עשר ספירות/ז' מדות

רייכע ידיעות און כללי התורה

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

מאיר האט געשריבן: א ציור נפלא מאת הרה"ג ר' שמואל קרויס זצ"ל
[קרעדיט ידידינו היקר "זיידעניו"]

איז דאס בעמח''ס שפתי חן ?
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

חוקר האט געשריבן:
משמש שרייבט
קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות

ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?

עס איז דא א ליבאוויטשער ווארט אז דער חיליק צווישן קבלה און חסידת איז אז קבלה מאכט פון א אלקות ארציות און חסידת מאכט ארציות אלקות

לבארו יותר משל אדם בונה לו בית יפה מאוד יש אנשים באים לראותו להתלמד ואינם שואלין אמאי עשה כן אלא היכא עשה כן גם יש ממקורביו שואלין עשה כך ואמאי כך לידע דרכיו והראשונים כ''א יכול לילך להתלמד שניים דוקא קרוביו
והנמשל דחסידות דבר השוה לכל להתלמד מדרכי השם משא''כ קבלה דוקא לקרובי ה' להבין דרכי ה' דו''ק כי קצרתי
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

זיס האט געשריבן: גיי פארשטיי


וואס הייסט פלאג דיך וועסטו פארשטיין:-(
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

אונזער אלף ווי באקאנט איז אויך קעגן מדת היסוד
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

איך אליין האט געשריבן:
מאיר האט געשריבן: א ציור נפלא מאת הרה"ג ר' שמואל קרויס זצ"ל
[קרעדיט ידידינו היקר "זיידעניו"]

איז דאס בעמח''ס שפתי חן ?

יא!
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בן בוזי האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן: עס איז דא א שיעור (אויף טעיפ) פון ר' משה וואלפסאן פ' בשלח, דארטן איז ער מבאר באריכות אלע מדות אויף זייער א פשוט'ן אופן, און גאר פראקטיש,
איך אביסל ציטירן לויטן מיין זכרון, (כ'האב געהערט דעם טיעפ פאר 10 יאר צוריק)

איינער האט דא געפרעגט איבער "תפארת - יעקב" דעם באדייט איז אזוי:

ווען איינער מאלט א שיינע בילד א בוים א הויז מיט וואסער, איז דער בילד שיין, מ'קען אבער נישט אנצייגן וואס ס'איז שיין, דער בוים אליין איז נישט אלעס, אפי' דער בוים זעלבסט איז דער ברוינע יסוד נישט בשלימות אן די גרינע בלעטער פון אויבן,

די זעלבע איז ביי מדת תפארת וואס איז טייטשט שיין, תפארת איז ממוזג פון חסד און גבורה, חסד איז עקסטרעם חסד, און גבורה איז דאס פארקערטע, אבער תפארת איז א קאמבענאציע פון די צוויי איז דאס תפארת שיין, ווייל ס'איז א שלימות, דאס איז געוועהן מדתו של יעקב אבינו,

מ'קען נאך פיל מאריך זיין ווען די צייט וועט ערלויבן,
.


אין ספר חסד לאברהם פונעם מלאך איז מבואר אין די הקדמה פארקערט אז הוד בפני עצמו איז שיין, משא"כ תפארת איז ווען מענטשן זאגן אויף עפעס אז ס'שיין, עיי"ש,

איך האב זיך טועה געווען און כ'האב נאכגעקוקט אין חסד לאברהם והאמת עם ש"ץ מ"ץ תפארת יש לו פאר מצד עצמו והוד הוא כשיש לאחר הנאה מהוד תפארתו (אין זה לשונו רק התוכן).
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מודים דרבנן היינו שבחייהו....
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

כולל יונגערמאן האט געשריבן: די זיבן טאג פון די וואך זענען קעגן די ז' מדות, פרייטאג איז קעגן מדת היסוד דאס איז געווען די ענין פון חסידים מיט די תיקוני ליל שישי, און שובבי''ם ביותר,


