מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

[א מאדנער פראפעסער, וואנדערער חכם, און מיסטער עילוי.
אן אומבאקאנטע געשיכטע איבער א געהיימענספולער מענטש מיט פארנעפעלטע אורזאכן.

אדער: חכם שאשאני ווער ביסטו?/b]

@ליאו, אייוועלט

-
פראנקרייך 1947 תש''ז---

דער יונג האט זיך איינגעקורטשעט אין ווינקעל פון באן פראבירענדיג אויסצומיידען די גערודער פון די אנדערע מיטרייזענדע, ער האט דערנענטערט דעם ספר צו זיינע אויגען. ער האט א קנאפע צוויי שעה זיך פארצוגרייטען צו זיין ערשטען פראבע שיעור אין נ''ך פאר די אידישע יתומים, די שארית הפליטה.

די שיעור ברויך געגעבן ווערן שבת נאכמיטאג און עס איז נישט געבליבען צופיל צייט זיך פארצוגרייטען.
א מאדנער פארשוין האט זיך צוגעשארט צו זיין ווינקעל און פארשטערט דאס לעכטיגקייט פון די פענסטער מיט זיין לינקע פלייצע, א שרעקליכען גערויך איז געגאנגען פון אים.

יענער האט זיך נישט געקימערט מיט דעם יונגס פארדרוס- מינע און ארויסגעשלעפט מיט אן אימפעט דאס ספר פון זיינע הענט.

ער האט שוין געזען דעם וואנדערער איינמאל אין פאריז.

און פונקט ווי דעמאלט האט ער אויך יעצט איינפאך געווילט אויסמיידען דעם פארשוינס אנוועזענהייט מיט זיין גערוך.

''דו לערנסט איוב?'' האט דער פארשוין געפרעגט אין א גריצעלנדע אידיש מיט א מאדנע אקצענט, א לייכטער שפאטישער שמייכעל פארשפרייט זיך אויס אויף זיין געזיכט.

''איך לערן פאר איוב!'' האט דער יונג גענטפערט מיט א קענטיגע שטאלץ, איגנארירענדיג דעם גרינגשעצונג פון דעם ארחי פרחי.

דאס שפאטיש שמייכעל איז געווארן ברייטער און זיך פארלענגערט אויף דעם פארשוינס טרוקענע געזיכט, יענער האט אנגעהויבען מיט א סעריע קשיות וואס האט איבערגעלאזט דעם יונג מיט אן אפענע מויל.

זיין גאנצע לעקציע איז געווארן צונישט, דער פארשוין האט ווייטער גערעדט, געווארפען בקיאות אין נ''ך, בבלי, ירושלמי, קבלה, וועלט קענטעניס, און אייגענטליך אין אלצדינג אנגעהויבן פון מאטעמאטיק דורך היסטאריע און אלטע שפראכען ביז אסטראנאמיע און העכערע ספערן פון קבלה.

פלוצלינג האט די ספר איוב געשיינט מיט א נייע טיפע שיין.

א נייע פשט און טייטש אין ספר. אייגענטלעך, האט דער יונג אנערקענט אז ער האט ווירקלעך ניטאמאל פארשטאנען דעם ספר פארדעם. ניטאמאל דעם ערשטען פסוק.

עס האט זיך געדאכט פאר דעם יונג אז איוב אליין איז אראפגעקומען פון יענע וועלט זיך צו אננעמען פאר זיין ספר.

אז דער יונג איז אנגעקומען צו זיין סטאנציע האט אים דער פארשוין געמאלדען קלאר און דייטלעך:
''מיר האבן נאכנישט געפארטיגט, איך קום מיט דיר'' און אז ער פלאנט אים נישט צו לאזן אזוי איבערגעבן א שיעור פאר די יתומים אן זיין אויפזיכט; איוב ברויך ווערן אפגעהיטען פון שוואכע לערערס.

למעשה, ביים דרשה, צו דעם יונגס מזל און פארקערט פון זיינע שווארצע חששות האט אים זיין נייער באגלייטער געלאזט ארויסזאגן זיין דרשה און ניטאמאל איבערגעהאקט.

אבער נאך זיין דרשה האט דער פארשוין אומגעבעטען זיך אויפגעשטעלט און צוגעשטעלט א סארט חידה און פראגע, א רעטעניש מיט א שאלה, איבער שבת המלכה, פארוואס הייסט די שבת א מלכה? אויף וואס געוועלטיגט שבת? וואו איז די מלוכה? וואס איז די געהיימע כח פון שבת? און די יונגע פארזאמעלטע האבן געשטוינט, זיי זענען געזיצען פארגאפט און באצויבערט צו די נייע אומגעראכטענע לעקציע, דערנאך האט דער פארשוין געגעבן א דרשה אויף ספר איוב, קיינער פון זיי האט נישט געקענט איבערזאגן די לעקציע פון אנפאנג ביז די ענדע, אבער אלע שטרויכלונגען זענען געווארען אויסגעגליכען, דער רעדנער האט ווייטער גערעדט ביז ספר איוב איז ווידער געווען אויסגעלייטערט, קיינער פון זיי האט אזאנס נישט בייגעוואוינט פריער און זיי אלע זענען געווארען טיף פארליבט אין דעם נייעם אומאנגעלאדענטע גאסט - רעדנער.

ביי די ענדע פון די דרשה האט דער בעל דרשן נישט פארגעסן אריינצופארן דעם יונג ''פון היינט און ווייטער וועסטו רעדן אויף ספר איוב מיט מער דרך ארץ, איוב האט שוין גענוג געליטען!''

אלי וויזעל , דער יונג פון דעם באן האט שפעטער געשילדערט די געוואלדיגע אינספעראציע וואס ער האט באקומען פון יענע שיעור ווי ''עפעס וואס בארייכערט דיינע ידיעות, פארבלענדט דיינע חושים, און איז ''פראוואקאטיש'' פון יענע שבת איז אלי וויזעל- דער שפעטערע בארימטער האולאקאוסט שרייבער- געווארן געקניפט- און געבינדען אין דעם פארשוין און אים געקרוינט אלץ זיין לערער און מורה דרך.



-----
פראנקרייך, ערגעצווען און ערגעצוואו אינמיטען די צווייטע וועלט קריג.

דער סאלדאט האט געלאכט מיט א פולן מויל: ''א מאטעמאטיק פראפעסער? דו ביסט אריינגעפאלן,'' האסט נישט קיין מזל, יודע, איך בין געווען א מעטאמאטיק- לערער פאר מיין דינסט אין ארמיי!"

דער וואנדערער האט זיך נישט פארלוירען, און געמאכט א פארשלאג: ''דו פארהער מיר וויפיל דו ווילסט און דערנאך וועל איך דיר פרעגן איין מאטעמאטישע פראגע, אבער אויב איך ווייס אלע ענטפערס פון דיין מאטעמאטיק- פארהער ריכטיג, און דו קענסט נישט אדורכגיין מיין איינצעלנע- פראגע -פארהער, לאזטו מיר גיין, אויב דו האסט די לעזונג שיס מיר, אז נישט לאז מיר גיין אן פרעגן קיין איין ווארט''
דער נאצי האט איינגעשטימט.

איין פראגע נאכ'ן צווייטען, דער פארהערטער האט גענטפערט די שאלות תוך כדי דיבור, דער נאצי האט אויפגעגעבן; ''יעצט פרעג דו דיין שאלה''

אפאר מינוט שפעטער האט דער וואנדערער ווייטער שפאצירט צום ריכטונג פון גרעניץ איבערלאזענדיג א פארפלעפטער נאצי וועלכער קוקט אים נאך ערשטוינט.

עס איז נישט געווען דאס איינציגסטע מאל וואס זיין וויסענשאפט האט אים געראטעוועט; א האלבע יאר פריער האט די געסטאפא אים געכאפט אין א הויפט גאס אין פאריז, צו זיין שלעכט מזל איז דער פונקט דארט געווען.

זייענדיג גע'מל'עט האבן זיי נישט געהאט קיין צווייפעל אז ער איז אן איד.
אבער ער האט גענוצט אן אויסרייד אז ער איז א מוסלעמענער.

האבן זיי אריבערגעברענגט דעם מופטי פון פאריז.

א פינף שעה אריין אין שמועס האט ארויסגעשיקט א דערצארענטער פארפלעפטער מופטי, דער האט
געפאדערט אז מען זאל אים זאפארט באפרייען, עס איז געווען קלאר פאר דעם מופטי אז דער איז נישט סתם א מוסלעמענער, נאר זייערס א שמייליגער. צום ווייניגסטענס אן אימאם (א גייסטליכער מוסלעמענער פירער).

אלי וויזעל איז געווארען צוגעקלעבט צו זיין נייער מיסטריעזער לערער, און געלערנט מיט אים- אדער בעסער געזאגט פון אים- אלצדינג. און געלערנט האבן זיי איבעראל, צום ביישפיל זיי האבן געלערנט פילאזאפיע אין דעם טהרה שטיבעל תוך כדי זיי האבן אכטונג געגעבן אויף די טויטע קערפער, א שיעור אין מסילת ישרים וואס דער לערער האט באשלאסען ווער עס מעג זיך באטייליגען, גמרא אין אידישע צענטערן, אלגעמיינע וויסענשאפט אין פרייע אנשטאלטען, טיפע קבלה ספרים א שטייגער ווי 'ספרא דצניעותא' אויף די פאריזע גאסען. און א שיעור אין ספר הקדוש 'נפש החיים' פון ר' חיים וואלאזשינער זצ''ל, ביי וויזעל אינדערהיים, די שיעור האט געקאסט געלט, נישט פאר דעם לערערס באדערפענישען, נאר ער האט געוואלט אז די מיטטייליגער זאלן שעצן די שיעור. די שיעור האט זיך געצויגען א גאנצע נאכט ביז אינדערפרי.
צוביסלעך האט זיך די מיסטעריע פארשפרייט; מערערע מענטשען האבן זיך דערוויסט פון אים.

עס האבן זיך אנגעהויבען פארשפרייטען קלאנגען אויף דעם מאדנעם בעל כישרון, און מיט דעם איז דאס נעפל ארום אים געווארען מער אומקלאר, תלמידי חכמים און להבדיל פילאזאפען זענען ארויס אנטציקט פון זיינע שיעורים, זיי האבן באוואונדערט זיינע ידיעות, זיי זענען געווען באגייסטערט פון זיינע טיפע געדאנקען. אבער אז מען האט אים געפרעגט וויאזוי ער הייסט האט ער גענטפערט ''מיסטער שאשאני'', אדער ''פראפעסער שאשאני'' , אדער ''חכם שאשאני''. און קיינמאל האט ער נישט גענטפערט א קלארע תשובה פון וואו ער שטאמט, וואו ער איז געבוירען, צי ער איז אן אשכנזי אדער א ספרדי, ווי אלט ער איז, פון וועמען ער באהאלט זיך. חכם שושני האט געקענט זאגן אז ער קומט פון א לאנד וואס געפינט זיך צווישען מאראקא און ווילנע, צווישען קעשינאוו און צפת, אינדיע און רוים, עס האט זיך געוואנדען אין זיין גיסטע.

עס איז קלאר אז דער האט נישט אויפגעהערט פארדאכטען זיינע ארומיגע, און אלעמאל געלעבט אין א שאטען, אלעמאל אזוי עראי'דיג זיך פלאצירט, און פארדעכטיגט אלס און אלעמען.

