אמור - א שליח האט נישט קיין וואקאציע!

חידושים ופלפולים בפרד"ס התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

אמור - א שליח האט נישט קיין וואקאציע!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חברים וידידים..!

אין אונזער פרשה געפונען מיר די מצוה וואס איז פארבינדן מיט ענינא דיומא, די טעג אין וועלכע מיר געפונען זיך יעצט, דאס איז די מצוה פון ספירת העומר וואס מיר זענען באפוילן געווארן וּסְפַרְתֶּם לָכֶם וגו' שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת תְּמִימֹת תִּהְיֶינָה, צו ציילן פונעם צווייטן טאג פסח ביז שבועות ניין און פערציג טעג.

עס איז באקאנט דער ענין וואס איז מבואר אין אלע ספרים הקדושים אז די ימי הספירה זענען טעג פון הכנה און השתוקקות צו קבלת התורה.
ווי דער ספר החינוך (מצוה ש"ו) איז מאריך אינעם טעם המצוה און זאגט: וויבאלד די עיקר פון כלל ישראל איז נאר די תורה, און נאר צוליב די תורה הקדושה איז די גאנצע וועלט באשאפן געווארן, ווי אויך איז דאס געווען די הויפט סיבה פארוואס די אידן זענען אויסגעלייזט געווארן פון מצרים, נאר כדי צו קענען מקבל זיין די תורה. און ביי אונז אידן איז טאקע די חלק פון 'קבלת התורה' אסאך גרעסער ווי די עצם פרייהייט וואס מיר זענען באפרייט געווארן פון מצרים, ווייל אזוי האט השי"ת געזאגט פאר משה רבינו "בְּהוֹצִיאֲךָ אֶת הָעָם מִמִּצְרַיִם תַּעַבְדוּן אֶת הָאֱלֹקִים עַל הָהָר הַזֶּה" אז די גאנצע מטרה און תכלית פון יציאת מצרים איז צוצוקומען צו קבלת התורה, דערפאר איז יציאת מצרים בלויז דער טפל, און קבלת התורה דער עיקר.

און דאס איז דער ענין פארוואס מיר שטייען און ציילן די טעג און וואכן ביז צום גרויסן זמן פון קבלת התורה, פונקט ווי א פארשקלאַפטער קנעכט שטייט און לעכצט און קוקט שוין ארויס מיט השתוקקות ווען וועט קומען זיין באפרייאונג און ער וועט מער נישט דארפן ארבעטן שווער און ביטער, ער ציילט די טעג און קען קוים ווארטן אויף דעם געהויבענעם זמן. די זעלבע זענען מיר משתוקק און קוקן ארויס צום יום טוב שבועות פון קבלת התורה, אזוי שרייבט דער חינוך.

פרעגט זיך אבער א פראגע, פארוואס מאכן מיר נישט א הכנה צו קבלת התורה דורך עוסק זיין מער אין לימוד התורה, דורכ'ן לערנען שעות רצופות און מוסיף זיין בהתמדה
וכדומה? אנשטאט דעם געפונען מיר בשם דער אריז"ל אז די עבודה פון די ימי הספירה איז גאר פארבינדן מיט תיקון המידות. יעדן טאג דארף מען ארבעטן און מתקן זיין אן אנדערע מידה פון חסד, גבורה, תפארת, און אזוי ווייטער. וויאזוי איז דאס פארבינדן מיט אונזער השתוקקות צו קבלת התורה?.

און בכלל דער אופן פון ציילן, פארוואס ציילן מיר פון אונטן ארויף, דאס הייסט אז מ'הייבט אָן מיט איינס, דערנאך צוויי, דריי, פיר, וכו'. מיר ווייסן די סדר פון מענטשן בדרך כלל ווען מ'איז משתוקק און מ'ווארט מיט שפאנונג אויף א געוויסע זמן, הייבט מען אָן צו ציילן פון אויבן אראפ, קודם רעכנט מען אויס אז ס'איז נאך דא ניין און פערציג טעג צו גיין, דערנאך האלט מען שוין ביי אכט און פערציג, זיבן און פערציג, א.א.וו. וואס איז דער רמז מיט דעם וואס מיר רעכענען די גאנצע צייט וויפיל טעג עס זענען שוין פארביי. (זעה אינעם אויבנדערמאנטן חינוך וואס ער ענטפערט אויף די קושיא).

