עשר ספירות/ז' מדות

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

עשר ספירות/ז' מדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

יעדער ווייסט אז עס איז פאראן ז' מידות וואס דערמיט ווערט די וועלט געפירט און יעדע פעולה וואס ווערט געטאן אויף די וועלט, ווערט עס געטאן דורך איינע פון די ז' מידות, חסד, גבירה וכו'. אויך איז באקאנט אז אין די ימי הספירה גרייטן זיך אידן מקבל צו זיין די תורה דורך אויסארבעטן די מידות, יעדן טאג איז מרומז אויף אן אנדער מידה, אלעס לימטי טהור להאי יומא.

מיין שאלה איז: וואו קען מען געפינען א פונקטליכע ערקלערונג אויף יעדע פון די מידות וואס עס באדייט, סיי אין פראקטישן זון פון ווארט און אויך אין חלק העבודה, ווי אזוי א איד דארף ארבעטן אויף די מידה. איך ווייס אז עס איז פאראן פיל ספרים דערויף אבער אלעס איז מיט אן אריכות, איך ווייס אויך אז יעדער וואס איז בקי אין חסיד'ישע ספרים האט מער-ווייניגער ארויס די ז' מידות, אבער פארט זוך איך א פלאץ וואס איז מברר יעדע מידה און ערקלערט וואס דאס מיינט.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' זיס
איר זיכט איינער זאל זאגען דא שיעור און קבלה?
the SCY is the limit
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

דוכט זיך אז עס האט נישט אזוי ווייט מיט קבלה, אלע חסידי'שע ספרים זענען פארנומען דערמיט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז דא די "ספר תומר דבורה". ווי עס איז מסודר, אבער אויב מען האט א טעגליכע שיעור אין ספרי חסידות האלט מען אינאיין אנטרעפן די מידות און וואס עס איז תובע פונעם מענטש.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ר' דניאל פריש ז"ל האט ארויסגעגעבן א ספר לימי הספירה ווי ער איז יעדן טאג מבאר די מדה פון טאג... איך דענק נישט וויאזוי די ספר הייסט, איינער קען ארויסהעלפן מיט ווייטערדיגע אינפארמאציע???
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5623
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

עס איז לעצטנס ערשינען א ספר 'שפתי חן'ס'איז דברי פי חכם חן, זייער א גוט ספר, ס'איז אן הקדמה לספרי חסידות צו פארשטיין די אלע מושכלות און הבנות, הגם עס וואלט געקענט ווען זיין בעסער אבער יזכר לטוב ס'איז זייער א גוט ארבעט מסודר דבר דיבור על אופניו, זיי האבן עס שוין איצטער איבער געדרוקט צום דריטן מאל,
מורשת חכמי אמעריקא
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

מאיר האט געשריבן: ר' דניאל פריש ז"ל האט ארויסגעגעבן א ספר לימי הספירה ווי ער איז יעדן טאג מבאר די מדה פון טאג... איך דענק נישט וויאזוי די ספר הייסט, איינער קען ארויסהעלפן מיט ווייטערדיגע אינפארמאציע???


איך האב עס געזען בעפאר פסח ביי "תלפיות" [בעדפארד קארנער העיווארד] אויפן טישל צווישן די הגדות און די ספרים אויף פסח, מסתמא האט ער עס נאך דארט צווישן די ספרים וואס ער האלט געווענליך אויף יענעם ברייטן טיש. איך שטעל זיך פאר אז אין די טעג וועט שוין נישט זיין דארט קיין הגדות, נאר ספרים אויף פרקי אבות, אבער דער ספר אויף די ימי הספירה דארפסטו נאך קענען טרעפן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

בן בוזי האט געשריבן: עס איז לעצטנס ערשינען א ספר 'שפתי חן'ס'איז דברי פי חכם חן, זייער א גוט ספר, ס'איז אן הקדמה לספרי חסידות צו פארשטיין די אלע מושכלות און הבנות, הגם עס וואלט געקענט ווען זיין בעסער אבער יזכר לטוב ס'איז זייער א גוט ארבעט מסודר דבר דיבור על אופניו, זיי האבן עס שוין איצטער איבער געדרוקט צום דריטן מאל,

איז דאס פון הרה"ח ר' שמואל קרויס ע"ה? (פאטער פון ר' אהרן שליט"א ראש ישיבת שער התלמוד)
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

