ליקוטי הלכות לפורים

דיונים ועיונים בדבר ה' זו הלכה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

תענית אסתר
א. א טאג פאר פורים, י"ג אדר, דארף מען צו פאסטן. דער תענית ווערט אנגערופן "תענית אסתר" .
ב. תענית הנדחה. תענית אסתר ווען עס געפאלט אום שבת, פאסט מען פריער "דאנערשטאג" און נישט "פרייטאג" כדי נישט צו שטערן מיט די לאנגע סליחות די הכנה לשבת (שעה"צ תרפ"ו ס"ק י"ג) אנדערש וואו אנדערע תעניתים, וואס ווערן אפגעשטיפט אויף שפעטער
ג. סיבת התענית. אין דעם טעם פונעם תענית זענען דא חילוקי דעות אין די ראשונים. טייל האלטן - ווייל בימי מרדכי ואסתר, י"ג אדר, האבן די אידן מלחמה געהאלטן צו נקמה נעמן אין זייער פיינט, און דערפאר האבען זיי זיך צונויפגענומען מיט פאסטן, און געבעטן דעם באשעפער זיי צו באזיגן.
ד. אנדערע ראשונים זאגן אז דער תענית איז א זכר צום תענית, וואס "אסתר המלכה" האט באשטומט אויף דריי טעג אינעם יו"ט פסח, גלייך פון אנהויב נאך המן'ס גזירה, וואס איז געווען 11 חדשים פאר'ן נס פורים, ווען די אידן האבען געוועלטיגט איבער זייער פיינט. אין מס' סופרים שטייט, אז טייל פירען זיך צו פאסטן "דריי טעג נאך פורים" אלס זכר צו דעם תענית. אבער אזוי ווי דאס צו באשטומען אויפ'ן ציבור איז שווער, דערפאר האט מען באשטומט, בלויז איין טאג אלס זכר צום נס פון נצחון.
ה. מגילת תענית. - אין די צייטן ווען די בית המדש איז געשטאנען, זענען געווען געוויסע טעג אין וועלכע עס זענען געשען נסים, און זיי זענען פארשריבען געווארן אין "מגילת תענית" אלס א יום טוב נישט צו פאסטן, אדער מספיד זיין א מת, איינס פון די טעג איז "י"ג אדר" וואס ווערט דארט אנגערופען: יום נקנור.
ו. יום נקנור - איז געשען א נס. אין די צייטן פון די חשמונאים, האט א רשע א יווני - וואס האט געהייסען נקנור געסטראשעט די אידן, אז ירושלים וועט אריינפאלן אין זיינע הענט, און וועט איר חרוב מאכען ח"ו. נאכ'ן נצחון פון בית השמונאים, ביום י"ג אדר האט מען נקמה גענומען אין איהם".
ז. פונדעסטוועגן איז באשטימט געווארן צו פאסטן - י"ג אדר - תענית אסתר, ווייל נאכ'ן חורבן ביהמ"ק איז בטל געווארן - מגילת תענית.
ח. חובת תענית. טייל פוסקים האלטן אז תענית אסתר איז א "חובה" גלייך ווי אנדערע תעניתים, אזוי ווי עס שטייט אין די מגילה "קבלו עליהם דברי הצומות וזעקתם" און איז קבוע דוקא ביום י"ג אדר. אנדערע פוסקים האלטן, און אזוי פסק'נט מען להלכה: אז וויבאלד תענית אסתר ווערט נישט דערמאנט אין די גמרא, איז עס נישט א חובה גלייך ווי אנדערע תעניתים, נאר מצד המנהג האט דאס כלל ישראל מקבל געווען אויף זיך לדורות, און דערפאר זענען פאראן אופנים וואס "בשעת הדחק" מוז נישט דער תענית זיין דוקא י"ג אדר, אויך וועגן דעם זענען דא עטליכע דינים מיט וואס תענית אסתר איז גרינגער פון אנדערע תעניתים, ווי פאלגענד:
א. א חולה. א מענטש וואס ליידט פון א מיחוש וואס דורך פאסטן וועט ער זיין א מצטער דארף נישט צו פאסטן.
ב. חתן, אין די שבעת ימי המשתה דארף נישט צו פאסטן, אנדערש ווי ביי אנדערע תעניתים וואס אפילו א חתן דארף צו פאסטן.
ג. בעל ברית, דארפן אויך צו פאסטן א גאנצן טאג, און ביינאכט מאכט מען די סעודה טייל פוסקים האלטן אז נאר די בעלי ברית, וואס זענען, דער פאטער פונעם קינד, מוהל, סנדק, מעגן עסן גלייך נאכ'ן ברית.
ט. תענית אסתר נדחה. האלטן טייל פוסקים: אז אפילו פרעמדע מענטשען מעגען מיט עסן ביי א סעודת ברית מילה, און אנשטאט דעם פאסטן דעם קומענדיגן טאג ערב שבת, וויבאלד תענית אסתר איז נישט קבוע די וואס מאכן די ברית זענען אינגאנצן פטור סיי פון פאסטן, און סיי פון באצאלן פון צו פאסטן צומארגענ'ס .
י. רחיצה. איז מותר תענית אסתר. נישט ווי ביי אנדערע תעניתים וואו עס איז ראוי מחמיר צו זיין זיך נישט צו וואשן.
יא. א געזונטער מענטש דארף פאסטן און זיך נישט פורש זיין מן הציבור, אפילו דאס פאסטן איז אים נישט לייכט, ווי למשל אז מען איז אונטערוועגענס.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