נאך א גרויסע חידוש וואס מיר געפונען ביי די מצוה פון ספירת העומר, אז די טעג דארפן זיין שֶׁבַע שַׁבָּתוֹת 'תְּמִימֹת' גאנצע זיבן וואכן ברציפות, און דעריבער ווערט אנגענומען להלכה אז אויב איינער פארפעלט אפילו איין טאג פון די ספירה, קען ער שוין נישט ציילן ווייטער מיט א ברכה, ווייל עס איז שוין נישט קיין תְּמִימֹת. וואס איז די פנימיות דערפון אז עס מוז זיין דייקא ברציפות און מ'קען עס נישט משלים זיין א טאג שפעטער, און וואס קענען מיר ארויסלערנען פון דעם אויף למעשה?.

די עבודה פון א געטרייע שליח
כדי צוצוקומען און פארשטיין אונזער נקודה, הערט א מעשה שהיה, א הערליכע עפיזאד וואס עס האט מיטגעטיילט מיט אונז דער בעל המעשה, וועמען מיר וועלן אנרופן ר' ראובן, ווי פאלגענד:

ראובן איז א ערליכער בעל הבית, א ווארימע חסיד'ישער איד וואס איז קובע עתים לתורה מיט א ערנסטקייט און פירט א שיינע שטוב. פאר זיין פרנסה פירט ער אָן א גרויסע פירמע וועלכע איז גאנץ שיין מצליח און טוט פארצווייגטע געשעפטן מיט פארשידענע אנדערע פירמעס.

צווישן ראובן'ס קינדער ציילט זיך אויך דוד'ל, דוד איז א זעכצן יעריגער בחור וואס האט ליידער נישט איבריג מצליח געווען אין ישיבה, עס האבן זיך כסדר געמאכט פארשידענע שטרויכלונגען און אמפערייען צווישן איהם און די הנהלת הישיבה, דוד האט זיך נישט געקענט געהעריג צושטעלן, און איינמאל ווען עס האט זיך דערנענטערט דעם סוף זמן, האט עס שוין געהאלטן ביי דעם אז די ישיבה איז נישט געווען גרייט איהם צוריק צו נעמען אויפן קומענדיגן זמן... דוד'ל איז געשטאנען ביים שוועל פון תהום ח"ו בלייבנדיג אָן קיין מסגרת און אָן קיין סביבה. זיין טאטע ראובן האט נישט געשפאָרט קיין צייט און כוח, און געפרואווט צו טוהן וואס נאר מעגליך כדי צו העלפן זיין זוהן, אבער קיין גרויס הצלחה האט זיך נישט אנגעזעהן אויפן האריזאנט.

איינער פון די חשוב'ע מחנכים מיט וועמען ראובן האט אסאך גערעדט בנוגע די חינוך פון זיין זוהן, האט איהם געראטן אז היות דוד ווייזט ארויס אזא שטארקע אינטרעסע אין זיין טאטע'נס ביזנעס, אז דער טאטע זאל איהם טאקע האלטן נעבן זיך און איהם אביסל מיטנעמען אין די ביזנעס ענינים, בפרט אין די טעג פון בין הזמנים ווען די בחורים זענען סייווי נישט באשעפטיגט, אזוי ארום וועט עס איהם צוריקהאלטן פון גיין ליידיג און בַּטָלָה הַמְבִיאָה לִידֵי שִׁעֲמוּם.

ראובן דערציילט, עס איז מיר נישט אנגעקומען לייכט, אבער אזויווי כ'האב דערהערט אז ס'קען ארויסקומען דערפון א תועלת, האב איך טאקע געלאזט מיין דוד מיטהאלטן פארשידענע חלקים פון מיינע געשעפטן, אז ער זאל כאטש האבן מיט וואס זיך צו האלטן פארנומען אין זיינע שווערע טעג.

