שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווערט מען פטור פון דעם ???

פסיכאלאגיע און מעדיצינען

די אחראים: זייער נייגעריג , אחראי , thefact

קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווערט מען פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
לעצט פארראכטן דורך קלארערהייט אום דינסטאג מאי 21, 2024 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
חאטצקל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4110
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 09, 2022 4:44 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאטצקל »

אז די האסט נישט קיין EXPECTATIONS און די שעצט איר "באמת"ווי אזוי זי איז, האסט די א טשענס זי זאל זיך טשעינטזשען.
דיינע קינדער זענען דייןעול און אחריות, דיין ווייב איז נאר דא דיר ארויסצוהעלפן. ס'איז נישט איר אחריות און די העלפסט (אפשר) ארויס.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:06 am
אז די האסט נישט קיין EXPECTATIONS און די שעצט איר "באמת"ווי אזוי זי איז, האסט די א טשענס זי זאל זיך טשעינטזשען.
וויאזוי? פארוואס ??????
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
אוועטאר
פארפרוירן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 466
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 28, 2019 8:11 am
לאקאציע:וואו סידא צועסן

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארפרוירן »

אין א געזונטע שלום בית, וויל יעדער צופרידנשטעלן דעם צווייטן, און אין פאל עס איז באמת נישט מעגליך, וועט דער צווייטער דאס נישט ערווארטן.

נאטורליך וויל יעדע פרוי צופרידנשטעלן דעם מאן, מער ווי דער מאן וויל סערווירן די פרוי.

פונקט ווי די פרוי האט א שטערקערע נייגונג צו סערווירן איר מאן ווי דער מאן צו די פרוי, ערווארט זי אז דער מאן זאל איר אויך צופרידנשטעלן לכה"פ אזויווי זי טוט פאר'ן מאן.

די לעבהאפט און ענערגיע פון א פרוי צו טון איר ארבעט, וואס רעכנט אריין דאס סערווירן איר מאן, איז געוואנדן אין וויפיל דער מאן באגיסט איר מיט אירע געברויכן.

ווען דער מאן וועט זיך אנשטרענגען צו ארויסהאבן און פארשטיין די געברויכן פון זיין פרוי אן וואס זי זאל דאס בעטן, און איר אקעגנקומען דערמיט בשלימות, שלא על מנת לקבל פרס, וועט די פרוי בדרך הטבע זיך אויסשטרעקן אין די לענג און אין די ברייט צו טון די זעלבע פאר'ן מאן, און נאך מיט א שמוץ אריבער.

פארשטייט זיך אז עס וועט זיך אלעמאל מאכן סיטואציעס ווען איינער וועט נישט וויסן פון זיך אליינס די געברויך פונ'עם צווייטן, אבער ווען מען האט א געזונטע שטארקע קשר, קען מען דאס איידעלערהייט בעטן, און עס וועט בעז"ה ווערן סערווירט אויף א גאלדענעם טאץ.
די וועלט איז ליידער א שטיק שקר, די איינציגסטע זאך וואס איז נאך אמת'דיג איז בלויז א שטיקל הערינג מיט אייער קיכל
שטארקע אור
שר האלף
תגובות: 1050
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 3:13 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארקע אור »

חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:06 am
אז די האסט נישט קיין EXPECTATIONS און די שעצט איר "באמת"ווי אזוי זי איז, האסט די א טשענס זי זאל זיך טשעינטזשען.
עס איז נישט מעגליך צו אויפגעבן עקספעקטעישנס כדי אז זי זאל זיך טוישן
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:59 am

פארוואס נישט?
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
קהילת יקנה''ז
שר האלף
תגובות: 1324
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 25, 2020 11:36 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהילת יקנה''ז »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:32 pm
שטארקע אור האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:59 am
חאטצקל האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:06 am
אז די האסט נישט קיין EXPECTATIONS און די שעצט איר "באמת"ווי אזוי זי איז, האסט די א טשענס זי זאל זיך טשעינטזשען.
עס איז נישט מעגליך צו אויפגעבן עקספעקטעישנס כדי אז זי זאל זיך טוישן
פארוואס נישט?
ווייל דאן האסטו דאך ווייטער עקספעקטעישנ'ס...

