עצרת 'לקונן ולשנן' - יום המר והנמהר ה' אייר תשפ"ד - ביהמ"ד הגדול סאטמאר מהרי״י
עת לקונן ולשנן!
דעם זינטאג נאכט ביום המר והנמהר ה' אייר -יום גבר האויב ושטנא נצח און די מנאצי ה' האבען ליידער מצליח געווען אריינצושלעפען די שאירות הפליטה אין א ביטערע נסיון פון מרידה בה' ובתורתו הקדושה מיט די הקמה פון דעם ביטערן מדינה של גיהנם וואס מאז ועד עתה איז דאס בעוה''ר א אנגייענדע פאבריק פון מינות וכפירה בפועל און מיט דיעות כוזבות פון כוחי ועוצם ידי וואס פארשפרייט זיך ליידער אין די גאנצע וועלט ובפרט איצט בשעת מלחמה שלא עפי תורה וואס איז מסכן כלל ישראל אומעטים ברחניות ובגשמיות - וועלן 100טער שלומי אמוני ישראל תלמידי ותלמידי תלמידי רביה''ק זי''ע - וואס האט זיך מוסר נפש געווען כל ימיו זיך צו שלאגען פנים אל פנים מיט די סטרא אחרא און די קליפה הטמאה און מפרסם זיין השכם והעריב די ריינע אמונה טהורה און אומגעפעלטשטע מסורה מדור דור - מקיים זיין דעם אז נדברו איש אל רעהו בבית מדרשו של רבי און מקוננן זיין מיט די צער השכינה אויף דעם גרויסען חורבן און עיכוב ביאת משיחנו און אין די זעלבע צייט איבערחזרן נאכאמאל און נאכאמאל די פשוטע יסודות איתנים פון גלות וגאולה וואס רביה''ק זי''ע האט צוזאמגענימען אין זיינע הייליגע ספרים למען יעמדו למשמרת לימים רבים, ובזכות זה וועלמיר זוכה זיין בקרוב צום אויספיר פון פסוק ויקשב ה' וישמע ויכתב ספר זכרון לפניו ליראי ה' ולחשבי שמו.
שטייט (זוה''ק שמות)אַּז די בריונים פון אידן וועלן גיין מיט גוג ומגוג'ן אינאיינעם, לוחם זיין מיט'ן מלך המשיח,
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז
דאָס איז דעס מיליטער! די זענען אויסגעשולט געוואָרן, די וועלן גיין קעגן מלך המשיח לוחם זיין!
רביה''ק זי''ע נשא תשכ"ז