אין יענע תקופה האב איך געדארפט האבן א ספעציעלע זיצונג מיט א גרויסע אידישע פילאנטראפ, לאמיר איהם רופן ר' שמעון, מיט וועמען מיין פירמע האט געוואלט האנדלען. ווי נאר דוד האט געהערט דערוועגן איז ער געווארן אינגאנצן אנגערייצט צו קענען מיטקומען מיט מיר און אנטייל נעמען ביי יענעם מיטינג, ער האט שוין זייער אסאך געהערט איבער די גרויסע רייכטום פון יענעם עושר און זיינע גרויסע פראיעקטן און ביזנעסער וואס זענען באקאנט אין די גאנצע וועלט, און ער האט ממש געלעכצט צו קענען זיצן אין זיינע ד' אמות.
וואס זאל איך אייך זאגן? באמת האט מיר די גאנצע געדאנק נישט געשמעקט, דאס איז געווען א גאר וויכטיגע מיטינג אויף וואס כ'האב שוין געווארט פאר לאנגע חדשים, היות יענער עושר איז זייער א פארנומענע מענטש, און ביז מ'קומט אָן צו איהם קען דויערן זייער לאנג, און בכלל האט מיר נישט געפאסט מיטצוברענגן א זעכצן יעריגער בחור'ל צו א ערנסטע ביזנעס מיטינג. אבער וויסענדיג אז אזוי בין איך באפוילן געווארן דורך א דעת תורה, און וועלנדיג העלפן מיין זוהן, האב איך איהם נישט געקענט אפזאגן, און בלית ברירה ווען ס'איז געקומען די באשטימטע צייט האב איך מיטגענומען מיין דוד צום באגעגעניש מיט ר' שמעון.

אנקומענדיג אהין זענען מיר געווארן אריינגערופן צו ר' שמעון אין אפיס וואס איז איין שטיק פּראַכט און רייכטום לויט זיין גרויסע עשירות. ווי נאר ער האט באמערקט מיין דוד'ל, גיבט ער מיר א ווינק ווי איינער פרעגט 'מאי האי?' וואס טוט ער דא ביי א פריוואטע ביזנעס מיטינג, האב איך איהם געזאגט אז דאס איז מיין זוהן וואס דרייט זיך ביי מיר אין געשעפט און האט זייער שטארק געוואלט קומען אייך באגעגענען...

דער עושר ר' שמעון האט ווארשיינליך באלד געכאפט דעם רמז פון וואס עס רעדט זיך דא, און ער האט אויסגעשטרעקט זיין האנט מיט א ווארימע שלום עליכם צו מיין זוהן, און האט אנגעהויבן געמיטליך צו פארברענגן מיט איהם על הא ועל דא. מיין הויט האט אנגעהויבן צו ברענען זעענדיג ווי די צייט לויפט פארביי, איך שטיי און קוק אויפן זייגער נערוועזערהייט וויסענדיג אז די צייט דא איז טייער, אבער ר' שמעון איילט זיך נישט אין ערגעץ, ער שמועסט א געשמאקע שמועס מיט מיין זוהן און אינטרעסירט זיך איבער זיינע אנגעלעגנהייטן מיט די גרעסטע מאָס נייגער, אויף אזוי ווייט אז איך בין אפילו ארויסגעגאנגען פון צימער אינמיטן, כדי זיי צו לאזן שמועסן אליינס און נישט זיין קיין שטער מיט מיין אנוועזנהייט. ענדליך נאך א שעה און א האלב(!) פון פארברענגן אזוי העפליך מיט מיין זוהן, גיבט זיך ר' שמעון א שטעל אויף פון פלאץ זאגענדיג אז די צייט איז שוין פארביי ווייל ער האט יעצט נאך א וויכטיגע מיטינג מיט א צווייטן, און ער געזעגנט זיך הארציג פון מיין זוהן, דערלאנגענדיג זיין פערזענליכע טעלעפאן נומער, אז מיין זוהן קען איהם רופן ווען ער וויל נאר, און ער איז גרייט צו שמועסן מיט איהם נאך ווען ער האט צייט.