ער האט שטענדיג געוואנדערט, שטענדיג מיט די זעלבע צוויי שטויביגע רענצלעך. מענטשען האבן זיך געשוואוירען אז זיי האבען אים געזען אין צוויי באזונדערע קאנטינענטן אין די זעלבע צייט. אבער יעדער האט געוואוסט אז זיין אמת'ען נאמען איז נישט שאשאני און אז ער איז נישט געבוירען אין פראנקרייך.

איינער פון זיינע תלמידים שרייבען: ''אפשר האט ער נישט געהאט א נאמען, אפשר האט ער נישט געהאט א יארגאנג, עס האט געפעלט ביי אים די שטריכען וואס באשטימען א מענטש צו וועלכע גרופע ער געהערט, פלוצלינג פלעגט ער ערשיינען, און פארשווינדען ווערן נאך א חודש צוויי, אן איבערלאזן פוסטריט, צופעליג פלעגט מען אים אנטדעקן די צווייטע זייט גרעניץ. איז ער געווען א בעל מופת? א ביזנעס מאן? א נביא געשיקט פון הימעל? א ל''ו צדיק? אסאך מאל איז ער אריבער די וועלט גלאבוס, אלעמאל אן געלט אן פאפירען, קיינער האט נישט געוואוסט וויאזוי.

דער זעלבער תלמיד פארציילט אויך אז איינמאל איז חכם שושני איינגעשטאנען ביי אים אין פראנקרייך, און פלוצלינג האט מען געהערט א טומעל אויף די גאס , די פאליציי האט געמאכט א פלוצלינגדיקע באזוך טיר ביי טיר, חכם שושני איז געווארן שרעקלעך דערשראקן אין זיך גענומען אנטלויפן איבערלאזענדיג זיין פרעזענליכע טאשקע וואס האט אים באגלייט לאנגע יארן, די טאשקע איז דורך די יארן געווארן אויסגעניצט. ווען דער תלמיד האט עס געעפענט האט ער געפונען דארט גרויסע סומעס געלט און א שיין ביסעל גאלדענע כלים. דער תלמיד האט קיינמאל נישט געפרעגט זיין לערער איבער דעם.

טייל מענטשען האבן אים אנגעקוקט ווי א מלאך המושיע, און אפילו ווי אליהו הנביא וואס דער באשעפער האט אראפגעשיקט נאכן מלחמה פאר די שארית הפליטה, אנדערע האבן געהאלטען אז דער מיסטריעזער פארשוין איז דער שטן אליין, זיין טראגע איז געווען נאכגעלאזט, אפגעשליסן און אפגעריסן, כאטש ער האט אסאך געוואנדערט האט ער זיך פיזיש שווער באוועגט. אבער קיינער האט נישט געצווייפעלט אין זיין גאונות און ידיעות סיי אין תורה אין סיי אין וועלטליכע חכמות.

פון צייט צו צייט איז אים נאכגעגאנגען אזא גערוך אז עס איז געווען כמעט אומעגליך צו זיין אין זיין קעגנווארט. איינער פון זיינע תלמידים פארציילט אז מען האט אים דערפאר נישט אריינגעלאזט אין געוויסע הייזער פון זיינע תלמידים צו פארלערנען. מיט די תלמידים פלעגט ער לערנען ביי די אונטערגרונט באן סטאנציעס. ער האט אלעמאל געטראגען די זעלבע קליינטשיק פיצקעלע היטעלע אויף א ריזיגע קאפ, שטענדיג מיט די זעלבע אפגעקראכענע קליידונג און פארשטויבטע ברילען, ער האט געליינט און געלערנט אלצדינג אין יעדע געביט אויף מער ווי דרייסיג שפראכען, זיין אקצענט האט זיך געטוישט לויט מיט וועמען ער האט געשמועסט, זיינע ספרד'ישע תלמידים שילדערן א מאראקנישע אקצענט, און די אידיש רעדענדע צווישען זיי ווייסען וועגן א שווערע ליטווישע אידיש, אדער גאר א פוילישע...

ער איז געווען אין אלע לענדער, אריינגעדרינגען אין אלע סודות און געהיימעניסען, און זיך נישט גערעכנט מיט קיין שום אויטאריטעט, פלאץ, צייט אדער פרעזענליכקייט.

ווען מענטשען פלעגן אים גרינגשעצן, האט מיסטער שאשאני געקוועלט, ווי ער וואלט ווען געזאגט אז ער וויל נישט דעם המון עם וואס קוקט נישט מער ווי איבער קליידונג און מאטריאליזעם.

געווענטליך האט ער געקליבן זיינע תלמידים אליין און ער אליין פלעגט באשליסן צו דער תלמיד דארף אים צאלן, און וויפיל צו צאלן, עס זענען געווען אזאלכע תלמידים וועלכע ער האט געפאדערט פון זיי שווערע געפעפערטע סומעס געלט, פון געוויסע נישטיגע פרוטות און אנדערע האט ער אויסגעלערנט גענצליך אומזינסט.

די צייט איז נאך חורבן אייראפע, כלל ישראל איז אין ווייען, אין פראנקרייך שטעלט זיך צוריק אויף אן אידישער צענטער פאר די שארית הפליטה, מען האפט און מען קוקט ארויס פאר א טרייסט פון הימעל.

אין יענע צייט דרייט זיך אין פראנקרייך א מיסטריעזער אידל קיינער ווייסט נישט פון וואו ער קומט, וואס זיין ריכטיגע נאמען איז, זיין גאנצע עקזיסטענץ איז געהילט און געוויקעלט אין מיסטעריע.

מיר געבן איבער דאס ווארט פאר הרב אהרן אשכנזי ז''ל אדער ווי מען פלעגט אים רופען: 'הרב מניטו' פון די מנהיגים פון די פראנצויזישע אידענטום יענע צייט: ''מעגליך אז איר האט געהערט אויף איינס פון די גדולים נאך די וועלט קריג? ער איז געווען איינס אין די וועלט, מען האט אים גערופן מיסטער שושני. איר האט געהערט אויף אים? איר האט געהערט אויף שושני? איך האב אים גוט געקענט נאך די קריג, איך האב געהאט די זכות אים צו קענען! ער האט געגליכן צו באצויבערען זיינע ארומיגע, ער איז געווען א געוואלדיגער ידען! אן אויסטערלישער בעל זיכרון! ער איז באמת געווען א וואונדערבארער בעל חכמה. איך ווייס נישט אויב ער איז געווען א מענטש אדער עפעס אנדערש. ער איז געווען אן עילוי, און עס איז גאר מעגליך אז אין זיין ישיבה האט ער נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן, דערפאר איז ער משוגע געווארן דערפון. א משוגענער. אבער, פארשטייט, איך רעד דא פון עמיצער וואס איר האט נישט געקענט, מיר האבן געזאגט אז עס זאל זיין א משוגענער פון צו סאך רומעריי, מענטשען פלעגן זאגן אויף אים: '' ער איז פופציג פראצענט משוגע, און פופציג פראצענט א גאון. דאס איז נישט ריכטיג. ער איז געווען א 100 פראצענטיגער א גאון און א 100 פראצענטיגער משוגענער!''

’’מיר האבן געזוכט איינער פאסיג צו רעדן, איינער וואס וועט מאכען ציענדיג און געשמאק אידישקייט אין אזא נידערגעשלאגענע לאגע, מיר האבן אים איינגעלאדענט צו געבן שיעורים פאר די אידישע סטודענטען אין די אלגעמיינע שולע אבער נאך א תקופה האבן אונזערע וועגן זיך צוטיילט, הרב מאניטא האט נישט געווילט אז די קינדער זאלן ארויסגיין אן קיין ענטפערס: ''יעדע שיעור פלעגט ער אלעס צוברעכן נישט איבערלאזענדיג א שטיין אויף א שטיין, ער האט אלעמאל אויפגעוויזן אז מען פארשטייט גארנישט. נישט אזוי פירט זיך א מחנך אויף, אויב מען דארף אמאל צוברעכן צוברעכט מען אבער דאס איז נאר אויפן וועג, אים איז נאר אנגעגאנגען די שטאפל פון צוברעכן.''

''ער פלעגט באשטימען מיט מיר זיך צו באגעגענען ביי די אריינגאנג פון די באן סטאנציע אין די צווייטע עק פאריז זעקס אזייגער פארטאגס, און מיר איבערגעבן זיינע שיך צו פאררעכטען... ער האט געהאט קעלערן אנגעפולט מיט זאכן פון צווייפעלהאפטיגע קוועלער... אריינגערעכענט ספרי תורה. מיין הסבר איז אז ער איז געווען א 'ישיבה עילוי' און וויבאלד ער האט נישט געהאט מיט וועמען צו רעדן איז ער מיט די צייט משוגע געווארן''

''איך האב באמערקט אז ער שפילט ארום מיט מענטשען'ס מוחות און איך האב אים עס געזאגט, ער איז פארשעמט געווארן - איך האב אויפגעדעקט עפעס פון זיין פערזענלעכקייט. אבער די וועלכע האבן אים ליב געהאט- און איך אליין האב אים נאכאלץ ליב- פלעגן אויף אלץ אוועקוקען.''

''מיר האבן אים ליב געהאט און נישט געוואוסט פארוואס, ער איז געווען שטרענג, שארף, אבער ער האט געהאט עפעס וואס רירענדיג, עס איז געווען עפעס ברייטהארציג אין זיינע לעקציעס, ער האט נישט געהאלטען זיינע ידיעות פאר זיך, אדער כדי צו שרייבען א ספר מיט זיין נאמען, די סטודענטען האבן נאר אים געווילט אויסהערן.''

''ער איז געווען א פארשווענדער, א פזרן ווען עס איז געקומען צו וויסענשאפט, ער פלעגט געבן, און נאכמער: אזא וויסענשאפט! אזא זיכרון און קלוגשאפט! ער פלעגט נוצען זיין גאנצע קאפ בשעת ווען אונז נעבעכדיגע מענטשען נוצען נאר פיצעלע חלקים פון די שכל. קען זיין אז ער איז געווען א מלאך אדער א גילגול פון א צווייטער מענטש.''

הרב מניטו איז נישט געווען דער איינציגסטער וואס האט געהאט טענות אויף מיסטער שאשאני, אויך דער גאון און צדיק ר' מרדכי פאגרעמאנסקי זצ''ל (ראש ישיבה און מנהיג אין פראנקרייך נאך די מלחמה)
הרב אהרן מונסאנגא זצ''ל פארציילט: ''ווען איך בין געווען א תלמיד אין ישיבת 'חכמי צרפת' אין עקס-לא-בען האב איך געמאלדען רבי מרדכי- וועמען איך האב אסאך באדינט- אז איך פלאן צו פארן צו א קעמפ אין פאריז, ער האט מיר געפרעגט אויב איך קען נישט אויפגעבן דעם פלאן, מיין אנטווארט איז געווען אז נישט, וויבאלד איך האב צוגעזאגט צו זיין א מדריך דארט.''

''אין קעמפ האט געזאלט זיך באטייליגען אן איד א תלמיד חכם וועם איך האב געקענט, זיין נאמען איז געווען הרב שושני, און רבי מרדכי האט נישט געוואלט אז ער זאל האבן אן איינפלוס אויף מיר. איז ר' מרדכי מיטגעקומען מיט מיר און געווען דארט אגאנצען צייט וואס איך בין דארט געווען א מדריך, כדי איך זאל נישט זיין אליין מיט הרב שושני, אפשר איז איבעריג צו זאגן, אבער אין קעמפ איז ר' מרדכי געזיצען און געלערנט ווי זיין שטייגער, מיט פלייס און הארעוואניע, ווי ביי אים אינדערהיים. דאס אלעס האט ער געטון כדי מיר צו ראטעווען פון השקפות זרות!''

