רבי נפתלי צבי לאבין זצ"ל מ'זידיטשוב - בערעגסאז, י' אדר תשס"ט
זיין פאטער ר' אלכסנר ליפא זצ"ל איז געוועהן א אייניקל פון ר' סענדר ליפא זצ"ל די עלסטע זוהן פון הרה"ק ר' אייזיקל מ'זידיטשוב זצ"ל
די זידטושבע רבי זצ"ל איז געוועהן א איד א רבי מדור הקדום מיט אלע פיטשיווקעס, ווי אויך האט ער אסאך געוויסט מעשיות פון דער אלטער היים, ער איז געוועהן בדעה צלילה ביז די לעצטע מינוט, און מהאט אסאך געקענט נאשען פון אים
ער האט ליידער אסאך מיטגעמאכט בחייו, חוץ פונעם ביטערן וועלט מלחמה, האט ער אויך דאהי פארלוירען אשת נעוריו, ווי אויך האט ער טראגיש פארלוירן בנו בכורו ר' סענדר ליפא ז"ל, ווי מיר געדענקן נאך זייער גיט, ווי די פרשה האט געהאלטן געשפאנט כלל ישראל פאר א שטיק צייט ווי כלל ישראל האט איינגעריסן מ'זאל אים טרעפן געזינטערהייט, אבער ווי ביטער די פרשה האט זיך ליידער געענדיגט
א שטיקל השגה וואס דער זידיטשובער רבי איז געוועהן, האב איך אמאל געהערט פון זיין אייניקל, א זוהן פון ר' סענדר ליפא ז"ל, אז פאר פסח ווען זיין טאטע איז געוועהן פארלוירן, און כלל ישראל איז געוועהן שבור ורצוץ פון די ווייטאג אין פיין פון די משפחה, האט זיך זיין זיידע מוראדיג מתמרר געוועהן "וואס וועט זיין זיין זוהן וועט נישט האבען מצות אויף פסח" דאס איז געוועהן זיין ווייטאג און זיין זארג בימים אלה.
ער האט איבערגעלאזט א זעלטענען שיינעם דור בנין וחתנין רבנן, בני שלישים ובני רבעים אלע יראים ושלימים
ת.נ.צ.ב.ה.