די ז' ספירות זענען קעגן די ז' אושפיזין, אברהם איז חסד ווייל ער איז געווען אויסגעצייכנט אין חסד, יצחק איז גבורה ער האט געהאט די מדה עס ווערט גערופען פחד יצחק, תפארת איז יעקב פונקטליך וואס עס מיינט ווייס איך נישט אבער בערך מיינט עס, יעקב איז געווען צאמגעמישט פון ביידע חסד און גבורה, עס ווערט אויך אנגערופן אמת תתן אמת ליעקב, שייכות פון תפארת מיט אמת ווייס איך נישט, נצח איז משה רבינו, הוד איז אהרן, די צוויי ווייס איך נישט וואס עס מיינט, יסוד איז יוסף ער איז געווען אויסגעצייכנט מיט מדת היסוד, מלכות איז דוד וואס פון אים איז ארויסגעקומען מלכות בית דוד

פארזעצונג קומט אי''ה
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

די ימי הספירה זענען מסוגל צו מתקן זיין די מדות, ווי למשל בין אדם לחבירו, ווייל די תלמידי ר' עקיבא וואס זענען געשטארבען אין די טעג איז געקומען משום שלא נהגו כבוד זה לזה, ווי אויך איז עס א הכנה צו מתן תורה און אזויווי דרך ארץ קדמה לתורה זענען דא די ימי הספירה זיך אויסצוארבעטן, ווי אויך איז מבואר אין די ספרים איז די ימי מ''ט ימי הספירה גייט מען ארויס פון די מ''ט שערי טומאה און מען גייט אריין אין די מ''ט שערי קדושה, ווי אויך איז דאס מסוגל צו מתקן זיין מדת היסוד ווי די בני יששכר זאגט אין די מאמרים פון חודש ניסן אז עומר איז בגימטריא קרי, דאס איז בכלליות, און בפרטיות זענען די 7 וואכן פון ספירה יעדע וואך מסוגל צו מתקן זיין די מדה פון די וואך, ווי אויך די 7 טאג אין די וואך זענען יעדן טאג מסוגל צו מתקן זיין די מדה פון טאג,
פארזעצונג קומט אי''ה
פייער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייער »

מאיר האט געשריבן: ר' דניאל פריש ז"ל האט ארויסגעגעבן א ספר לימי הספירה ווי ער איז יעדן טאג מבאר די מדה פון טאג... איך דענק נישט וויאזוי די ספר הייסט, איינער קען ארויסהעלפן מיט ווייטערדיגע אינפארמאציע???

די ספר הייסט וידעת היום - א געוואלדיגע ספר -

אויך איז דא און ספר חסד לאברהם ( זיידע פון חיד"א ) לבסוף -

בהצלחה
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12689
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע:אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קרעמער, יא. דאס איז פון הרה"צ ר' שמואל קרויס ז"ל. ארויסגעגעבן געווארן דורך זיין תלמיד הר"ר חיים הערש מענדלאוויטש שליט"א ב"ר יושע.
An article a day keeps the babies away
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
כואב הלב לראות אברכים שנתגדלו בישיבות חסידיות איך שאפילו לא מגששים באפילה .
באתי בזה רק להציע .----ישנו ספר קטן בשם מפתחי חכמת האמת-לר'שאול בוימאן הי''ד עם הסכמה מר' שימעלע זעליכעווער והרה''צ מלעווערטאוו
בקיצור נמרץ ביאור השתלשלות העולמות .וכן ספר נפלא בשם שער השמים מר' יעקב הילל בקיצור הספה''ק עץ-חיים .וכן ספר תורת הניסתר מר' מעכיל
שטרן עם הסכמה מר' פישל אייזענבאך .הספרים הללו הם מבוא לידעות כלליות .ואם לומדים ומעיינים בהם בכובד ראש ובמתינות יכולים להבין קצת
את היסודות שספרי החסידות מדברים מהם .והי' זה שכרי
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

זיס האט געשריבן: דוכט זיך אז עס האט נישט אזוי ווייט מיט קבלה, אלע חסידי'שע ספרים זענען פארנומען דערמיט.


קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות

ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

איבערהויפט ווען איינער לערענט א שטיקעל אונעם ליקוטי אמרים פונעם בעל התניא

משמש בקודש האסט זייער גיט געפרעגט. איך וואלט אויך געוואלט וויסען.

עס דערמאנט מיך וואס מיין עלסטע זוהן האט געזאגט פאר א ראש הישיבה פונעם ליטווישען חדר נאכדעם וואס יענער האט נאכגעזאגט
א טיפע מחשבה ווארט פון ר' צדוק זצ"ל מלובלין

האט מיין זוהן אוהם געזאגט,
מיר ביידע גייען אויפען זעלבע וועג, נאר עטס ווילטס נישט מודה זיין ווייל מעזאל נישט זאגען אז עטס לערענטס חסידישע ספרים.

