וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

אנאליזן און דעבאטעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

מיט אלע אנקעטע ציפערן וועלכע בעפארצוגן טראמפ איבער ביידן, בין איך זייער סקעפטיש אז ס'זאל זיין מעגליך ער זאל עס מאכן.

נישט נאר ווייל מ'קען ניטש אונטערשאצן די געריכטן עפעקט אויף למעשה'דיגע שטימען, און ס'האט זיך קוים אנגעהויבן

נאר אויך -און בעיקר- ווייל, די רעפאבליקאנער זענען אלס מיט עטליכע טריט הונטערשטעליג. דהיינו, אין 2016 האבן זיי זיך פשוט פאררעכנט, אבער אין 2020 האבן זיי געארבעט אויף קעסל און כלים אריינצו שמייסן מיליאנען שטימען -לעגאלע און אומלעגאלע [ווער ס'וויל נישט טשיטן דארף נישט אוועקנעמען די בעריערס וועלכע טוען עס פארמיידן, און אויב נעמסט אוועק די קאמערעס פון א צירונג געשעפט און דערנאך פעלט צירונג, דארף איך נישט קיין פראף אז דו האסט עס געגנב'ט..., און חוץ מזה, ווער ס'וויל נישט קיין וואטעינג מיט פאטא איידי, האט א סיבה], געהארוועסט בעלאטס און געטוישט געזעצן אין סטעיטס [מיינסטנס אומלעגאל, צוריק גייט אבער א קאזע כידוע], און אזוי האט דער מערסט אומענטוזיאסטישער קאנדידאט אנגעצויגן די מערסטע שטימען אין היסטאריע.

די רעפאבליקאנער זענען אצינד קלוג, און זיי פראבירן זיך צו באווארענען דערפון [צו ס'גייט געלונגען איז א שאלה, און אפילו אויב יא, איז זיי ווייט נישט מעגליך צו טון האלב פון וויפיל די דעמס האבן געטון, פשוט ווייל אויב זאלן זיי פראבירן צו טון עפעס אומלעגאל, וועט עס תיכף ווערן צונישט דורך א די עי אדער ריכטער (נאך אפילו א טראמפ אפוינטי, צו וויזן אז ער איז "רעכטפארטיג"), משא"כ דעמס האבן א פרי פעס מיט דעם.] אבער אפילו ס'זאל זיי געלונגען, ווייסן זיי נישט אז דעמס זענען פיל פיל פאראויס פון זיי, און וואס דעמס וועלן טון איצט וועלן די רעפאבליקאנער הערשט כאפן אויפן נעקסטן עלעקשאן סייקל, און זיך דאן פראבירן צו באווארענען [ווען דעמס וועלן שוין האלטן פיל ווייטער].

אבער אפילו על הצד אז ער גייט געווינען, איז אויך א ערנסטע שאלה צו ער גייט עפעס קענען טון אויף למעשה, נישט נאר ווייל די רעגירונג ביוראקראטן לייגן שוין אריין פיר יאר פון כוחות צו טראמפ-פראף'ען די רעגירונג אינסטיטוציעס, נאר אויך ווייל ער וועט האבן זייער ווייניג הילף פון די לעגיסלאטיווע טשעימבער. אין סענאט זענען די רעפאבליקאנער פאול נומערן פיל שוואכער ווי אויפן פרעזידענטליכן פארמעסט, און אפילו אויב זאל ער געווינען א מאיאריטעט, וועלן נאכאלס זיין צו ווייניג וואס זאלן גיין קעגן די אלטגעזעסענע וואשינגטאן דיעפ סטעיט.

אפילו דעפארטירן אומלעגאלע, איז [קוים] א שיינער חלום, אמעריקאנער וועלן עס קיינמאל נישט ערלויבן, ס'איז גענוג אז די מידיע זאל אויפשפילן איין רחמנות'דיגן ווידיאו פון א דעפארטאציע, און אלעס קומט צו אן ענדע.


וואס איז יא מיין עצה?

איך וואלט אים פארגעשלאגן, אריינצושטעלן [צייטווייליג אן קאנפערמעישאן פון סענאט] שטארקע מאגא פיגורן אין יעדע רעגירונגס דעפארטמענט, פון שפיאנאדזש ביז געזונטהייט, עף עי עי, פינאנץ און אלעס אינצווישן, און זיי זאלן פשוט פלינק און אן קיין פארזוימונג, די-קלאסיפייען און ארויסגעבן אלע דאקומענטן און אימעילס, מ'זאל זען די שקצ'עריי און קארופציע וואס איז דארט פארגעגאנגען אלע יארן, ווי מאכט, געלט און לאביאיסטן האבן בעל-באויף די אגענטורן, און ווי זיי זענען געווען לעיזער פאוקעסד צו אונטמינעווען יעדן וואס איז געווען א סכנה צו גי אגענדע.