"שיקט אריין" אלטע בילדער פון קרית יואל צו :
[email protected]

און מיר וועלן עס ארויפשטעלן אויפן וועלטל!
פ''ס געניסער
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 11:27 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ''ס געניסער »

פשוט און גראד
ארבעט אויף דיר
א מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ארבעטן אויף זיך
איז עס גרינג? קלאר אז נישט
אבער אז מ'ארבעט נישט אויפ'ן נפש הבהמי ווערט מען קיינמאל נישט פארטיג, אפילו וועסט זיין העפי מיט'ן ווייב, וועסטו זיך קרענקן איבער דיין איידעם,
די איינצוגסטע וועג צו סורווייווען דעם עולם השקר איז דורך עבודת המידות
אוועטאר
אנגעשאשקעטער
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 23, 2023 1:19 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנגעשאשקעטער »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:00 am
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
אסאך (רוב) מאל איז דאס נישט ערפילן דיינע ערווארטונגען בלויז א פראבלעם מצד דיין קאמיוניקאציע. האסט איר קלאר געזאגט אמאל וואס דו ערווארטס פון איר? דו מוזט דאס קלאר ארויסברענגען פארשטייט זיך אויף א פאזיטיווע אופן נישט אויף אן אופן אז זי זאל האבן א הוה אמינה אז מטוט איר באשולדיגן אין נישט טאן אירע פליכטן ח”ו. (קענסט דיך דורכרעדן מיט א פראפעשינעל וויאזוי דאס ארויסצוברענגען)
לעצט פארראכטן דורך אנגעשאשקעטער אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
בעסער זיין צעשאשקעט ווי צעפראסקעט
retiredprofessor
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

It's a big question. But the answer is as simple to say, as as difficult to implicate.

"You have no control on a different person!!! Yes, you may expect, but the other person may refuse as well!"

Turn to Hashem and ASK, listen to his ANSWER! If it's yes, then thank him. And if it's no, then thank him as well . There is no need to accept, since he is the almighty any how. (But it's better for you that you accept).
שמואל חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:34 pm
One of the many things a person cannot handle, is the fact that other people are more advanced than them.
אחד הרבנים
שר האלף
תגובות: 1315
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד הרבנים »

איך האף אז מיינע ווערטער זענען עכ״פ קרוב אל האמת.
צו האבן עקספעקטעישענס איז א נארמאלע זאך, וואס דען נעמט א מענטש צו טוהן זאכן אין לעבן, אז נישט די ארויסגעקוקטע ערווארטונגען? נאר וואס דען, די רעזאלטאטן ווענדען זיך ווי אזוי דו פלאנסט אנצוקומען דערצו. אויב טראכסטו אז עס גייט פאסירן פון זיך אליינס, דאן איז דאס דיין ערשטע טעות. עס פארלאנגט זיך אסאך האראוואניע דערצו.
א) נעם דיר אריין אין קאפ אז חתונה האבן איז אן עבודת המידות, אבער אזא סארט וואס די שכר פאר די עבודת המידות באקומט מען צוריק בכפלי כפלים אויף א פארנעם וואס איז אומבאשרייבליך.
ב) דיין ערווארטונג אז די ווייב זאל האבן די זעלבע נאטורן ווי דער מאן, זעהט אויס ווי איר פארזעהט דאס אז מיט די זעלבע נאטורן איז א) עס איז נישט אינטערעסאנט, דו גייסט נישט ווערן א בעסערע מענטש פון דאס זיין חתונה געהאט, ב) דיין לעבן גייט זיין זייער בארדינג, די זעלבע עקספיריענסעס, די זעלבע מהלך המחשבה וכו׳ ג) עפ״ר וועט דאס זיין אסאך שווערער און עס גייט דיר און די לענגערן טערמין נישט ברענגען קיין שום סיפוק.

ג) צו קענען אנקומען צו דיינע עקספעקטעישענס דארפסטו ניצן דעם איינעם מיטל, פרוביר צו פארשטיין ״באמת״ וואס אירע געברויכן זענען, אין אלע ענינים, פיזיש און גייסטיש א.א.וו. און ארבייט מיט דיין גאנצען מח און הארץ זיכער צו מאכן אז זי באקומט דאס, די נאטור איז אז מיט די צייט - אמאל לענגער און אמאל שנעלער- וועט זי צושטעלן דיין עקספעקטעישענס אויף א פארנעם וואס דו האסט זיך קיינמאל פארגעשטעלט אז עס קען זיין.

