"יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

חיזוק ועידוד אין אלע מצבים

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

"יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

בשם השם נעשה ונצליח

די ראנגעל אין מיר איז שרעקליך!!! יא שרייבן אדער נישט שרייבן!!! וואס וויל איך ארויס ברענגן????

פון מיין ארבעט לויף איך אריבער צום דערנעבענדיגן ביהמ''ד צו כאפן א מנחה'לע. גראדע איז דאס שול נישט פון די מנינים צענטערן, אבער די 4 אזייגער מנין שטעלט זיך יעדען טאג ווי א שווייצער זייגער.
ביי הויעך שמונה עשרה איז שוין מיין אויגן געפאלן אויף א אינג בחור'ל וואס האט זיך לעצטענס באקענט מיט מיך. "געווען" א בחור מלא סיפוק און געשמאק, צוגאב צו זיין עקסטערע הומאר און כריזמע... ווי איר ליינט, איז דער בחור נאר געווען.. זייין לעכטל איז געווארן פארלאשן נישט לאנג צוריק ווען זיין... האט נאכאמאל חתונה געהאט.. א שמועס וואס איך האב געהאט מיט אט דעם בחור שווימט מיר ארויף אין קאפ.


ווען איך בין געווען 11 יאר האבן זיך מיינע עלטערן צוטיילט. מען האט מיך געשיקט וואוינען ביי א צווייטן אין אן אנדערע שטאט. איך האב געוואוינט ביי א מענטש וואס איך האב נישט געקענט פון פארדעם. יענער איז נישט א קרוב אדער מיינס א באקאנטער.... איך האב מער נישט געקענט זאגן ביים אהיים קומען פון חדר, א גוטן טאג טאטי! א גוטן טאג מאמי! פון איין מינוט אויפן צווייטן.

א נייע הויז אין א צווייטע שטאט באדייט. נייע שכנים אין גאס, א נייע חדר, נישט אנהייב יאר, שבט טיף אינמיטן ווינטער. א נייע שול ווי איך דאווען שבת. אן אנדערע מעטאליטעט פון מענטשן ארום מיך.

אבער איך דאנק דעם אייבערשטער אז דאס איז געשען ווען איך בין נאך געווען קליין.. ס'איז מיר טאקע געווען שווער, אבער איך האב דאס געקענט גרינגער בייקומען, ווייל איך בין נאך געווען היבש נאאיוו און אינג צו פילן און פארשטיין די ווייטאג מיט די טיפע סטרינעס און געפילן.

אזוי בין איך אויפגעוואקסן איין יאר. איך בין געווארן 12. מיין נייע טאטע/האדעווער, האט מיר פארשפראכען א שיינע עלעגאנטע בר מצוה. א בר מיצוה מיט וואס איך וועל קענען שטאלצירן און זיך פילן באקוועם און ארויף געקוקט.ער האט מיך צוגעגרייט מיט אלע פיטשיווקעס. געצאלט פאר א אינגערמאן וואס זאל לערנען די פשעטיל, געצאלט פאר די זאל, מיך אויסגעקלייד פון קאפ ביז פיס. בקיצור ער האט אלעס צוגעשטעלט..... ער האט אויך פארהאנדעלט מיט אלע צדדים.

אזוי האט גלאפירט נאך א יאר. מען דארף טראכטן פון א ישיבה.. דא איז נאכאמאל אריין געקומען מיין נייע טאטע/האדעווער. ער איז געזיצן צוזאמען מיט מיך טעג און נעכט. געמאכט ריסערדזש, זיך נאכגעפרעגט. ביז ענדליך מען האט געפונען א גוטע ישיבה. און יא מיט א ברענד נעם, און א דארמעטארי.. איך שפיר זיך א מיליאון דאללער

מען הייבט אן די געפאקעריי.. מיין נייע טאטע/האדעווער טראגט מיך צום ישיבה..

די דריטע וואך אין זמן. די מנהל מעלד מיך איין איך זאל זאפארט אהיים פארן!!!



ליבע פריינד איך האב א געוויסע נקידה וואס איך וויל ארויס ברענגן. איך מיז לויפן. איך האף נאך צו זיין צוריק היינט נאכט און ענדיגן די געשיכטע..
בלייבט געזונט.
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
בקע לגלגולת
שר האלף
תגובות: 1203
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 30, 2023 3:45 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בקע לגלגולת »

ווייטאגלעך....
די צינג איז מיר געבליבן אינדעראויסן.
א רינדכיגע בעקעלע...
עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט פאזעטיוו און עס איז דא מענטשן וואס זענען געווייערט נעגיטיוו און איי וועלט געט דאס פלאטץ פאר ביידע... קרעדיט וועלוול פעלדמאן
אוועטאר
פארצייטישער חכם
שר חמישים ומאתים
תגובות: 410
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 12, 2023 3:24 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארצייטישער חכם »

פארוואס ארויסגעווארפן?
באקומט סטאקס בחינם!
Robinhood
באקומט $100 ביים עפענן א קרעדיט קארד דורך די לינק
discover credit card
באקומט געלט פאר די געז וואס איר צאלט
Upside
רענט א קאר און באקומט $30
kyte
באקומט $30 ווען איר קויפט מיט
rakuten
ביטע ניצט די לינק'ס זה וזה נהנה
אוועטאר
חוט של חסד
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 18, 2022 6:42 pm
לאקאציע:צווישן ירושלים און בארא פארק...