אבער עס איז די זעלבע. עטס ריפטס עס אהן מיטען נאמען מחשבה, און מיר ריפען עס אהן חסידות.
the SCY is the limit
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3033
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

עס איז דא א שיעור (אויף טעיפ) פון ר' משה וואלפסאן פ' בשלח, דארטן איז ער מבאר באריכות אלע מדות אויף זייער א פשוט'ן אופן, און גאר פראקטיש,
איך אביסל ציטירן לויטן מיין זכרון, (כ'האב געהערט דעם טיעפ פאר 10 יאר צוריק)

איינער האט דא געפרעגט איבער "תפארת - יעקב" דעם באדייט איז אזוי:

ווען איינער מאלט א שיינע בילד א בוים א הויז מיט וואסער, איז דער בילד שיין, מ'קען אבער נישט אנצייגן וואס ס'איז שיין, דער בוים אליין איז נישט אלעס, אפי' דער בוים זעלבסט איז דער ברוינע יסוד נישט בשלימות אן די גרינע בלעטער פון אויבן,

די זעלבע איז ביי מדת תפארת וואס איז טייטשט שיין, תפארת איז ממוזג פון חסד און גבורה, חסד איז עקסטרעם חסד, און גבורה איז דאס פארקערטע, אבער תפארת איז א קאמבענאציע פון די צוויי איז דאס תפארת שיין, ווייל ס'איז א שלימות, דאס איז געוועהן מדתו של יעקב אבינו,

מ'קען נאך פיל מאריך זיין ווען די צייט וועט ערלויבן,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27062
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שאץ מאץ האט געשריבן: עס איז דא א שיעור (אויף טעיפ) פון ר' משה וואלפסאן פ' בשלח, דארטן איז ער מבאר באריכות אלע מדות אויף זייער א פשוט'ן אופן, און גאר פראקטיש,
איך אביסל ציטירן לויטן מיין זכרון, (כ'האב געהערט דעם טיעפ פאר 10 יאר צוריק)

איינער האט דא געפרעגט איבער "תפארת - יעקב" דעם באדייט איז אזוי:

ווען איינער מאלט א שיינע בילד א בוים א הויז מיט וואסער, איז דער בילד שיין, מ'קען אבער נישט אנצייגן וואס ס'איז שיין, דער בוים אליין איז נישט אלעס, אפי' דער בוים זעלבסט איז דער ברוינע יסוד נישט בשלימות אן די גרינע בלעטער פון אויבן,

די זעלבע איז ביי מדת תפארת וואס איז טייטשט שיין, תפארת איז ממוזג פון חסד און גבורה, חסד איז עקסטרעם חסד, און גבורה איז דאס פארקערטע, אבער תפארת איז א קאמבענאציע פון די צוויי איז דאס תפארת שיין, ווייל ס'איז א שלימות, דאס איז געוועהן מדתו של יעקב אבינו,

מ'קען נאך פיל מאריך זיין ווען די צייט וועט ערלויבן,
.



עס שטימט זייער גוט מיט די ברטנורא אין פרקי אבות פאריגע וואך ביי די מימרא פון רבינו הק', איזהו דרך ישרה שיבור לו האדם, וואס פשט איז אז מ'זאל נעמען דעם 'דרך הממוצע' שהוא 'תפארת'לעושיה ו'תפארת'לו מן האדם. ודו"ק.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5623
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שאץ מאץ האט געשריבן: עס איז דא א שיעור (אויף טעיפ) פון ר' משה וואלפסאן פ' בשלח, דארטן איז ער מבאר באריכות אלע מדות אויף זייער א פשוט'ן אופן, און גאר פראקטיש,
איך אביסל ציטירן לויטן מיין זכרון, (כ'האב געהערט דעם טיעפ פאר 10 יאר צוריק)

איינער האט דא געפרעגט איבער "תפארת - יעקב" דעם באדייט איז אזוי:

ווען איינער מאלט א שיינע בילד א בוים א הויז מיט וואסער, איז דער בילד שיין, מ'קען אבער נישט אנצייגן וואס ס'איז שיין, דער בוים אליין איז נישט אלעס, אפי' דער בוים זעלבסט איז דער ברוינע יסוד נישט בשלימות אן די גרינע בלעטער פון אויבן,

די זעלבע איז ביי מדת תפארת וואס איז טייטשט שיין, תפארת איז ממוזג פון חסד און גבורה, חסד איז עקסטרעם חסד, און גבורה איז דאס פארקערטע, אבער תפארת איז א קאמבענאציע פון די צוויי איז דאס תפארת שיין, ווייל ס'איז א שלימות, דאס איז געוועהן מדתו של יעקב אבינו,

מ'קען נאך פיל מאריך זיין ווען די צייט וועט ערלויבן,
.