איך בין געבליבן ערשטוינט און ממש מיט'ן צינג אינדרויסן, נאכן ווארטן און האפן אזוי לאנג אויף די וויכטיגע מיטינג וואס וואלט געקענט ברענגן שיינע רווחים פאר מיין פירמע, און דערווייל איז די גאנצע צייט געווארן פארברענגט מיט מיין זעכצן יעריגער בחור. ר' שמעון האט זיך אבער נישט פארלוירן, ער אנטשולדיגט זיך אביסל אז דאס האט פאסירט, און זאגט מיר מיט א רואיגקייט אז איך קען פראבירן צו באשטימען מיט זיין סעקרעטאר נאך א מיטינג ביי אן אנדערע געלעגנהייט.

וכך הוה, איך האב געדארפט ווארטן נאך עטליכע לאנגע וואכן ביז איך האב באוויזן צו באקומען א פרישע זיצונג מיט ר' שמעון, אבער אינצווישן האט ב"ה פאסירט די געוואלדיגע
שינוי לטובה ביי מיין דוד'ל. זיין נייע קשר און נאנטקייט מיט'ן וועלטס בארימטע פילאנטראפ ר' שמעון האט געהאט גאר א גוטע ווירקונג אויף איהם, עס האט איהם געגעבן א גוטע הרגשה, און צווישן אנדערע האט ר' שמעון איהם טאקע איבערגערעדט און געשטופט צוריק צו גיין אין ישיבה, וואו ער איז בס"ד געגאנגען און אנגעהויבן דעם קומענדיגן זמן מיט א קענטיגע התחדשות.

ווען איך בין אנגעקומען צו ר' שמעון ביי אונזער פרישע מיטינג, דאסמאל אָן די באגלייטונג פון מיין דוד, האב איך זיך ערלויבט אנצורופן, איידער מיר פאנגן אָן מיט די געשעפטן, קודם כל בין איך אייך שולדיג א ריזיגע הכרת הטוב אויף אלעס וואס איר האט געטוהן צו מיין זוהן און די געוואלדיגע מהפיכה וואס איר האט געמאכט אין איהם, און כ'האב נישט קיין ווערטער אייך צו באדאנקן, אבער אויב איר קענט מיר ערקלערן אין קורצן, וואס איז טאקע געווען פשט פון די גאנצע התנהגות, פארוואס איז אייך בכלל איינגעפאלן צו פארברענגן מיט איהם אויפן חשבון פון די טייערע צייט וואס איז בכלל נישט געאייגענט פאר דעם?

די תשובה פון ר' שמעון האט מיך געלאזט ממש מיט א אפענעם מויל. ר' שמעון זאגט מיר אז מיט יארן פריער ווען ער איז אריין אינעם עולם המסחר, האט איהם זיין רבי, א צדיק און א גדול בתורה, געגעבן א קלארע הדרכה און געזאגט "געדענק שמעון אז דו ביסט א שליח פונעם אייבישטער, אלעס וואס דו טוסט איז נאר פארן אייבישטער, אפילו גשמיות און אפילו מסחר זענען אלעס נאר כדי מיר זאלן קענען לעבן ווי אידן און טוהן דעם רצון ה', דעריבער ווען עס וועט נאר אונטערקומען אונטער דיינע הענט סיי וועלכע זאך וואס דו וועסט זעהן אין דעם א געלעגנהייט צו מאכן א קידוש ה' אדער א נחת רוח פארן אייבישטער, זאלסטו זיך נישט צוריקהאלטן דערפון! דו ביסט נישט דא בלויז צו פארדינען געלט, דו ביסט א געטרייע שליח און דו דארפסט אלעמאל זיין גרייט אויסצופירן די שליחות פון דיין 'מְשַׁלֵחַ' וואס ער וויל פון דיר אין יענע מינוט"... דאס זענען געווען זיינע לעכטיגע ווערטער וואס איך האלט טאקע פאר מיינע אויגן שטענדיג, און ווען עס קומט מיר אונטער א דבר מצוה אדער א חסד וכדומה, נישט קיין חילוק ווי פארנומען איך בין, וועל איך פראבירן דאס אויסצופירן בשלימות, ווייל איך בין די גאנצע צייט אויף מיין תפקיד פון שליחות פאר השי"ת. און דעריבער ווען איך האב באמערקט אז דיין בחור דארף חיזוק, האב איך פארשטאנען אז יעצט איז דאס מיין שליחות! און פון מיין זייט איז די גאנצע וועלט געשטארבן, איך האב אין די מינוטן א אויפגאבע וואס איך מוז אויספירן עַד הסוף, און אזוי האב איך טאקע געטוהן.