מחצית השקל
יב. בזמן שבית המקדש היה קיים - האט יעדער איד געדארפט געבן יעדעס יאר, א מחצית השקל, און מיט דעם געלט האט מען געקויפט די "קרבנות ציבור". וויבאלד עס איז געווען א מצוה לכתחלה אז פון חודש ניסן זאלען די קרבנות זיין פון די נייע תרומת מחצית השקל (ר"ה ז.), דערפאר האט מען גלייך פון חודש אדר אנגעהויבען צו ברענגען דעם מחצית השקל. אלס זכר צו דעם איז מען אויך היינט צו טאג מחויב על פי מנהג צו געבען מחצית השקל, וואס מען פארטיילט פאר די ארימעלייט. אויף א פלאץ וואו עס איז איינגעפירט פון אלע יארען, צו געבן דאס געלט פאר'ן "חזן" אדער פאר אן אנדערען צוועק, איז דאס אויך אויסגעהאלטן, ווייל די מענטשן געבען אדעתא דהכי (מג"א).
יג. דעם זמן האט מען קובע געווען פאר פורים (על פי הגמרא ,מגילה יג:) "אמר ריש לקיש: גלוי וידוע לפני מי שאמר והיה העולם, שעתיד המן לשקול שקלים על ישראל, לפיכך הקדים שקליהן לשקליו - ריש לקיש האט געזאגט: אז ס'איז געווען אנטפלעקט פארן אייבערשטן, אז המן גייט אפוועגן "שקלים" פאר אחשורוש כדי מ'זאל ח"ו פארטיליגן די אידן, האט די אייבערשטע געפעדערט אנדערע שקלים, וואס די אידן זאלן ברענגן פאר קרבנות, און מיט דעם זכות זאלן די אידן געהאלפן ווערן .
יד. דער מנהג איז צו געבן דעם מחצית השקל "מנחה צייט" - פאר מגילה ליינען- (פמ"ג), אנדערע פירען זיך צו געבן "אינדערפרי" פאר מגילה ליינען, ווייל בייטאג איז דער עיקר מצות מגילה (מג"א), דערפאר אויב האט מען פארגעסען צו געבן ביינאכט, דארף מען געבען צופרי.
טו. דער שיעור פון "מחצית השקל" וואס מיר דארפן געבן, מוז זיין פון א חשוב'ע מטבע (באה"ל) וואס מען שאצט, לויט יעדע מדינה באזונדער, א האלב פון דעם מטבע וואס מענטשען באנוצען זיך, ווען מען וויל זאגן א האלב דערפון, אזוי ווי ביי אונז אין אמעריקע איז דער שיעור א האלבער "דאלער", כדי עס זאל זיין א זכר צו דעם שם " מחצית" (דרכי משה).
טז. ווען הייבט זיך אן דער חיוב פון מחצית השקל, איז א מחלוקת הפוסקים. דער ברטנורא האלט "מבן עשרים שנה ולמעלה כל העובר על הפקודים" זענען געווען מחויב בתרומת . דער רמב"ם האלט אז דער חיוב איז געווען גלייך פון דער בר מצוה. מיר פירן זיך צו געבען אויך פאר די פרוי, און פאר אלע קינדער (מג"א). אויב מען האט זיך אנגעהויבען צו פירן צו געבן אויך פאר די קינדער, דארף מען זיך אלע יארען ווייטער אזוי פירען, אפילו ווען דער טאטע איז נסתלק געווארן ח"ו, דארפן די קינדער ווייטער געבן פון דעם געלט וואס דער פאטער האט איבערגעלאזט (מחה"ש).
יז. דער מנהג איז צו געבן דריי מאל א מחצית השקל, ווייל עס שטייט דריי מאל תרומה אין די פרשה. טייל פירען זיך צוצוגעבן נאך איין מחצית השקל צו די ערשטע דריי כדי צו מאכן א באזונדערן זכר צו די ג' תרומות אין די פרשה. דער רמ"א פירט אויס אויף דעם מנהג דאין נוהגין כן- מ'פירט זיך נישט אזוי (בבה"ל תרצ"ד כ' למי שנוהג כן "אשרי וטוכ לו").
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יח. ערב פורים, דארף מען זיך באשעפטיגען מיט אנגרייטען "לכבוד שמחת פורים". דער מהרי"ל פלעגט דעריבער נישט זאגן קיין שיעור קבוע, פאר די תלמידים אין תענית אסתר. (מג"א שם ובפמ"ג כ' רמז על זה "אין אסתר מגדת").
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יט. גמר התענית. ביינאכט, טאר מען נישט אויספאסטן פאר מגילה ליינען, אפי' נישט טועם זיין. בשעת הדחק אז מען פילט זיך שטארק אפגעשוואכט, קען מען עסן "פירות" אדער "מזונות" ווייניגער פון א שיעור כביצה. (מג"א תרצ"ב סק"ז).
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