א וויכטיגע נקודה איז , ווען דו שטעלסט צו פאר איר, ווען די געבסט פאר איר, גיב עס בלויז מיט א כוונה פאר איר, לייג אלע דיינע נגיעות און געברויכן אין די זייט יעצט, עס וועט אי״ה נאכקומען.

דאס איז שוין געווארן אויספרובירט דורך צענדליגע און הונדערטער מיט אויסערגעווענליכע סוקסעס.
בערענשטיין
שר חמש מאות
תגובות: 562
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג פעברואר 28, 2021 4:27 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בערענשטיין »

אחד הרבנים האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:05 pm

הצלת החינוך
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 31, 2022 3:32 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצלת החינוך »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:00 am
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
אויב דו קענסט נישט טוישן דיינע נאטורן, מיינסטו אז דו קענסט טוישן יענעמס???

די נקודה נעם אריין אין קאפ, דו קענסט נישט, און דו ווילסט איר נישט טוישן.
אוועטאר
טשעירמאן
שר האלף
תגובות: 1872
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע:אויפן באלעמער

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשעירמאן »

אויב איך מעג אריינקומען פון א דריטע טיר צום נושא

א מענטש משפט זיינע ארומיגע לויט ווי ער משפט זיך, און אזוי אויך פארקערט, א מענטש וועט האבן די עטיטוד צו זיך אליינס לויט ווי ער באהאנדעלט זיינע ארומיגע..

א משל וואס איז באקאנט אז א ליגענער איז איבערצייגט אז יעדער זאגט זיכער ליגענט, ווארום ער אליינס פירט זיך אזוי פארוואס זאל ער נישט האלטען אז יעדער טוט אויך אזוי,

איז יעצט אויב האט איר ערווארטונגען פון אייער ווייב\מאן דאן סוב \ קאנטשעסלי האט איר עקספעקטעישעס פון זיך אליינס אויך,
און עקספעקטעישענס הארג'עט אוועק ליבשאפט
יא אויב איר גייט איר אביסעל ערווארטן פון א קינד עפעס, האט איר פארשטילט אביסעל די ליבשאפט,

א מאמע\טאטע האט געווענליך בטבע ליעב אירע קינדער אן קיין שום עקספעקטעישענס וועגן דעם איז דאס די שטערקסטע עטעטשמענס וואס סאיז דא

די עיקר שפיץ איז אויב איר וועט ארבעטן צו פארמינערן עקספעקטעישענס וועט דאס פארמערן ליבשאפט צו אייער ווייב, צו אייער קינדערליך, און אויך בעזרת השם צו דיר אליינס,
מען דארף וויסן מיט יעדעס ביסל אידישקייט בתמימות ובפשטות ממש זענען מיר אזוי ווי מלאכי מעלה (גליון דורשי יחודך תמוז פ''ג)
שמחהלע
שר האלף
תגובות: 1557
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יאנואר 10, 2018 12:50 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחהלע »

גאר שטארקע אין קלארע שיעור איבער אמת'ע שמחה אין expectations פין הרב ר' שמעון שפיצער.

"חובות הלבבות שער הביטחון שיעור #233 - איך מגיעים לשמחה אמיתית"?: https://lomdotchasidut.libsyn.com/episode--233-0
retiredprofessor
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

Furthermore, the problem is not as much the expectation, as it is the judgment that follows. I wonder if I need to explain more...
שמואל חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:34 pm
One of the many things a person cannot handle, is the fact that other people are more advanced than them.
לשם ייחוד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 18, 2020 10:49 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לשם ייחוד »

אז מען אינוועסט און האבן אן אמתע טיפע ליבשאפט, וועט די פראבלעם ממילא אוועקפאלן.

דו דארפסט ארבעטן אויף האבן א גיטע רילעישינשיפ און טרייען צו אוועקקוקן אויף די פראבלעמען for the time being.
Once you reach a real deep level of connection, the issues will stop bothering you.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

לאמיר מיטיילן מיטן עולם אפאר געדאנקען ארום עקספעקטעישענס והמסתעף.

