פטר חמור אין "רעים" פארעם

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

מזל טוב!! שמח תשמח רעים,,,

מיט א שמחה און התרגשות איז אויפגענומען געווארען די נייעס אז אין די רעים פארעם וואס געפינט זיך אין טשעסטער נוי יארק בגלילות קרית יואל איז געבוירן אין א מזל'דיגע שעה א בכור אייזל וואס דאס מיינט צו זאגען אז מען וועט האבען די זכיה מקיים צו זיין די זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור
די נייעס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צווישען חברי וידידי מוסד הק' רעים בפרט אין סתם עמך אידען חובבי מצות בכלל

רעים פארעם וואס געפינט זיך אין טשעסטער נוי יארק איז א שטארקע אקטיווע חלק אין די הייליגע פעולות פין די מוסד, ס'געפינט זיך אין א שטח ווי הארט דערנעבן גייען אן פארשידענע הייליגע פעולות און אקטיוויטעטן מידי יום ביומו ארויס צו העלפען אין באגלייטען אידישע קינדער אין זייערע פיזישע אין גייסטישע באגרעניצטע מצבים
די פארעם איז א פלאץ ווי די ספעציעלע נשמות קענען זיך אויסלופטערן און נהנה זיין פון די נפלאות הבורא קוקען און באטראכטן די פארשידענע בהמות אין חיות אזוי אויך ווערט עס געניצט דורך אלע פראגראמען אין רעים בפרט בימי חול המעוד אין פארשידנע זמנים

צוריק צו די זעלטנע נייעס פון די פטר חמור ס'זאגט זיך אפשר גרינג ס'איז געבוירען געווארען א בכור אייזעל אין מען ערווארטעט א מעמד פדיון פטר חמור
אבער די אמת איז מען האט אריין געלייגט כחות אין געלט אין אסאך אסאך צייט, מען האט געקויפט דריי נייע אייזלען און מברר געווען בשבע בדיקות און חקירות כדת ודין אז סהאט נאך קיינמאל נישט געבוירען א קינד וכדומה, אין יעצט נאכ'ן ווארטען קרוב צו דריי יאר איז ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
די פארגאנגענע ליל שב"ק פרשת שמיני איז געבוירען געווארען אין א מזלדיגע שעה א בכור

ווי פארשטעדליך גרייט מען זיך א אפצורעכטען די הייליגע און זעלטענע מעמד פדיון פטר חמור ברוב פאר והדר
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

אטעטשמענטס
IMG_20240506_134423.jpg
IMG_20240506_134423.jpg (309.01 KiB) געזען 2767 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אטעטשמענטס
IMG_20240506_134339.jpg
IMG_20240506_134339.jpg (293.12 KiB) געזען 2758 מאל
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

אוועטאר
holy yid
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אפריל 12, 2021 5:17 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך holy yid »

ווען גייט זיין די גרויסע מעמד ?
גייט עס זיין ברוב עם הדרת מלך ?
א איד איז הייליג, מען דארף היטן זיך נישט צי פארשמירן, און אפילו א פארשמיערטע איד, איז א הייליגע איד וואס דארף א וואש.

קרעדיט
@וועלטס מבין
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

וויפיל איך ווייס האבען די בעל בתים נאך נישט באשלאסען די פרטי המעמד
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

איז דעס די זעלבע ווי ביי אדמו"ר מהר"א?
עין יעקב
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יוני 30, 2023 11:34 am

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עין יעקב »

אויף די אייזל האט מען געווארט פאר פסח ס'זאל געבורין ווערן
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

עין יעקב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:17 pm
אויף די אייזל האט מען געווארט פאר פסח ס'זאל געבורין ווערן
יא
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

maybeeynot האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:07 pm
איז דעס די זעלבע ווי ביי אדמו"ר מהר"א?
האדמו"ר מהר"א האט געמאכט ראשית הגז אין מתנת כהונה
וואס מיינט איר צי פרעגען ?
יידישע קהילות
שר תשעת אלפים
תגובות: 9120
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