קריאת מגילה
כ. קריאת המגילה. אין די מצוה איז דא צוויי ענינים. א) "פרסומי ניסא" - צו פארציילען דעם נס פון פורים . ב) דאס עצם ליינען איז א "שבח והודאה" צום באשעפער, אויף דעם נס אזוי ווי די גמרא (מגילה ד.) לערנט ארויס דעם חיוב פון קריאת המגילה צוויי מאל, פון דעם פסוק "למען יזמרך כבוד ולא ידום וכו' . עס האלטן אפילו טייל פוסקים להלכה ווי די דעה אין די גמרא (מגילה יד.) אז מגילה ליינען איז אנשטאט הלל זאגן, און דערפאר "אויב על פי אונס קען מען נישט ליינען די מגילה", דארף מען זאגן "הלל" אן א ברכה.
כא. חובת קריאה. דער עיקר חיוב מגילה "מדברי קבלה" איז בייטאג דערפאר זאגן מיר בייטאג נאך אמאל "שהחיינו". - מדרבנן - ליינט מען אויך ביינאכט, אלס זכר צו דעם וואס די אידן האבן בימים ההם מתפלל געווען בייטאג און ביינאכט .
כב. אויב על פי אונס האט מען נישט געליינט די מגילה ביינאכט, דארף מען נישט בייטאג ליינען צוויי מאל .
כג. זמנה. מען דארף מקפיד זיין אז ווען מ'הויבט אן ליינען זאל שוין זיין זיכער נאכט, נאך צאת הכוכבים. "בשעת הדחק גדול" ווי פאר א חולה וכדומה קען מען ליינען פון פללחג המנחה.
כד. מעריב. פאר מגילה לייענען דאווענט מען מעריב. נאך שמונה עשרה פאר מגילה לייענען, האלטן טייל פוסקים: אז מ'זאגט "חצי קדיש". למעשה, איז דער מנהג צו זאגן קדיש שלם.
כה. קריאה ביום. דער זמן פון קריאת המגילה צופרי הייבט זיך אן פון "נץ החמה", "בשעת הדחק" ווי א יוצא לדרך וכו', קען מען לייענען די מגילה פון עלות השחר.
כו. נשים. פרויען זענען אויך מחויב צו הערן מגילה ליינען, וויבאלד פאר זיי איז אויך געשען דער נס . איידער די פרויען הערן בייטאג די מגילה, טארן זיי זיך נישט וואשען צו ברויט, אדער עסען מזונות, מער ווי דער שיעור כביצה (מ"ב תרצ"ב סקט"ו).
כז. אז מען ליינט ספעציעל נאר כדי מוציא צו זיין א פרוי קען מען איר מוציא זיין מיט די ברכה, אבער דער נוסח הברכה איז דעמאלט נישט "על מקרא מגילה" נאר "לשמוע מגילה" ווייל די מצוה פון פרויען איז בלויז צו הערן די מגילה. לכתחלה איז בעסער אז די פרוי זאל אליין מאכען פאר זיך די ברכה "לשמוע מגילה", "שעשה נסים", ובפרט ברכת שהחיינו זאל די פרוי אליין זאגן, און נישט דער מאן .
כח. פרויען וואס קענען נישט קומען אין שוהל הערן די מגילה זאל מען פאר זיי ליינען ערשט נאכ'ן דאווענען, כדי מען זאל פריער אליין יוצא זיין אין שוהל בציבור . אויב מען דארף ליינען פריער פאר די פרויען, זאל מען אינזינען האבען, אז מ'וויל נישט יוצא זיין פאר זיך .
כט. דקדוק הקריאה. - לכתחילה דארף מען מהדר זיין, צו הערן די מגילה פון א בעל קורא, וואס קען ריכטיג די טאראטפלן (שע"ת ריש תר"צ). די מענטשן וואס ליינען פאר זייער שטוב מענטשן, כאטש אפילו אויב די טראפן זענען נישט פונקטליך איז מען יוצא. מען דארף אבער אכטונג געבן צו ליינען, די ווערטער מיט די ריכטיגע נקודות. ווייל א טעות דערביי קען א סאך מאל אנדערש באדייטן, ווי למשל ביי "ויפקד המלך" דארף מען זאגן די וי"ו מיט א שו"א און נישט מיט א פתח. אזוי אויך דארף מען געדענקען די ערטער וואו דער קארהי איז אנדערש פון דעם כלאתהיב. דארט וואו מען האט געמאכט א טעות אין א ווארט, און געליינט א לשון עבר אנשטאט א לשון הווה, ווי למשל "נפל" אנשטאט "נופל" (פר' ז' פסוק ח') וכו', איז מען נישט יוצא .
ל. נאך עטליכע כללים זענען מקפיד א טייל מענטשן אין דקדוק הקריאה איבערצוזאגן, שסוירור מיט א "שס" און מיט א "שע". אויך "בלמאלאוית" (פר' א' פס' ה') זאגן אנדערע אויך "בלמאלויאוית". אויך "להרוג ולאבד" (פר' ח' פס' י"א) זאגן אנדערע איבער "ולהרוג ולאבד און ביי "בפניהם" (פר' ט' פס' ב') זאגן אנדערע אויך "לפניהם" .
לא. ברכת הרב. נאכ'ן ליינען פאר'ן בני בית, אדער אויב מען ליינט פאר זיך ביחידות, זאגט מען נישט די ברכה - הרב את רבינו - . אויב מען וויל עס זאגן, איז דא אויף וועם זיך צו פארלאזן . מגילה כשרה. לכתחלה דארף די מגילה זיין אינגאנצן כשר זאל גארנישט פעלען. בדיעבד כל זמן עס פעלט נישט רוב פון די מגילה אדער א גאנצער ענין, אדער דער אנהויב אדער דער סוף פון די מגילה איז די מגילה כשר.