אז דו רעדטס פון די טעג וועל איך דיר מוסיף זיין צום גאנצן ענין

זונטאג - חסד, דער באשעפער האט באשאפן די וועלט להטיב לבריאותיו, עולם חסד יבנה

מאנטאג - גבורה, אין מאנטאג איז געוועהן דער ערשטע פירוד פון די מים עליונים מיט די מים התחתונים, פארדעם איז מאנטאג נישט קיין מסוגל'דיג טאג, אלע פירודים און מחלוקת נעמט זיך פונעם ערשטן פירוד די מים עליונים מיט די מים התחתונים,

דינסטאג - תפארת, ווי געשימסט איז דאס ממוזג פון חסד און גבורה, ווייל ס'איז געוועהן א מחלוקה ביום ב' שהוא גבורה צווישן די מים עליונים ותחתונים, קומט דער יום ג' שנכפל בו כי טוב און מאכט שלום צווישן זיי, דהיינו, אז ביום ג' זענען באשאפאם געווארן די ביימער און געוויקסן, וואס צום וואקסן דארפן מען האבן סיי מים עליונים און סיי מים תחתונים, ווערט איצט א שלום אויף דער וועלט, דעריבער איז יום ג' זייער א מסוגל'דיגע טאג.

מיטוואך - נצח, ווידער א מחלוקה, א ריס צווישן די זון און די לבנה, אי אפשר לשתי מלכים שישתמשו בכתר אחד, ביז קב"ה האט געמאכט א פשרה, מ'האט ממעט געוועהן די לבנה איז מוסיף געוועהן די שטערנ'ס, דער זון האט מנצח געוועהן די לבנה, דעריבער האבן זיך אסאך אידן געפירט אז ביום ב' וביום ד' האט מען נישט אנגעהויבן א זאך פון דאסניי, אין מתחילין ב-ב"ד, מדת נצח איז משה רבינו פני משה כפני החמה.

דאנארשטאג - הוד, (אן ארוכות מיר ווילן נישט רעדן פון דעם)
פרייטאג - יסוד (אויך א טעמע וואס איז נישט באקוועם צו רעדן)

שבת קודש - מלכות, יעדע שלימות איז בבחי' מלכות, און א שמחה, און דא האט זיך גענדיגט די בריאת העולם איז דא א שמחה ביי כביכול,
מ'זעהט טאקע ביי קבלת שבת, האט מען מתקן געוועהן צו זאגן לכו נרננה 6 קאפיטלעך קעגן די 6 טעג פון די וואך, און ווי נאר מ'ענדיגט די 6 קאפיטלעך זאגט מען אנא בכח (אויך קעגן שי שבע מדות) מ'זינגט מען לכה דודי, און דערנאך קומט די זיבעטע קאפיטל "מזמור שיר ליום השבת,
די טעם איז ווייל מלכות איז קעגן דעם פה (אזוי זאגן מיר אין פתח אלי' אלע ז' מדות זענען קעגן די אבירים עיי"ש) מלכות איז די זיבעטע אישפוזא דוד המלך וואס איז מלכות און פה איז מיטן תהלים, אז מ'האלט פארן 7'טע קאפיטל מזמור שיר ליום השבת, פאר מלכות - פה - שבת, זינגען מען שירה, ווייל שירה איז מיטן פה, בפרט ביום השבת,

אלעס וואס האט מיט זיבן האט מיט שירה, ס'איז דא ז' ימים די זיבטע איז כנרת מלשון כינור, ס'איז דא זיבן חיות די זיבעטע איז זמרא, ס'איז דא שבע ארצות די זיבעטע ארץ כנען - כנען ר"ת כינור נעים עם נבל (כ"כ בחת"ס)

ועי' בדברי ישראל פ' מקץ אז די זיבן נאטן זענען קעגן די זיבן ספירות, (א שטיקל וואס יעדער וואס האט א שטיקל חוש הנגינה דארף דאס דורך לערנען)

