קאמפלימענטיר

אן אָרט, פאר די קונסט פון וואָרט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שוואכער
שר ששת אלפים
תגובות: 6478
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 04, 2023 12:03 am

קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוואכער »

א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


הערט איין מאל א גוט ווארט
וועט ער טראכטן אויפן ארט
אז ס'איז סתם א נערישע שפיל
ער וויל מיר געבן א גוטע געפיל

ביים הערן א צווייטע מאל
נאכדערצו אויב מער אין צאל
וועט ער כאפן דעם באגריף ער
און אנהייבן טראכטן טיפער

אפשר בין איך טאקע עפעס ווערד
שוין צען מאל ס'זעלביגע געהערט
ליגנט טוט מען נישט איבער קייען
הערט ער א קול אין מח שרייען

א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


טאקע דערפאר
זיי נישט קיין נער
האסט א געלעגענהייט יעדע מינוט
צו מאכן דיין חבר פילן בעסער ווי גוט

אפילו ער שרייט צוריק מיט עניוות
נאכאמאל דעם טריק פרואוו עס
אויב נישט ביים צווייטן דאן ביים דריטן
אדער שפעטער, וועט עס ארבעטן צום גוטן

ער קען נאך איין טאג רוקן ווענט
צוליב דיין אומשולדיגע קאמפלימענט
ער קען דערגרייכן גאר הויעך אין לעבן
פון די גוט ווארט וואס דו האסט געגעבן

א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


נעם א מינוט און טראכט
נעם עס נישט פאר לייכט
דו וועסט מעגליך טאקע דעם ווארט נישט געדענקען
אבער פאר אים וועט עס אסאך מער ווי דעם שענקען.
החלש יאמר גיבור אני (יואל ד, י) - החל"ש ר"ת ה'כל ח'פצים ל'יראה ש'מך
א שוואכער מפתח
מנחם נחום
שר האלף
תגובות: 1545
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2020 6:30 pm

Re: קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מנחם נחום »

נאכנישט גענוג דיר קאמפלימענטירט? @שוואכער איז א וואן אף א קיינד א אור גדול וואס צופלאמט זיך נאר מער און מער....

דו פארשטייסט אז די התחלה איז א סתירה צום פאטשליין... אבער אין משיבין על הפאזיע
לעצט פארראכטן דורך מנחם נחום אום פרייטאג מאי 17, 2024 12:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
הייסע גרעיפ דזשוס
שר האלף
תגובות: 1465
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 05, 2023 6:40 pm
לאקאציע:אין אלגעמיין, צווישן די וויין און די נעפקינס

Re: קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייסע גרעיפ דזשוס »

שוואכער האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:33 pm
א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


הערט איין מאל א גוט ווארט
וועט ער טראכטן אויפן ארט
אז ס'איז סתם א נערישע שפיל
ער וויל מיר געבן א גוטע געפיל

ביים הערן א צווייטע מאל
נאכדערצו אויב מער אין צאל
וועט ער כאפן דעם באגריף ער
און אנהייבן טראכטן טיפער

אפשר בין איך טאקע עפעס ווערד
שוין צען מאל ס'זעלביגע געהערט
ליגנט טוט מען נישט איבער קייען
הערט ער א קול אין מח שרייען

א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


טאקע דערפאר
זיי נישט קיין נער
האסט א געלעגענהייט יעדע מינוט
צו מאכן דיין חבר פילן בעסער ווי גוט

אפילו ער שרייט צוריק מיט עניוות
נאכאמאל דעם טריק פרואוו עס
אויב נישט ביים צווייטן דאן ביים דריטן
אדער שפעטער, וועט עס ארבעטן צום גוטן

ער קען נאך איין טאג רוקן ווענט
צוליב דיין אומשולדיגע קאמפלימענט
ער קען דערגרייכן גאר הויעך אין לעבן
פון די גוט ווארט וואס דו האסט געגעבן

א קאמפלימענט
איז א פאטענט
ס'טוט די מענטש אויפקלערן
אויב טוט ער עס גענוג הערן


נעם א מינוט און טראכט
נעם עס נישט פאר לייכט
דו וועסט מעגליך טאקע דעם ווארט נישט געדענקען
אבער פאר אים וועט עס אסאך מער ווי דעם שענקען.
wow! אזוי אמת׳דיג און צם פינטל.טאלאנט! (איך מיין עס אמת׳דיג, נישט נאר פאר א ׳קאמפלימענט׳...)
הייסע גרעיפ דזשוס איז ערגער פון אויסגעוועפטע קאולע
אוועטאר
אידישער פרינץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 480
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יאנואר 12, 2024 1:25 am
לאקאציע:ווי הקב''ה וויל

Re: קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישער פרינץ »

קאמפלימענטן @שוואכער איז א פלעזשער!
אונזער גרויסקייט און אונזער שיינקייט וועט נתגלה ווערן ווען משיח וועט קומען.
אוועטאר
מיינע געדאנקען
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 14, 2024 9:54 pm

Re: קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיינע געדאנקען »

צום פינטל!!!
מיינע: געדאנקעלעך, מחשבה'לעך, נקודה'לעך.


איוואן דער שיכור
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 30, 2023 8:40 am

Re: קאמפלימענטיר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איוואן דער שיכור »

און מיט מעסער און זעג
ח"ו דעם פארקערטן וועג
קריטיקירן און געשלעג
ווייס איך נישט אויב מען מעג

קריטיקירן יענעם
איז פשוט א גהינום
עס מאכט נישט גוט
אין קיין איין מינוט

קריטיק איז געפערליך
עס מאכט נאר שווערליך
און עס ברענגט נאר טרערליך


מיר זענען מענטשן פון אלע סארט
אבער וואס פעלט אויס א שלעכט ווארט
ווילסט עפעס זאגן שלעכטס?? האלט זיך איין זאפארט
און פארטויש עס מיט עפעס גוטס, אויפן ארט

מען קען לאנג מאריך זיין
אבער איך האב יעצט גאר אן אנדערן פלאן
און קיין צייט איז נישט פארהאן
האטס מיר אלע א גוטן טאג...און.... נאר פרייליך זיין
לאכן לאכט דער וואס לאכט דער לעצטע!!!


דער עיקר אז מען שמייכלט
איין שמייכל ברענגט דער צווייטער
שרייב תגובה

צוריק צו “פאעזיע און גראמען”