Re: Re:
האלפערט האט געשריבן:mar0was האט געשריבן:mar0was האט געשריבן:אחד מעיר האט געשריבן:mar0was האט געשריבן:
בספר 'בית אבות' (יחוס למשפחת רוטנר כהנא ועוד, נתחבר ע"י הרב דוד נחמן רוטנר)
מובא בשם הרא"פ הרשקוביץ זצ"ל
שה'אמרי יוסף' בזיווג שני היה חתן רבי יחיאל מיכל ליכנשטייןוהוא היה חתן רבי ישכר בער מסיסקוב .
לאלוקים פתרונים...
אזויפיל איז זיכער, אז די אמרי יוסף בזיווג שני און ר' יודל גאטליב זענען געווען שוואגערס, איידמער ביי א טאכטער פון ר' ישכר בער מסיסקוב.
די שאלה איז נאר ווער איז געווען זייער שווער, ר' מאיר ממונקאטש אדער ר' יחיאל מעכיל ליכטענשטיין.
למעשה האב איך געהערט פון אן אייניקל, אז די אמרי יוסף בזיווג שני און ר' יודל גאטליב זענען טאקע געווען שוואגערס, אבער נאר דורך די שוויגער מרת חנה פעסיל, זי האט חתונה געהאט צוויי מאל, די אמרי יוסף איז געווען אן איידעם ביי ר' מאיר ממונקאטש און ר' יודל גאטליב איז געווען אן איידעם ביי ר' יחיאל מיכל ליכטנשטיין.
למעשה איז דאס בכלל נישט קיין שאלה. דער אמרי יוסף איז געווען אן איידעם ביי רבי מיכל ליכטנשטיין.
דאס קען מען זען ביי די "מאטריקא" וואס איך האב געטראפן, ביי שם האב "ווייס (רבי) יוסף מאיר", און ביי שם האם: "הינדא ליכטנשטיין"!!!
[attachment=1]ר' יוסף מאיר ווייס - הינדא ליכטנשטיין 2.
איך מיין אז משם לאו דווקא ראיה
ווייל די שוויגער הרבנית מרת חנה פעסיל, האט געקענט זיין חתונה געהאט בזווג ראשון צו רבי מאיר ממונקאטש, און געהאט א טאכטער הינדא, און שפעטער חתונה געהאט בזווג שני מיט רבי יחיאל מיכל ליכטנשטיין, און דעריבער האט די יתומה זיך גערופן מיט איר נייער טאטע'ס לעצטע נאמען (ווי מען זעהט כהיום).
חוץ מזה, איז דא וואס ברענגען ביידע סיי רבי מאיר מונקאטש און סיי רבי יחיאל מיכל, מיטן זעלבן לעצטן נאמען ליכטנשטיין, אזוי אז משם אינו ראיה כלל.