א צווייטער פארציילט: '' אין יענע יארן איז די שטייגער געווען צו מאכן קעמפס פאר די מלחמה איבערלעבער, לאו דווקא פון מזרח אייראפע, פראנקרייך איז דאך אויך געווען אקופירט ביי די נאציס, און עס זענען נישט געווען קיין טעטיגע ישיבות, א יונגע דור איז געוואקסען אן תורה, און מיר אלע האבן דאך געדארפט חיזוק.''

''הרב שושני האט דארט געפירט אדער זיך באטייליגט אין אזא קעמפ אין פאריז, און ר' מרדכי, וואס איז געקומען כדי צו באגלייטען א בחור פון ישיבה מיט דעם נאמען אהרן אנסאנגא, האט געפירט שארפע געפעכטען מיט שושני אז ער זאל נישט באיינפלוסען די יונגווארג מיט זיינע מיינונגען. (הויפטזעכליך וועגן זיין געדאנקענגאנג און שטייגער צו מאכען אלצדינג אומקלאר) פון דא און ווייטער האט מען מער און מער געקוקט אויף אים ווי איינער מיט דיעות כוזבות, וואס זיין איינפלוס אויף די יונגווארג איז געפערליך.''

''ר' מרדכי'ס קומען צום קעמפ האט געמיינט גאר אסאך, פאר מיר און אנדערע בחורים. די וויכוחים וואס האבן זיך אנטוויקעלט צוליב ר' מרדכי'ס אנוועזענהייט, האבן משפיע געווען אויף מיר און אויף מיין צוקונפט אז איך זאל זיך מער נישט באטייליגען אין שושני'ס ארגאניזאציעס''.

א לערער וועלכער האט געארבעט צוזאמען מיט שאשאני אין פאריז זאגט אז שאשאני פלעגט ליינען נישט אויסגעהאלטענע ביכער. ער פלעגט שלאפן אין איין צימער מיט שושני און געמערקט זיינע מאדנע געוואוינהייטען ''ספעציעל האט דער מענטש ליב געהאט צו אויפווייזען פאר א טאלאנטפולער מענטש אז זיין וויסענשאפט און חכמה איז צווייפעלדיג...''

אלי וויזעל פארציילט אין זיין בוך אויף א פריינט זיינער וואס ער האט נאך געקענט פון פאר די מלחמה און האט געלערנט אינאיינעם ביי שאשאני, אז איין טאג איז זיין פריינט געקומען צו מיר און מיר אנגעשריגען: ''אלי, אנטלויף, דו זעסט נישט אז ער פראבירט אונז צו קאליע מאכען די אמונה?''

וויזעל ענדיגט צו אז היינט צו טאג איז יענער תלמיד א ראש ישיבה און פוסק אין ברוקלין.
מען זאגט אז עס איז הרה''ג ר' מנשה הקטן - קליין זצ''ל.

די אויבענדערמאנטע טענות ברענגט צו א שטערקערע פראגע; איז חכם שאשאני געווען רעליגיעז? עס זענען פארהאן אזאלכע וואס זאגן קלאר אז זיי האבן אים געזען היטען מצוות בשלימות, דאווענען מיט גרויס כוונה. דאגעגען וויזעל זאגט אז נאך די מלחמה איז געווען א סיטואציע אז מיר האבען אים גערופן 'רבי' אבער נישט געוואוסט צי ער איז א שומר תורה ומצוות.




א וואונדערליכער און גרויזאמער לערער----

דער שפעטער גרויסער אידישער-פראנצויזישער שרייבער און פיליזאף עמנואל לעווינאס האט זיך באקענט מיט דעם מיסטעריע דורך זיין פריינט דאקטער נערסאן, דער אידישער דאקטער האט גערעדט מיט גרויס אנטציקונג אויף דעם מאדנער איד, אבער לעווינאס האט נישט געקענט אננעמען אז דער אפגעשליסענער שנארער קען עפעס, ביי די ענדע האבן זיי זיך אמאל אנגעשטויסען אין א רעסטראנט צוזאמען, לעווינאס איז ארויס אזוי באגייסט ערט און געזאגט: ''איך ווייס נישט וואס דער מענטש קען, אבער אלצדינג וואס איך קען – קען ער!''

ער האט פארבעטן שאשאני אז ער זאל קומען וואוינען אין א באזונדערע פליגעל ביי זיך אין שטוב, אלץ באלוינונג האט אים שושני אויסגעלערנט וויאזוי מען לערנט א שטיקעל גמרא.

זיינע תלמידים דערציילען:'' חכם שאשאני האט געהאט אן אייגענארטיגע וועג צו אפלערנען א שטיקעל גמרא, זוכען דעם טיפקייט אונטער אפאר שיכטען, און צומאל דווקא דארט ווי אלעס האט אויסגעזען גלאט און פשוט האט ער אויפגעוויזען פונקט פארקערט- ווי קאמפלעצירט די סוגיא איז. איינס פון זיינע גענג איז געווען צו פארלערנען א לאנגע וויילע יעדעם צו איבערצייגען א געוויסע געדאנק און נאך וואס יעדער איז געווארן איבערצייגט עס אפווענדען מיט אן אויגענבליק, מיט איין ביטול-האנט-מאך אויף אראפ. ער האט קיינמאל נישט אויפגעהערט צו איבערגיין און איבערקייען זיינע פריערדיגע מסקנות, טייל מאל פלעגט ער זיי אפפרעגן און סותר זיין און בויען פרישע. פאר לאנגע שעות פארשטיין צו געבן איין שורה אדער ווארט אהן איבערזאגן די זעלבע זאך צוויי מאל, ער האט פארגעלערענט און אריינגעטייטשט אלע אקטואלע פראבלעמען פונעם דור אין איין מאמר חז''ל אדער צומאל אין איין בלאט גמרא. די גרויסע וואונדער איז אז אסאך פון זיינע תלמידים- וועלכע פארדאנקען אים מיט זייער תורה און חכמה- זענען געווארן וועלט בארימט אבער ער איז געבליבען אומבאקאנט. עס איז שווער צו רעכענען וויפיל ספרים און ביכער זענען געשריבען געווארען נאר אדאנק שאשאני''

אלי וויזעל פארציילט אז חכם שושני'ס וועג אויסצולערנען איז געווען א ראולערקאוסטער: ’’ער פלעגט נעמען א סוגיא וואס האט אויסגעזען קלאר, פרעגן צענדליגע קשיות ביז מען האט נישט פארשטאנען וויאזוי מען האט בכלל געקענט אזוי טראכטען, עס פארענטפערן ביז עס האט אויסגעזען ווידעראמאל קלאר, דערנאך צעווארפען דעם געביידע, עס איבערבויען פונדאסניי, און ווען אלעס האט שוין אויסגעזען געפארטיגט עס נאכאמאל אפפרעגן. און אלעס מיט אן אימפעט, א שנעלקייט אן געבן קיין צייט זיך איבערצוקלערן, עס האט אים נישט געארט אז מען זאל בלייבען ביי א קשיא, נאכמער; עס האט זיי אויסגעזען ווי דער לערער וויל אז זיי זאלן פארשטיין אז זיי קענען נישט זיין קלאר מיט גארנישט.''

''ער האט אלעס געקענט אויסענווייניג, אלע זיינע שיעורים זענען געווען אויסענווייניג, צי עס איז געווען בבלי צי ירושלמי, רמב''ם, תנ''ך, זוהר, אדער מדרש. יעדעס ספר צי בוך וואס איז אריבער פאר זיינע אויגן האט ער דערנאך ציטירט אויסענווייניג ער האט זיך קיינמאל נישט פארגעגרייט, ער פלעגט בעטן אז מען זאל אים פארשלאגען אויף וועלכע טעמע צו רעדן און דערנאך געגעבן א לאנגע שיעור לויט די פארשלאג. ווען מיר האבן זיך געמוטשעט מיט די קליינע אותיות אין תוספות, האט ער מיר אפגעשטעלט 'דו האסט אויסגעלאזט די ווארט אין די ענדע פון די שורה.' איינער האט אים אמאל פארהערט יענער האט אים געזאגט אפאר ווערטער אין תוספות און גלייך דערנאך האט אים שאשאני געזאגט וויפיל ווערטער איז דא אויף דעם עמוד פארדעם און נאכדעם. עס איז נישט געווען לייכט צו זיין זיין תלמיד, ער איז געווען א שארפער און שטרענגער מענטש, ער האט זיך נישט צוריקגעהאלטען פון אונז אריינפארען אינעם זיבעטען ריפ. פול מיט הומאר, שארף בייסיג און שטעכיג צו זיינע תלמידים. איך האב געשריבען צוויי העפטען פון חידושים וואס איך האב געהערט פון אים, איינע האט אינהאלטען זיינע חידושים און די צווייטע זיינע הומאריסטישע פערל ווערטער, צו מיין שלעכט מזל האט ער עס געטראפן, זיך געבייזערט, און קאנפיסקירט.''

לעווינאס באטיטעלט אים אלס ''א וואונדערליכער און גרויזאמער לערער''. און לייגט צו '' אלץ מענטשען זענען מיר נישט אסאך ווערט- אבער נעבן שושני זענען מיר גארנישט ווערט''.

וועגן זיינע קענטענישען און גאונות----



ווען ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק האט ער באוויזען קונצען מיט זיינע טאלאנטען, ער פלעגט זיך אוועקשטעלן אנטקעגן א ציבור אין פאבליק און זאגן פאר איינעם אז ער זאל אויסוועלן דריי באזונדערע זאכן וועלכע האבען גארנישט אין צוזאמענהאנג און דערנאך פלעגט ער רעדן און זיי פלעכטן אין איין קלארע לאנגע רעדע, ער איז געווען פעאיג צו רעדן און אריינפלעכטען אויף יעדע געביט און טעמע אויף די וועלט, און פאר יעדע סארט פארזאמעלטע קרייז צוזאמען.

זייענדיג אין ירושלים האט ער געדאווענט א לאנגע שמונה עשרה אין א שול פון מקובלים, נאכן דאווענען האט אים איינער געפרעגט וואס איז דא אזויפיל צו מכוון זיין? עס איז דאן געווען פרשת האזינו, האט אים שושני געפרעגט וויפיל פירושים קענסטו אויף די ערשטע פסוק האזינו השמיים? יענער האט געזאגט אז בערך צען פירושים. שושני האט אים דאן געגעבן א שיעור אויף די צוויי ווערטער ביז פיר אזייגער פארטאגס, ער האט נאר עספיעט הונדערט פירושים. דאן האט ער אים געפרעגט אויב ער האט כוח פאר נאך? יענער האט ארויסגעגעניצט א ''גענוג''...

ווען ער איז געווען אויף די ימים נוראים אין איטאליע האט ער געדאווענט אויף די איטאליענישע נוסח התפילה מיט אלע פיוטים בעל פה...

איינער אנדערש האט אים אמאל געפרעגט וואס איז די כוונת התפילה על פי קבלה פון די תפילת שמונה עשרה אין ראש השנה, האט ער אים געגעבן א צען מינוטיגע שיעור אויף די ווארט 'ברוך' אליין...

א צווייטע תלמיד פארציילט אז אויף די פסוק 'וידבר ה' אל משה' האט ער אמאל אויסגעלערענט הונדערט און צוואנציג פירושים.