כדי עס זאל זיין א פראבלעם מיט עקספעקטעישענס דארף מען האבן 4 זאכן.
א. די רצון/עקספעקטעישען, דהייינו דער מענטש וויל עפעס.
ב. די מצב איז נישט אזויווי מען וויל. די מציאות קלאפט אין פנים אז עס איז נישט אזוי ווי מען וואלט געוואלט.
ג. באדערן. עס באדערט פארן מענטש אז די מציאות איז נישט וויאזוי ער וואלט געוואלט, אזוי ווי ער האט עקפעקטעט.
ד. רעאקציע. דער מענטש רעאגירט צום סיטואציע. עס דריקט אים. ער איז פארקלאפט. ער בלאזט ער שרייט, רעגט זיך, זאגט אריין, האלט פאר וכו' וכו' .

אויב פעלט איינער פון די פיר סטטעפס, איז נישטא דא קיין פראבלעם.

ווען מען וויל פאררעכטן די ISSUE פון עקפעקטעישענס, קען מען עס טון דורכן זיך שטעלן אויף יעדע פון די פיר סטעפס, דהיינו, וועלכע שטאפל דו שטעלסט נאר אפ איז די פראבלעם מסודר.
1. מען קען אראפקלאפן דעם רצון.
2. אדער קען מען פרובירן צו טוישן די מציאות, דהיינו זען דערצו אז יענער זאל זיך מער צושטעלן וכדו' [סכנה'דיגע וועג געווענליך]
3. אדער קען מען זען דערצו אז עס זאל נישט אזוי באדערן [זייער גוטע וועג]
4. אדער זעט מען דערצו אז כאטש זאל די רעאקציע זיין איינגעהאלטן [פארעווע וועג]
איך מיין אז די בעסטע וועג איז אז מען זאל ארפקלאפן די באדערונג, דהיינו זיך לערנען אז עס זאל נישט באדערן ווען זאכן גייען נישט דיין וועג,
און בנוגע טוישן די מציאות זאל מען דייקא נישט פרובירן צו "טוישן" א צווייטן. וואס יא, מען מעג בעטן איידעלערהייט און זאגן בשפה נעימה וואס מען וואלט געוואלט, אבער דאס דארף האבן א געהעריגע יישוב הדעת נישט כאפ לאפ און נישט אונטערן פרעשור אז "היתכן" יענער טוט נאכנישט וואס איך וויל.

יעצט שטעלט זיך די שאלה וויאזוי זעט מען דערצו אז עס זאל נישט באדערן ווען זאכן גייען נישט ווי איך וויל?
איך וועל גא שרייבן אפאר קורצע נקודות.
א. אמונה ובטחון.
ב. דו פארדינסט גאר נישט ווען עס באדערט דיך!!
ג. געווענטליך באדערט נישט די עצם זאך נאר דאס וואס איך בין נישט מצליח אויסצופירן און אויף דעם וואס איך בין נישט אזוי געלונגען און מוצלח"ווי אנדערע", דער מענטש טראכט,"אוי, איך קען נישט אויספירן" אדער "פארוואס קען איך נישט האבן אזא ב"ב, בו בזמן וואס אלע מיינע חברים [????] האבן עס יא" אדער "פארוואס בין פונקט איך דער לא יוצלח"

הצלחה
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
יאסעלע פליטמאן
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 14, 2023 5:59 pm

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסעלע פליטמאן »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:00 am
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
סא בעסיקלי די האסט עקספעקטעשינס נישט צי האבן עקספעקטעשינס!

מקען נישט אנטלויפען פון עקספעקטעשינס (/ווילן/רצונות/וויזיעס... you name it).
דו עצה איז זיי צו אנערקענען, און צי איינזעהן אז זיי גייען נישט אין ערגעטס,

לכאורה ווי ס'שיינט ביסטו אויך א שטיקל self critic און די האלסט אז דו ביסט יעצט צובראכען און די זוכסט איינער וואס קען דיך פיקסען, למעשה איז אבער די פאקט
אז די ביסט פונקט ווי יעדער נארמאלע מענטש, ענד יא אר פערפעקטלי פאוין!