מ'קען אסאך מער מאריך זיין נאר די צייט איז נישט מספיק.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27059
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער שיין הרב מ'שאץ כה לחי!!!! (איך בין אונטערן רושם פון אן אנדערען תגובה אייערע)
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

הערליך שא"ץער רבי!
the SCY is the limit
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

דוד משמש האט געשריבן:
זיס האט געשריבן: דוכט זיך אז עס האט נישט אזוי ווייט מיט קבלה, אלע חסידי'שע ספרים זענען פארנומען דערמיט.


קען איימיצער גיט מסביר זיין די חילוק פון קבלה און חסידות

ווען און ספרי חסידות איז פיל מיט קבלה שטיקלעך ?

די מערסטע כלליות'דיגער און יסודיות'דיגער חילוק איז אז בדרך כלל וועט אין ספרי חסידות נישט געברענגט ווערן עניני קבלה וואס זענען נישט נוגע צו עבודת ה', משא"כ קבלה איז מסביר אלע ענינים אזוי ווי זיי זענען בעצם, וואס דאס איז אויך די דירעקטע סיבה פארוואס בד"כ וועט מען נישט טרעפן אין ספרי חסידות די שווערערע קבלה שפראך [חזה דז"א עולה ליענץ וכו'], און דאס איז איינע פון די חידושים פון חסידות וואס האט אריינגעברענגט חיות דביקות וכו' אין די אלע ענינים וואס אין ריין קבלה איז שווער דאס צו האבן כידוע ליודעים חוץ פאר יחידי סגולה [וואס צוויי פון זיי האב איך געהאט די זכי' צו קענענלערנען הגרי"מ מארגנשטערן שליט"א און הגרי"מ ארלענגער שליט"א].

בנוגע ספרים וואס זענען מבאר די ספירות וכו' איז דא זייער א גוטע ספר פון א ליובאוויטשער חסיד אין ענגלאנד עס הייסט סדר השתלשלות.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

נישטא וואס צו רעדן, עס שפירט זיך גאנץ געשמאק, די ערשטע מאל געעפנט אן אשכול אינעם קרעטשמע, איך האב געקלערט 'ווער ווייסט צי דער עולם וועט בכלל ענטפערן', און אצינד ווערט די אשכול לענגער פון טאג צו טאג, עס גיבט א געשמאקע געפיל...

איך האב געזען אין ספר "סור-מרע ועשה-טוב" אז אין הימל איז געווען א קטרוג אויפן דרך הקבלה, וויבאלד מענטשן האבן אנגעהויבן צו מגשם זיין די מושגים און מען האט נישט ארויסגענומען די נקודות פון קבלה אויף למעשה'דיגע עבודה, דעריבער האט מען געשיקט שבתי צבי ימ"ש, וואס האט אנגעמאכט א חרבן אלעס אונטער דעם פאנצער פון קבלה. נאך די פרשה איז ארויסגעקומען די תקנה נישט צו לערנען קבלה ביז די פערציג, וואס דעמאלס לערנט מען עס שוין מער מיט א ריינקייט. אבער ווען דער בעל-שם-טוב איז געקומען האט ער מתקן געווען די נקודה און ארויסגעברענגט די חלק העבודה פון קבלה.
אזוי נארמאל
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 19, 2009 2:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אזוי נארמאל »

איך האב נישט באמערקט פארן שרייבן אז דא רעדט מען שוין דערפון. ווי אויך וואלט איך מער גע'פינטל'ט צו די ז' ספורות, אין נישט אזוי ווייט צו די ספירה ציילן.

