בלאט 1פון 1

הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:24 pm
דורך חידוש נפלא
ווער קען מיך געבן א גיטע עצה, מיין בעבי וועקט זיך אויף יעדע צופרי ארום 6:00 פארטאגס -אמאל צו עסן און אמאל סתם אזוי צו זאגן מודה אני- און ער וויל שוין נישט צוריקגיין שלאפן, פערטיג ער איז אויף אין יעדער מיז אויפשטיין, מילא איך שטיי דאך אויף דריי פיר פארטאגס אבער וואס איז מיין אידענע שולדיג, ביטע געבט מיט שנעל אן עצה טובה

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:29 pm
דורך מאיר
ווען גייט די בעיבי שלאפן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:31 pm
דורך חידוש נפלא
א יעדן טאג אנדערש בערך פון 7:00 ביז 8:30

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:32 pm
דורך bailout

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:33 pm
דורך שוועמל
ווי אלט איז דאס קינד? גענדער?
ווי לאנג איז דער פראבלעם? (נאכן רוקן דעם זייגער?)
ווען לייגט ער זיך?
שלאפט ער דורך די נאכט רואיג?
וואס עסט עס?

די איינפאכסטע עצה איז צו לייגן שלאפן עטוואס שפעטער יעדן טאג, אזוי ביז עטליכע טעג וועט עס גיין שלאפן א שעה שפעטער און אויפשטיין א שעה שפעטער.
אן אנדער וועג איז צו געבן עסן מער געדעכטע עסן וואס מאכט שלאפן טיפער. א טייל געבן באטיס פאר קינדער ביינאכט כדי עס זאל שלאפן טיפער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:34 pm
דורך מאיר
פרוביר צו לייגן אביסל שפעטער שלאפן, וועט דיין שעפעלע אויפשטיין שפעטער.

(אוטש שוועמל האט אריינגעהאקט)

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:54 pm
דורך bailout
מענין לענין

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 3:55 pm
דורך מאיר
חחח
אבער ס'טאנצט נישט ארויס, דאס קינד בלייבט אינעווייניג...

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:31 pm
דורך חידוש נפלא
bailout האט געשריבן: קוק דא פאר די קריב טענט
בדוק ומנוסה

די פראבלעים איז נישט אז ער קריכט ארויס, ער קען נאך אפילו נישט קריכן, די פראבלעים איז אז ער שטייט אויף אזוי פרי און איך וויל אז ער זאל אויפשטיין שפעטער אביסל

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:35 pm
דורך מאיר
תפלה איז א אלטע אנגענומענע מיטל...

איך האב געזען אין מעלות אמאל, ווי א מאמע שרייבט אז פאר זי גייט שלאפן בשעת'ן קושן די מזוזה בעט זי א שטילע תפלה אז די קינדער זאלן שיין שלאפן, און זי זאל זיך קענען אויסריען דאס זעקל ביינער, און זי שרייבט אז זי האט געזען וואונדער איבער וואונדער, ווי ס'האט געהאלפן... און נאך מער שרייבט זי אז איין נאכט האט זי פארגעסן צו בעטן, און פונקט יענע נאכט איז די קינד אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט.

סוי פאר דו גייסט שלאפן בעט אז דאס קינד זאל שלאפן ביז 8:00 צו ביז 9:00 (ווען דו ווילסט) און דער בוכ"ע וועט אוודאי צוהערן דיין געבעט.

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:45 pm
דורך חידוש נפלא
מאיר יעצט רעדסטו ווי א איד

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:49 pm
דורך וואלוועלע
די וייכטיגסטע זאך איז אריינצולייגן די קינד און א סדר, דאס מיינט ס'קען זיין אז אפילו די וועסט לייגן דיין קינד שפעט, וועט ער נאך אלץ אויפשטיין פרי, וועגן ער שלאפט אסאך אינמיטן טאג, סוי די בעסטע זאך וואלט געווען אז די זאלסט איינפירן א סדר אז די קינד זאל שלאפן אזויפיל אז ביינאכט זאל ער זיי גוט מיד, און ער זאל שלאפן פאר אסאך שעה'ן, ס'קען און אנפאנג זיין זייער שווער, אבער דערנאך געוואוינט זיך די קינד צו צום סדר אז ס'איז א מחי',

אדער קען זיין די קינד וועקט זיך אויף אזוי ווי עס קומט אריין אבסיל ליכטיגקייט און שטוב, פארדעם איז די עצה, צו מאכן אז די שטוב זאל בלייבן פינסטער,

אבער געדענק די עיקר ווי מאיר האט פריער דערמאנט, בעהט פון טאטן און הימל אז ער זאל שלאפן ביז שפעט,

געשריבן: זונטאג מארטש 29, 2009 1:20 am
דורך DotCom
פון אייגן עקספיריענס: אויב די געסט אים א באטל ווען ער שטייט אויף קען דאס זיין א שטארקע סיבה פאר'ן פראבלעם, טריי אים נישט צו געבן א באטל פאר די אנדערע קינדער ערוועקן זיך (אדער פאר א געוויסע צייט), און אויך דעמאלט טריי צו געבן אין א סיפ-קאפ נישט קיין באטל.

Re:

געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 6:54 pm
דורך אפגעגאלט
מאיר האט געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 4:35 pm
תפלה איז א אלטע אנגענומענע מיטל...

איך האב געזען אין מעלות אמאל, ווי א מאמע שרייבט אז פאר זי גייט שלאפן בשעת'ן קושן די מזוזה בעט זי א שטילע תפלה אז די קינדער זאלן שיין שלאפן, און זי זאל זיך קענען אויסריען דאס זעקל ביינער, און זי שרייבט אז זי האט געזען וואונדער איבער וואונדער, ווי ס'האט געהאלפן... און נאך מער שרייבט זי אז איין נאכט האט זי פארגעסן צו בעטן, און פונקט יענע נאכט איז די קינד אויפגעשטאנען אינמיטן די נאכט.

סוי פאר דו גייסט שלאפן בעט אז דאס קינד זאל שלאפן ביז 8:00 צו ביז 9:00 (ווען דו ווילסט) און דער בוכ"ע וועט אוודאי צוהערן דיין געבעט.

Re: הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:02 pm
דורך פרומע לבוש
כ׳האף אז היינט שטייט דאס בחורל אויכעט אויף פארטאגס..

Re: הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:05 pm
דורך כ'קעניש דיסיידן
פרומע לבוש האט געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 7:02 pm
כ׳האף אז היינט שטייט דאס בחורל אויכעט אויף פארטאגס..
יעצט דארף מען הילף איהם אויפצווועקן

Re: הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

געשריבן: דינסטאג יוני 13, 2023 8:31 pm
דורך מוכר ספרים
לייג darkening shade. בדוק ומנוסה
אדער שווארצע גארבעדזש בעג אויף פענסטער

Re: הילף רבותי: א בעבי וואס וועקט זיך אויף צו פרי פארטאגס

געשריבן: מאנטאג יאנואר 22, 2024 2:46 pm
דורך דער יעניגער
מיין חבר האט געזאגט (ס'איז לכאו' נאר נוגע ביי גאר קליינע) אז זיין שטוב פלעגט עסן יעדע פרייטאג צונאכטס א ברטנורא פרי"ז פא"פ און דאס קינד איז געשלאפן שבת ביז 12 נאכמיטאג וד"ל

Don't try this at home...

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: