די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

יחזקאל סגל לנדא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

די רבי איז געזונט האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:56 pm
@יחזקאל סגל לנדא דו האסט עפעס מיט דער הייליגער נודה ביהודה?
אוודאי געוויס, איך הייס דאך נאך אים... (נודע)
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום מיטוואך מאי 22, 2024 1:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבדק''ק פראג והגלילות
יחזקאל סגל לנדא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

אותות ומופתים האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:28 pm
יוסעלע השלישי האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:56 pm
שמואל כהנא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 9:15 am
א קליינע תיקון טעות
די אינגעלייט אין גור גייען שבת מיט געהעריגע סאמעטענע קאפלעך
נו נו.... איינמאל א וואך מאכט נאכנישט אויס.
מען רעדט דאך פונעם שבת'דיגן טלית

(אנלעס זיי האבן נישט קיין עקסטערע פאר שבת, די עטרה איז דאך די זעלבע ממילא. הגם מיט דעם אלעם איז דא א מצוה צו האבן באזונדערע בגדים פאר שבת).
לפי סוף דברי אתי שפיר, ווייל שבת איזה די קאפ נאסער משום סחיטה, ואעפ"כ איז זייער טלת ריינער.
אבדק''ק פראג והגלילות
יחזקאל סגל לנדא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:13 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 8:19 am
שבת אין ירושלים עיה"ק, אההה..... וואס קען זיין עפעס שענער? האב מיר זוכה געווען צו זיין אויף שב"ק אין ירושלם עיה"ק, געטראפן אן אכסניה אין גאולה, (ליין: גע-אה-לא), אויף רח' חגי, יא יא די זעלבע בלאק פון מאנדרער..., זיך צאמגעקויפט אמעריקאנישע (?!) עסן ביי הדר גאולה... אה מחיה...
שבת ביינאכט האב מיר געדאוונט ערגעץ אינעם אלטשטאט.... און צוריק שפאצירט דורך שער שכם (ררראאא)....
אזוי עסנדיג די סעודה'ניו אין מיין דירה'לע אויף רחוב חגי, טראכט איך זיך צו מיר
ווי קען מען דאווענען א שחרית ערגעץ יוני"ק דא אינעם עיר הקודש (חוץ פון קארלין אויף רח יואל אין הערן די קולות פון אינגע טשאלמערישע בחורים מיט פיצי שטריימלאך. אדער זכרון מוישה שטיבלאך'ס חצות מנין ביינאזאם מיט יוסקע אחורה און יענע משיגינער אנגעטון מיט גארבידזש בעגס. פון קאפ ביז פוס...., אדער גאר בית כנסת הגדול אויף א שבת מברכים.... )
פאלט מיר איין א געדאנק... איך וועל גיין דאווענען אין עירפארט!!! וועסטו אוודאי פרעגן: א עירפארט אין ירושלים?! קיינמאל געהערט?! עבעך דיר מסביר'ן: אין מיין די ריזיגע גור'ע בית מדרש הנקרא בלשון חיבה: "שדה תעופה", צוליב איר ריזיגע גרויסקייט און רינדיכיגן געשטעל.
שבת קודש פרי פארטאגס לויפן מיר אין סאטמאר יונה כאפן א מקווה,קוק איך זיך ארום אויף די הוק"ס פון ווי עס הענגען בלויז ספאדיק'ס (וכידוע המימרא, שמיץ מאכט מען ביי יענעם... נאך דערצו בחינם...) שפאנען מיר ארויף רח' צפניה, א לינקס ביי צומת אפריון, נאכער שלייכן מיר זיך דורך די באריקאדעס אויף רח' ירמיהו (וואס זאכן קענער ווייסן פון די פשרה צווישן גור און די עירייה אז בשעת זייער תפילות איז די פארקער אפגעשלאסן למען כבוד השבת.......) גיי איך מיר דורך די מאגנעטישע שער אנטפלעקט זיך א ניייעם וועלט, בחורים און זקנים מיט נאסע(...) קאפלעך לויפן מיט גמרות אין די הענט, אריינכאפן נאך אפאר בלאט מזומנים, פאר מען שטעלט זיך שחרית בשעה 7:28 בדיוק, כאפ איך אויכעט א גמ' און זיך אויף אוואו זיך א זעץ צו געבן צווישן די טויזענטע לומדים אויף די פשוט'ע אייזענע בענק.
7:27 בדיוק גמור הערט זיך א זשומעריי, די עולם פליקט ארויף די טליתים און שטעלט זיך דאווענען בזריזות ( בחיפור?!), נאך פאר איך ווייס וואס טוט זיך הער איך שוין שעפשען אויפן פוילישן נוסח " ברוך שאמר" ...
ב"ה ביים קל אדון מארש האב איך זיך אביסל מיטגעכאפט.... 8:26 גע'ענדיקט שחרית און צו מיין סופרייז, אנשטאט אנהייבן קריאת התורה זעצט זעך די עוילעם לערנען, (הנקרא שעה הפסקה בלע"ז), בלית ברירה זעץ איך זיך אויך אוועק אביסל מעביר סדרה זיין, נאך עטליכע מינוט הייב איך אן פלאצן... שטעל איך זיך אויף אביסל שפאנצירן דא אין עירפארט, אזוי ארומדרייענדיק זיך צווישן די שורות שורות טישן, באמערק איך אז די גור'ע האבן נישט די רעג. טליתים, דינע/וואכעדיגע טליתים, נישט קיין עטרות און אויך נישט קיין ליינונ"ג (אקיצער א גור'ע טלית...), אזוי קוקנדיג - באמערק א וואונדערליכע זאך אז פון די ים פון טליתים באמערק איך נישט קיין איין שמוציגע טלית... עט'ס הערטס?? נישט קיין איינס....
טראכט איך זיך צו מיר, וויאזוי קוקט אויס די הוק'ס נעבן די בתי כבוד אין אונזערע בתי מדרשים,(שבת אזוי בערך אינמיטן יקום פורקן...) עס הענגען טליתים-מיט ליינונגס, וואס זייערע קאלירן (ביים מקום הנחת הראש) לןיפן פון ליכטיג ברוין ביז טונקל ברוין אזש ביז שווארץ.... איז וואס גייט דא פאר? וואס איז דא אנדערש?? (די גערע שוויצן עפעס ווייניגער??? נעע... נישט מסתבר.... אויב עפעס....)
טראכט איך צו מיר, ס'קען זיין אז די גערע טראגן זייערע טליתים אסאך ווייניגער צייט ווי אונז, צוליב זייערע תפילה בזריזות?? ווער ווייסט....