לב. ברב עם. מען דארף זיך אנשטרענגען אויב מעגליך צו גיין בית המדרש הערן די מגילה בציבור משום פרסומי ניסא און אויך וועגן ברב עם הדרת מלך, פונדעסטוועגן אויב מען דאווענט בקביעות אין א קליין בית המדרש דארף מען נישט אוועקגיין הערן די מגילה אין א גרויסע שוהל .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סדר קריאתה
לג. חובת ברכה. בשעת מען זאגט, אדער מען הערט די "ברכות" דארף מען צו שטיין, גלייך ווי ביי אלע אנדערע ברכות המצוות, אנדערע זענען מחמיר צו שטיין ביי די גאנצע מגילה .
לד. מ'דארף אינזין האבן יוצא צו זיין מיט די ברכות פונעם בעל קורא. דעריבער, זאל מען נישט נאכזאגן "ברוך הוא וברוך שמו", עס זאל נישט זיין קיין הפסק (ערוה"ש תרצ"ב). בדיעבד קען מען זיך פארלאזן אויף די שיטה וואס האלט, אז עס איז נישט קיין הפסק און מ'איז יוצא די ברכה .
לה. מיט די ברכת "שהחיינו" בייטאג דארף מען אינזין האבען, אויך די מצות משלוח מנות און סעודת פורים. אויך דארף דער בעל קורא אינזינען האבן, ווען ער איז מוציא יעדן, אז די ברכה גייט אויך ארויף אויף די אלע מצות .
לו. חובת שמיעה. מען איז מחויב צו ליינען, אדער הערן, יעדעס ווארט פון די מגילה, אויב מען פארפעלט אפילו איין ווארט איז מען נישט יוצא .
לז. לכתחלה איז ראוי אז מען זאל זיך קאנצענטרירן אויף יעדן ווארט . למעשה כל זמן מען האט געהערט יעדעס ווארט אפילו מען האט זיך פארטראכט, איז מען יוצא.
לח. אויב מ'האט נישט ריכטיג געהערט א "ווארט" אדער "צוויי" פונעם בעל קורא, און מ'ליינט דאס שנעל פאר זיך, דארף מען אכטונג געבן אויף צוויי זאכן: א) מ'זאל אליין הערן וואס מ'זאגט, ווייל אויב "לא השמיע לאזנו" איז דא וואס זאגן: אז מען איז אפילו בדיעבד נישט יוצא (שעה"צ תרפ"ט סק"ז). ב) מ'זאל שנעל זאגן איידער דער בעל קורא ליינט ווייטער, אדער איבערזאגן פאר זיך, ביז מ'יאגט אן, וואו דער בעל קורא האלט, ווייל אנדערש קומט אויס אז מ'האט נישט געלייענט כסדרן, "והקורא למפרע לא יצא" (מ"ב תר"צ סקכ"ב).
לט. פון אויסעווייניג. - לכתחלה איז אויסגעהאלטן יוצא צו זיין, יעדעס ווארט פון א כשר'ע מגילה . בדיעבד אויב מען ליינט א חלק פון די מגילה אויסערווייניג, אדער פון א חומש איז מען יוצא. כל זמן מען ליינט פון א כשר'ע מגילה מער ווי די העלפט .
מ. דערפאר שרייבט דער "פרי מגדים": אז עס איז כדאי אז די צוהערערס זאלן האבן פאר זיך א כשר'ע מגילה, כדי אויב מען פארפאסט א ווארט, וואס טרעפט זיך דורך המן קלאפן און דאס גלייכן, זאל מען עס קענען זאגן פאר זיך פון א כשר'ע מגילה .
מא. ווען מען הערט אויס די מגילה, אויב מען הערט אויס פון א חומש, טאר מען נישט מיטזאגן מיט'ן בעל קורא, נאר יוצא זיין מיט'ן אויסהערן ושומע כעונה. אפילו מען הערט אויס פון א כשר'ע מגילה און מען וויל מיטזאגן מיט'ן בעל קורא, דארף מען זאגן פאר זיך זייער שטיל, אז דער שכן זאל נישט קענען הערן .
מב. הפסק שיחה. אינמיטן די מגילה טאר מען נישט אויסרעדן. אויב מען האט גערעדט, איז מען יוצא בדיעבד אויב מען האט געהערט יעדעס ווארט .
מג. עס איז דא א חומרא אז במשך די גאנצע מגילה ליינען זאל מען נישט מפסיק זיין אפילו צווישן די פסוקים מער ווי א נשימה אחת .
מד. אגרת - בריוו. עס איז א מנהג אויסצושפרייטן די מגילה פונעם בעל קורא פאר'ן ליינען, אזוי ווי אן בריוו, און אריבערלייגען איינס אויפ'ן אנדערען. נאכ'ן ליינען דארף מען עס תיכף צוריק דרייען נאך איידער די ברכה הרב את ריבנו . דער ציבור דארף דאס נישט טוען .
מה. די עשרת בני המן דארף מען זאגן בנשימה אחת, מרמז צו זיין אז מען האט זיי געהאנגען צוזאמען, אויב מען האט מפסיק געווען איז מען בדיעבד יוצא. לכתחלה פירען מיר זיך צו זאגן בנשימה אחת, אנגעהויבן פון "חמש מאות איש וכו' .
מו. מנהג ישראל תורה צו קלאפן מיט די פיס, אדער מאכן א גערודער, בשעת מען זאגט "המן". מען דארף אבער אכטונג געבן צו הערן דאס ווארט "המן" און די ווערטער פון פריער און שפעטער, און אויב מ'האט נישט געהערט, דארף מען עס זאגן פאר זיך אליין, בשעת'ן קלאפן, אפילו פונעם חומש .
מז. בייטאג, נאך מגילה ליינען, זאגט מען נישט "אשר הניא", ווייל מען האט שוין געזאגט קרוב"ץ .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

