תענית ופתרון חלומות

מנהגים וסגולות שונות

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

תענית ופתרון חלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

היינט אינדערפרי האב איך מיר אויפגעוועקט מיט א שרעקעוודיגער חלום, עס האט מיר געשוויצט אלע ביינער דערפון, איך בין געווארן זייער באזארגט, האב איך אריינגעקוקט אין 'עמדין סידור' האב איך געזעהן אז דאס זענען פון די זאכן וואס מתענה אליהם אפילו בשבת, בין איך געווארן נאכמער באזארגט, למעשה היינט קען איך שוין טאקע נישט פאסטן, אבער וואס איז מיט מארגן? האט שוין איינער אמאל געפאסט א תענית חלום? צו קען מען זיך אויסלייזן אויף א אנדער וועג?
בכלל בין איך אויך נייגעריג צו וויסן צו דער 'ספר פתרון חלומות' לרבינו עמדין (ליקוט חז"ל) איז נאך אקטועל היינטיגע צייטן און מדארף זיך בכלל וויסנדיג מאכן, צו איז עס נאר פאר העכערע מענטשן ווי מנהיגי הדור וואס ווי באקאנט פלעגט רבינו זי"ע זייער אפט פאסטן ת"ח?
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית, חלמא טבא חזית!!

פון רבי'ן איז קיין ראי', דער רבי האט געקענט חלום'ן אפילו ער איז נישט געשלאפן בכלל.

איך בין נישט קיין רב צו ענטפערן, אבער איך מיין אז א ווארימע תפלה צום נורא עלילה וועט אודאי געוויס העלפן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חלמא טבא חזית.

פרעג א גוטן איד.

איך האב גראדע אויך געהאט א היבש שרעקעדיגע חלום אור ליום ד', אבער איך לאך מיך אויס, ומאן דלא קפיד לא קפדינן בהדיה.

ליתר שאת, קענסטו בעטן דריי אידעלעך צו זאגען סדר הטבת חלום (עס איז אריינגעדרוקט אין קול יעקב סידור).
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

אויב רעדסטו פון רבינו זי"ע, דאן זאלסטו זיך אויסלאכן אין די גדולות אריין פון די אלע חלומות.

מ'דערציילט אז א איד איז אמאל אריין צום רבין פרעגן איבער א שרעקליכן חלום, וועלכער ווערט דערמאנט אין שו"ע אז מ'דארף דערויף פאסטן אפי' אום שבת. האט אים דער רבי געענטפערט, אויב געדענקסטו קלאר יעדע מחשבה קלה וואס איז דיר דורכגעלאפן די לעצטע דרייסיג טאג און ביסט זיכער אז דו האסט נישט געטראכט פון דעם ענין, דעמאלט קען זיך אנהייבן די שאלה צי דו דארפסט פאסטן. ווייל סתמא חלומ'ט א מענטש וואס ער טראכט בייטאג.

נו, מי יאמר זכיתי לבי. ווער קען דען מעיד זיין אויף זיך אז ער האלט חשבון אויף זיינע מחשבות, און ווער רעדט נאך משלשים יום...

אויב ביסטו באמת נאך אלץ נישט רואיג, ניץ ר' קרעמער'ס עצה פון הטבת חלום.
אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

א יישר כחכם פאר אלע מגיבים, למעשה האב איך טאקע געמאכט הטבת חלום בפני ג' הדיוטות און פונקט ווי א גונב שה קומט אפ א חלק עונש מיט די בזיונות אזוי האף איך דא אויך, און די אנדערע חלק זאל אוועקגיין בזכות וואס איך האב מחי' געווען די דריי אינגעלייט. (און נאך איינער וואס האט עס אראפגעכאפט מיט'ן סעלפאון)
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אליעזר ווייס
שר האלף
תגובות: 1421
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 20, 2022 3:00 pm

Re: תענית ופתרון חלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר ווייס »

איך האב אמאל געהערט פון מיין ברידער אז יארן צירוק ווען ער האט געלערענט אין ישיבה אלץ בחור האט ער אמאל געחלמ'ט ווי זיינס א נאנטע חבר איז נסתלק געווארען ער האט שטארק געוואלט מאכן א הטבת חלום אבער פאר ער איז אנגעקומען צי דעם האט ער געהערט די בשורה לא טובה רח"ל אז של"ח ה"י
נייהויז
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 15, 2016 11:46 am
לאקאציע:ווי בינעך דא ?

Re: תענית ופתרון חלומות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נייהויז »

ווערט דערציילט א מעשה (דער רבי זי"ע, דער בעל המעשה האט נישט צופיל אנגענומען מעשיות) אז ער האט געהאט געוויסע רבנים פון זיינע תלמודים וואס ער פלעג רופן פאר הטבת חלום. איין יאר ערב יו"כ האט ער גערופן מען ווי איין מאל אינעם זעלבן טאג מען זאל אים מיטב זיין חולמות. האט די רבצין אים געפרעגט ביז דאך נישט געשלאפן זייט די לעצטע הטבת חלום ? האט דער רבי געזאגט אז מען קען חלומ'ן בהקיץ אויך.
שרייב תגובה

צוריק צו “מנהג ישראל”