איך מיין אז די זאלסט פארמאכען דיין אויגען און נעמען א טיפע אטעם און זאגן צו זיך אליין:

"איך בין א מענטש ווי אלע מענטשן און איך האב רצונות און שאיפות, און איך בין בארעכטיגט זיי צי האבן, מיינע רצונות זענען נארמאל און אויסגעהאלטן, און ס'איז גארנישט
ראנג מיט מיך, אדרבה, דאס ווייזט אז איך בין געזינט, איך האב מיך ליב, און איך וועל פראבירן מיך צי העלפן ווען עס גייט מיר שווער אזוי ווי איך וואלט געהאלפן מיין חבר
אדער מיין אייגן קינד"

וואס איך וואלט דיך יא געראטן איז, אז די זאלסט דיך אויסלערנען ווי אזוי צי בלייבן רואיג ווען עפעס גייט נישט דיין וועג.

wow ס'שפעט א גוטע נאכט
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

פ''ס געניסער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:13 pm
פשוט און גראד
ארבעט אויף דיר
א מענטש איז אראפגעקומען אויף די וועלט צו ארבעטן אויף זיך
איז עס גרינג? קלאר אז נישט
אבער אז מ'ארבעט נישט אויפ'ן נפש הבהמי ווערט מען קיינמאל נישט פארטיג, אפילו וועסט זיין העפי מיט'ן ווייב, וועסטו זיך קרענקן איבער דיין איידעם,
די איינצוגסטע וועג צו סורווייווען דעם עולם השקר איז דורך עבודת המידות
וואף! וואס גייט פאר? ער'ט דיך אויפגערעגט?? נוץ נישט גאט פאר דיינע אויסברוכן ביטע
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

קלארערהייט האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 5:12 pm
לאמיר מיטיילן מיטן עולם אפאר געדאנקען ארום עקספעקטעישענס והמסתעף.

כדי עס זאל זיין א פראבלעם מיט עקספעקטעישענס דארף מען האבן 4 זאכן.
א. די רצון/עקספעקטעישען, דהייינו דער מענטש וויל עפעס.
ב. די מצב איז נישט אזויווי מען וויל. די מציאות קלאפט אין פנים אז עס איז נישט אזוי ווי מען וואלט געוואלט.
ג. באדערן. עס באדערט פארן מענטש אז די מציאות איז נישט וויאזוי ער וואלט געוואלט, אזוי ווי ער האט עקפעקטעט.
ד. רעאקציע. דער מענטש רעאגירט צום סיטואציע. עס דריקט אים. ער איז פארקלאפט. ער בלאזט ער שרייט, רעגט זיך, זאגט אריין, האלט פאר וכו' וכו' .

אויב פעלט איינער פון די פיר סטטעפס, איז נישטא דא קיין פראבלעם.

ווען מען וויל פאררעכטן די ISSUE פון עקפעקטעישענס, קען מען עס טון דורכן זיך שטעלן אויף יעדע פון די פיר סטעפס, דהיינו, וועלכע שטאפל דו שטעלסט נאר אפ איז די פראבלעם מסודר.
1. מען קען אראפקלאפן דעם רצון.
2. אדער קען מען פרובירן צו טוישן די מציאות, דהיינו זען דערצו אז יענער זאל זיך מער צושטעלן וכדו' [סכנה'דיגע וועג געווענליך]
3. אדער קען מען זען דערצו אז עס זאל נישט אזוי באדערן [זייער גוטע וועג]
4. אדער זעט מען דערצו אז כאטש זאל די רעאקציע זיין איינגעהאלטן [פארעווע וועג]
איך מיין אז די בעסטע וועג איז אז מען זאל ארפקלאפן די באדערונג, דהיינו זיך לערנען אז עס זאל נישט באדערן ווען זאכן גייען נישט דיין וועג,
און בנוגע טוישן די מציאות זאל מען דייקא נישט פרובירן צו "טוישן" א צווייטן. וואס יא, מען מעג בעטן איידעלערהייט און זאגן בשפה נעימה וואס מען וואלט געוואלט, אבער דאס דארף האבן א געהעריגע יישוב הדעת נישט כאפ לאפ און נישט אונטערן פרעשור אז "היתכן" יענער טוט נאכנישט וואס איך וויל.