ווען די זאכן וועלן ווערן פאבליק, וועט שוין אלעס גיין גרינגער.

כ'האב שוין נישט קיין נערוון צו שרייבן יעצט
אוועטאר
אדרת שער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 18, 2024 5:38 pm

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדרת שער »

ער קען גארנישט טון?
נישט שלעכט.
דארף מיר נאר האפן אז די פשוטע אמעריקאנער וועלכע ציטערן פון טראמפ זאלן נישט ליינען דעם ארטיקל, ווייל אז יא, וועלן זיי דאך נישט זיין אזוי קאמיטעד צו וואוטן קעגן טראמפ, הלמאי ער קען דאך סייווי נישט גארנישט טון.

וואס איז יא צ"ע, פארוואס דארפן די רעפאבליקאנער א טראמפ געווינס אויב ער קען גארנישט טון?
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

אדרת שער האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 9:05 pm
ער קען גארנישט טון?
נישט שלעכט.
דארף מיר נאר האפן אז די פשוטע אמעריקאנער וועלכע ציטערן פון טראמפ זאלן נישט ליינען דעם ארטיקל, ווייל אז יא, וועלן זיי דאך נישט זיין אזוי קאמיטעד צו וואוטן קעגן טראמפ, הלמאי ער קען דאך סייווי נישט גארנישט טון.

וואס איז יא צ"ע, פארוואס דארפן די רעפאבליקאנער א טראמפ געווינס אויב ער קען גארנישט טון?
אפצוהאלטן ביידן פון דערנידערן אמעריקע טיפער אין די ערד
.Hey there! I am using Ivelt
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

די האסט גאר גוטע איידיעס…..א שאד די ביסט נישט פון די טראמפ שטאב….
אוועטאר
אפגעגאלט
שר האלפיים
תגובות: 2547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 05, 2020 9:25 pm

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אפגעגאלט »

אויף איין פוס האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 11:46 pm
די האסט גאר גוטע איידיעס…..א שאד די ביסט נישט פון די טראמפ שטאב….
ס'פאלטערביי כ'ביניש...
אוועטאר
leadership
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 23, 2022 1:57 pm

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leadership »

זייער א שווארץ בילד
רעכט
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 13, 2022 12:25 am

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רעכט »

leadership האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:01 pm
זייער א שווארץ בילד
מסכים. זייער שווארץ.
אבער אמת
אוועטאר
American Dream
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4767
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 22, 2023 4:05 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך American Dream »

טראמפ זאל קודם שטעלן גוטע מענטשן אין זיין אדמיניסטראציע

גלען יאנקין וויצע פרעזידענט

ראמאסוואמי עף בי איי דירעקטאר
מעקארטי אלטס טשיעף אף סטעיף
דזשעי די ווענס סעקרעטערי אף סטעיט
דעסענטיס אלטס עדקעשין קאמישענער
בורגאם טרעשאר סעקרעטערי
קרויז אלטס אטערני דזשענעראל
אויף איין פוס
שר מאה
תגובות: 180
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 26, 2024 5:13 pm

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויף איין פוס »

די מערסטע געפעלט מיר קרוז אלס אטרני…
נוסח אשכנז
שר חמש מאות
תגובות: 615
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2020 1:12 am

Re: וואס קען טראמפ טון אויב ער געווינט? מיין עצה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נוסח אשכנז »

American Dream האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 12:17 am
טראמפ זאל קודם שטעלן גוטע מענטשן אין זיין אדמיניסטראציע

גלען יאנקין וויצע פרעזידענט

ראמאסוואמי עף בי איי דירעקטאר
מעקארטי אלטס טשיעף אף סטעיף
דזשעי די ווענס סעקרעטערי אף סטעיט
דעסענטיס אלטס עדקעשין קאמישענער
בורגאם טרעשאר סעקרעטערי
קרויז אלטס אטערני דזשענעראל
ראמאסוואמי עדיוקעשן קאמישענער
דעסענטיס אטערני דזשענעראל
קרוז אויפן סופרים קאורט
מעט געיטס ספעשל קאונסל אויף ביידן קלינטאן אבאמא

אבער נישט נאר די קאפ דארף מען אפהאקן מ'דארף אויך אנפילן די אינערליכע רייען מיט געטרייע מענטשן
.Hey there! I am using Ivelt
שרייב תגובה

צוריק צו “נייעס קאך לעפל”