זונטאג 10:00 פארטאגס איך ראלל ארויס פון בעט... היינט וועט וועט מען גיין דאוונען אין תולדות אהרון שטיבלאך..... אזוי שפרייזנדיג אראפ רח' מאה שערים, מאך איך א לינקס אריין אין די (נאסטאלגישע...) הונגערישע הייזער צו כאפן א טבילה און שויער דערנאך (וואס אין תולדות אהרון איז נישט דא די אפציע....) דערנאך שלענגל(פשוטו כמשמעו!) איך זיך צום תו"א בעסמעדרעש, אריין דורך דעם פרישטאג קאראוון אריין אין די שטיבלאך שוין גיימיר כאפן די 11:15 מנין. טוט זיך א ברכות געזאגעכץ יעדע דריטער זאגט זיך פאר און דער עוילעם ענטפערט אמן, דערנאך קרבנות שטיקל ביי שטיקל (יא!! פונקט ווי אין כיתה ו' ביי מנחה.....), נאכער אן אויסגעצויגענע פסוקי דזמרה מיטן תו"א טרעידמאר"ק קרעכץ, אפגעשאקלט א שמו"ע, אזוי אינמיטן הויכע שמו"ע ווען די כהנים לויפן זיך וואשן די הענט פאר דוכנ'ן, קומט מיר ארויף אין מח די גערע טליתים מיסטעריע, און קוק איך מיך ארום דא אין תולדות אהרן, און צו מיין וואונדער באמערק איך
די זעלבע זאך אלע טליתים שניי ריין, וואס גייט דא פאר וואס איז די צד השוה צווישן גור און תו"א????
צוריק אין מיין אכסניה'לע אזוי קייענדיג נחמה רוגאלאך און זיפנדיג שוקו פון א בעג, פאלט מיר איין די רעיון..... די צד השוה צווישן זיי ביידע שטעקט אין די קאפל, זיי ביידע גייען מיט נא"ט די רעגעל"ע קאפל, ער מיט אזא גליטשעדיגע קאפל.... ער מיטן געשטריקטן פאם פאם קאפל....
אבער נישט מיטן נארמאלן וועלוועטן קאפל