קוקט אין האט הנאה
מיר נעמען נישט קיין אחריות אויף דו כשרות פון אונזערע אדווערטייזער אין פראדוקטן
דוד משמש

ספירות - מדות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

כ'וויל נישט אריין גיין און טיפע לימוד קבלה שיעור - וועגן צוויי טעמים
1 ) וויל איך קען נישט..
2) דא איז נישט דאס פלאטץ ומובן
נאר א ידיעה כללית ווער ס' קען מיר זאגען די חילוק פון ספירות הקדושים און מידות
למשל "חסד" ווען איז דאס פון די ז' מידות - און ווען איז דאס א ספירה

און בכלל וואס איז די טייטש פון די ווארט ספירה
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

דוד משמש האט געשריבן: נאר א ידיעה כללית ווער ס' קען מיר זאגען די חילוק פון ספירות הקדושים און מידות
למשל "חסד" ווען איז דאס פון די ז' מידות - און ווען איז דאס א ספירה

און בכלל וואס איז די טייטש פון די ווארט ספירה


איך וועל פרובירן צו ענטפערן דיינע פראגעס אויף דעם "פשוט'סטן" אופן וואס ס'איז שייך.

"ספירה" איז טייטש א מספר, [ס'זענען דא נאך פירושים, אבער לאמיר גיין פשוט] און וויבאלד ס'איז דא "צען" דערפון, ווערן זיי אנגערופן די "עשר ספירות".

די עשר ספירות אליינס זענען צעטיילט אויף צוויי חלקים. די ערשטע דריי ווערן גערופן "מוחין", און די אנדערע זיבן הייסן "מדות".

טא, "חסד" איז איינס פון די עשר ספירות, און איז איינס פון די ז' מדות.

דאס איז פשוט עברי-מיט-טייטש אויף דיין פראגע. [אויסער אויב דו האסט געמיינט עפעס טיפערס.]
דוד משמש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד משמש »

מה פתאום האט געשריבן: "ספירה" איז טייטש א מספר, ".


ישר כח
אבער זייער זייער נישט מסתבר - אז ספירה זאל טייטשען א מספר - איך בין אבער גרייט אנצונעמען אויב ברענגסט א מקור
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ספירה לויט רוב מפרשים טייטש מלשון 'ספיר ויהלום' דהיינו מלשון 'אור', עשר אורות, שנתשלשל בהם הבריאה כולה ממעלה למטה, און דאס רעשט נעם פון מה פתאום
מה פתאום
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 19, 2010 2:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום »

אט איז דער מקור:
‏"ולשון הספירות הוא לשון מספר שישפוט בהם המספר ואף אם הם בלי מה. והעד על זה שמם שהם ספירות לשון מספר כדפירשנו. ולהכריח שהם מספר ושמספרם י' אמר מספר י' אצבעות." [פרדס רמונים להרמ"ק, שער א' פרק א']

אט איז א לינק

רוב מפרשים טייטשן טאקע לויט ווי יהיה כן ברענגט אז דאס איז מלשון ספיר. איך האב געברענגט דעם טייטש אז ס'איז מלשון "מספר", וויבאלד דו האסט געפרעגט איבער'ן מספר פון די ספירות, זיבן אדער צען, און ס'איז מיר עפעס אזוי בעסער געפארן דער הסבר פון די זאך אז אלעס אינאיינעם איז דער מספר צען ספירות, נאר ס'ווערט צעטיילט די ערשטע דריי מיט די צווייטע זיבן וכו'.
קנאק אריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק אריין »

badatz האט געשריבן: ב''ה
כואב הלב לראות אברכים שנתגדלו בישיבות חסידיות איך שאפילו לא מגששים באפילה .
באתי בזה רק להציע .----ישנו ספר קטן בשם מפתחי חכמת האמת-לר'שאול בוימאן הי''ד עם הסכמה מר' שימעלע זעליכעווער והרה''צ מלעווערטאוו
בקיצור נמרץ ביאור השתלשלות העולמות .וכן ספר נפלא בשם שער השמים מר' יעקב הילל בקיצור הספה''ק עץ-חיים .וכן ספר תורת הניסתר מר' מעכיל
שטרן עם הסכמה מר' פישל אייזענבאך .הספרים הללו הם מבוא לידעות כלליות .ואם לומדים ומעיינים בהם בכובד ראש ובמתינות יכולים להבין קצת
את היסודות שספרי החסידות מדברים מהם .והי' זה שכרי


הנה אנכי מצטער מאוד מהכאב ושברון לב שיש לך הנה הספר מפתחי חכמת אמת ישנו תחת ידי [אני חושב שכמעט אינו בנמצא] ואכן הוא דבר מאוד נחמד על כל פנים למתחילים [ועי' שם בהסכמת ר' שמעון שכתב שלא חי' דבר וכו' ואיכמ"ל] ובאמת הרבה "הבנה" אין שם אבל ידיעות על כל פנים יש ובספר מבוא השערים להרב מפיאסצנא כתב ג"כ קצת הקדמות . עוד יש ספר "כללי חכמת האמת" [נמצא בhebroowbooks] ועוד ועוד כמה ספרים על ידיעות חכמה זו ובאמת יכולים ללמוד ספר אוצרות חיים להרב חיים ויטל זי"ע ששם מסודר סדר השתלשלות
ומי שרוצה באמת לידע איזה ידוע בהבנה מוחלטת יתעמק בספרי הרב בעל הסולם [תלמוד עשר ספירות] שביאר בט"ז חלקים סדר השתלשלות בהרבה הבנה ולא מצאנו כמוהו "מבאר" תורת רבינו האר"י החי ובלשון צח ובאופן מסודר ונזכה לעובדו עבודה תמה עד ביגוא"צ בב"א
לעצט פארראכטן דורך קנאק אריין אום דאנערשטאג יוני 17, 2010 2:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קנאק אריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק אריין »

ביטע ענדערען דעם נאמען פון אשכול אויף עשר ספירות עי' בספר יצירה פרק א' אות ג' וז"ל עשר ספירות בלימה עשר ולא תשע עשר ולא אחת עשר, הבן בחכמה וחכם בבינה, בחון בהם וחקור מהם והעמד דבר על בורייו והשב עכ"ל ומבארו האר"י יעואיכמ"ל
לעצט פארראכטן דורך קנאק אריין אום מוצ"ש יוני 19, 2010 4:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קנאק אריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק אריין »

איך אנטשולדיג זיך אז איך שרייב שוין דער דריטע תגובה און א צי , איך ווייס איבערהויפט נישט אויב דער עולם איז אינטרעסירט, איך קען אבער נישט אויסלאזן 2 שפעציעלע ספרים לידיעת חכמה זו א) ספר עמוד העבודה להרהק ר' ברוך קאסובער [יש לו הסכמה ר' מענדל פרימישלאן ר' איציקל האמבורגער וכו' ואיכמ"ל] הוא ספר הפלא ופלא ל"הבנה" ווער רעדט נאך דער "הצעה לפירוש המילות זרות"

נאך איז דא א ספר מער אויף "ידיעה" קהלת יעקב לבעל מלא הרועים א תלמיד פון בני יששכר ס'איז געבויט ווי א ספר ערכים אויף היברו באקס איז נישט דא דעם ספר אויף אוצר החכמה איז עס דא למעשה האט מען היינט איבער געדרוקט דעם ספר ג' חלקים או ב'
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

להוספת הענין,
חסד גבורה תפארת וכו', זענען מדות וואס האט צו טון מיטן למעשה'דיגן התנהגות, ווי מיר האבן געשריבן אין א תגובה אויבן אין דעם אשכול אז אט די זיבן מדות פון חסד ביז מלכות איז קעגן די זיבן טאג פון די וואך וואס איז געוועהן דער חלק הביראה בכל יום,
איצט איז די פראגע וואס טוט זיך מיט חכמה בינה דעת, פאקטיש זענען זיי אויך פון די עשר ספירות, נו ווי גייען זיי אריין אינעם בריאת העולם?