"ביי מיין ערשטע באזוך אין שול אין פראנקרייך נאך די מלחמה,''פארציילט א באטייליגער ביי זיינע שיעורים. ''האב איך נאכן דאווענען באמערקט בערך פינעף און צוואנציג עלטערע מענטשען ארום א מענטש וואס האט נישט אויסגעזען עפעס ספעציעל, אבער די שיעור איז געווען מערקווערדיג ביז גאר. אין אזא קלארקייט, גאונות און בקיאות האב איך זיך קיינמאל פריער נישט אנגעשטויסען, פון דא און ווייטער האב איך קיינמאל נישט פארפאסט זיינע שיעורים, ער איז אויך געווען א גאר טיפע פילאזאף, א שפאנענדיגער פרעזענליכקייט. איך האב אים גאר שטארק ארויפגעקוקט. ער האט געקענט אריינלייגען אין א דריי ווערטער אזויפיל אינהאלט און געדאנקען, ער האט מיר אזוי באצויבערט מיט זיינע שיעורים, איך בין געווען צוגעבינדען צו אים.''

דער עשרת השבטים פארשער, הרב אליהו אביחיל ז''ל איז אויך געווען פון חכם שאשאני'ס תלמידים,
ער רופט אים 'בן שושן' ער זאגט אז שאשאני האט בכלל געשטאמט פון מאראקא, און אז שאשאני האט געהאפט אז איין טאג וועט ער לערנען קבלה לויט דעם הייליגען רמב''ם, נישט די תורת הקבלה פון די אר''י הקדוש, נאר פון די רמב''ם, ער איז געווען א גרויסער מקובל, און האט געלערנט אין ישיבת שער השמיים'' בן שושן, וויאזוי הרב אביחיל האט אים געקענט, אדער מיסטער שושני וויאזוי די מערהייט פון זיינע תלמידים האבען אים געקענט, איז אמאל אנגעקומען אין רעליגיעזען קיבוץ סעד פאר א שבת און געמאלדען אז ער גייט געבן זיבעציג פירושים אויף איין פסוק, אלץ שבעים פנים לתורה ער האט אויסגעוועלט א פסוק אין ספר מלאכי, און ביז צוויי שעה האט ער געזאגט זיבן פירושים, אבער די עולם האט שוין נישט געהאט קיין כוח צו הערן ווייטער.''

ער האט ליב געהאט דאס קורצקייט און דערפאר האט ער געגליכען דאס צווייטע נאמען פון ספר בראשית; ספר הישר, און פון דעם האט ער ארויסגעלערנט אז מען דארף קענען אריינלייגען א גאנצע ספר אין איין ווארט ,ער פלעגט זאגן אז עס איז פארהאן פינף פינגער אין האנט, די בוהן אצבע אמה קמיצה און זרת ווען מען ציעט אויס דאס גראבע פינגער איז עס אוועקגערוקט 90 גראד פון דעם טייטעל פינגער, עס סימבאלאזירט די ווייטקייט פון די רעאליטעט צום מחשבה, די דריטע און מיטעלסטע פינגער איז די העכסטע וואס דאס באדייט די מויל וואס איז העכער און פארברייטערט זיך מער פון די מחשבה, און אמאל צופיל מער. די פערטע פינגער איז די קמיצה, א רמז אויף קמצנות וויפיל מען דארף קארגען ווען מען שרייבט ארויס די מחשבה. און די קליינע פינגער באציעט זיך צו וויפיל קארגשאפט מען ברויך האבן ווען מען פארעפנטליכט דאס וואס מען האט געשריבען.

הרב ישראל בונדהיים זצ''ל פון די מגידי שיעורים אין ישיבת קול תורה פארציילט אין אן אינטערוויא מיט ר' מיכאל גרינספאן, פון די גרויסע ''שאשאני פארשער'': איך האב קיינמאל נישט געטראפן אזא מענטש, יעדער האט געוואוסט אז שאשאני איז נישט זיין עכטע נאמען , ער האט נאר געזאגט אז ער איז געווען אין ירושלים אלץ קינד און מען האט אים געגעבן פאר יעדע בלאט גמרא בעל פה א געוויסע מטבע, ער האט געלענט צוואנציג בלאט א טאג, דאס האט ער מיר אליינס פארציילט. פון אים האב איך באקומען א חשק צו לערנען, ער איז געווען א גאון עצום! עס איז נישטא היינט ווי אים! א פאטאגראפישע זיכרון!

ר' מיכאל: גרעסער ווי פראפעסארן אין אוניווערסיטעט?

הרב בונדהיים מאכט אוועק די שאלה מיט זיין האנט: '' מעגליך מער קלוג ווי איינשטיין, איך האב נישט געקענט איינשטיין, איך טראכט נישט אז ער איז אפגעפאלן פון אים. עס איז געווען א פארגעניגען אים צוצוהערן, מער ווי אן אנציקלאפעדיע, ביי אים האט אלץ געלעבט, יעדע זאך, מענטשען פלעגן זיצן שעות אים אויסהערן און נישט מיד ווערן. יעדעס מאל נאך א שיעור פלעגט נעמען אפאר שעה צוריק צו לאנדען.

זענען די אלע מעשיות אמת אדער ווילדע גוזמאות? אויף דעם ענטפערט דער רעליגיעזער פראפעסער שלום ראזענבערג אז ''ביז איך האב אים געקענט האב איך אויסגעלאכט די אלע מעשיות, איינמאל איך קען אים קען איך אלעס גלייבען אויף אים.''



אין ארץ ישראל----

'' אן איזרעילישער זשורנאליסט, א געוויסער גלעדי באשרייבט אונטערן קעפל 'געזיכטער אויפן שיף' מיט א רייכע פאעטישע פעדער איינער פון די באליבטע רייזענדע פון אייראפע קיין ארץ ישראל: אן אידישער חכם וואס הייסט מרדכי בן שושן, געבוירן אין צפון אפריקע ער האט געדינט אלץ א דרשן אין שולן אין פראנקרייך, ער גייט אנגעטון אפגעשליסען, אבער אין תוכו כברו. דער איז א תלמיד חכם וועלכער שווימט ווי א מייסטערהאפטיגער געניטער שווימער אינעם ים התלמוד, מדרשים, ראשונים און אחרונים און חכמות חיצוניות. יעדע שאלה קען ער דיר פארענטפערן מיט ק''נ טעמים, און עס איז נישט דא קיין מאמר חז''ל וואס ער קען נישט אויפן לשון לויט דעם דף און עניין, הגדה צי הלכה, זיינע קענטענישען זענען ווי א פליסיג שפראך, און די מדרשים באוואונדערן די אויערן און הערצער פון די צוהערער, און ער רעדט פליסיג אין רוב שפראכען, אויב אויף א ידען זאגט מען אז ער איז אן 'עילוי' דארף מען אויף אזא סארט מענטש זאגן אז ער איז א ''גאון'' אויפן שיף זענען געווען אסאך גע'ערטע פרעזענליכקייטען, פראפעסערס, ריכטערס, דיפלאמאטען און שד''ר'ן (שלוחי דרחמנן) אבער דער איד, מרדכי בן שושן ער איז געווען דער פאפולערסטער צווישען אלע, שטענדיג שטייען צוהערער ארום אים''

איין רעטעניש האט דער גלעדי: ’’וויאזוי איז דער גאון געבליבען אנאנים? פארוואס ווערט ער נישט פאררעכענט פון די גדולי הדור? און פארוואס פארשעמט זיין ארימע חיצוניות זיין רייכע פנימיות?’’

''איינס פון די רייזענדע איז געווען אן אמעריקאנער רייכע איד, מיסטער זימעל איז זיין נאמען. יענער גוטער איד האט פראבירט צו ווירקען טאג און נאכט אויף מיסטער שאשאני אז ער זאל איינשטימען צו נעמען פון אים פרישע קליידער וואס פאסט פאר אים און אויך א שיינע נתינה אין אמעריקאנע דאלער פאר די ערשטע וויילע אינעם נייען ארט, אבער שאשאני האט פון גארנישט געוואלט הערן, יענער מיסטער זימעל האט פראבירט נעמען מעקלערס צווישען זיי א געערטער ריכטער, אבער קיינער האט נישט געפועלט ביי 'מרדכי בן שושן' .
דער עושר האט זיך נישט אפגעשטעלט דא; ער האט צוגעזאגט פאר דעם חכם בן שושן א שיינע סומע אויפצושטעלן א ישיבה, וואס איז געבליבן מיט דעם נאבעלען פלאן ווייסט קיינער נישט, אבער דער אנטוישטער נדבן איז אראפ צום גרויסען זאל אין שיף און דארטען פארצווייפעלט אויסגעווארפען די באנקנאטען פאר די פרישע 'עולים'.

פראפעסער דוב לאנדא שרייבט: ''געווען איז עס אין די פופציגער יארן, איך שפאציר אין די קארידארען פון די בר-אילן אנשטאלט אין ארץ ישראל, עס איז געווען ביי נאכמיטאג פויזע. יענע טאג איז ער געשטאנען אין קארידאר נעבן א רעסטעראנט און גערעדט אויף עפעס א גמרא סוגיא בערך א פופציג סטודענטען זענען געשטאנען ארום אים.

ער איז געגאנגען אנגעטון מיט אן אויסגעטראגענע ברוינע רעקל גרעסער ווי זיין מאס, א צוקיינטשטע שניפסעל, א מיטעלע הייעך איך געדענק נישט צו זיין קאפ איז געווען איבערגעדעקט, אויב מען וואלט מיר געפרעגט, וואלט איך געזאגט אז ער איז א נידריג-ראנגיגע ארבעטער עס איז מיר געווען גאר מאדנע אז יעדער האט אים אויסגעהערט אנטציקט און אויסגעזען היפנאטיזירט פון דעם מענטשענס גייסטישער כאראקטער.
ער האט גערעדט מיט א ברען נאנט צו א גאנצע שעה און זיינע ווערטער האבן נאכאלץ נישט געקלעבט צו די גמרא יעדער דארט האט אויסגעהערט געשפאנט, איך בין נישט געווען דארט פון אנפאנג און איך האב נישט פארשטאנען וויאזוי די געדאנקען באהעפטען זיך איינס צום צווייטען, א ישיבה בחור האט אפגעפרעגט די מהלך און געטענהט אז די גמרא געפונט זיך אין אן אנדערע מסכת, דער מענטש האט געבעטען אז מען זאל אים ברענגען א גמרא מען האט אים געברענגט די מסכת וואס ער האט געבעטן און ער האט געפענט אין דעם ריכטיגען ארט, איינער פון די צוהערער האט זיך געוואלט רייצען מיט אים און אים געפרעגט צו דאס איז די איינציגסטע גמרא וואס ער קען, אלץ רעאקציע האט ער געבעטן אז מען זאל אים ברענגען א נאדעל, ער האט אריינגעשטאכן דאס נאדעל אין דעם גמרא און ציטירט אלע שורות פון אלע בלעטער לעבן די נאדעל, דער מענטש האט געזאגט אז ער הייסט בן שושן, און קומט פון מאראקא, מיט די צייט, נאך ער איז פארשוואונדען געווארען און געוואנדערט אין אנדערע ערטער, האבן מיר קענען געלערענט אז דער האט נאך נעמען , א שטייגער ווי מרדכי שושני און הלל פערלמאן. ער האט נאר געגעסען נאטורליכע עסנווארג צומאל גרויסע קוואנטומען און צומאל גאנצע טעג אהן אריינעמען עפעס אין מויל, ער האט נישט צוגערירט צו אלקעהאל אויסער פון וויין פאר קידוש. ער האט געטרונקען נאר טיי און קאווע, און אלעמאל געגעסן אליין קיינער האט נישט געמעגט מיטהאלטען. ''





אין רעליגיעזען קיבוץ בארות יצחק----

איין טאג קומט אן א פרעמדע מענטש וואס קיינער האט אים נישט געקענט און זאגט: ''גיבטס מיר א צימער מיט עסן און איך גיי אייך אויסלערנען וואס איר ווילט, ער האט אויסגעזען אינגאנצאן נאכגעלאזט, אפגעשליסען ווי א שנארער, מיר האבן געהאלטען אז ער איז א משוגענער, אבער מען קען נישט פשוט פארטרייבען אזא מענטש'' פארציילט פראפעסער צבי באכראך וועלכער האט דאן געוואוינט אינעם קיבוץ ''האט מען אים געגעבן עפעס א האלצערנע בודקע און נאך א שטיק צייט האבן מיר געזאגט: 'לאמיר הערן וואס ער האט צו פארלערנען' ער האט פארגעלערנט א שיעור אין גמרא תוך כדי וואס ער האט פאראכטען דרוקעריי גרייזען. און אלעס אויסענווייניג. עס איז געווען אזוי איינדרוקספול אז מיר האבן אים געגעבן א פלאץ צווישען אונז''

נאך וואס שאשאני איז אוועקגעגאנגען פון קיבוץ בארות יצחק האט ער זיך געדרייט אין נאך אפאר ערטער אין ארץ ישראל און דערנאך צוריקגעפארן צו פראנקרייך.