מאכן א בית ה' אין יעדן ווינקל פון לעבן
באמת איז דאס א יסוד וואס איז מבואר אין פילע ספרים הקדושים. די תרי"ג מצוות זענען נישט קיין איינצלענע און באזונדערע מצוות וואס דער מענטש דארף אויספירן אין פארשידענע זמנים. נאר דאס איז איין גרויס 'דרך החיים' און מציאות פון א איד, און דארף איהם טראגן במשך זיין גאנצע לעבן. ווי דוד המלך האט מתפלל געווען (תהלים כ"ז ד') אַחַת שָׁאַלְתִּי מֵאֵת ה' וגו' שִׁבְתִּי בְּבֵית ה' כָּל יְמֵי חַיַּי, אז ער וויל זוכה זיין צו זיצן אינעם בית ה' דורכאויס זיין גאנצע לעבן. שטעלט זיך די קושיא, האט דען דוד המלך געקענט בלייבן אינעם בית ה' אלעמאל? ער איז דאָך געווען דער מלך ישראל וואס האט געדארפט פירן מלחמות און זארגן פאר די פרנסה פון כלל ישראל ווי די גמרא דערציילט, און נאך פארשידענע וויכטיגע ענינים פון צרכי ציבור וואס זענען כסדר געלעגן אויף זיינע פלייצעס, נו וויאזוי קען ער בעטן צו פארבלייבן שטענדיג אינעם בית ה'? נאר דער תירוץ איז -ווי צדיקים האבן געזאגט- דוד המלך איז דא מתפלל א טיפע תפלה, אז איבעראל אין יעדע מקום וואו ער געפונט זיך זאל זיין א בית השם! ער זאל זוכה זיין צו דינען דעם אייבישטער און איהם מאכן א נחת רוח נישט קיין חילוק אין וועלכן ארט ער געפונט זיך.

און דאס דארף זיין די שטרעבן פון יעדער איד, אז אין יעדע פלאץ וואו זיינע פיס טרעטן זאל זיין א בית השם. נישט קיין חילוק ווען ער איז אין בית המדרש, אין שטוב, אין מסחר, אדער אויף די גאס, אין יעדן ווינקל זאל ער זוכה זיין צו פאַרמערן כבוד שמים און טוהן דער רצון הבורא.

דאגעגן ווען א איד לעבט נישט מיט דעם געפיל פון 'שליחות' אז ער איז אומעטום א שליח פונעם רבוש"ע צו טוהן זיין רצון, דעמאלטס טוט ער טאקע אסאך 'באזונדערע' מצוות,
אבער ער לעבט נישט ווי א איד דארף צו לעבן. לדוגמא, עס זענען פארהאן מענטשן וואס שפירן א התחייבות צום רצון ה' נאר אין בית המדרש, דארט דאווענט ער טאקע און ער לערנט, אבער ווי נאר ער פארלאזט די כותלי בית המדרש ווערט ער פלוצלינג אן אנדערע בריה, זייענדיג אין געשעפט פירט ער זיך בכלל נישט אויף אויסגעהאלטן בין אדם לחבירו אדער אין דיני ממונות וכדומה. דאס באדייט אז ער טוט טאקע געציילטע פרטיות'דיגע מצוות אין געוויסע מצבים, אבער ער איז נישט קיין עבד השי"ת באמת.