הנוגע למעשה די עיקר גורם פון שווארצע/ שמוציגע טלית/ליינונג איז דעם קאפל סאמעט'ן קאפל אונזערע!! גערעכט, אויב לאז איך מיין טלית איו שאפע צוזאמען מיט א קאפל העט גארנישט פאסירן.
די פראבלעם הייבט זיך אן מיט פייכטקייט וואס זאפט זיך איין דערין, דהיינו: אויב גייסטו אין מקוה און עפעס פייכטקייט בלייבט אין דיין האר, טיסט אן דיין קאפל-אלעס זאפט זיך אריין דערין, טיסט אן דיין טלית-אלעס אריין אין טלית אריין... פלאס-די פייכטקייט באקומט די קאליר פון די קאפל=שווארץ.
היוצא מכל הנ"ל, טיסטו אן דיין טלית תיכף נאכ'ן מקוה, מאכסטו דיין טלית שמוציג.
דא קומט די אבער: די גור'ע און תו"א קאפלעך איז נישט פון וועלוועט, צוליב דעם (דריי מיט'ן גראבן פינגער) באשמיצן זיי נישט זייערע טליתים. פינטל. איי וועסטו פרעגן, וואס וויל ער דא, מיר זאל מיר אלע אנהייבן גיין ווייסע קאפאלאך?!?! (הלואי....), אדער גורע בערגליכע קאפלעך, זאג איך דיר ניין, נאר וויאזוי דען (בניגון ואאאני....)?! האב איך פאר דיר אפאר עיצות:
א' טריקן גוט גוט אפ דיין קאפ נאכן מקוה,
ב' ווארט צו א שטיק צייט פון ארויסקומען פון מקוה ביזן אנהייבן שחרית,
ג' האלט א איבריגע (ריינע) קאפל אין דיין טלית בייטל און טויש קאפלעך פארן דאווענען (פארגעס נישט צוריק צו טוישן נאכן דאווענען, דא"כ מה הועילו חכמים בתקנתן...,און איינמאל אין איטליכע וואכן עס אויסוואשן), נ.ב. אויב די קאפל המיוחד לשחרית קען זיין פון די נישט האריגע/זיידע/ליובאוויטשע סארט, מה טוב ומה נעים, (ווייס איך נישט אויב עס איז לעגאל צו פארקויפן פאר איינער אונטער 65...)

לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען און האט א לעכטיגן שבת-טלית.
וועגן די טלית/קאפלעך איז מיר נישט אזא נפק"מ אבער די וועג וויאזוי האסט אראפגעלייגט ארץ ישראל איז אייזן איך האלט די דארפסט שרייבן א עקסטערע אשכול נאר וועגן דעם
עמיר זיך אריינלייגן דערין. ירושלים איז דאך אין סוף....
אבדק''ק פראג והגלילות
לפידות
שר חמש מאות
תגובות: 507
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 02, 2022 10:36 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לפידות »

גאר גוט אראפגעלייגט די מצב.
אוועטאר
פיפיות
שר האלפיים
תגובות: 2151
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 15, 2021 3:10 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיפיות »

צ/ק

יענעמ'ס טלית איז ווייסער...
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7136
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע:אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

גוט איז גוט, און גאר גוט איז נאך בעסער.
אוועטאר
תהילים זאגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 263
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 10:39 pm
לאקאציע:ביים תהילים'ל

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תהילים זאגער »

מאסיוו
אבימלך האט געשריבן: זונטאג יוני 02, 2024 4:43 pm
אזויווי איך קען נישט ארויסגיין מיט צעפלויגענע פיאות, אזוי קען איך נישט ארומגיין מיט פארשוועכטע ציצית.
אוועטאר
יודיש בלעטל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 296
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אפריל 12, 2020 7:01 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודיש בלעטל »

זייער שיין!
אוועטאר
אליהו ליכטענשטיין
שר האלף
תגובות: 1828
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2022 10:02 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליהו ליכטענשטיין »

שטארק !!

דערמאנט גוטע זכרונות.
הלכות מוקצה-הלכה 21


דא איז **בלויז נייעס**. פאר קאמענטארן, גיי אין מקוה, קאווע שטיבל, אדער שמועס עס אויס מיט דיין טעראפיסט.