די תי' איז פשוט בתחילה עלה במחשבה לברוא את העולם, און אט די דריי זענען חלקי המחשבה חכמה בינה דעת, און לפי דברי התניא בליקוטי אמרים און נאך אנדערע ספרים איז די חילוק צווישן חכמה בינה דעת ווי פאלגענד,

חכמה: איז די ערשטע מחשבה דער בליץ, דער געדאנק, למשל ס'פאלט ביי פאר א מענטש אז ער וויל דא בויען א הויז, די איידיע, די המצאה, דאס איז חכמה,

בינה: איז מבין דבר, דהיינו אז מ'וויל בויען א הויז מאכט מען פלענער, דא א וואנט, דא א טיר, דא א פענסטער, אט די דעטאלן ווערן אנגערופן בינה, צו פארשטיין די פרטי הפרטים און קליינע דעטאלן און חילוקים,

דעת: איז צו נעמען אט דעם חכמה און בינה, דהיינו דעם פארטיגן פלאן פון בויען א הויז און מוציא זיין מכח אל הפועל, החלטה דאס איז דעת, מחליט זיין דאס טו איך יא און דאס טו איך נישט איז דעת,
(ווער ס'קוקט אריין אין חסידישע ספרים זעהט אז תשובה ווערט אנגערופן דעת, דאס איז צוליב דעם ווייל תשובה איז געוואנדן אין די החלטה שלא ישוב לכסלה עוד)

לפי זה איז מיר פארענפערט געווארן א שטארקע קושיא וואס איך האב אלץ געהאט, פון חז"ל געפינען מיר אז נשים האבן א בינה יתירה, ווידער אין א אנדערע חז"ל געפינען מיר אז נשים דעתן קלות, פון אויבן אויף איז עס א שטיקל סתירה, האבן זיי שכל צו נישט?

אבער ווען מ'צוטיילט בינה מיט דעת לפי הנזכר איז זייער פשוט, בינה יתירה האבן זיי טאקע יא, ווייל אין דעטאלן און פלאנירן און פיצי פרטים זענען זיי אסאך בעסער ווי די מענער, זיי פארשטייען א פלאן פון א הויז אדער זעהן אויף א קלייד יעדע פיצי קנעפל וואס אונז זעהן נישט, ווידער אין "דעת" זענען זיי גאר שוואך, דעתן קלות, צו מאכן החלטות אוי א בראך... וועלכע פרוי קען מאכן החלטות? זיי קענען נישט מחליט זיין וועלכן קליידל צו קויפן פאר א קינד זיי זענען מלא ספיקות, לעומת זה זענען די מענער אין נחלטות פיל שטערקער, ודו"ק,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
ווארד2007
שר חמישים ומאתים
תגובות: 483
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אפריל 30, 2009 2:25 pm
לאקאציע:אין אייגן זעקל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווארד2007 »

יישר כח שאצל
א שיינע הסבר
מי אזא הסבר געדענקט זיך עס בעסער
קנאק אריין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאק אריין »