יעצט שטעלט זיך די שאלה וויאזוי זעט מען דערצו אז עס זאל נישט באדערן ווען זאכן גייען נישט ווי איך וויל?
איך וועל גא שרייבן אפאר קורצע נקודות.
א. אמונה ובטחון.
ב. דו פארדינסט גאר נישט ווען עס באדערט דיך!!
ג. געווענטליך באדערט נישט די עצם זאך נאר דאס וואס איך בין נישט מצליח אויסצופירן און אויף דעם וואס איך בין נישט אזוי געלונגען און מוצלח"ווי אנדערע", דער מענטש טראכט,"אוי, איך קען נישט אויספירן" אדער "פארוואס קען איך נישט האבן אזא ב"ב, בו בזמן וואס אלע מיינע חברים [????] האבן עס יא" אדער "פארוואס בין פונקט איך דער לא יוצלח"

הצלחה
איך פארשטיי נישט? נישט דו ביסט דער פותח האשכול?
אוועטאר
ליטווישער
שר האלף
תגובות: 1728
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 04, 2023 12:05 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליטווישער »

צום פוה''א, איך וויל עס זאל דיר זיין קלאר די קלארעתשובה אויף די פאלגענדע שאלה:

פארוואס גט'סטו זיך נישט??

און איך זאג נישט זאלסט דאס טון, אבער די תשובה אויף די שאלה דארף זיין ברור ביי דיר, עס איז א סטעפ עס זאל דיר בעסער ווערן בעז''ה.

ביטע פארשטיין די טיפקייט פון מיין תגובה פארן העצן.. א דאנק.
תבלין כנגדו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 292
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 04, 2022 9:15 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תבלין כנגדו »

קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:00 am
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
פון מיין אייגענע עקספעריענס

אזוי לאנג ווי איך בין נישט געווען באקוועם צו עקספרעסן מיינע שאיפות איז מיר געווען שווער אויפן הארצן, יעדעס מאל וואס איך האב מיר געטראפן מיטן מציאות אז די לעבן איז נישט געווען גענוי וויאזוי איך האב גע'חלומ'ט האט מיר עס געברענגט שטארקע ווייטאג.

די מינוט וואס איך בין געווארן באקוועם צו עקספרעסן מיינע שאיפות און זיך אנגעהויבן צו פארשטיין מיט די שאיפות אפילו פאר מיינע ארימיגע איז עס געווען מאדנע האט עס מיר אוועקגענומען דריי פערטל פון די שוועריקייטן.

די ווייטאג איז געווארן געטריגערט אסאך שטערקער נאכן זיך אליינס דזשאדזשען און נישט אקצעפטירן ווען צו די זעלבער צייט איז נאך מיטגעקומען די ערווארטונג אז די בני בית זאל זיין דער וואס נעמט עס אן, די לעבן אין נעפל ברענגט אויסטערלישע שוועריקייט.

אין אנדערע ווערטער, די ענד רעזלאטס צו מ'איז אנגעקומען צו די שאיפה אדער נישט איז שוין ווייניגער נוגע, די שורש הדבר איז ווי די נפש וואס באהאלט זיך אויס און קען נישט אויסדריקן די באגער צוליב א פחד פון ווערן אראפגעקלאפט און דערנידערט. ודו"ק.

די אלע ווערטער אז מ'דארף אריינברענגען א געשמאק אין שטוב און מיט די צייט וועט עס געשען איז זייער אסאך מאל ליכט יארן ווייט פון די מציאות, ס'איז אן עקזיט ארויס פון די ריאליטעיט. קען זיין אז אמאל געלונגט עס אבער זייער אסאך מאל נישט. דעריבער איז בעסער אז מ'זאל זיך כאטש אליינס געבן די ספעיס און נישט ווארטן פאר קיין צווייטן.
retiredprofessor
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 26, 2023 10:23 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך retiredprofessor »

ליטווישער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:29 am
איך פארשטיי נישט? נישט דו ביסט דער פותח האשכול?
ליטווישער האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:33 am
צום פוה''א, איך וויל עס זאל דיר זיין קלאר די קלארעתשובה אויף די פאלגענדע שאלה:

פארוואס גט'סטו זיך נישט??