א בריוו פון טאטי און מאמי צו די קינדערלעך
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:40 pm
כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:13 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 8:19 am
שבת אין ירושלים עיה"ק, אההה.....

לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען און האט א לעכטיגן שבת-טלית.
וועגן די טלית/קאפלעך איז מיר נישט אזא נפק"מ אבער די וועג וויאזוי האסט אראפגעלייגט ארץ ישראל איז אייזן איך האלט די דארפסט שרייבן א עקסטערע אשכול נאר וועגן דעם
עמיר זיך אריינלייגן דערין. ירושלים איז דאך אין סוף....
נו!!!! ירושלים תובעת עלבונה, מיר ווארטען מיט שפאנונג.
אוועטאר
הארזים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5478
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 24, 2020 11:20 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הארזים »

פיין
"מסורה" איז ביי מיר די ערשטע זאך!

יחזקאל סגל לנדא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

נסעה ונלכה האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 11:11 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 6:40 pm
כ'זאג נישט אויס האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:13 pm
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 8:19 am
שבת אין ירושלים עיה"ק, אההה.....

לאזט מיר וויסן וויאזוי ס'איז געווען און האט א לעכטיגן שבת-טלית.
וועגן די טלית/קאפלעך איז מיר נישט אזא נפק"מ אבער די וועג וויאזוי האסט אראפגעלייגט ארץ ישראל איז אייזן איך האלט די דארפסט שרייבן א עקסטערע אשכול נאר וועגן דעם
עמיר זיך אריינלייגן דערין. ירושלים איז דאך אין סוף....
נו!!!! ירושלים תובעת עלבונה, מיר ווארטען מיט שפאנונג.
אונז האב מיר ירושלים נישט פארשעמט, אויב זענט איר "דובר ירושלים"(פונעם ווייטן קיורעסאו?!?!, אדער פון די ענדלאזע זומפן אין די מיססיססיפפי ווילדערנישן?!?!) און איר זענט באליידיקט, קומ'זשע ביטע אין אישי...

אבער אז די עולם לעכטצט אויף מער איבער דאס לעבן און שאפן אין ירושלים, דאן וועל מיר מוזן זיך צופלייסן...
אבדק''ק פראג והגלילות
נסעה ונלכה
שר העשר
תגובות: 29
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 21, 2023 1:56 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נסעה ונלכה »

ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

הא הא.. פיינע נייעס… דערמאנט זיסע זכרונות.
בא שבת בא מנוחה
שר האלף
תגובות: 1153
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 20, 2016 7:18 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בא שבת בא מנוחה »

את פתח לו האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 2:21 pm
זייער שיין און זיס געשריבן, שרייב אפטער.

אז דו האסט שוין געקויפט סומסום ראגעלעך אין נחמה, מאך א סטאפ פאר מיר אין פלאפל מירו אין באשטעל מיר א פלאפל מיט חומס אין טשיפיס און ברענג מיר עס אריין קיין פינסק, אדער אפשר זאל איך אנדערשיר נעמען א גראבע שניצל פון יוליס… אדער אפשיר א שווארמה לאפא פון שווארמה אחים…
עקזעקטלי. פאלפול מירו יוש האט דאס אלע טעמים, מדארף אזאנס עפענען דא אין ווילי…
יחזקאל סגל לנדא
שר העשר
תגובות: 37
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אפריל 13, 2024 9:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחזקאל סגל לנדא »

נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:05 am
ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
אין ירושלים האט יעד֫ע 4 קארנערס א פערזענליכן נאמען, למשל "כיכר השבת" קען מען מיינען איז עפעס א מעכטיגע ראונדעבאו"ט.... אין אמת'ן אריין איז דאס אן אינטערסעקש"ן פון 4 שמאלע געסאלאך, ויקרא שמו בישרא"ל כיכר השבת.... און אזוי נאך.... איינער פון זיין איז די אינטערסעקש"ן וואו עס קומען זיך צוזאם די גאסן צפניה/נחמיה ירמיהו/בר אילן עלי הכהן (נישט אלי), (טאקע 4 וויכטיגע גאסן, אבער שטעל דיר פאר ווען יעדע קארנער אויף לי עוו. האט א ספעציעלן נאמען פאר דעם דזשאנקשא"ן.... שוין, אויב דאס מאכט די ציונים פילו מעכטיג....). עכ"פ די דזשאנקשא"ן איז נקרא ע"ש עפעס א פיצי אולם וואס פלעגט צו זיין דארטן... פארשטאנדיקט?
לעצט פארראכטן דורך יחזקאל סגל לנדא אום מיטוואך מאי 22, 2024 1:07 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אבדק''ק פראג והגלילות
באפעלאו
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 06, 2023 8:17 am