אנטשולדיגט איך הייב נישט אהן צו באגרייפען וואס איר מיינט מיט "למעשהדיגע עניינים" כ'וועל שוין מסביר זיין וואס כ'מיין צו פרעגען, אבער דו אליין צייכנסט צו א מראה מקום אז אויבען האסטו געשריבען, איז לאמיר זעהן וואסערע ל"מעשהדיגע" עניינים האבען זיך געשאפט מצד דער מידות כ'וועל גיין מן הקל אל הכבד, שבת איז מלכות ווייל יעדער שלימות איז מלכות ע"כ וואסארא למעשהדיגע ענין זעהסטו? יסוד נישט באקוועם צו רעדען? איך פארשטיי נישט פארוואס אבער שוין לענייננו וואסארא למעשה? הוד שווער צו ענין כאילו עוד חזון למועד, נצח מחל' וכו' וואס מיינסטו כביכול מ'האט באשאפען מחל' דעמאלס, אדער זון און לבנה וואס עפעס א געוויסע רמז קען אנדייטען אז אויב ס'שורה דער מידה פון נצח וכו' בכלל נצח האט מיט מחל'? באלד וועסטו נאך זאגען אז די מחל' פון קרח מיט משה איז ווייל משה האט מיט מחל' און וועסט פרעגען א קשיא פארוואס קרח איז געשטראפט געווארען וכו' כ'קען שרייבען א תי' אבער פארוואס דארף מען מרבה זיין בפלפול של הבל בעסער ארויס האבען א זאך על בוריו און אזוי ווייטער
מ'פארשטייט פון דיינע ווערטער איינס פון צויי אדער כלפי אונז און אלע מידות זיינען למעשה מיינט אז ס'קומט ארויס דברים גשמיים וואס מ'קען אנכאפען משא"כ די מוחין און כאלו אלע מידות פארשטייסטע וואס זיי פעלען אויס באשאפען צו ווערען אבער מוחין נישט ווייל ס'איז נישט למעשה דאס האט נישט קיין שום זון צו זאגען אזעלכע ווערטער ווייל שטעל דיר פאר א בריאה אהן א מוחין עכ"פ און אונזער מושגים
אדער מיינסטו אז מ'פארשטייט אז כדי צו באשאפען א וועלט מוז זיין דו ז' מידות ווייל מ'זעהט אז זיי האבען עפעס אויפגעברענגט משא"כ די מוחין דאס אידאך ווייטער הבל ווייל דו מידות ברענגט דו זעלבע מאטריעלען ווי מוחין דו שרייבסט אליין אז נישט ס'האט געשאפט וואסער נאר מצד הגבורה האט זיך צוטיילט דו וואסער איז אויב מ'פרעגט למעשה כאלו קען מען ווייטער פרעגען פארוואס פאר וואסער דארף זיין גבורה כ'האב קיינמאל נאך נישט געהערט דו קושיא , ס'קען זיין אז דו האסט עפעס אנדערש מכוון געווען און כ'האב נישט פארשטאנען
ווי אזוי כ'האב ביז יעצט פארשטאנען אביסעל בקיצור
דער אייבישטער האט באשאפען דו וועלט און ער פירט דער וועלט און אויף צו פירען דער וועלט האט ער באשאפען געוויסע זאכן וואס מיט זיי פירט ער דער וועלט כמבואר בפתח אלי' מ'קען אריין גיין און גרויסע אריכות אויף יעדע ווארט אבער כ'קלער יעצט אפשר אז מ'שרייבט שוין וועל איך אראפברענגען דעם פתח אלי'
פתח אלי' ואמר רבון העולמים האט אלי' אנגעהויבען און געזאגט רבון העולמים דאנת הוא חד ולא בחושבן פי' ס'פארהאנען צוויי אופנים ווי אזוי מניצט דער מספר 1 א) ווען מחשבונט איז דא 1 נאכדעם 2 נאכדעם 3 וכו' . ב) איינס וואס איז איינציג בן יחיד וכו' אחד ואין שני זאגט אלי' דער אייבישטער איז איינס נישט פון חשבון ועי' בשל"ה שהאריך בזה אנת הוא עלאה על כל עלאין די ביזט העכער פון יעדעם סתימא על כל סתימין דו ביזט מער באהאלטען פון אלע באהאלטענע יעדער מדריגה ווען ס'קומט א קלענערע דרגה באהאלט עס אויף'ן גרעסער קומט אויס ווי העכער אלס מער באהאלטען דער עולם איז דער מערסטע באהאלטען און ס'באהאלט אונטער זיך אלעס ווייל ס'דע נידריקסטע דער אייבעשטער איז דער מערסטע באהאלטען ווייל אלע הויכע זיינען קלענע פון עם באהאלטען זיי עם , לית מחשבה תפיסא בך כלל ס'נישטא קיין שום מחשבה און אלע וועלטען ד"ה אפי' דער מוחין פון די ספירות זיינען עם בכלל נישט משיג , אנת הוא דאפיקת עשר תקונין דו ביזט דער וואס האט ארויסגעברענגט יש מאין דער 10 תקונים וואס דורך זיי איז דא א תקון און א קיום פאר אלע עולמות ווייל דארך זיי ווערען די עולמות געפירט, וקרינן להו עשר ספירן און אונז רופען זיי עשר ספירות [עי' לעיל בענין למה נקרא ספירות] , לאנהגא בהון עלמין סתימין דלא אתגליין ועלמין דאתגליין דאס מיינט מיט פירט זיך אלע עולמות סיי דו וועלכע ווערען נישט נתגלה מכח זייער זכות און דערהויבנקייט און סיי דער קלענערע עולמות בי"ע וואס ווערען יא נתגלה , ובהון אתכסיא מבני נשא מיט דער עשר ספירות באהאלט זיך דער אייבישטער פון מענטשען דאס מיינט אז דארך דעם קעמער אונז באקומען פון אייבערשטען ווען נישט וואלט מען נישט געקענט סובל זיין אורו יתברך דאס הייסט און אונזער שפראך זיין הטבה
איך האב שוין נישט קיין כח איך בין נישט קיין שרייבער בקיצור כ'האף צוריק צוקומען סך הכל שרייב איך עברי מיט טייטש פון א אפענע סידור אויב איינע וויל ממשיך זיין תעל"ב
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5619
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א קליינע הערה'לע שאץ מאץ יר"ה