כבוד הרב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:11 pm
מזל טוב!! שמח תשמח רעים,,,

מיט א שמחה און התרגשות איז אויפגענומען געווארען די נייעס אז אין די רעים פארעם וואס געפינט זיך אין טשעסטער נוי יארק בגלילות קרית יואל איז געבוירן אין א מזל'דיגע שעה א בכור אייזל וואס דאס מיינט צו זאגען אז מען וועט האבען די זכיה מקיים צו זיין די זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור
די נייעס האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט צווישען חברי וידידי מוסד הק' רעים בפרט אין סתם עמך אידען חובבי מצות בכלל

רעים פארעם וואס געפינט זיך אין טשעסטער נוי יארק איז א שטארקע אקטיווע חלק אין די הייליגע פעולות פין די מוסד, ס'געפינט זיך אין א שטח ווי הארט דערנעבן גייען אן פארשידענע הייליגע פעולות און אקטיוויטעטן מידי יום ביומו ארויס צו העלפען אין באגלייטען אידישע קינדער אין זייערע פיזישע אין גייסטישע באגרעניצטע מצבים
די פארעם איז א פלאץ ווי די ספעציעלע נשמות קענען זיך אויסלופטערן און נהנה זיין פון די נפלאות הבורא קוקען און באטראכטן די פארשידענע בהמות אין חיות אזוי אויך ווערט עס געניצט דורך אלע פראגראמען אין רעים בפרט בימי חול המעוד אין פארשידנע זמנים

צוריק צו די זעלטנע נייעס פון די פטר חמור ס'זאגט זיך אפשר גרינג ס'איז געבוירען געווארען א בכור אייזעל אין מען ערווארטעט א מעמד פדיון פטר חמור
אבער די אמת איז מען האט אריין געלייגט כחות אין געלט אין אסאך אסאך צייט, מען האט געקויפט דריי נייע אייזלען און מברר געווען בשבע בדיקות און חקירות כדת ודין אז סהאט נאך קיינמאל נישט געבוירען א קינד וכדומה, אין יעצט נאכ'ן ווארטען קרוב צו דריי יאר איז ברוך שהחיינו וקימנו והגיענו לזמן הזה
די פארגאנגענע ליל שב"ק פרשת שמיני איז געבוירען געווארען אין א מזלדיגע שעה א בכור

ווי פארשטעדליך גרייט מען זיך א אפצורעכטען די הייליגע און זעלטענע מעמד פדיון פטר חמור ברוב פאר והדר
מזל טוב...
אייר - א'ני י"י רופאך

כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך כי אני ה' רופאך
--

אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5542
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע:ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך maybeeynot »

כבוד הרב האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 9:55 am
maybeeynot האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 6:07 pm
איז דעס די זעלבע ווי ביי אדמו"ר מהר"א?
האדמו"ר מהר"א האט געמאכט ראשית הגז אין מתנת כהונה
וואס מיינט איר צי פרעגען ?
דעס איז א אלטע מעשה .
מ'האט געשמועסט אז האדמו"ר מסאטמאר האט זיך איינגהאנדעלט אייזלן צי קענען מאכן פטר חמור. איז יעצט איז ער געהאלפן געווארן. אויף דעם האט זיך באצויגען מיין שאלה
loyodea
שר האלפיים
תגובות: 2124
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 20, 2020 8:00 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך loyodea »

מען קען זיך רעכטן אויף א גרויסן מעמד?
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

נישט די זעלבע

Sunflower האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 10:02 am
איז דעס די זעלבע ווי ביי אדמו"ר מהר"א?