משלוח מנות ומתנות לאביונים
מח. משלוח מנות. איז א חיוב צו שיקען בייטאג און נישט ביינאכט . צוויי סארטן עסנווארג וואס זענען גרייט צום עסען , אדער געטראנקען . "וכל המרבה הרי זה משובח" .
מט. מתנות לאביונים. איז א חיוב צו געבן לכל הפחות צוויי מתנות, געלט אדער עסען, און די צוויי מתנות דארף מען צעטיילען, פאר צוויי פארשידענע עניים, פאר יעדן עני איין מתנה .
נ. בחורים. אפילו א בחור וואס פארדינט נישט קיין געלט, איז מחוייב אין די ביידע מצות . ס'איז בעסער, אז מ'קען אויך יוצא זיין אויב זיין טאטע אדער אן אנדערער שיקט משלוח מנות פאר זיינעט וועגן, און ער מוז נישט קונה זיין די מנות עס זאל זיין זיינ'ס .
נא. שיעור אביון. הגם דער מנהג איז מהנה צו זיין פורים, פארשידענע אנשי קהלה, דעם רב, שמש וכו', אבער אויב זיי זענען נישט עניים, איז מען נישט יוצא דערמיט מתנות לאביונים. דער שיעור פון עני מדינא דגמרא הייסט כל זמן ער האט נישט אפגעשפארט געלט "מאתים זוז". דאס איז "צען מאל" וויפיל מען גיבט פאר א "כהן" ביי א פדיון הבן. זיין הויז און כלי כסף וזהב ווערט נישט אריינגערעכנט אין דעם שיעור .
נב. בזמן הזה, שרייבן די פוסקים, אז איינער וואס האט נישט קיין געשעפט, אדער א באשטימטע פרנסה כדי צו שפייזן זיך מיט זיין הויזגעזינד און האט נישט אוועקגעלייגט א סכום געלט צו קענען לעבען דערפון א גאנץ יאר, איז ער בארעכטיגט צו נעמען פון צדקה .
נג. מעשר געלט. - מתנות לאביונים, קען מען נישט געבן פון מעשר געלט, נאר די איבריגע צדקה וואס מען איז מרבה אין פורים, קען מען געבן פון מעשר געלט .
נד. כל הפושט יד נותנים לו, דאס מיינט, אז מען זאל נישט מדקדק זיין און נאכזוכען דעם נויט פונעם ארימאן, נאר, ווער עס בעט פאר סעודת פורים זאל מען אים געבן, כדי יעדער איד, זאל זיך קענען משמח זיין פורים בבשר ויין וכו' .
נה. דער רמב"ם (הל' מגילה פ"ב הי"ז) שרייבט וז"ל מוטב לאדם להרבות במתנות לאביונים מלהרבות בסעודתו,, ובשלוח מנות לריעיו שאין שם שמחה גדולה ומפוארה, אלא לשמח לב עניים ויתומים ואלמנות וגרים, שהמשמח לב האומללים האלו, דומה לשכינה שנאמר "להחיות רוח שפלים" וכו'.
נו. משלוח מנות, - לכתחלה איז ראוי צו שיקען א "דבר חשוב" , בפרט אז מען שיקט צו אן "איש נכבד", האלטן טייל פוסקים, אז אויב מען שיקט א ביליגע זאך לויט די השגה פון דעם מקבל, איז מען נישט יוצא .
נז. נשים. פרויען זאלען מחמיר זיין לכתחלה און שיקען באזונדער משלוח מנות, פאר אן אנדערע פרוי. און מען זאל מודיע זיין אז דאס קומט פון איר, ווייל משלוח מנות דארף דער מקבל וויסען פון וועמען עס קומט . ובפרט אויב מ'דארף שיקן משלוח מנות פאר אן אלמנה, דארף מען בפירוש זאגן אז דאס האט די ווייב געשיקט, ווייל בכלל טאר א מאן נישט שיקן משלוח מנות פאר א פרוי. (רמ"א תרצ"ה ס"ד משום גזירת אלמנה שלא יבא לידי ספק קידושין).
נח. לכתחלה איז א חומרא צו שיקען דווקא מיט א שליח, היות עס איז דא א קלער אין די פוסקים אז "משלוח" איז דווקא , אבער דער שליח קען זיין אפילו א קטן וכו' און עס מוז נישט זיין א בר שליחות
נט. מ'פירט זיך, אז ווען מ'באקומט משלוח מנות, שיקט מען צוריק פאר דעם מענטש וואס האט אים געשיקט. דער מקור דערפון ברענגט דער מהרש"א (מס' מגילה ז:) פון די גמרא: אביי בר אבין ור' חנינא בר אבין מחלפי סעודתייהו להדדי (זיי האבן זיך געטוישט די סעודות אינצווישן זיך).
ס. אבל. אן אבל רח"ל איז אויך מחויב אין די מצוה פון שיקן משלוח מנות (שו"ע תרצ"ו ס"ו, מיהו לא ישלח תפנוקים העשויין לשמחה, מג"א שם), אבער פארקערט, פאר אן אבל אין י"ב חודש שיקט מען נישט קיין משלוח מנות (ט"ז תרצ"ו, ולדעת המג"א מותר בכל גווני). אבער צו שיקן געלט פאר א רב, און פאר איינעם וואס קען עס געברויכן. איז מותר (ט"ז שם).
סא. אין די פוסקים ווערט דערמאנט בעיקר צוויי טעמים אויף משלוח מנות: א) דער תרומת הדשן זאגט, כדי יעדער זאל האבן עסען און טרינקען זיך משמח צו זיין בסעודת פורים. ב) דער מנות הלוי זאגט כדי צוטאן פארקערט ווי המן הרשע האט געזאגט "מפוזר ומפורד" נאר מרבה זיין בשלום וריעות צווישן זיך. אסאך חילוקי דינים זענען אפהענגיג אין די מחלוקת הטעמים .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סב. שמהה של מצוה. רוב דינים ומנהגים פון פורים, זענען צום תכלית פון זיין בשמחה. אבער דאס מיינט נישט הוללות ח"ו. די גמרא זאגט (שבת ל:) ושבחתי אני את השמחה, זו שמחה של מצוה. דער טורי זהב שרייבט אז דער איסור "שלא ימלא שחוק פיו בעוה"ז" גייט אן אויך אום פורים און אויך ביי א חתונה .
סג. שתיית יין. "חייב אינש לבסומי בפוריא עד דלא ידע". הגם עס זענען דא טייל חסידים ואנשי מעשה, וואס זענען מקיים דעם מאמר כפשוטו, אזוי ווי עס שטייט אין רמב"ם ז"ל "ושותה יין עד שישתכר וירדם בשכרותו", אבער מעיקר הדין, איז מען מקיים די מצוה דורך טרינקען מער ווי מען איז געוואוינט, און מען ווערט דערפון אנטשלאפן. דער רמ"א פירט אויס ביי דעם, אחד המרבה ואחד הממעיט, ובלבד שיכוון לבו לשמים .
סד. שתוי יין לתפלה. דער וואס פירט זיך צו טרינקען וויין א סאך, זאל מדקדק זיין צו דאווענען מנחה פריער, ווייל ווער עס דאווענט בשכרות א שיעור "שאינו יכול לדבר לפני המלך", איז מחויב איבערצודאווענען .
סה. אבער לגבי ברכת המזון האלטן טייל פוסקים אז מ'קען בענטשן בדיעבד כל זמן מ'איז נישט שיכור ממש כשיכרותו של לוט, דהוי כשוטה .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