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באפעלאו »

הערליכע ארטיקל.
א ברענד ניו קאפל איז די ערגסטע פאר'ן טלית. שוין געהאט אמאל א ברענד ניו טלית מיט א ברענד ניו קאפל לכבוד יום טוב מיט א פרישקייט, נאך יום טוב האט מען געדארפט א נייע טלית. (נישט איך).
די עצה איז אויסוואשן די קאפל איינמאל, פאר'ן ניצן די ערשטע מאל.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:05 am
ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
אין ירושלים האט יעד֫ע 4 קארנערס א פערזענליכן נאמען, למשל "כיכר השבת" קען מען מיינען איז עפעס א מעכטיגע ראונדעבאו"ט.... אין אמת'ן אריין איז דאס אן אינטערסעקש"ן פון 4 שמאלע געסאלאך, ויקרא שמו בישרא"ל כיכר השבת.... און אזוי נאך.... איינער פון זיין איז די אינטערסעקש"ן וואו עס קומען זיך צוזאם די גאסן צפניה/נחמיה ירמיהו/בר אילן עלי הכהן (נישט אלי), (טאקע 4 וויכטיגע גאסן, אבער שטעל דיר פאר ווען יעדע קארנער אויף לי עוו. האט א ספעציעלן נאמען פאר דעם דזשאנקשא"ן.... שוין, אויב דאס מאכט די ציונים פילו מעכטיג....). עכ"פ די דזשאנקשא"ן איז נקרא ע"ש עפעס א פיצי אולם וואס פלעגט צו זיין דארטן... פארשטאנדיקט?
די מאסיווע כיכר זקס ...
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
מיט א געשמאק
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 09, 2022 6:23 am
לאקאציע:הר הקודש מירון

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיט א געשמאק »

אין ירושלים וואלט מען געזאגט 'א מעשה מיט א קאפל'
טלית ארויף טלית אראפ
א ארטיקל צו באלעקן
שרייב נאך


אוראייניקל האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:02 pm
גייען נישט די ביידע קהילות מיט די דינערע טליתים? און אן קיין עטרות?
אין גור גייט מען נישט קיין עטרה
און אין תו"א אויך נישט כמעט(אינמיטן וואך זיכער נישט)
אוועטאר
בן גלאדעש
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אפריל 09, 2024 8:45 pm
לאקאציע:אין ווינקל

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן גלאדעש »

WOWOWOWOW!!!!! הערליך און קריעטיוו! 555
why drink and drive when you can smoke and fly
אוועטאר
את פתח לו
שר עשרת אלפים
תגובות: 19052
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 07, 2021 8:42 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך את פתח לו »

מיניטשער וועלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:53 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:05 am
ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
אין ירושלים האט יעד֫ע 4 קארנערס א פערזענליכן נאמען, למשל "כיכר השבת" קען מען מיינען איז עפעס א מעכטיגע ראונדעבאו"ט.... אין אמת'ן אריין איז דאס אן אינטערסעקש"ן פון 4 שמאלע געסאלאך, ויקרא שמו בישרא"ל כיכר השבת.... און אזוי נאך.... איינער פון זיין איז די אינטערסעקש"ן וואו עס קומען זיך צוזאם די גאסן צפניה/נחמיה ירמיהו/בר אילן עלי הכהן (נישט אלי), (טאקע 4 וויכטיגע גאסן, אבער שטעל דיר פאר ווען יעדע קארנער אויף לי עוו. האט א ספעציעלן נאמען פאר דעם דזשאנקשא"ן.... שוין, אויב דאס מאכט די ציונים פילו מעכטיג....). עכ"פ די דזשאנקשא"ן איז נקרא ע"ש עפעס א פיצי אולם וואס פלעגט צו זיין דארטן... פארשטאנדיקט?
די מאסיווע כיכר זקס ...
כיכר זקס אקא כיכר זעוויל איז נאך גאנץ שיין...