דאס זעלבע איז מיט א מענטש וואס איז נאר יושר'דיג ווען עס קומט צו געלט זאכן, אבער אנדערע מצוות טוט ער נישט מיט אזא ברען. אדער איינער וואס א גאנץ יאר פירט ער זיך ערליך, אבער ווען ער פארט אויף וואקאציע איז ער כמעט פורק-עול פון זיך ח"ו. דאס אלעס מיינט אז ער 'לעבט' נישט מיט'ן ציווי השי"ת מיט זיין גאנצע הארץ און נשמה.
ווי מיר געפונען טאקע אזא אויסדרוק אין חז"ל (עירובין י"ט. חגיגה כ"ז.) "פּוֹשְׁעֵי יִשְׂרָאֵל שֶׁמְלֵאִין מִצְוֹת כְּרִמּוֹן" עס קען זיין א זינדיגער מענטש וואס איז פיל מיט מצוות ווי די קערנדלעך פון א מילגרוים. עס הערט זיך ווי א דבר פלא, אויב איז איינער אנגעפילט מיט מצוות ווי א רמון פארוואס הייסט ער א פושע ישראל? ערקלערן די בעלי מוסר, טאקע ווייל זיינע מצוות זענען בלויז ווי באזונדערע קערנדלעך, ער טוט א מצוה דא און א מצוה דארט, אבער ער 'לעבט' נישט ווי א איד, ער איז נישט געבינדן צו תורה ומצוות אין אלע אומשטענדן און אין אלע זמנים, אזא איינער קען ליידער זיין א פושע ישראל! ווייל ער פירט זיך נישט אויפן דרך התורה ווי דער באשעפער פארלאנגט פון אונז, ער טוט נאר וואס און וויפיל עס שמעקט איהם, אבער אנדערע מצוות און דינים זענען איהם גארנישט מחייב.

די הכנה צו קבלת התורה דוקא דורך תיקון המידות
דערמיט קומען מיר צוריק צו די מצוה פון ספירת העומר. יעצט ווען מיר געפונען זיך אין די טעג פון השתוקקות און הכנה צו קבלת התורה דארף א איד זיך גרייטן צו די הויכפונקט און שלימות פון קבלת התורה, וואס דאס איז 'לעבן ווי א איד' און שפירן דעם "כִּי הֵם חַיֵּינוּ" אז די תורה הקדושה איז אונזער לעבן און אונזער גאנצע מציאות יעדן טאג און יעדע שעה, און נישט בלויז א ספר פון חוקים ומשפטים וואס מיר נעמען געוויסע חלקים דערפון.

ווי מיר געפונען טאקע אז איידער מתן תורה איז השי"ת ארומגעגאנגען צו די פעלקער און זיי געפרעגט אויב זיי ווילן מקבל זיין די תורה, און ווען זיי האבן געוואלט וויסן מה כתיב בה, האט השי"ת זיי געענטפערט, לא תרצח, לא תנאף, און זיי האבן עס נישט מקבל געווען. אבער ביי די אידן האט דער אייבישטער גארנישט געזאגט, ער האט זיי נישט געגעבן קיין שום דוגמא און ידיעה פון די מצוות וואס שטייען אין די תורה. ווייל ביים גוי, אפילו ווען ער וואלט יא מקבל געווען די תורה, וואלט עס געווען אויף א אופן פון פרטיות'דיגע מצוות, א איסור אויף רציחה און א איסור אויף גניבה וכדומה, אבער נישט קיין סאך מער פון דעם. דאגעגן ביי כלל ישראל איז נישט שייך צו געבן א ביישפיל פון א געוויסע מצוה אדער איסור, ווייל פאר אונז איז די תורה פיל העכער פון דעם, עס איז אונזער גאנצע חיות און מהות מיט וואס מיר לעבן טאג און נאכט און רירן זיך קיינמאל נישט אוועק פון איר וועג, מיר זענען קיינמאל נישט באפרייט פון איר עול, און מיר זענען שטענדיג געקניפט און געבינדן דערצו זיך צו פירן לויט'ן רצון ה'. און דעריבער האבן די אידן אויסגעשריגן "נעשה ונשמע" מיט מסירות נפש, ווייל זיי האבן געוואוסט איין זאך, מיר זענען עס מקבל אינגאנצן און מיר ווארפן זיך אונטער דעם יאך מיט התבטלות אויסצופירן יעדע זאך וואס שטייט אין די תורה בשלימות.