עס שטייט נישט עלה "במחשבה" לברוא העולם, דער לשון וואס דו שרייבסט נעמט זיך פון "ישראל עלו במחשבה", דער אמת'ער לשון איז כשעלה "ברצונו הפשוט" לברוא העולם, דאס איז דער ענין פון כתר וועלכע איז מחי' דעם חכמה, דהיינו אין אונזער שכל איז דאס מובן, אז יעדער זאך וואס מיר זענען משיג איז פארהאן העכער פון דעם א זאך וועלכע איז נישט נישג, און ווען מ'איז משיג יענער ענין איז דא א זאך העכער דערפון וואס מען איז נישט משיג, ווארום יעדער זאך האט א זאך וועלכע איז איר מחי', און וואס איז מחי' דער ערשטער נקודת השכל וועלכע ווערט אנגערופען 'חכמה'? דאס איז דער רצון, דער מענטש סאבקאנשעסלי האט א רצון צו א געוואוסער זאך וואס דאס איז מחי' זיין שכל אויף צו קומען מיט א געדאנק וועלכע וועט זיך שפעטער פלעכטן מכח אל הפועל דורך די נעקסטע כוחות, דער רצון וועלכע האט מחי' געווען דער ענין החכמה האט העכער זיך א זאך וועלכע האט איר מחי' געווען וועלכע איז אויך געווען א רצון צו האבן דעם רצון וכו'.

לדוגמא איז דא א לשון פונעם ר"ר בונם אז א איד האט א רצון פון א רצון פון א רצון וכו' אפילו הונדערטע מאהל א רצון צו א רצון צו טוהן תשובה איז דאס אויך א ענין פון תשובה.

(צו דער צו וואס קנאק אריין ברענגט דער ספר הנפלא הפלא ופלא 'עמוד העבודה' איז דא פונעם זעלבן מחבר א ספר 'יסוד האמונה' וועלכע איז געשטעלט געווארן מסביר צו זיין השכלות אין קבלה, ער האט נפלא'דיגע משלים אויף יעדער ענין, און זיין כח ההסברה איז להפליא)
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “אוצר הידיעות”