אמרש דארט פארענט פון נחמה בעקעריי הייסט כיכר נחמה.
Screenshot_20240522_073245_Maps.jpg
Screenshot_20240522_073245_Maps.jpg (274.26 KiB) געזען 313 מאל
אנא מלך רחום וחנון, התמלא רחמים על כל אחינו בית ישראל, ובפרט על יושבי ארץ ישראל.

טראמפ 2024.
#נעווער_סערענדער
בילד
קאריקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 313
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 25, 2024 4:43 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאריקא »

איז דא בכלל א אשכול וועגן די זיסקייט פון ירושלים?
פאר די אידן וואס קענען גוט ירושלים,
עס איז דא א געוואלד צו שרייבן.
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:29 am
מיניטשער וועלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:53 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:05 am
ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
אין ירושלים האט יעד֫ע 4 קארנערס א פערזענליכן נאמען, למשל "כיכר השבת" קען מען מיינען איז עפעס א מעכטיגע ראונדעבאו"ט.... אין אמת'ן אריין איז דאס אן אינטערסעקש"ן פון 4 שמאלע געסאלאך, ויקרא שמו בישרא"ל כיכר השבת.... און אזוי נאך.... איינער פון זיין איז די אינטערסעקש"ן וואו עס קומען זיך צוזאם די גאסן צפניה/נחמיה ירמיהו/בר אילן עלי הכהן (נישט אלי), (טאקע 4 וויכטיגע גאסן, אבער שטעל דיר פאר ווען יעדע קארנער אויף לי עוו. האט א ספעציעלן נאמען פאר דעם דזשאנקשא"ן.... שוין, אויב דאס מאכט די ציונים פילו מעכטיג....). עכ"פ די דזשאנקשא"ן איז נקרא ע"ש עפעס א פיצי אולם וואס פלעגט צו זיין דארטן... פארשטאנדיקט?
די מאסיווע כיכר זקס ...
כיכר זקס אקא כיכר זעוויל איז נאך גאנץ שיין...

אמרש דארט פארענט פון נחמה בעקעריי הייסט כיכר נחמה.
Screenshot_20240522_073245_Maps.jpg
יא יא...
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
אוועטאר
מיניטשער וועלט
שר האלפיים
תגובות: 2579
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 17, 2021 9:42 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיניטשער וועלט »

קאריקא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 2:51 pm
איז דא בכלל א אשכול וועגן די זיסקייט פון ירושלים?
פאר די אידן וואס קענען גוט ירושלים,
עס איז דא א געוואלד צו שרייבן.
viewtopic.php?p=2845295#p2845295
זאלצמאן האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 1:36 pm


#_דא_דארף_מען_טראכטן
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2325
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: די צד השוה צווישן גור און תולדות אהרן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

את פתח לו האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 7:29 am
מיניטשער וועלט האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 1:53 am
יחזקאל סגל לנדא האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:31 am
נסעה ונלכה האט געשריבן: מיטוואך מאי 22, 2024 12:05 am
ווי איז דאס ‏צמות אפריון??
אין ירושלים האט יעד֫ע 4 קארנערס א פערזענליכן נאמען, למשל "כיכר השבת" קען מען מיינען איז עפעס א מעכטיגע ראונדעבאו"ט.... אין אמת'ן אריין איז דאס אן אינטערסעקש"ן פון 4 שמאלע געסאלאך, ויקרא שמו בישרא"ל כיכר השבת.... און אזוי נאך.... איינער פון זיין איז די אינטערסעקש"ן וואו עס קומען זיך צוזאם די גאסן צפניה/נחמיה ירמיהו/בר אילן עלי הכהן (נישט אלי), (טאקע 4 וויכטיגע גאסן, אבער שטעל דיר פאר ווען יעדע קארנער אויף לי עוו. האט א ספעציעלן נאמען פאר דעם דזשאנקשא"ן.... שוין, אויב דאס מאכט די ציונים פילו מעכטיג....). עכ"פ די דזשאנקשא"ן איז נקרא ע"ש עפעס א פיצי אולם וואס פלעגט צו זיין דארטן... פארשטאנדיקט?
די מאסיווע כיכר זקס ...
כיכר זקס אקא כיכר זעוויל איז נאך גאנץ שיין...

אמרש דארט פארענט פון נחמה בעקעריי הייסט כיכר נחמה.
Screenshot_20240522_073245_Maps.jpg
א נייע זאך?
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”