די רבי'ס האט געבוירן א נקבה.....
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4133
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

כבוד הרב האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:55 pm
וויפיל איך ווייס האבען די בעל בתים נאך נישט באשלאסען דו פרטי המעמד
פארוועם באלאנגט די מצוה? אויפן בעל הבית פון רעים? זענען זיי פרייוועטלי owned אדער איז עס א non for profit?
איצי פיצי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 5:20 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצי פיצי »

אביסעל אויסצוקלארען, די קרית יואל׳ע קהלה האט געלייגט א אויג אויף דריי חמורים וואס האבען געווארט צו געבוירען אן ערשטע קינד, און פארשטייט זיך, האפענטליך א זכר, און אזוי קענען מקיים זיין די מצוה נדירה פון ׳פדיון פטר חמור׳

למעשה איז איינע פון זיי געבוירען א נקבה…… די צווייטע א זכר ביי ׳רעים׳, און די דריטע איז מיר נישט פונקטליך באקאנט צו עס איז געבוירען א נקבה, אדער מען ווארט נאך. אבער וואס איז זיכער איז זיכער, איין זכר איז זיכער דא
לויב
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 2:56 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לויב »

געמיינט מרעדט פין @רעים
אוועטאר
טו מיר א טובה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אקטאבער 26, 2022 4:54 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טו מיר א טובה »

איצי פיצי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:03 pm
אביסעל אויסצוקלארען, די קרית יואל׳ע קהלה האט געלייגט א אויג אויף דריי חמורים וואס האבען געווארט צו געבוירען אן ערשטע קינד, און פארשטייט זיך, האפענטליך א זכר, און אזוי קענען מקיים זיין די מצוה נדירה פון ׳פדיון פטר חמור׳

למעשה איז איינע פון זיי געבוירען א נקבה…… די צווייטע א זכר ביי ׳רעים׳, און די דריטע איז מיר נישט פונקטליך באקאנט צו עס איז געבוירען א נקבה, אדער מען ווארט נאך. אבער וואס איז זיכער איז זיכער, איין זכר איז זיכער דא
די פון רעים און די פון וואס די ווייסט נישט וואס ס'איז געבליבן. האט גארנישט מיט די קהילה
אוועטאר
פישל גרין
שר חמש מאות
תגובות: 906
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 18, 2022 8:52 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל גרין »

איצי פיצי האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 4:03 pm
אביסעל אויסצוקלארען, די קרית יואל׳ע קהלה האט געלייגט א אויג אויף דריי חמורים וואס האבען געווארט צו געבוירען אן ערשטע קינד, און פארשטייט זיך, האפענטליך א זכר, און אזוי קענען מקיים זיין די מצוה נדירה פון ׳פדיון פטר חמור׳

למעשה איז איינע פון זיי געבוירען א נקבה…… די צווייטע א זכר ביי ׳רעים׳, און די דריטע איז מיר נישט פונקטליך באקאנט צו עס איז געבוירען א נקבה, אדער מען ווארט נאך. אבער וואס איז זיכער איז זיכער, איין זכר איז זיכער דא
מענדל אונגאר שרייבט אין מאמענט אז איינע פון די דריי איז געשטארבן.
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

דריי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם איז געשטארבען זענען מיר געבליבען מיט צוויי
צוויי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם געבוירען [א זכר בכור] זענען מיר געבליבען מיט איין
איין אייזעל איז געבליבען ווארט מען צי זעהן וואס וועט מיט איר זיין

חוץ מזה האט קהל יטב לב קרית יואל געהט געלייגעט אויף נאך צוויי אייזעלן אין אנדערע פארעמ'ס וואס איינ'ס האט געהאט א נקיבה
איצי פיצי
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 06, 2019 5:20 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איצי פיצי »

כבוד הרב האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:18 pm
דריי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם איז געשטארבען זענען מיר געבליבען מיט צוויי
צוויי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם געבוירען [א זכר בכור] זענען מיר געבליבען מיט איין
איין אייזעל איז געבליבען ווארט מען צי זעהן וואס וועט מיט איר זיין