אין א שמועס מיט דער שרייבער פון די שורות פארציילען ר' שמשון גאטליב'ס קינדער: ''שאשאני איז איינגעשטאנען ביי אונזער זיידע אין פאריז, ער האט אים אפגעצאלט- ווי זיין שטייגער- מיט'ן אויסלערנען זיינע קינדער מאטעמאטיק מיט נאך וויסענשאפט, איין טאג זאגט ער פאר דער זיידע ''שמואל מאיר עס קומט א גרויסע מלחמה, איך גיי יעצט פארשוואונדען ווערן פאר א וויילע'' נאך בערך א חודש איז ער צוריקגעקומען מיט א פאלשע מאראקאנע פאספארט. דער זיידע איז געווען גרייט צום מלחמה א דאנק אים, ער איז מיטגעקומען מיט די פאמיליע קיין אורוגוואי, געוואוינט ביי אונז אינדערהיים אין דערנאך אין יאר 1952 איז ער ארויפגעקומען מיט די פאמיליע קיין ארץ ישראל, און געוואוינט ביי אונז אינדערהיים.
''מיר למשל'', פארציילט ר' גבריאל גאטליב, ''האט ער אויסגעלערנט שאך, איך בין געווען אכט יאר אלט און ער האט מיר אויסגעלערנט אזוי דורך זיך צוזעצן צום שאך- ברעטל, און מיר באזיגען ביז פיר גענג, ער איז נישט געווען גרייט אויסצולערנען ביז איך האב אליין געכאפט דעם געדאנק, עד האט מיר גוט אריינגעפארן און זיך צושמייכעלט יעדע מאל וואס ער האט מיר באזיגט, ער האט געווילט אז איך זאל אליין נוצען מיין קאפ.''

''ער פלעגט זיצען ביי אונז אין הויף מיט דאקטער מאיר (וועלכער האט שפעטער געווארן דער גרעסטער אפטייקער אין מיטעל מזרח און געמאכט די ליסטעס פון די כשר לפסח וויטאמינען ) און אים אויסלערנען אפטייקעריי, ספרים און ביכער האט ער כמעט נישט גענוצט, צומאל פלעגט ער גיין צו ביבליאטעקן. זיצען פארטראכט אויף דעם וויג, שרייבען חידושים- דעמאלט האבן מיר געזען א צופרידען- מינע אויף זיין געזיכט, אדער גלאט זיך שרייבען בריווען מיט איינשטיין און אנדערע באוואוסטע געלערענטע פיגורען, מיט רבנים און להבדיל פאליטיקאנטען און אפילו מיט דעם דעמאלטיגער ראש ממשלה בן גוריון. ''

''אונזער פאטער ר' שמשון איז געווען דער אורוגוואיער קאנסול אין ארץ ישראל און ער האט איינגעלאדענט דעם אוראגוואיער אמבאסעדער צו אונז אין שטוב, מען האט געבעטן שאשאני אז ער זאל אויפנעמען דעם אמבאסעדער, מען האט אים אפילו אפירגעברענגט נייע קליידער, ער האט אפגעזאגט און געזאגט אז ער קען נישט קיין ספאניש, אפאר שעה פאר דער אמבאסעדער האט געזאלט אנקומען האט דער פראפעסער זיך געקוילערט אויף דער ערד אין הויף אזוי אז די נייע קליידער האבן נישט אויסגעזען צופיל אנדערש ווי די אלטע, דערנאך האט ער זיך אראפגעזעצט אויף די העמאק אין חצר ביז דער אמבאסעדער איז אנגעקומען, ווען דער אמבאסאדער איז אנגעקומען האט ער זיך אויפגעשטעלט און אים באגריסט אין א פליסיגע ספאניש, ''אבער דו האסט געזאגט אז דו קענסט נישט קיין ספאניש?'' - האבן מיר אים שפעטער געפרעגט -''פאר אזא חשובע פרעזענליכקייט מוז מען זיך אויסלערנען ספאניש!'' האט דער פראפעסאר קורץ גענטפערט.

'' עס שיינט אז ער האט געגעסן חולין אויף טהרת הקודש '' פארציילט א צווייטער ברודער ''קיינער האט נישט געמעגט צורירען זיין עסן אדער געשיר, ניטאמאל טיילען מיט אים דאס זעלבע טישטוך, ער פלעגט גיין מיט זיין אייגענע קריגעל צום מילכיגער דערנאך נעמען די מילעך עס ארויפלייגען אויף די גאז ביז עס האט געזידט און עס טרונקען אויף איינמאל, דערנאך פלעגט ער שטארק שוויצען.''

''מיר האבן אים געפרעגט פארוואס ער דאווענט נישט מיט א מנין און ער האט אונז גענטפערט אז עס זענען נאר פארהאן צען אידן אין גאנצען לאנד וואס זענען ראוי צו שטיין פאר'ן באשעפער און אלול צייט פלעגט ער זאגן אז ער גייט צו זיינע 'חברים' ער פלעגט זיך ארויסלאזן אויף די וועגן און ער האט זיך גוט אויסגעקענט אהן קיין מאפע, ער איז פארשוואונדען געווארן מיט זיינע רענצלעך אין איין רענצעל האט ער געהאט אן ערך פון צען- צוואנציג שיך, דערנאך האבן מיר אויסגעפונען אז ער איז אין צפת, דארט האט ער געהאט א שול פון מקובלים וואו ער פלעגט דאווענען ימים נוראים. ער איז אוועק פון די וועלט גאר אלט, איך געדענק אז איינמאל האט דער פראפעסער געכאפט א זעץ פון אן אויטא און געליגען באוואוסטלאז מען האט אריבערגערופען דאקטאר לעוויט דער דאקטאר האט געפרעגט דעם טאטען ווי אלט ער איז מיין טאטע האט נישט געוואוסט צו ענטפערן, דער דאקטאר האט באטראכט זיין גענאק און געזאגט אז ער דארף צו זיין גאר אלט, און דאס איז נאך אין די פופציגער יארן!''

''איך געדענק אז איינמאל איז געזיצען ביי אונז אין סאלאן א שרייבער וואס האט ארויסגעגעבן א ספר אויף דעם רמב''ם, דער שרייבער האט ארומגערעדט אויפ'ן רמב''ם, מיטאמאל האט שאשאני אריינגעשטורעמט און זיך צושריגען ''עמי-הארצים רעדן אויפ'ן רמב''ם???''

זומער איז געווען שווער צו שטיין לעבן אים, די מאמע האט אים געבעטן אז ער זאל זיך ארומוואשען אבער ער האט קיינמאל נישט מסכים געווען; ''אז איך וועל זיך וואשן וועל איך שטארבן!''

''אונזער ברודער איז געווען גאר קראנק, שאשאני האט אים פראבירט היילען מיט אויבערנאטירלכע מיסטישע מיטלען, קען זיין מיט קבלה מעשית, קען זיין מיט כוחות הטומאה, (איך קלער אז דערפאר איז ר' מרדכי פאגרעמאנסקי ארויס קעגן אים, זאגט דער ברודער ר' יהושע) און עס זענען געווען קלאנגען אז אין יעדע הויז וואו ער איז איינגעשטאנען איז געווען אומגליקען האבן די עלטערן ערלעדיגט אז ער זאל צוריקגיין קיין אוראגוואי און טיף אפגעאטעמט ווען ער איז אוועקגעפארן, דארט פלעגט ער עסן שבתים ביי משפחת רובינשטיין.

ווען שאשאני איז געווען אין שטראסבורג איז ער אריין אין עסזאל וואו די קינדער האבען געגעסען, און שטיפעריש געווארפען אויף די קינדער פרוכט קערעלעך. איינמאל האט די גאסטגעבערין אים געפרעגט אויב ער קען פויליש און ער האט גענטפערט אז נישט. צען מינוט שפעטער, ווען זי האט גערעדט מיט איר מאן אויף פויליש האט זיך שאשאני אריינגעמישט מיט א פליסיגע פויליש ''אבער האסט דאך געזאגט אז דו קענסט נישט? און די רעדסט אויסגעצייכענט?'' ''ריכטיג,'' האט ער גענטפערט, ''אבער צו קענען רעדן הייסט נישט קענען, צו קענען א שפראך דארף מען קענען איר קאלטור און ליטעראטור''

די וועלכע קענען אים פון פראנקרייך פארציילען אז כדי צו קענען א גוטע פראנצויזיש האט זיך שושני פארשפארט פאר צוויי וואכן אין א האטעל צימער מיט א ''לארוס'' א פראנצויזישע ווערטער בוך, און דערנאך האט ער גערעדט א גוטע פראנצויזיש. און פארגעלערענט מאטעמאטיק פיזיקס און דאקטעריי אויך פאר דאקטוירען און פראפעסאראן און אלעס אויף די נארוואס געלערענטע שפראך.

אלטע אידען האבען זיך געשוואוירען מיט א נקיטת חפץ אז זיי האבען מיטגעהאלטען ווי שאשאני האט זיך אויסגעלערנט שפאניש נאכן זיצען איבער א שפאנישע ווערטערבוך פאר דריי טעג.


ווער ביסטו טאקע----


דער חתן?

ליטע, ערגעץ ווען פאר די ערשטע וועלט קריג .

הלל פערלמאן איז א וואונדער-קינד, ער קען גאנץ תנ''ך און ש''ס בעל פה, ביי די זעקס יאר האט ער שוין געקענט ספרא דצניעותא בעל פה, זיין טאטע ר' מנחם און זיין מוטער פייגע נעמען אים ארום אין די גרויסע מארקען אין מזרח-אייראפע כדי דאס קליינער זאל באווייזען זיינע קענטענישען און אזוי ארום וועלן די עלטערן לייזען נאך א קאפיקע.

דער קינד איז אומצופרידען פון די געווירבעל און הו -הא ארום אים, ער איז א באשיידענער, די גאנצע טראסק און טאראראם ווירקט אויף זיין עמפינדלעך זעל, און באשליסט אז ווען ער וועט קענען וועט קיינער נישט זיך נישט דערוויסען זיין ווירקליכע אינדענטיעט.