סו. חיוב סעודה. פורים איז א מצוה להרבות בסעודות. הגם דער עיקר חיוב סעודה איז בייטאג, שטייט אין רמ"א (תרצ"ה) אז די נאכט פריער זאל מען אויך מרבה זיין קצת בסעודה. אזוי אויך איז מען זיך נוהג אין שטוב צו דעקן, דעם טיש יום טוב'דיג, גלייך ביינאכט אנהויב פורים.
סז. הכנה לסעודה. - דער רמ"א (תרצ"ה) שרייבט: אז מען זאל לערנען אביסל פאר די סעודה, ווייל אין פסוק שטייט "ליהודים היתה אורה" ודרשינן זו תורה . אויך איידער מ'זעצט זיך צו די סעודה זאל מען מכוון זיין לשם מצוה (מ"ב סק"ד בשם פמ"ג).
סח. משפחה. - עס איז א מנהג אז יעדער בעה"ב זאל, אויב מעגליך, נישט אוועקפארן פון דערהיים אום פורים, כדי צו קענען פארברענגען געהעריג "שמחת פורים" מיט די משפחה (ערוה"ש תרצ"ו ס"ג). בכלל איז דער מנהג אז בני משפחות קומען זיך צוזאם לכבוד שמחת פורים, אזוי ווי רש"י שרייבט אויפ'ן פסוק משפחה ומשפחה .
סט. על הנסים. ביים בענטשען און ביים דאווענען זאגט מען "על הנסים". אויב מען האט פארגעסען צו זאגן על הנסים און מען דערמאנט זיך נאכדעם ווי מען האט געענדיגט, דארף מען עס זאגן צום סוף ביי "הרחמן" אדער ביים ענדע פון דאווענען ביי יהיו לרצון. אויב מען האט בכלל נישט געזאגט, זענען דא חילוקי דעות אין די פוסקים אויב מ'איז יוצא (מ"ב תרצ"ד סקט"ו), ולמעשה ספק ברכות להקל.
ע. ונהפוך הוא. - מנהג ישראל זיך צו פארשטעלען לכבוד שמחת פורים. אין אלי' רבה שטייט דער טעם אלס זכר צו דעם וואס "ומרדכי יצא בלבוש מלכות" . דער מג"א (הל' שבת ש"ז סקכ"ב) שרייבט, לגבי דעם וואס א טייל מאכן א שפיל אום פורים, אז ס'איז מותר נאר אום פורים, "זכר לאחשורוש" .
עא. עשיית מלאכה. - הגם אסאך פירען זיך נישט צו טאן א מלאכה אין פורים, והעושה אינו רואה סימן ברכה מאותה מלאכה, פונדעסטוועגן האנדלען אדער טאן א מלאכה במקום הפסד מעג מען, ווייל דאס איז גורם שמחה .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עב. שושן פורים - שטייט אין רמ"א (תרצ"ה ס"ב) חייבין במשתה ושמחה קצת, וכן נהגו, און מ'זאגט נישט קיין תחנון .
עג. שמחת פורים - איז א נצחיות . דער רמב"ם שרייבט סוף הל' מגילה: "אע"פ שכל זכרון הצרות יבטל וכו' ימי הפורים לא יבטלו שנא' וימי הפורים האלו לא יעברו וכו' וזכרם לא יסוף מזרעם", בב"א .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שושנת יעקב די רויזן פון יעקב (דאס מיינט די אידן וואס זענען צוגעגליכען צו רויזן, וואס די אידן קומען ארויס פון יעקב)
צהלה זענען געווען ליסטיג
ושמחה און פרייליך
בראותם יחד ווען זיי האבען אינאיינעם געזעהן
תכלת מרדכי די קלייד פון בלוי וואל אויף מרדכי
תשועתם זייער הילף
הית ביסט דו געווען
לנצח אויף אייביג
ותקותם און זייער האפענונג (ביסט דו געווען)
בכל דור ודור אין א יעדען דור
להודיע צו מאכען באוואוסט
שכל קויך אז אלע וואס האפען צו דיר
לא יבשו וועלען נישט זיין צו שאנד
ולא יכלמו און וועלען נישט פארשעמט ווערען
לנצח ביז אייביג (קיינמאל)
כל החוסים בך די אלע וואס שיצען זיך אין דיר
ארור המן פארשאלטן זאל זיין המן
אשר בקש לאבדי וואס האט מיך געוואלט מאכען פארלירען
ברוך מרדכי היהודי געבענטשט זאל זיין מרדכי דער איד
ארורה זרש פארשאלטען זאל זיין זרש
אשת מפחידי די ווייב פון דעם וואס האט מיך דערשראקען (דאס מיינט המן)
ברוכה אסתר געבענטשט זאל זיין אסתר
בעדי וואס זי האט געבעטען פאר מיר
(ארורים כל הרשעים פארשאלטען זאלען זיין אלע רשעים
ברוכים כל הצדיקים) געבענטשט זאלען זיין אלע צדיקים)
וגם חרבונה און אויך חרבונה
זכור לטוב זאל דערמאנט ווערען צום גוטען
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