חוץ מזה האט קהל יטב לב קרית יואל געהט געלייגעט אויף נאך צוויי אייזעלן אין אנדערע פארעמ'ס וואס איינ'ס האט געהאט א נקיבה
קיין איינס פון רעים'ס אייזעלן זענען נישט געשטארבן.
רעים האט געקויפט מיט כמעט 3 יאר צוריק דריי אייזלן כדאי צו האבן ווי מער מעגליכקייטן אז כאטש איינס זאל האבן א זכר און מען זאל קענען מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור (אן קיין דרעקטע פלענער ווען ווי און ווער זאל עס מקיים זיין.
למעשה האט איינס פון די דריי מפיל געווען א ’’נקיבה’’ און דאס איז שוין געווען מיט א עטליכע חדשים צוריק, און פון דעם האט דער מאמענט גערעדט אז איינס איז געשטארבן, נישט דער מאמע נאר דער קינד.
דער צווייטע האט ב”ה געהאט א זכר וואס אויף דעם גרייט מען זיך צו מקיים זיין די מצוה, און דאס איז געווען איינס פון די דריי אייזלן ”איבער אמעריקא” (נישט דווקא אין דער רעים פארם) וואס דער קרית יואל'ע קהילה האט געהאלטן אן אויג אויף חול המועד פסח
און דער דריטע ווארט מען נאך טאקע בכליון עינים
חסד השם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4613
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 05, 2019 3:16 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסד השם »

איצי פיצי האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:12 pm

עפעס טוט זיך א צומישעניש דא.
רעים האט 3 אייזלען, און נאכדעם זאגסטו קר"י געהאלטן א אויג אויף 3 אייזלען איבער אמעריקא?! רעים האט אלע אייזלען איבער אמעריקא וואס מווארט אויף א בכור?
ו"חסד השם" מעולם ועד עולם על יראיו וצדקתו לבני בנים
כבוד הרב
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 10, 2020 7:11 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד הרב »

חסד השם האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:28 pm
איצי פיצי האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 3:12 pm
כבוד הרב האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 1:18 pm
דריי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם איז געשטארבען זענען מיר געבליבען מיט צוויי
צוויי אייזעלן האבען מיר געהאט, איז איינס פין דעם געבוירען [א זכר בכור] זענען מיר געבליבען מיט איין
איין אייזעל איז געבליבען ווארט מען צי זעהן וואס וועט מיט איר זיין

חוץ מזה האט קהל יטב לב קרית יואל געהט געלייגעט אויף נאך צוויי אייזעלן אין אנדערע פארעמ'ס וואס איינ'ס האט געהאט א נקיבה
קיין איינס פון רעים'ס אייזעלן זענען נישט געשטארבן.
רעים האט געקויפט מיט כמעט 3 יאר צוריק דריי אייזלן כדאי צו האבן ווי מער מעגליכקייטן אז כאטש איינס זאל האבן א זכר און מען זאל קענען מקיים זיין די זעלטענע מצוה פון פדיון פטר חמור (אן קיין דרעקטע פלענער ווען ווי און ווער זאל עס מקיים זיין.
למעשה האט איינס פון די דריי מפיל געווען א ’’נקיבה’’ און דאס איז שוין געווען מיט א עטליכע חדשים צוריק, און פון דעם האט דער מאמענט גערעדט אז איינס איז געשטארבן, נישט דער מאמע נאר דער קינד.
דער צווייטע האט ב”ה געהאט א זכר וואס אויף דעם גרייט מען זיך צו מקיים זיין די מצוה, און דאס איז געווען איינס פון די דריי אייזלן ”איבער אמעריקא” (נישט דווקא אין דער רעים פארם) וואס דער קרית יואל'ע קהילה האט געהאלטן אן אויג אויף חול המועד פסח
און דער דריטע ווארט מען נאך טאקע בכליון עינים
עפעס טוט זיך א צומישעניש דא.
רעים האט 3 אייזלען, און נאכדעם זאגסטו קר"י געהאלטן א אויג אויף 3 אייזלען איבער אמעריקא?! רעים האט אלע אייזלען איבער אמעריקא וואס מווארט אויף א בכור?
עפעס אזוי...
קיסריה
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 12, 2016 6:26 pm

Re: פטר חמור אין "רעים" פארעם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיסריה »

ס׳איז דא מערערע מענטשן וועלכע האבן אייזלען.

ווי איך ווייס אז רעים׳ס חמור האט גארנישט מיט די פטר חמור פון חוה״מ פסח.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע נייעס”