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוט של חסד »

ווייטאגליך!

כ'האף אז ס'איז נישט קיין משל...

(אדער אפשר איז טאקע בעסער אז ס'איז נאר א משל?...)
העלפער
שר מאה
תגובות: 220
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 27, 2022 2:36 am
לאקאציע:ביהמ"ד

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך העלפער »

קומט נאך א קאמפיין?
נאר מיט שמחה קען מען פועל'ן
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 578
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

Nu!
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

העלפער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 4:16 pm
קומט נאך א קאמפיין?
אויסדריקלעך נישט
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

בערענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:07 pm
Nu!
זעץ מיר זיך יעצט צו צי ענדיגן די געשיכטע
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
MAbbb
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 15, 2021 9:48 am

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך MAbbb »

איין טראפ האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 8:01 pm
בערענשטיין האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 5:07 pm
Nu!
זעץ מיר זיך יעצט צו צי ענדיגן די געשיכטע
מ'ווארט מיר מיט שפאנונג
אוועטאר
איין טראפ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אוגוסט 13, 2023 5:33 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איין טראפ »

אויף די אנפראגע צום מנהל פארוואס דארף איך אהיים פארן. זאגט ער מיך. מען האט מיך געקאלט זאגן איך זאל דיך איבער געבן אז זאלסט שוין אהיים גיין מען ווארט אויף דיך דארט זייער וויכטיג.. דער מנהל נעמט ארויס פון זין קעשענע א באס טיקעט געבט מיך עס. הצלחה רבה.

צומישטערהייט גיי איך אריין אינדערהיים. פארציילט מיך די בחור ווייטער. מיין נייע טאטע/האדעווער ענטפאנגט מיך מיט או אפענע שמייכל, און באהאלטענעם שרעק. ער נעמט מיך אריין צום ספרים צימער ווי מיין נייע מאמע/האדעווערן זיצט שוין דארט און ווארט אויף מיך. די מיסטעריע קען מען שניידן אין די לופט.

ער הייסט מיך זיצן איך קוק אים אן מיט א פרעגעדיגע מינע. וואס איז יעצט, וואס גייט פאר אז איך האב געדארפט אזוי וויכטיג ווערן אהיים גערופן פון ישיבה?!
ער הייבט אן צו שפינען זיין שמועס, און פירט עס גראד צום פינטל. דיין עכטע... האט מיך גערופן זאגן אז היינט נאכט גייט מען ברעכן טעלער עטליכע וואכן ארום איז געפלאנט די חתונה...

ווי א באמבע איז די נייעס געפאלן אויף מיין קאפ... מארגן גיי איך צוריק אין ישיבה. איך דארף אפנעמען די מזל טוב'ס פון מיינע חברים אז מיין עכטע.. גייט נאכאמאל חתונה האבן אדער נישט?? ווי אזוי זאל איך רעאגירן אויב איינער פרעגט מיך צו ס'איז אמת אז מיין עכטע.. גייט חתונה האבן??

מיין נייע טאטע/האדעווער האט שטייטער הייט אלעס אדורך געגאנגען און פראבירט צו מאכן סדר אין מיין מוח, פראבירט צו ארויס צייגן מיטפיל און מיטלייד. און מיך פראבירט צו מחזק זיין.

אויף דערנאכט האט זיך די טרייבעלע צוקלינגען, און יא, דאס ערווארטעטע רוף איז אנגעקומען. איך האב באמת ליב מיין עכטע עלטערן, איך רעדט צו זיי כמעט יעדען. אבער ווי אזוי איך זאל יעצט רעדן ווייס איך נישט. איך וואונטש מזל טוב פאר מיין עכטע... איך גיי באקומען נייע געשוויסטער נייע ברודער... און....

אין בעט האט זיך געדרייט ארום מיר אויסגע'משל'טע געשטאלטן פון קינדער וואס גייען ווערן מיין נייע געשוויסטער. איך האב גע'דמיונ'ט ווי אזוי מען פירט אונטער די חופה א חתן און כלה ביידע שוין זייענדיג אין די 30'גער יארן. א חתן מיט א לאנגע בארד. פעטער'ס און מומע'ס רעדן און פלעטשקענען פון די אלטע נייע. יא נעבעך נישט נעבעך!!! ביז איך האב איינגעשלאפן.

כבין צוריק אין ישיבה ס'איז געווען שווער אבער מען האט עס אדורך געשטופט. מיינע חברים זענען געווען היבש מענטשליך. זיי האבן פראבירט צו רעדן פון די נושא נאר אונטער מיין רוקן ווען זיי האבן געטראכט אז איך הער נישט..

