ביל ארויסצוהעלפן קינדער'לאזע פארפעלקער "המצפים לישועה"
ברוכים הבאים
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
הכל הבל האט געשריבן: ↑ מאנטאג מאי 13, 2024 9:58 pmא דרעפט פון די זרע של קיימא ביל צירקולירט שוין אין וואשינגטאן אבער עס איז נאכנישט אפיציעל געפיילט
די נאמען פאר די ביל גייט זיין "העלפן פארבעסערן פאציענטן ערפארונג" מיטן אקראנים האופ מיט זש"ק סערוויסעס אקט און וועט אמענדירן די 1974 למספרם ערייסא אקט איינצושליסן א פראוויזיע וואס וועט ארויפשטעלן א מאנדאט יעדע גרפע אינשורענס פראוויידער וואס דעקט געבורט פארבונדעטע סערוויסעס צו באצאלן אויך פאר באהאנדלונגען פאר די וועלכע האבן נאכנישט וכה געווען צו זש"ק
צו קענען געניסן פון די ביל וועלן פאציענטן צו ערשט דארפן אויפווייזן אז זיי האבן אויסגעווארט א יאר צייט בעפאר זיי זוכן די סערוויסעס און האבן פרובירט די רוטינע קלינישע הילף בעפאר מען ווענדט זיך צו די דאזיגע מער קאמפליצירטע פראצעדורן און די ביל וועט אויך פארלאנגען פאר פאציענטן וועלכע מוטשען זיך מיט אנדערע קרענק ל"ע וואס דארפן דרינגענד צוקומען צו די סארט סערוויסעס צו קענען געניסן דערפון
איינע פון די זאכן וועלכע די ביל דערמאנט אויך איז אז פארפעלקער אין די יארגאנג וואס לויט די מעדיצינישע היסטאריע קען מען שוין נאטורליך נישט האבן קיין קינדער וועלן קענען געניסן פון די ביל אבער די טייל פונעם ביל איז נישט קלאר און עס בלייבט צו זעהן ואויב און וועלכע באגרעניצונגען וועלן ווערט צוגעטשעפעט אויסצוקלארן די פראוויזיע
די ביל גייט ווערן פארגעשלאגן אין די סענאט העלט קאמיטע דורך סענאטארן ראדזשער מארשאל (ר) און קארי בוקער (ד) און א קוואל נאנט צו מארשאל שטרייכט אונטער אז די הויפט פריאריטעט פונעם סענאטאר איז צו פארזיכערן אז פארפעלקער וועלכע מוטשען זיך מיט אראפברענגן קינדער צוליב מעדיצינישע שטערונגען זאלן זיין געדעקט
די דרעפט פונעם ביל איז נאך רוי און אפן פאר טוישונגען און נאכנישט פארזיגלט און לויט באריכטן פלאנט פרעזידענט טראמפ צו אינדארסירן די ביל און העלט קאמיטע פארזיצער סענאטאר בערני סענדערס (א) פלאנט צו באשטימען אן אפשטימונג איבער די ביל
דאס גייט נאר צווינגן קאמפעניס.