מעלין בקודש
החריף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך החריף »

יישר כח הרב זיידניו
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

היי יאר ווען תענית אסתר געפאלט אין דאנערשטאג, ווען גיט דעם מחצית השקל?
(די וואס פירן זיך עס צו געבן פארן מגילה ליינען אינדערפרי (כהמג"א) איז זיכער נישט קיין שאלה, אבער די וואס פירן צו געבן נאך מנחה תענית אסתר, וואס טוט?)

נאך א שאלה.
עס זענען דא ארגענעזאציעס וואס מקען זיי געבן מתנות לאביונים און זיי געבן עס איבער בו ביום פאר עניי ירושלים (כגון תומכי שבת לר' משה היללער ז"ל), זיי שרייבן אז מקען יוצא זיין דורך זיי מתנות לאביונים.
איז מיר שווער אז דער עיקר דין מתנות לאביונים איז משמח צו זיין דעם עני אין פורים, אבער דארט אין ירושלים איז דאך נאכנישט פורים ווייל דארט האלט מען דאך שושן פורים, וויאזוי קען מען יוצא זיין די מצוה?
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
אוועטאר
moshele11211
שר האלף
תגובות: 1271
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 26, 2010 2:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moshele11211 »

מגיט נאך מעריב די צווייטע קשיא איז גאנץ גוט!
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אלף בית האט געשריבן: נאך א שאלה.
עס זענען דא ארגענעזאציעס וואס מקען זיי געבן מתנות לאביונים און זיי געבן עס איבער בו ביום פאר עניי ירושלים (כגון תומכי שבת לר' משה היללער ז"ל), זיי שרייבן אז מקען יוצא זיין דורך זיי מתנות לאביונים.
איז מיר שווער אז דער עיקר דין מתנות לאביונים איז משמח צו זיין דעם עני אין פורים, אבער דארט אין ירושלים איז דאך נאכנישט פורים ווייל דארט האלט מען דאך שושן פורים, וויאזוי קען מען יוצא זיין די מצוה?

תומכי שבת געבט עס איבער שושן פורים
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
יעדער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4411
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש אקטאבער 30, 2021 11:01 pm
פארבינד זיך:

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעדער »

אלף בית האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2010 9:44 am
היי יאר ווען תענית אסתר געפאלט אין דאנערשטאג, ווען גיט דעם מחצית השקל?
(די וואס פירן זיך עס צו געבן פארן מגילה ליינען אינדערפרי (כהמג"א) איז זיכער נישט קיין שאלה, אבער די וואס פירן צו געבן נאך מנחה תענית אסתר, וואס טוט?)

