שטראלן

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
דעת גדול
שר חמישים ומאתים
תגובות: 396
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 9:38 pm
לאקאציע:טיעף און וואלד... אויף אן אקציע...

שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעת גדול »

א פרייליכער געמוט
מיט פארטרעטע אויגעלעך
נאר א איד קען מיטשטימען דערמיט
א געשריי צום באשעפער געב איך


וואויל איז מיר. איך בין אויסדערוועלט
מיטן תורה באהעפט
מיין זיידע האט עס גענומען
און איך פאלג וואס השם באפעלט


איך זעה דאס ליכט.
פארטרעטער אויגעלעך
אנגעפילט מיט בענקשאפט
די שטראלן שטראלן מיט ליניעס

און סזאגט מיר פון ווי די קוקסט איז דא
זאמד בלעטער און שטיינער
פון ווי איך שיין איז פארהאן נאר איינער
נעם דיך ארום מיט בלעטער און ביימער

פארגעס נישט פון די שטראלן
זאגט מיר א קול טיעף
כדי זאלסט זיך געבן א רוף
גראב אויס דיין אינערליכע קאוואלן

יעצט טראכט ווי די לויפסט מיט די כוואליעס
אראפ און ארויף. אראפ און ארויף
לאז זיך פירן און געב אויף אלעס
שפאציר אבער לויף דעם געלויף

פארגעס נישט וויאזוי די שטראלן גלעטן
נעם די שטראלן פאר א שטעקן
וואק דערמיט ווייטע שטרעקן
און באניצט זיך דערמיט פאר שטריקן
פון טיפע אקעאן ארויס קומען

ס'איז שטיל און שרייט. באשעפער
מיין מויל איז פארמאכט א שטייפעלע
קום און מיר און ווער מיין מיט העלפער
איך בין נאך א קליין הייפעלע

וויל מיינען מיין איך.אז איך בין א איך. מאך מיר אויס מיך און א חלק פון דיך...

תם ולא נשלם
שמחה=שמייכל=רואיג=פאזעטיוו=צו גאט און צו לייט

איש תם. יושב אוהלים...
מנחה מעריב'ל
שר חמש מאות
תגובות: 608
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:00 am
לאקאציע:אין בעק טאש פון דיין בר מצווה בחור'ל

Re: שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחה מעריב'ל »

רויע געפילן.. איך פיל מיר און א וואלד מיט א ליכטל...
הערליך..
אוועטאר
משפטים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 430
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 08, 2023 11:20 am

Re: שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משפטים »

נישט געוויסט דו טויגסט... לאמיר הערן אפטער...
מיין טאגליכע האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 10:12 pm
ער האט מיך איינגעבאבילט שטיתים און אויףגעבאבילט שטיתים
אוועטאר
never
שר שלשת אלפים
תגובות: 3744
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 09, 2022 1:45 am

Re: שטראלן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך never »

פיין!
גאר גוט!
תם - ונשלם!
אתה בחרתנו מכל העמים.

פאר מוזיק אנעקדאטן:
דריקט דא.

פאר קאמענטארן:
דריקט דא.

[email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”