אנקעטע: אוגערקעס, גורקען, אימארקן, קיוקאמבערס, פיקלס.
ווי באקאנט האט די רויע אוגערקע, פון די מערסט באנוצטע גרינצייגן אין היימישע הייזער, נישט קיין געהעריגער נאמען אויף היימיש אידיש, דער נאמען פיקלס איז די מערסט פארשפרייטע נאמען , אבער פאר אסאך מענטשן גרילצט עס אביסל אין די אויערן , ווייל עס מיינט אריגינעל בלויז די זויערע פיקלד אוגערקעס. קיוקאמבערס הערט זיך זייער נישט היימיש , אוגערקעס הערט זיך שוין אביסל צו אידיש, און אז דו וועסט זאגן אימארקן וועט א גרויסער עולם אפילו נישט וויסן פון וואס דו רעדסט.
(אגב, פאר די וואס צווייפלען צו אימארקן איז בכלל אן עכטער ווארט, איז שוין געברענגט געווארן דא אויף אייוועלט א בפירושער מקור אויף דעם פון א מהר''ם שיק..)
נאכדעם איז דא אן עקסטערער ספק איבער די לשון רבים פון פיקלס, נוצט מען די ענגלישע ס'? אדער פאראידישט מען אינגאנצן די ווארט און מען זאגט פיקלעך? סוכ''ס איז דער מיינונג פון די ווארט אויף אידיש היבש אנדערש ווי די ענגלישע ווארט.
כפי זכרוני איז אמאל געווען סאך מער פארשפרייט יא צו נוצן אנדערע ווערטער ווי אימארקן און קיוקאמבערס פאר רויע אוגערקעס, עס איז מיר אינטערעסאנט צו וויסן ווי פארשפרייט די פארשידענע ווערטער זענען געווען ווען איר זענט געווען קינדער.