווען מנחם האט מיט זיין לייב און לעבן צוגעזאגט פארן אויפזעער נישט ארויסצוגעבן קיין שום דעטאל פונעם קאמפיין, פאר קיינעם אין די וועלט.

דעם קומענדיגן צופרי אין ביהמ"ד איז ווייטער פארגעקומען דעם טעגליכן גאסיפ שמועס צווישן מנחם מיט זיין חבר שמעון, זיי האבן ווידער גערעדט איבער אלץ און אלעמען; חוץ די קלאסיפיצירטע מארקעטינג פראיעקט. מנחם ווייסט אז ער קען נישט רעדט קיין ווארט, אדער אפילו מרמז זיין א קלייניקייט, און דעריבער נעמט ער איין א שטיל שווייגעניש איבער די גאנצע נושא.

עטליכע טעג שפעטער האט די קאמפיין געלאונטשט מיט גרויס סוקסעס, און וואונדער איבער וואונדער; קיינער האט גארנישט געוואוסט בעפאר.

-----

אויב האלטסטו אז יענער האלט אז ער האט גארנישט פון דעם אז דו טראסט אים, דאן טראסט אים נישט.
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 18337
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

פאונטש ליין
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

@חברונער האט געשריבן:
באדייט פון דאס ווארט 'ציווילע' ביי די אראבער: ''אומציוויליזירטע מענטשן, מיט ציווילע קליידונג, און ריזיגע גאנס''
דוד הכהן
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 11, 2024 9:00 pm

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד הכהן »

ווען דו שיקסט עס ווען עטליכע מינוט פריער וואלסטו עס נאך געקענט מונע זיין. הער אויס עס איז באשערט לאמיר האפן ער זאל עס נישט אויספויקן אין די גאנצע שטאט.
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1506
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

דאס אז דו האלסט ביי שידוכים פון די קינדער מילא אבער אז דו ביסט גאר די מענדשער פון די טראמפ'ס מארקענטינג דאס האט נישט עולה על הדעת געווען.

שוואכער ווער נאר שטערקער און שטערקער
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 456
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

זייער פיין!
אבער וואס טוטצעך מיט די לשון הרע? דעיס אליין דארף מען אויכעט מעורר זיין.
טענקס עניוועי.
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

Wow
אוועטאר
קענסט מיר נישט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3860
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 23, 2023 12:33 am
פארבינד זיך:

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענסט מיר נישט »

הערליך הערליך מיט א טיפע מוסר השכל שכח
👍👍👍👍
ריברענדיג.....
אוועטאר
אן אייניקל
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 9:28 am
לאקאציע:ביי זיידי'ן אינדערהיים

Re: טראסט אים נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אן אייניקל »

אזא טיפע נקודה..
כ'האב איבערגעלייענט די לעצטע שורה אפאר מאל. דיינע ווערטער לייכטן. כקום מיך באמת נישט איבער.

לאנג נישט געהאט אזא הנאה פון איין שורה.

אין עי סייד נאוט. דו שרייבסט מאסיוו
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”