נאך א שאלה.
עס זענען דא ארגענעזאציעס וואס מקען זיי געבן מתנות לאביונים און זיי געבן עס איבער בו ביום פאר עניי ירושלים (כגון תומכי שבת לר' משה היללער ז"ל), זיי שרייבן אז מקען יוצא זיין דורך זיי מתנות לאביונים.
איז מיר שווער אז דער עיקר דין מתנות לאביונים איז משמח צו זיין דעם עני אין פורים, אבער דארט אין ירושלים איז דאך נאכנישט פורים ווייל דארט האלט מען דאך שושן פורים, וויאזוי קען מען יוצא זיין די מצוה?
עס זענען טאקע דא וואס האלטן אז מען איז נישט יוצא
כאפט אריין טויזענטער מצות טעגליך:
ווען א יוד טוהט א מלאכה אינדערוואכען און ער טראכט אז אז ער טוהט עס יעצט ווייל יעצט מעג מען נאך אבער שבת גייט ער נישט הנה עשיית המלאכה הלזו למצוה יחשב תיכף כאלו עשה מצות עשה מעשיות בפועל ממש אגרא דכלה פרשת בהר
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

יעדער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 02, 2023 8:11 pm
אלף בית האט געשריבן: דאנערשטאג פעברואר 18, 2010 9:44 am
היי יאר ווען תענית אסתר געפאלט אין דאנערשטאג, ווען גיט דעם מחצית השקל?
(די וואס פירן זיך עס צו געבן פארן מגילה ליינען אינדערפרי (כהמג"א) איז זיכער נישט קיין שאלה, אבער די וואס פירן צו געבן נאך מנחה תענית אסתר, וואס טוט?)

נאך א שאלה.
עס זענען דא ארגענעזאציעס וואס מקען זיי געבן מתנות לאביונים און זיי געבן עס איבער בו ביום פאר עניי ירושלים (כגון תומכי שבת לר' משה היללער ז"ל), זיי שרייבן אז מקען יוצא זיין דורך זיי מתנות לאביונים.
איז מיר שווער אז דער עיקר דין מתנות לאביונים איז משמח צו זיין דעם עני אין פורים, אבער דארט אין ירושלים איז דאך נאכנישט פורים ווייל דארט האלט מען דאך שושן פורים, וויאזוי קען מען יוצא זיין די מצוה?
עס זענען טאקע דא וואס האלטן אז מען איז נישט יוצא
ייש''כ
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
יוחנן כהן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 282
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 03, 2024 7:40 pm

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוחנן כהן »

א גרויסן שכוח זיידעניו
עס קומט גוט צינוץ
האסט שוין געציילט ספירה היינט???

רעד נישט קעגן בריסק, איך בין א שטארקע בריסקע(ט) חסיד...

ס'איז שוואכע דורות שיק אריין א 👍, די מוסדות זאל קענען ווייטער אנגיין,
בענה הנטפתי
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 27, 2023 11:31 pm

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענה הנטפתי »

מוצ''ש ווען מ'ליינט די מגילה פאר די ב''ב וכדו' מעג די בעל קורא טרינקען א קאווע בשעת'ן ליינען די מגילה?
מהרי הנטפתי חלד בן בענה הנטופתי (דברי הימים א' י''א ל')
ליבי ובשרי
שר האלפיים
תגובות: 2287
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 15, 2019 1:41 pm

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבי ובשרי »

בענה הנטפתי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 9:33 pm
מוצ''ש ווען מ'ליינט די מגילה פאר די ב''ב וכדו' מעג די בעל קורא טרינקען א קאווע בשעת'ן ליינען די מגילה?
לכאורה מעג ער מעיקר הדין אפילו רעדן, די פראבלעם פון רעדן איז די הפסקה אזויווי ביי קרי”ש און ער איז דאך נישט יוצא, און די שומע פעלט נישט קיין ווערטער פון שמיעת המגילה.
אוועטאר
נישטאמת
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 28, 2016 4:47 pm
לאקאציע:איך האף צו וויסן בקרוב

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישטאמת »

וועלכע תפילין (רש"י אדער ר"ת) האט מען אן בשעתן מגילה?
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20187
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

א מאמע פון 3 קליינע קינדער דארף הערן פרשת זכור?
איך זעה נישט אז מען מאכט שפעטער אין טאג קריאת פרשת זכור ספעציעל פאר די נשים. די ליטווישע מאכן יא.
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

נישטאמת האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 21, 2024 10:13 pm
וועלכע תפילין (רש"י אדער ר"ת) האט מען אן בשעתן מגילה?
רוב מקומות ר''ת.
יוסף בנימין
שר מאה
תגובות: 187
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 25, 2023 2:43 pm

Re: ליקוטי הלכות לפורים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף בנימין »

moishy56 האט געשריבן: פרייטאג מארטש 22, 2024 8:26 am
א מאמע פון 3 קליינע קינדער דארף הערן פרשת זכור?
איך זעה נישט אז מען מאכט שפעטער אין טאג קריאת פרשת זכור ספעציעל פאר די נשים. די ליטווישע מאכן יא.
פרויען זענען פטור (כך כתב החינוך, דאינן בני מלחמה, אזוי שרייבט אויך די דברי חיים אין א תשובה צו מען עמג משנה זיין פון א מענער שול צו א ווייבער שול, שרייבט ער אז עס הייסט מורד בקדושה ווייל מענער שולן איז דא א חיוב קריאת ד' פרשיות משא"כ א פרויען שול איז נישט דא אזא זאך ווי א חיוב קריאה
קוק אויס י"ב
שרייב תגובה

צוריק צו “הלכה למעשה”