אין א יונגע עלטער פארט הלל אליין קיין ארץ ישראל.

ירושלים, חודש אדר, ערגעץ צווישען די יארן תרע''ד און תרע''ח, אייראפע איז אינמיטען די ערשטע וועלט מלחמה, אין ישיבת מאה שערים גייען די שיעורים אן תמידין כסדרן, דער ראש ישיבה איז הרב מנחם שלמה ראב, עס איז געווען איין תלמיד וואס האט ארויסגעשטארצט סיי מיט זיין התמדה און סיי מיט זיינע כשרונות.

רבי מנחם שלמה'ס זון פארציילט אז דער בחור הלל פערלמאן איז געווען גאר באליבט ביי זיין פאטער דער ראש ישיבה, און צום פורים סעודה איז הלל געקומען מיט נאך אפאר ישיבה בחורים זיי האבן מיטגעברענגט א שיינע משלוח מנות, אינעם משלוח מנות איז געליגען א פלאש וויין פון א בארימטע פירמע, די פלאש איז געווען פארמאכט מיט א וואקסענע שטאפער, ר' מנחם שלמה האט גוט געקענט זיינע תלמידים און ער האט חושד געווען אז די בחורים טוען דא אפ עפעס א שפיצעל, האט ער זיי אנגעגאסען פון די וויין אין זייערע גלעזער צו זען וועלכע ברכה די חברה וועלן מאכען... מערקענדיג אז עס איז זיי נישט געלונגען צו אויסנארען דעם ראש ישיבה האבן זיי אויסגעשאסן אין א געלעכטער און געמאכט א שהכל אויף די בארשט...
דערנאך האט הרב קוק אויפגעשטעלט זיין ישיבה אין יפו, און נאך א רעקאמאנדאציע פון ר' מנחם שלמה איז הלל פערעלמאן אריבערגעגאנגען לערנען אין יפו, אין יענע צייט איז עס געווען א נארמאלע ערשיינונג אריבערצוגיין פון ישיבת מאה שערים צו הרב קוק'ס ישיבה.

אין די צוואנציגסטע אין נאוועמבער 1919 ערשיינט א קליינע באשיידענע מעלדונג אין די אידישע צייטונג 'דער מארגען זשורנאל': אין שול פון די תלמוד תורה ניו לאטס אין ברוקלין, אין שבת פרשת תולדות גייט דער ירושלימער עילוי הרב ר' הלל פערלמאן געבן א שיעור, דאס איז די איינציגסטע פלאץ פון צענדליגע צייטונגען און תורה אויסגאבעס אין יענע תקופה וואס דערמאנט א ווארט וועגן דעם הלל פערלמאן.

נאר אין איין איינציג פלאץ ווערט די נאמען הלל פערלמאן נאכאמאל דערמאנט; אין די בריוו אויסטוישען פון הרב קוק.

עס ווייזט זיך אויס פון די בריווען אז אין די יפו ישיבה וואס הרב קוק האט געפירט געפינט זיך א בחור מיט דעם נאמען הלל פערלמאן, ער איז גאר געשעצט דארט, נאך וואס הרב קוק פארט אוועק פון ארץ ישראל און די ישיבה פארמאכט זיך, צושפרייטען זיך די תלמידים יעדער צו זיין פאמיליע, אבער הלל גייט וואוינען אין הרב קוק'ס איבערגעלאזט הויז, פשוט דערפאר ווייל ער האט נישט וואו צו גיין, זייענדיג אן קיין פאמיליע מיטגלידער אין ארץ ישראל.

נאך א שטיקעל וויילע וואנדערט הלל קיין אמעריקע, אין זיינע ערשטע טעג דארט שיקט ער אן אומעטיגע בריוו צו הרב קוק ווי ער באשרייבט זיין ארעמקייט און עלענדקייט אן קיינע באקאנטע אין די נייע פלאץ. הרב קוק שרייבט אים א המלצה בריוו צו עמיצער פון די מזרחי פירער אין אמעריקע ער זשאלעוועט נישט קיין לויב ווערטער אויף הלל און ער רופט אים צווישען מערערע טיטלען ''החתן הרב החריף ובקי ושלם '' און ער ענדיגט צו אז דער בחור פערלמאן איז עפעס גאר ספעציעל און וועט נאך זיין א ברכה פאר כלל ישראל.
מיט די דאזיגע בריוו שיקט ער אויך פאר הלל א חיזוק- בריוו : ''ידידי החתן היקר, האברך כמדרשו חריף ושנון, נבון בחדרי תורה וחכמה.''

צום סוף פון די בריוו לייגט ער צו: ''תגדל ותהיה לשם ולתפארת בישראל, כראוי לך לפי כשרונות נפשך היפה.''
ווי עס שיינט האט הלל געהאט א פיינע סוקסעס אין די בערזע אבער אלס פארלוירען אין דעם קראך ביי די דרייסיגער יארן. דערנאך פארט הלל קיין צפון אפריקע א שטייגער ווי אלדזשיר אדער מאראקא, און די צווייטע וועלט מלחמה טרעפט זיך חכם שאשאני דווקא אין פראנקרייך. שאשאני האט אליין פארציילט אז ער איז געווען רייך ביי די צוואנציגער יארן און אלעס אנגעזעצט ביי די דרייסיגערס, קען מען אים גלייבען ביים ווארט?
פראפעסער ראזענבערג זאגט אז מיסטער שאשאני האט אים קלאר געזאגט אז ער האט געלערנט ביי הרב קוק און ביי אים איז נישט קיין צווייפעל אז ער איז אט דער הלל פערלמאן. פראפעסער ראזענבערג איז געגאנגען אזוי ווייט אז ער האט אפילו געגעבן דעם נאמען הלל פאר איינער פון זיינע קינדער נאך זיין אומפארגעסליכען לערער. מען קען צולייגען צו דעם אז משה שויבער ז''ל, וועלכער מיסטער שושני האט געוואוינט ביי אים האט פארציילט פאר פארשער אז שושני האט געהאט א שוועסטער וואס האט געוואוינט אין ניו יארק און איר שנור האט קלאר באשטעטיגט אז שושני'ס נאמען איז געווען הלל פערעלמאן.

דאגעגען, אלי וויזעל האט יארן לאנג גע'טענה'ט אז שאשאני האט אים אויסגעזאגט זיין ריכטיגע נאמען אבער ער האט צוגעזאגט אז ער גייט קיינמאל קיינעם נישט אויסזאגען, נאך לאנגע מוטשערייען האט וויזעל אויסגעזאגט אז זיין רבי'ס נאמען איז מרדכי רויזענבוים. און בן שושן איז מרמז אויף דעם '(שושן' אלץ רויזען.)
אבער מעגליך אז עס איז א רעזולטאט פון א פאלשע אידענטיפיקאציע קארטעל פון יאר 1952 וואס שאשאני האט כסדר געטראגען מיט זיך אלץ מרדכי בן שושן פון מאראקא? אדער אפשר גאר נאך מרדכי היהודי פון שושן הבירה?

געוויסע פארשער זאגן אז וויזעל איז פשוט געווען געטריי זיין וועג-ווייזער און רעספעקטירט זיין ווילען צו בלייבען אנאנים אויך נאך זיין פטירה. א קליין ראיה דערויף איז פשוט די פאקט אז וויזעל האט אויך פארציילט אז ער האט געזען א בריוו פון הרב קוק צו אים ווי ער רופט אים אן 'רבי אלופי ומיודעי'.

לויט וויזעל'ס ווערסיע האט שאשאני געהאט געוויסע משפחה סיבות פארוואס ער האט זיך אזוי באהאלטען.
אין אן ארטיקעל פון וויזעל צייכענט ער אן אז א געוויסע רב האט זיך פארבינדען מיט אים צוויי חדשים נאך שאשאני'ס פטירה און אים אויסגעזאגט אז ער איז א פלומעניק פון שאשאני, יענער רב האט אים אויך אויסגעזאגט שאשאני'ס עכטע נאמען, און אים באשוואוירען נישט אויסצוזאגן פאר קיינעם אין די וועלט. וויזעל שרייבט נישט ווער דער רב איז געווען, אבער מען שאצט אז עס איז געווען הרב מאיר מינץ זצ''ל פון מאנסי , דער ראש ישיבה פון בית תורה, וויזעל פארציילט אז עס איז געווען פארשידענע ענדליכקייטען אין אויסזען פון דער פעטער און פלומעניק כאטש די יארן צווישענשייד.

מאנכע פארשער ווילען זאגן אז אלע סימפטאמען צייגן אז שאשאני איז איינפאך געווען א מלחמה געליטענער וועלכער האט געזען דעם טויט פאר די אויגען צענדליגע מאל און דערפאר האט ער זיך אזוי באהאלטען אז מען זאל זיך נישט דערוויסען ווער ער איז, און דערפאר האט ער נאכאנאנד אנטלאפען פון זיינע כלומר'שטע נאכיעגער.


אין אורוגוויי----

מונטעווידע תשכ''ח.

די אידישע קהילה רעכנט א סך הכל פון פערציג טויזענט פאמיליעס פון אל ע שיכטען, קרייזען און פארטייען; פון נטורי קרתא ביז צו קאמוניסטען, צווישען די אלע קאלירען שטארצט ארויס איין איד, אונזער באקאנטער מיסטער שאשאני, דא רופט ער זיך דווקא 'פראפעסער שאשאני' ער וואוינט שוין דארט איבער א צען יאר, פון שנת תשט''ז, און איז פארזיכטיג צו בייטען וואוינארט יעדע פאר חדשים.

די איינוואוינער שילדערן:
''אנפאנג האבן אים די גבאים מכבד געווען מיט עליות אבער דער פראפעסער פלעגט שנעל ארויסלויפען פון שול, ביז מען האט זיך אויסגעלערנט אז מען גיבט אים נישט קיין עליות.''

''געווענטלעך איז ער דורך דעם טאג געזיצן און געשריבן. אויב מען האט אים געזען מיט א ספר איז עס אלעמאל געווען ספרי קבלה, מען האט אים אסאך געזען מיט דעם ספר הקדוש רזיאל המלאך. איינער האט אים געקויפט די ספר הקדוש ויואל משה ער איז אינגאנצען אריבער איינמאל אויף די גאנצע ספר און עס געקענט אויסענווייניג. אסאך מענטשען זענען געקומען אין שול פרעגן שאלות אין חשבון, היסטאריע, אסטראנאמיע א.ד.ג.

ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער האט אויסגעוועלט צו וואוינען אין אורוגוויי איבער אלע פלעצער אין די וועלט האט ער גענטפערט'' איך בין אין אורוגוויי ווייל דאס איז די זיכערסטע פלאץ פאר מיר אויף די וועלט''
''מען האט אים אלעמאל געזען זיצען און לערנען אין דעם ווייבער שול, שבת פלעגט ער דאווענען אין דעם סאטמערע שול, טיילמאל פלעגט ער גיין אנגעטון מיט צוויי פאר תפילין צוזאמען, ווען מען האט אים געפרעגט פארוואס ער שערט זיין בארד האט ער געענטפערט אז ער האט עפעס א קבלה עניין. ער פלעגט אנטלויפען פאר קריאת התורה צו די ווייבער שול כדי מען זאל אים נישט געבן קיין עליה.