א וואך נאך די חתונה איז באשטומט געווארן אז איך גיי צוריק וואוינען ביים נייעם חתונה געהאטע פארפאלק.

אודך א נייע שטאט א נייע ביהמ''ד א נייע געגענט. אבער איך האב זיך געטרייסט אז סוף כל סוף בין איך אין ישיבה מיט א דארמעטארי און איך וועל דארט פארוויילן אויך שבת.

ס'קומט פרייטאג רופט מיך מיין עכטע... אן אז איך זאל אהיים קומען, ווייל מיין נייע... וויל דיך האבן דא שבת... צולייגענדיג מיינע נייע קינדער זענען דא.. איך דארף אויך פון מיינע עכטע קינדער!!! נאך א געראנגעל אין מיר בין איך אהיים. ס'איז געווען שווער. מיין נייע.... האט מער ליב די עכטע קינדער. אבער איך האב באקומען גענוג אנערקענונג פון מיין עכטע....

די גאנצע שמועס האט זיך פון פריש אויפגעשפילט ביי מיר אין קאפ ביי יענע הויעך שמונה עשרה פון מנחה ווען איך האב דערזען דעם בחור'ל. איך האף אז ער קומט זיך גוט אויס אין זיין היים. איך האף אז זיין נייע... געבט אים ליבשאפט כאטש אזויפיל וויפיל זיין אויפהאדעווער האט אים געפלעגט געבן... אבער ווען איך האב געכאפט נאך א בליק אויף דעם בחור, האט מיך זיין פארוואלקענטע פנים פארציילט אז נישט. דער קוקט אויס צושאסן ווי שטיקלעך שארבן.. איך מיז צו גיין רעדן מיט אים איך וויל וויסן וואס ס'האט פאסירט. מעגליך קען איך אים העלפן.

וואס טוט זיך פרעג איך אים. דער בחור זעט מיך איז ער ממש רויט געווארן. איך לאדען אים צו מיין קאר. און נאך א וויילע הייבט ער מיך אן פארציילן.

די פארפאלק וואס לעבט שוין צוזאמען כמעט א יאר, האבן זיך נעכטן סעפירעט!!! איך האב געוויסט אז ס'גייט געשען. היינט אין ישיבה הער איך ווי איין בחור זאגט פארן צווייטן. זיין.. האט זיך נעכטן געסעפירעט, ער איז זיכער א משוגע'נער. און איך מיין אז דער בחור גייט אויך נישט קענען חתונה האבן קיינמאל...


איך האף אז די געשיכטע זאגט פון זיך אליין די נקודה... ציט נישט קיין מסקנות אז ער אדער זו איז משוגע. און סטעמפעלט נישט אפ די קינדער צוליב די עלטערן...

בלייבדזשע מיר געזונט איך האף אז איר לעבט און לאכט באמת. האטס סייעתא דשמיא און גליק מיט מזל
@איין טראפ
ענדערש א פאלשע שמייכל ווי עכטע טרויער
אין אלע אומשטענדן קענסטו זאלסטו מיזטו זיין בשמחה
איד27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 365
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 12, 2021 1:13 pm

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איד27 »

@איין טראפ וואס איר פארציילט דא איז אסאך מער ווי איין טראפ, ס'איז אבער א טראפ מני אלף פאר אזויפיל אנדערע ירחם השם על עמו.
ווען ער ווייסט ווען ווער עס באהאלט זיך אונטער דעם ניק?!….
viewtopic.php?f=3&t=59455

אקווה לנוד ואין...

https://abcharity.org/campaign.php?id=437
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1799
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יוי!

גענוג געזאגט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
דרייטצעך
שר ששת אלפים
תגובות: 6321
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 29, 2021 5:13 pm
לאקאציע:וואו דרייטצעך א איד?

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרייטצעך »

אויש.

זיך געראנגלט צו כ'זאל יא אדער נישט אריינקומען דא... כאניש קיין כח אפי' צו טראכטן, איז וויאזוי זאלן זיי האבן כח זיי עס צו דורכגיין?

ירחם ה' על ישראל עמו.
= שומר ישראל שמור שארית ישראל =
איך בין נישט קיין דעמאקראט, נישט קיין ריפובליקען און ניטאמאל קיין אינדיפעדענט, איך באנוץ זיך מיט מיין אייגענעם שכל...
אבער אנטקעגן דעת תורה פון מיינע רבי'ס בטלה דעתי!
ביזטזעכער?
שר חמישים ומאתים
תגובות: 492
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 10:17 am

Re: "יענעמ'ס" לעבן אלץ גט'ליך קינד!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביזטזעכער? »

די שרייבסט זייער פראפעשאנעל
ברכנו אבינו
בענטש אינז היילוגער טאטע

שטיקל ארטיקל
👇 👇 👇
viewtopic.php?p=4818516#p4818516
שרייב תגובה

צוריק צו “ולאחיו יאמר חזק”