טאקע דערפאר איז באשטימט געווארן די הכנה צו קבלת התורה דורך תיקון המידות און זיך אויסארבעטן אין עניני בין אדם לחבירו [ווי מיר געפונען אז די ימי הספירה זענען טעג פון אבלות אויף די תלמידים פון רבי עקיבא שלא נהגו כבוד זה בזה], און נישט דוקא דורך מוסיף זיין אין התמדה ולימוד התורה וכדומה. כדי צו ווייזן און מדגיש זיין פאר א איד אז די תורה איז נישט בלויז א לימוד, עס איז נישט א 'ספר' וואס מיר האבן מקבל געווען, נאר עס איז אונזער חיות און מציאות, און מיר מוזן זיין אויסגעהאלטן בשלימות אין אלע ענינים ארום און ארום, מיר מוזן זיין ערליך און אויסגעהאלטן אין אונזערע מידות און התנהגות, און נאר אזוי הייסט מען א עובד ה'.

עס טאר נישט האבן קיין שום הפסק אין זיך!
בדרך רמז קענען מיר ערקלערן אז דאס איז טאקע דער טעם פארוואס מיר ציילן די ימי הספירה פון אונטן ארויף, פון איינס ביז ניין און פערציג, און נישט פארקערט אזויווי מ'ציילט ביי א געווענליכע תשוקה צו זעהן וויפיל טעג עס זענען נאך פארבליבן. ווייל די ימי הספירה זענען טעג פון קנינים, מיר מוזן זיך פארבעסרן יעדן טאג און אויסארבעטן נאך א מידה און נאך א מידה אנצוקומען צו אונזער ציל און תכלית צו ווערן פאררעכנט עובדי השי"ת וואס טוען זיין רצון אין יעדע הינזיכט. און דעריבער ציילן מיר דאס ווי א רכוש, פונקט ווי א מענטש ציילט זיינע פארדינסטן וואס ער האט פארדינט. מיר מוזן זיך כסדר מאכן א חשבון הנפש וויפיל מיר האבן שוין קונה געווען אין יעדן פרט און זיך אומקוקן אויף אונזער תיקון המידות כדי צו קענען צוגיין צו קבלת התורה ווי עס דארף צו זיין.

און דעריבער דארפן די טעג זיין תְּמִימֹת אין איין ציה אָן קיין הפסק אינדערמיט. צו דערמאנען פארן איד אז דער דרך התורה איז איין לאנגע קייט פון טוהן דער רצון ה', עס איז קיינמאל נישט דא קיין יוצא מן הכלל, און ס'איז קיינמאל נישט דא קיין תירוץ אז יעצט בין איך נישט אין בית המדרש און דא מעג איך טוהן וואס מיין הארץ באגערט, אדער יעצט בין איך פארנומען מיט מסחר און דעריבער בין איך פטור פון חסד און מידות טובות, אדער דא קען מיך קיינער נישט און דעריבער דארף אין נישט מקדש זיין שם שמים... די מצוה פון ספירה קומט אונז אנגרייטן צו קבלת התורה און אונז לערנען אז ניין! אידישקייט מוז זיין תְּמִימֹת, גאנץ אָן א הפסק, ווייל די תורה ומצוות איז אונזער שליחות און תפקיד פיר און צוואנציג שעה א טאג און דריי הונדערט פינעף און זעכציג טעג א יאר.

רוחניות און גשמיות גייען צוזאמען
ווי פאסיג איז דאס מיט'ן ענין וואס מיר טרעפן אין חז"ל (פסחים דף ס"ח:) אז עס איז פארהאן א מחלוקת צווישן רבי אליעזר און רבי יהושע וויאזוי מען דארף פראווענען א יום טוב, רבי אליעזר האלט אז א איד קען אויסוועלן צו מאכן דעם יום טוב אדער כולו לה' אדער כולו לכם, ער האט די ברירה עס צו ווידמען אינגאנצן פארן אייבישטער מיט תורה ותפלה, אדער אינגאנצן מיט 'לכם' וואס דאס איז גשמיות'דיגע תענוגים לכבוד יום טוב, און רבי יהושע האלט אז מען דארף צוטיילן דעם יום טוב אין צוויי טיילן, חציו לה' וחציו לכם. דערנאך זאגט די גמרא "אמר רבי אלעזר הכל מודים בעצרת דבעינן נמי לכם, מאי טעמא יום שניתנה בו תורה הוא", שבועות איז יעדער מודה אז מ'דארף מאכן חציו לה' וחציו לכם, אפילו
ר' אליעזר האלט אז מ'דארף זיך אויך מתענג זיין בגשמיות לכבוד די שמחה פון מתן תורה.