''ער פלעגט נאר עסן נאטירלכע עסן און נאר ער האט עס געמעגט קאכן. מיין טאטע האט אים געבעטן אז ער זאל מיר אויסלערנען מיין בר מצווה פשעטיל, און ער האט עס געלערנט מיט מיר ארום פופצען מאל, אויב איך האב נישט קלאר פארשטאנען האט ער שטארק געשלעפט מיינע אויערן...ער האט מיר געפרעגט צי איך וויל אויך זאגן מגידות ביי מיין בר מצווה, איך האב אים גענטפערט אז יא. האט ער מיר געפרעגט ווען מיין בר מצווה וועט זיין. האב איך אים גענפערט אז עס דארף פארקומען פרשת יתרו. ער האט אריבערגעפירט זיין האנט אויף זיין שטערן און אויפן ארט געפרעגט דרייצען קשיות אויף די פסוק 'מה שמועה שמע ובא און אפגעוואנדען אלע קשיות מיט איין תירוץ. מען האט געפרעגט מיין טאטען פארוואס ער לאזט מיר לערנען מיט פראפעסער שאשאני ער טראגט דאך נישט קיין ציצית? האב איך זיי פארציילט אז איינמאל האט שאשאני אויסגעטון זיין רעקל האב איך דאן באמערקט אז ער האט געמאכט זיין העמד פאר ד' כנפות און צוגעטשעפעט ציצית צום העמד זעלבסט. דאס האט ער געטון היות ער האט שטארק געשוויצט.

'' אין אן אינטערוויא צו דער שרייבער פון די שורות, ווייסן די רובינשטיין ברודער צו זאגן פאר דער אז שאשאני האט נאר געגעסן לעבעדיגע זאכן, אפגעשיידט און באזונדערט פון די ארומיגע, ער האט זיי באשטעטיגט די מעשיות וואס מען האט געזאגט אויף אים אז ער האט זיך פארשטעלט ווי א מוסלעמענער און א מאטעמאטיק פראפעסאר, ער האט זיי דעמאלט געזאגט אז פיזיקער האבן א טעות מיט די צייט, (היינט ווייסט מען שוין פון דעם) זיי פארציילען אז איינמאל א וואך האט ער געגעבן א שיעור אין ראדיא, און אויך געדענקען זיי אז... ער האט שטארק געגליכען סטראבעריס... עס איז געווען לאכעדיג און זיס אינאיינעם צו זען ווי דער מאדנער פארשוין מיטן קרומען היטעל וואס מיר האבן אים נאכאנאנד געמאכט 'נאדעל פארהערן' אויף ספרים עסט אזוי אפעטיטלעך''

נישט נאר זיין לעבן איז געווען א רעטעניש, נאר אויך זיין טויט;
חכם שושני איז אוועק אין דעם שטאט דורסאנא וואס געפינט זיך אין אורוגוואי שבת ביינאכט אינמיטען א סעמינאר פאר רעליגיעזע לערער און שילער נאך ליידן פון א הארץ אטאקע זיינע תלמידים האבן וויינענדיג געזוכט א דאקטער ביז עס איז אפיר געקומען א דאקטער א שוסטער. דער האט נישט געקענט מער ווי אים צוהעלפען גוסס'ן. די דאטום איז געווען ליל שבת פרשת וארא כ''ו טבת תשכ''ח. נאך זיין פטירה האט מען געטראפן אין איינע פון זיינע קליידער א צעטל מיט א נאמען, א טעלעפאן נומער און א שווייצער אדרעס. מען
האט שפעקולירט אז די דעטאלן פירן צו א מענטש וואס דארף צו וויסען ווער חכם שושני איז געווען.
ווען מען האט טעלעפאנירט צום נומער האט א פרוי גענטפערט אויפן צווייטע זייט טרייבעל און געמאלדן אז דער מענטש איז אוועק מיט א בלויזע צוויי טעג פריער. און אזוי איז אפגעהאקט געווארן דעם לעצטען פאדעם און שפור צו זיך באוואוסען זיין אידענטיטעט.

אויף זיין קבר שטייט געשריבן צוויי שורות 'פ''נ הרב והחכם שושני ז''ל לידתו וחייו סתומים בחידה'


חכם שאשאני מיט גדולי החסידות----

שאשאני איז געווען ביים סאטמערער רבי זי''ע אין פאריז, ער האט געווארט ביים טיר און מען האט אים נישט אריינגעלאזט, ער האט געשריבען עפעס אויף א צעטל און געבעטען אז מען זאל עס אריינטראגן צום רבי'ן ווי נאר דער רבי זי''ע האט געזען דאס צעטל האט ער געזאגט אז מען זאל אים שוין אריינרופען דערנאך זענען זיי געזיצען דריי שעה אינאיינעם. וויזעל שרייבט אז דער סאטמערער רבי זצ''ל האט געזאגט אויף שאשאני: ''איך קען נאך פארשטיין אז א מענטש זאל אזוי סאך קענען , אבער וויאזוי פארשטייט מען דאס אלעס?!'' יארן שפעטער, אין אורוגוויי האט שאשאני אמאל געזאגט פאר סאטמערע חסידים ''איך האב גערעדט מיט ענקער רבי....''

צווישען די צוויי וועלט מלחמות געפינט זיך אין פאריז אן איד א תלמיד חכם מיטן נאמען ר' בנימין נחום זילבערשטרום. און מיט די פרעמדע בייזע רעפארעם ווינטען וואס בוזשעווען אויף די פאריזער גאסען זוכט ר' בנימין נחום פאר זיין זון א פרומע אידישע חינוך, מען האט אים רעקאמאנדירט איינעם מיט דעם נאמען חכם שאשאני, יענער האט זיך פראבירט אפצושיידען פון מענטשען וואס מער מעגליך, ר' בנימין נחום האט זיך לאנג געדארפט איינבעטן ביי שאשאני ביז דער לעצטער איז איינגעגאנגען דערויף, ער איז איינגעשטאנען ביי זיי און אלע זיינע באדערפענישען איז געווען אויף ר' בנימין'ס פלייצעס. ער האט אויסגעלערענט דעם אכט יעריג אהרן מרדכי גמרא רש''י תוספות און מפרשים. און אסאך געשמועסט מיט אים. עס פלעגן קומען צו אים אסאך בריווען, קיינער האט עס נישט געמעגט עפענען. מיר האבן זיך קיינמאל נישט דערוואוסט וואס זיין עכטע נאמען איז. ער האט אכטונג געגעבן. נאך די מלחמה האט אים ר' אהרן מרדכי געטראפן אין פראנקרייך און לויט ווי ער געבט איבער: ''כאטש איינמאל האט זיך דער ליובאוויטשער רבי געטראפן מיט אים, זיי האבן זיך פארמאכט אין א צימער , און דאכט זיך אז איך עס האט זיך ארויסגעהערט פון אינעווייניג הויכע טענער.''
לויט ווי הרב בנימין קליין ע''ה דער סעקרעטאר פונעם רבי זצ''ל האט פארציילט האט דער סעקרעטאר זיך באגעגענט מיט חכם שושני בשעת א באזוך אין אורוגוואי, די פארבינדונגען פונעם רבי'ן מיט חכם שושני איז געווען באוואוסט ביי די מקורבים, און דער סעקרעטאר איז געווען באגייסטערט פון חכם שאשאני'ס באהאלטענע פרעזענלעכקייט.

''אין איינע פון מיינע רייזעס צו אורעגוויי מיט א שליחות פריינט האבן מיר געהערט אז עס איז פארהאן א מענטש מיטן נאמען חכם ש אשאני וואס האט געקענט דעם רבין נאך אין אייראפע'' האט הרב קליין פארציילט. ''מיר האבן אים געזוכט פאר א וויילע און ביי די ענדע האבן מיר אים געטראפן זיצן אין א שול, ער איז געווען אנגעטון מיט גאר אלטע קליידער, און אויסגעזען נאכגעלאזט. ווען מיר האבן אים באגעגענט, האבן מיר אים פארציילט אז מיר זענען ליובאוויטשע חסידים''.

חכם שאשאני האט זיי געפרעגט אויב זיי קענען דעם ליובאוויטשער רבי'ן, און זיי האבן אים גענטפערט פאזעטיוו צום שאלה. הרב קליין פארציילט אז חכם שאשאני האט געשאקלט זיין קאפ רעכטס- לינקס. ''ענק זען אים, אבער איר קענט אים נישט''

חכם שאשאני האט געבעטן פון די צוויי אז דער רבי זאל אים שיקן א טלית מיט א ש''ס. ''ווען מיר זענען צוריקגעקומען צו ניו יארק האבן מיר געמאלדען דעם רבי'ן און דער רבי האט געהייסען אז מיר זאלן ערפילען זיין בקשה. נאך א שטיק צייט בין איך געוואר געווארן אז מען האט אים באגראבען מיט דעם טלית וואס מיר האבן אים געשיקט''

עס זענען פארהאן מענטשען פון אורעגווואי וואס פארציילען אז דער רבי פלעגט זיך נאכפרעגן ביי זיי וועגן חכם שאשאני,עס זענען אויך פארהאן עדות אז דער רבי פלעגט גיין אויסהערן זיינע שיעורים אין פראנקרייך.


'כנגד ארבעה בנים'----

אין יאר תשי''ז איז דער ליובאוויטשער רבי זצ''ל ארויסגעקומען מיט א רוף פאר דעם 'פינעפטען קינד' פון די הגדה.
די באגריף איז אז אין דעם הגדה ווערט נאר דערמאנט פיר סארט קינדער, און אז מען זאגט פיר קומט עס אויסשליסען כאטש איינעם. ביי די ארבעה בנים אין די הגדה שטייט א לשון פון 'אחד' מיינט עס צו זאגן אז עס איז דא עפעס אן ענדליכקייט צו די אלע פיר, און עס מיט וואס זענען די ארבעה בנים גלייך? אז די פיר קומען צום סדר, אבער דער פינעפטער זון קומט בכלל נישט צום סדר, נאך מער; ער ווייסט ניטאמאל אז עס איז בכלל דא א ליל הסדר, פאר דעם פינעפטען קינד שטעלן מיר א פינעפטען גלאז אז אליהו הנביא זאל שוין קומען און עס זאל שוין ווערן מקויים דעם פינעפטען לשון פון גאולה: 'והבאתי' אז די קינדער זאלן שוין אהיימקומען. חכם שאשאני האט געזאגט אז דאס איז זיין געדאנק, און ער האט עס איבערגעגעבן צו דעם רבי כדאי ער זאל עס פארשפרייטען. חכם שאשאני'ס תלמידים זאגן אז זיי האבן עס געהערט פון אים נאך יארן פאר דער רבי האט פארשפרייט דעם געדאנק.


חכם שאשאני'ס העפטען----

עס זענען פארהאן אן ערך פון הונדערט העפטען וואס מיסטער שאשאני האט איבערגעלאזט אין א רענצעל נאך זיין פטירה, אלעס איז מיט זיין האנטשריפט, ווען ער האט געלעבט איז געווען פארבאטען פאר א פרעמד אויג אריינצובליקען אין זיי, ער האט געהיטען אויף זיי מיט א שטרענגקייט, און קיינער פון זיינע באקאנטע האט זיך קיינמאל דערוואגט זיך אנצופאנגען מיט דעם שטרענגער גאון. זיינע נאנטע תלמידים האבן אפגעהיטען די העפטען, צווישען אנדערע העפטען וואס ער האט איבערגעלאזט ביי זיי און ביי אנדערע נאנטע וואו ער איז איינגעשטאנען. צווישען די העפטען געפונען זיך א שפאנישע לוח, און נאטיצען מיט געדאנקען אויף הלכה, אגדה, גמרה, זוהר הקדוש, און להבדיל אויך אין די געביטען פון אסטראנאמיע, מאטמאטיקע, געאגראפיע, פסיכאלאגיע, סאצאלאגיע, כעמיע, דקדוק, פיזיקס, און קאמפליצירטע גענג אין דעם שאך שפיל... די אלע העפטען האבען רויטע און שווארצע נומערן וואס חכם שאשאני האט אליין געשריבען.