אין ספר חסד לאברהם פונעם מלאך איז מבואר אין די הקדמה פארקערט אז הוד בפני עצמו איז שיין, משא"כ תפארת איז ווען מענטשן זאגן אויף עפעס אז ס'שיין, עיי"ש, בכלל איז דער הקדמה צום ספר מורא'דיג, בספר עירין קדישין החדש מובא שפעם היה הרה"ק מרוזין באיזה מקום ובקש להביא לפניו ספר לעיין בו, וכשהביאו את הספר 'חסד לאברהם' מזקה"ק המלאך, אמר: מי שיכול לעשות הקדמה כזו הוא ראוי לעשות ספר (אגב: על ספה"ק פרי הארץ אמר פעם הרה"ק מרוזין איך ווייס נישט וויאזוי ער האט אריין געלייגט אזא גרויסער באשעפער אין אזא קליין ספר?).
אין דער הקדמה פונעם באר מים חיים איז דא א געוואלדיגער ביאור אין דער ענין פון תפארת ווי דאס איז ממוזג פון חסד וגבורה, עיי"ש

בנוגע קבלה וחסידות, איז דער פשט אז ס'ווענדעט זיך בעיקר אין די שיטת הקבלה וויאזוי מען האט אנגענומען, בנוגע לקבלת הרמ"ק און בנוגע דער ענין הצמצום וכו' וכו'
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5623
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

ז' ספירות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

דער קעפל דארף געטוישט צו ז' מדותווערן ווייל די זיבן הייסן מדות, נאר צוזאמען מיט די שלש ראשונות כח"ב הייסט עס עשר ספירות.
בכלל איז אינטערעסאנט אנצו ווייזן אז א יעדער זאך קען מען צונעמען און זעהן אז דאס איז פארבונדען מיט די ז' מדות, ווי ס'שטייט פונעם בעל שם הק' און פונעם גרויסער מגיד נבג"ם אז ס'פארהאן ז' מחשבות ולא יותר.
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 943
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

משמש שרייבט
קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות

ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?

עס איז דא א ליבאוויטשער ווארט אז דער חיליק צווישן קבלה און חסידת איז אז קבלה מאכט פון א אלקות ארציות און חסידת מאכט ארציות אלקות
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

א ציור נפלא מאת הרה"ג ר' שמואל קרויס זצ"ל
[קרעדיט ידידינו היקר "זיידעניו"]
אטעטשמענטס
Photo_042709_008.jpg
כולל יונגערמאן
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 5:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כולל יונגערמאן »

די זיבן טאג פון די וואך זענען קעגן די ז' מדות, פרייטאג איז קעגן מדת היסוד דאס איז געווען די ענין פון חסידים מיט די תיקוני ליל שישי, און שובבי''ם ביותר, די סאטמאר רבי (דברי יואל) זי''ע האט אמאל געזאגט ביי א הושע''ר דרשה ווען עס איז געווען פרייטאג שפעט נאכמיטאג ווען ער האט געהאלטן ביי הושענא מכון לשבתיך אז די ששת אלפים שנה וואס די וועלט שטייט איז קעגן די 6 טעג פון די וואך און אלף השביעי איז יום שכולו שבת און ער האט געטייטש דערמיט מכון לשבתיך אז אזויווי אונז אייל מיר זיך צו מיט די עבודת היום פאר אונזער שבת זאל דער אייבערשטער צואיילן זיין שבת דהיינו די גאולה שלימה, און ער האט דעמאלט געזאגט איז שטיי מיר יעצט אין אלף השישי וואס איז קעגן מדת היסוד, וואס די ישמח משה האט געזאגט אז דאס ליגט יעצט אויף אונזער דור צו מתקן זיין און דאס איז מעכב די גאולה,

די ז' הקפות הושענא רבה איז אויך קעגן די ז' מדות ווי מען זאגט נאך יעדע הקפה א פסוק פון די מדה, למשל נאך די ערשטע הקפה זאגט מען רחמנא אידכר לן קימי' דאברהם רחימא, און מען זאגט עפעס א פסוק פון חסד

די ז' הקפות שמחת תורה איז אויך קעגן די ז' מדות, און די זעקסטע הקפה איז קעגן מדת היסוד, וועגן דעם פירט מען זיך אין סאטמאר צו טאנצן ביי די זעקסטע הקפה אין די הייעך, ווייל די מדה איז פגם אינעם גאנצן גוף דארף מען עס מתקן זיין מיטן זיך הייבן די גאנצע גוף, און דאס איז די ענין פון שווויצן ביי די זעקסטע הקפה,
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איך לייג עס נאכאמאל איבער קלארער.
אטעטשמענטס
ראשונות(Custom).jpg
' מידות (Custom).jpg
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

גיי פארשטיי
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”