און איך זאג נישט זאלסט דאס טון, אבער די תשובה אויף די שאלה דארף זיין ברור ביי דיר, עס איז א סטעפ עס זאל דיר בעסער ווערן בעז''ה.

ביטע פארשטיין די טיפקייט פון מיין תגובה פארן העצן.. א דאנק.
We all knew that he had prepared an answer before posing the question.

So, we heard a lot here, and everything is interesting and useful.

But, according to my humble opinion there are plenty of methods how to combat the situation, but each individual is different in which path works better for him. Here we are writing and reading and not necessarily coaching or advising, so it would be smarter to concentrate on the core cause of the situation and not on the articulation of the delivery.

So what is the core definitive measure in this problem? (and yes, I have also a prepared answer...(.
שמואל חיים האט געשריבן: מיטוואך מאי 29, 2024 11:34 pm
One of the many things a person cannot handle, is the fact that other people are more advanced than them.
קלארערהייט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 368
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 6:50 am

Re: שלום בית. עקספעקטעישענס... וויאזוי ווער איך פטור פון דעם ???

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלארערהייט »

תבלין כנגדו האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 8:41 am
קלארערהייט האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 11:00 am
אסאך איז שוין גערעדט און געשריבן געווארן איבער די וויכטיגקייט פון אויפגעבן עקספעקטעישענס אין שטוב.
יעדע שרייט אז עקספעקטעישענס ברענגן פראבלעמען און ווייטאג.
למעשה, וויאזוי טוט מען דאס? איך וויל דאך דעם געוויסן זאך, איך וואלט געוואלט אז זי זאל האבן מיינע נאטורן, איך וויל דאך אז זי זאל זיך אויפפירן אויף א געוויסע וועג.
וויאזוי געבט מען זיך אן עצה מיט דעם פראבלעם פון EXPECTATIONS ??????
פון מיין אייגענע עקספעריענס

אזוי לאנג ווי איך בין נישט געווען באקוועם צו עקספרעסן מיינע שאיפות איז מיר געווען שווער אויפן הארצן, יעדעס מאל וואס איך האב מיר געטראפן מיטן מציאות אז די לעבן איז נישט געווען גענוי וויאזוי איך האב גע'חלומ'ט האט מיר עס געברענגט שטארקע ווייטאג.

די מינוט וואס איך בין געווארן באקוועם צו עקספרעסן מיינע שאיפות און זיך אנגעהויבן צו פארשטיין מיט די שאיפות אפילו פאר מיינע ארימיגע איז עס געווען מאדנע האט עס מיר אוועקגענומען דריי פערטל פון די שוועריקייטן.

די ווייטאג איז געווארן געטריגערט אסאך שטערקער נאכן זיך אליינס דזשאדזשען און נישט אקצעפטירן ווען צו די זעלבער צייט איז נאך מיטגעקומען די ערווארטונג אז די בני בית זאל זיין דער וואס נעמט עס אן, די לעבן אין נעפל ברענגט אויסטערלישע שוועריקייט.

אין אנדערע ווערטער, די ענד רעזלאטס צו מ'איז אנגעקומען צו די שאיפה אדער נישט איז שוין ווייניגער נוגע, די שורש הדבר איז ווי די נפש וואס באהאלט זיך אויס און קען נישט אויסדריקן די באגער צוליב א פחד פון ווערן אראפגעקלאפט און דערנידערט. ודו"ק.

די אלע ווערטער אז מ'דארף אריינברענגען א געשמאק אין שטוב און מיט די צייט וועט עס געשען איז זייער אסאך מאל ליכט יארן ווייט פון די מציאות, ס'איז אן עקזיט ארויס פון די ריאליטעיט. קען זיין אז אמאל געלונגט עס אבער זייער אסאך מאל נישט. דעריבער איז בעסער אז מ'זאל זיך כאטש אליינס געבן די ספעיס און נישט ווארטן פאר קיין צווייטן.
טויזנט לייקס!!!!
שאלות והערות קענט איר שיקן צו [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “תורת הנפש”