עס איז געשריבען בקיצור הנמרץ, פול מיט רמזים און אפגעהאקט, מערסטענס שרייבט ער דארט מקורות איינע נאך די אנדערע, אסאך מקורות שרייבט ער נאר די מראה מקום זייערע אהן קיין נארמאלע הסבר וואס איז די געדאנק און וואס פארבינד צווישען זיי. אויך איז דארט פארהאן ליסטעס נומערן אפגעהאקט, און אסאך מאל געשריבען מיט אנדערע פענעס, וואס צייגט אז עס איז געשריבען געווארען אין אנדערע צייטען.
אבער צווישען די בענדער, געשריבען אויף פראנצויזיש, איז פארהאן אן אנהייב פון א מעשה וואס האט פאסירט מיט אים אלץ קינד:

''א דארפסמאן פלעגט אסאך מאל אדורעכגיין אונזער שטעטל מיט אן אייזעל אנגעלאדענט מיט פרוכט און פלעגט זיך אפשטעלן אנטקעגן אונזער הויז.

מיר פלעגן זיך צוזאמנעמען און קוקען אויף די לאסט מיט גלוסטיגע אויגן, איין טאג האט זיך די רייץ געשטארקט, די אייזעל האט געטראגן א קארב און מיר האבן געקענט זען צווישען די לעכער אז עס ליגען דארט שיינע גלאנציגע קעסטן- טשעסנאטס. גלייך ווי עס וואלט געווען ביי א שוי ווינדאו, אונז צו רייצען די אפעטיט...


די דרייסטע צווישען אונז האבן זיך געווינקען מיט די אויגען און איינער פון זיי האט פארגעשלאגן אז מיר זאלן פארברייטערן די עפענונג אין קארב ,און מיר האבן געמאכט וואלן.

איך בין געווען די איינציגסטער וואס האט זיך אקעגנגעשטעלט.

וויבאלד די רוב האט באשטימט, האבן די קינדער כמעט אנגעהויבן צו טון למעשה, אבער איך האב מירארויפגעווארפן אויף די קארב און געשריגען אז---''
די מעשה ווערט דא אפגעהאקט

דורך די יארן האבען ''שאשאני- פארשער'' פראבירט צו לייזען די העפטען אדער כאטש א טייל דערפון אהן קיין גרויס ערפאלג. די מערסטע טייל פון די העפטען זענען אנגעקומען אין פארשידענע מוזיאומס וואו מענטשען פראבירען נאך אלץ זיי אויספארשען.

אין יאר 2019 האט 'ווינערס אקשען' פארקויפט א טייל פון די העפטען פאר איבער צוואנציג טויזענט דאלער.
-
לסיכום: די רעדע איז איבער איינער מיט א פאטאגראפירעשע זיכרון, א ידען נפלא, עוקר הרים וטוחנן זו בזו ומשברן הדק היטב היטב הדק, זיינע ארומיגע זענען נישט קלאר וויאזוי ער הייסט, פון וואנעט ער שטאמט, און פון וואס ער האט מורא, יעדע שפעקולאציע איז שוין געזאגט געווארן אויף אים אבער גארנישט איז אויף הונדערט פראצענט.

אזוי אויך איז דא שווערע טענות אויף זיין אידישקייט, וואס א טייל פון די טענות איז אויפגעוויזען געווארן צו זיין נישט ריכטיג, גדולי ישראל האבן טענות אויף זיין הנהגה, אבער זענען באגייסטערט פון זיין פרעזענליכקייט, מען ווייסט נישט וואו ער האט אלץ גערייזט און געוואנדערט, אבער אויף וויפיל מען ווייסט האט ער איבעראל גענוצט זיינע כשרונות כדי זיך אן עצה געבן מאטריאליש. מענטשען האבן זיך באגעגענט מיט אים אין די זעלבע צייט אין צוויי אנדערע מדינות, האט ער טאקע גענוצט קבלה מעשית? תיקו.
לעצט פארראכטן דורך ליאו אום זונטאג מאי 12, 2024 3:24 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

שאשאני פלעגט נארמאל גיין מיט א היטעל, אבער דאס איז פאספארט בילדער
אטעטשמענטס
Screenshot_20240509-215358_Chrome.jpg
Screenshot_20240509-215358_Chrome.jpg (187.42 KiB) געזען 3341 מאל
Screenshot_20240509-215407_Chrome.jpg
Screenshot_20240509-215407_Chrome.jpg (167.36 KiB) געזען 3341 מאל
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
ראובן איש מהעם
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 2:29 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראובן איש מהעם »

ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

נאך:
אטעטשמענטס
Screenshot_20240509-220200_Chrome.jpg
Screenshot_20240509-220200_Chrome.jpg (105.29 KiB) געזען 3252 מאל
Screenshot_20240509-220150_Chrome.jpg
Screenshot_20240509-220150_Chrome.jpg (84.57 KiB) געזען 3252 מאל
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
אומר אני
שר חמש מאות
תגובות: 819
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 25, 2021 5:05 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומר אני »

קוקט אויס מאסיוו, דארף מען מאכן צייט צו ליינען, אפשר מאכט איינער א PDF?
ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

אומר אני האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:25 pm
קוקט אויס מאסיוו, דארף מען מאכן צייט צו ליינען, אפשר מאכט איינער א PDF?
בעסער נישט...
ביזדערווייל לאזן לעבן דאהי פאר א וויילע מיט א געניץ...
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1730
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:03 pm
נאך:
דער מארגן זשורנאל - נאוועמבער 20 1919 בלאט 8
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:44 pm
ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:03 pm
נאך:
דער מארגן זשורנאל - נאוועמבער 20 1919 בלאט 8
וואס זעט מען דא?
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 357
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

שכוח ליאן מייסטערהאפטיג אראפגעלייגט געליינט די גאנצע כהאב זייער הנאה געהאט שכוח.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2773
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:21 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:44 pm
ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:03 pm
נאך:
דער מארגן זשורנאל - נאוועמבער 20 1919 בלאט 8
וואס זעט מען דא?
ער ווערט דערמאנט די דריטע קאלום רעכטס
פון אינטען
ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

נאך:
זה הספר שייך לי...
א בוך פון שפיטאל מיט הלל פערלמאן'ס נאמען דערמאנט
אטעטשמענטס
IMG_20240510_002258_627.JPG
IMG_20240510_002258_627.JPG (102 KiB) געזען 2524 מאל
IMG_20240510_002210_966.jpg
IMG_20240510_002210_966.jpg (15.97 KiB) געזען 2524 מאל
IMG_20240510_002249_350.JPG
IMG_20240510_002249_350.JPG (112.21 KiB) געזען 2524 מאל
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
ליאו
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 07, 2023 6:06 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליאו »

נאך פארהאן א געוואלד חומר ועוד חזון למועד בעזרת ה'
לי אות - ליאו'ס בליעות
שׂ֧וֹשׂ אָשִׂ֣ישׂ בַּֽה' תָּגֵ֤ל נַפְשִׁי֙ בֵּֽאלֹקי כִּ֤י הִלְבִּישַׁ֙נִי֙ בִּגְדֵי־יֶ֔שַׁע מְעִ֥יל צְדָקָ֖ה יְעָטָ֑נִי כֶּֽחָתָן֙ יְכַהֵ֣ן פְּאֵ֔ר וְכַכַּלָּ֖ה תַּעְדֶּ֥ה כֵלֶֽיהָ׃
אוועטאר
שדכן גדול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3059
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 18, 2022 7:56 pm
לאקאציע:אומאן

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שדכן גדול »

WOW WOW זייער אינטערעסאנט.
חיריק שר הפארברענגען!
אוועטאר
מקובל אלוקי
שר האלף
תגובות: 1368
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 01, 2021 10:12 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מקובל אלוקי »

ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:27 pm
נאך פארהאן א געוואלד חומר ועוד חזון למועד בעזרת ה'
אה...
כהאב געזוכט די חילוק פון די נעכטיקע,

א ריזיגע שכוח עניוועי!!!!
זיכסט א ספר, רבי, חברותה, מראה מקום, אין לימוד הקבלה? איך קען אייך אפשר העלפן! אין אישי!
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2574
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

PDF ?
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7958
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

שכח ליאו, אזוי טאלאנטפול צוזאמענגענומן
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אזוי זאג איך
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 11, 2021 3:51 pm
לאקאציע:ביי די ארבעט

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי זאג איך »

Wow איז דעס מאסיוו! קיינמאל געהערט פין דעם. זייער זייער אינטערסאנט. טענקס
אזוי זאג איךמיינט אז That's just my opinion

פאר עני low voltage דזאב אין מאנרא / מאנסי / אפסטעט קאנטעקט מיר אין אישי.
אוועטאר
גראז
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 24, 2023 10:52 am

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראז »

Wow, א מעכטיגע ארבייט געמאכט @ליאו .

דיין שפראך איז דזשאסט להפליא!
וואס דו טוסט זאל נישט דעפינירן ווער דו ביסט, ווער דו ביסט זאל דעפינירן וואס דו טוסט

(וויוועק ראמאסוואמי)
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

נחום וואהלינער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:08 pm
ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 4:21 pm
חצי נזק האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:44 pm
ליאו האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 3:03 pm
נאך:
דער מארגן זשורנאל - נאוועמבער 20 1919 בלאט 8
וואס זעט מען דא?
ער ווערט דערמאנט די דריטע קאלום רעכטס
פון אינטען
Capture.PNG
Capture.PNG (65.77 KiB) געזען 1996 מאל
אוועטאר
mmn
שר חמישים ומאתים
תגובות: 419
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 29, 2018 3:59 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mmn »

הערליך
אוועטאר
בעל דמיון
שר האלף
תגובות: 1796
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 09, 2012 9:34 pm
לאקאציע:בביתי נאוה קודש, ליד ה״שלחן ערוך״

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעל דמיון »

Wow! What a job
ייש"כ!
The bitterness of poor quality remains long after the sweetness of low price is forgotten
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

איז דאס לאנג! אבער חזקה אויף @ליאו אז זיינע זאכן זענען מאסיוו, גיימיר עס ארויספרינטן.

א דאנק @ליאו .
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
דורך געטראכטער
שר חמש מאות
תגובות: 563
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 27, 2014 3:24 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דורך געטראכטער »

WOW
הבל הבלים הכל הבל!!! לופטיגע לופט, אלעס איז לופט!!!
ישיש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 17, 2023 6:18 pm

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישיש »

וואוף! מאסיוו!
אוועטאר
אלטערנעסייד פארקינג
שר האלפיים
תגובות: 2314
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 21, 2023 4:15 pm
לאקאציע:אויפן ווערעזאנא ברידזש אינמיטן פארשטעלן טרעפיק...

Re: מאנסיאר (מיסטער) שאשאני; ווער ביסטו???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטערנעסייד פארקינג »

ווען איך האב אנגעהויבן ליינען דעם ארטיקל האב מיך נישט געראכטן אויף אזא מגילה איך אב פרובירט עטליכע מאל צו מאכן א פויזע און שפעטער צוריק קומען אבער דאס איז געווען מורא'דיג ציענדיג גראדע האב איך מיך געבראכן אינדערמיט און איך וועל דארפן שפעטער צוריק קומען צו ענדיגן...

@ליאו 👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍👍
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”