פאר די אלטע באבעס איז דאס געווען עטוואס מאדערן, אנשטאט פלעגן זיי עס ארויסזאגן געהעריג 'עווערגרין 7'..
מיללער האט געשריבן: וויפיל זאכען זעהט איר אינטערעסאנט מיט דעם אדווערטייזמענט פונעם אידישען האטעל אין מאונטענדעיל?
1. פארוואס די ווערטער 'סטריקטלי כשר' פארלאנגט אידישע אותיות, אבער דער שפראך קען פארבלייבן ענגליש? טאקע א 'היימישע קרעטשמע'...
2. דער 'ליטל האנגעריען אינן' האט אלע מאדערנע איינריכטונגען, אבער קיין טעלעפאן נאמבער פאר רעזערוואציעס נישט, מען ברויך שרייבען א בריוו צוויי טאג פאר מ'פלאנט אונצוקומען (דאס איז נאך פון פאר די טעלעפאון עפאכע), מן-הסתם רעדט מען פון שרייבען אן אי-מעיל.....
3. זיפ-קאוד האט אויך נאך נישט אויסגעפעלט בימים ההם
4. דירעקציעס קיין מאונטעדעיל; פרובירט נישט צו פארען אויפן 17 ווייל עס עקזעסטירט נאך נישט, און א קאר זאלט איר לאזען פאר אייערע אייניקלעך, קומט מיט די פערי גלייך צו די מאונטענדעיל סטאנציאן.
5. ברוך השם, איעדע שטוב איז באזארגט מיט הייס און קאלט וואסער, א לוקסוס היינטיגע טעג, היבש מאדערן...
6. פרישע מילך, פוטער, אייער און וועזשטעיבלס גלייך פון אונזער אייגענע פארם, מיר זופען די מעל און באקוקען די אייער..... סטריקטלי
בכבוד רב, מר. איי. זיפצער
אינטערעסאנט אז דער שרייבער "אברהם אהרן חיימאוויטש" ברענגט צו אין די נייעס-באריכט די-צייטונג ניוס-רעפארט [געהערט אפשר אין די אשכול פון ספרים מיט עטליכע נעמען..] פון די פארלאפענע וואך פרשת מטות מסעי, אט דעם זעלבן אנאנסמענט פון דעם פול סערוויס האטעל אין מאונטעידעיל, אבער על אף וואס ער האט עס אודאי געוויס דא געפונען גיט ער נישט אפ דערפאר דעם ערליך פארדינטן קרעדיט פארן סקרענטאנער רב זז"ג און פאר אונזער וועלטל.