מו"ר הגאון רבי יצחק דוב קאפעלמאן ראש ישיבת לוצערן זצ"ל האט אמאל געזאגט, אז פארשטייט זיך ווען חז"ל זאגן 'חציו' מיינען זיי נישט ממש האלב, ווייל עס איז אוממעגליך
עוסק צו זיין א האלבע טאג אין אכילה ושתיה, נאר די טיפקייט פון די ווערטער "חציו לה' וחציו לכם" מיינט, ווען צוויי זאכן זענען פאסיג און גייען אינאיינעם, רופט מען זיי אָן ווי צוויי האלבע. למשל ווען א קינד האט א שפילצייג וואס מ'דארף צוזאמשטעלן צוויי חלקים ווי א פּאָזל, אפילו אויב איין חלק איז גרעסער און איינס איז קלענער, וועט ער זאגן "גיב מיר די אנדערע האלב", ווייל האלב מיינט נישט נאר האלב, נאר עס מיינט 'א פּאָר' וואס איז צוגעפּאַסט און גייט צוזאמען מיט'ן אנדערן האלב. און דאס זענען חז"ל מרמז פאר א איד אינעם יום טוב פון קבלת התורה, אז די גשמיות מיט די רוחניות טארן נישט זיין קיין סתירה, מיר מוזן קענען משלב זיין חציו לה' וחציו לכם און זיי זאלן זיין ווי א שלימות'דיגע סעט וואס גייט צוזאמען אָן קיין שטער.

ווי מיר שמועסן, איז דאס ממש אט דער ענין. טאקע דאס איז אונזער הכנה צו קבלת התורה, און דאס איז די תכלית, אז ווען מיר קומען אָן צום יום טוב שבועות זאלן מיר וויסן און פארשטיין אז סיי אונזער רוחניות'דיגע חלק פונעם לעבן, און סיי אונזער גשמיות'דיגע טייל, אפילו דאס עסן, טרינקן, האנדלען, פארברענגן, דאס אלעס איז א פּאָר וואס גייט צוזאמען האנט ביי האנט, ווייל יעדע זאך און יעדע געלעגנהייט נוצן מיר אויס צו טוהן דעם רצון ה' און מיר פארלאזן נישט אונזער שליחות קיינמאל, אפילו ווען מיר זענען עוסק אין עניני עולם הזה. און נישט נאר ס'איז נישט קיין סתירה, נאר עס איז גאר 'תְּמִימֹת' וואס מאכט אונז גאנץ צו זיין עובדי השי"ת אין יעדן פלאץ און אין יעדן מצב, און צו לעבן על פי תורה, כִּי הֵם חַיֵּינוּ וְאֹרֶךְ יָמֵינוּ!

לסיכום געדענק:
• א איד איז א שליח פון השי"ת אין יעדן פְּרַט פון זיין לעבן, אפילו ווען ער איז עוסק אין גשמיות און עניני עולם הזה דארף ער נאך אלס זיין געבינדן צו די תורה און טוהן דעם רצון ה'.
• אז איינער טוט נאר א חלק פון די מצוות, אדער נאר אין געוויסע אומשטענדן, איז ער נישט קיין עבד ה' וואס 'לעבט' מיט די תורה.
• די הכנה צו קבלת התורה איז נישט בלויז דורך לערנען, נאר דורכ'ן זיין אויסגעהאלטן און מתוקן אין אלע ענינים, בפרט בין אדם לחבירו און מידות.

א לעכטיגע שבת קודש!

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
שרייב תגובה

צוריק צו “דברי תורה”