געוועזענע אידישע געגנטן אין אמעריקא

היסטאריע פון שטעט און ערטער

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »



יישר-כח פארשלאפן, איך האב שוין דעם ליסט געזעהן מיט א צייט צוריק, עס איז א מצבה אויף די פארלוירענע אידישע איסט-סייד און מאנהעטן, וואס פון רוב פון די שולען און זייערע מיטגלידער איז כמעט גארנישט געבליבען.

עס איז מיר נאך נישט אויסגעקומען קיין צייט צו באשרייבן מיינע הרגשים נאכען דורכלייענען דעם נארוואס ערשינענעם בוך אויף ענגליש 'די פארלוירענע שוהלען פון ברוקלין' )The lost Synagouges of BrooklyN) וואס א קאנסערוואטיווע אידישע פרוי האט ארויסגעגעבן און ידידי מפארשלאפן האט מיר מזכה געווען בנדיבות לבו על מנת להחזיר.

די שרייבערין האט געטאן א געוואלד מיט 'ריסערטש' אין די היסטאריע פון שוהלען אין די געוועזענע אידישע ברוקלין, וואס איז כולל; בראנזוויל, איסט פלעטבוש און איסט ניו יארק.

אויסגעשפילטע אידישע געגנטן איז בכלל נישט קיין נאווינע אין אידישע היסטאריע, נאכדעם וואס אין די אלגעמיינע גזירת הגלות איז נכלל צו וואנדערען אין גלות זעלבסט נע ונד, פון ארץ ישראל קיין בבל און אזיע, דערנאך קיין מזרח אייראפע וויי פראנקרייך און דייטשלאנד, פון דארט קיין פוילן, ליטע און סוף קיין אונגארן און ראמעניע, אא"וו ביז קיין ענגלאנד און דא אין אמעריקא (כינע און אינדאנעזיע זענען נאך אויף די ליסטע, לאמיר האפן אז חב"ד לייזט אונז אויס....)

אבער די וואנדערונג דא אין אמעריקא זעלבסט איז יא א שטיקל חידוש, ווען אידישקייט האט געווירבלט אין בראנזוויל אין די יארען צווישען ת"ר-תש"י מיט אריבער 160 אקטיווע שוהלען ביי איר העכטסטע פונקט, איז דאס אין די תש"כ יארען אויסגעליידיגט געווארן קאמפלעט נישט איבערלאזנדיג נאך זוך קיין איין פונקציאנירדע שוהל און רוב אלטע שוהלען זענען ליידער היינט קלויסטערס און קירכעס רח"ל.

אינעם בוך ווערן פאטאגראפירט טייל פון די שוהלען און איר היינטיגען מצב, באגלייט מיט אביסל פון די אינפארמאציע דערונטער ווי די רבנים און ראשי הקהילות, געוואנדען און איר מזל פון טרעפן די פארלוירענע היסטאריע.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

מיללער האט געשריבן:
אויסגעשפילטע אידישע געגנטן איז בכלל נישט קיין נאווינע אין אידישע היסטאריע, נאכדעם וואס אין די אלגעמיינע גזירת הגלות איז נכלל צו וואנדערען אין גלות זעלבסט נע ונד, פון ארץ ישראל קיין בבל און אזיע, דערנאך קיין מזרח אייראפע וויי פראנקרייך און דייטשלאנד, פון דארט קיין פוילן, ליטע און סוף קיין אונגארן און ראמעניע, אא"וו ביז קיין ענגלאנד און דא אין אמעריקא (כינע און אינדאנעזיע זענען נאך אויף די ליסטע, לאמיר האפן אז חב"ד לייזט אונז אויס....)


איר זענט אודאי באקאנט מיטן מדרש (ילקוט שמעוני שיר השירים - פרק ב - רמז תתקפו) רבי יודן בשם רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי רבי הונא בשם רבי אליעזר בן יעקב, קול דודי זה משיח, בשעה שהוא בא ואומר להם לישראל בחדש זה אתם נגאלים, אמרו לו לא כך אמר הקב"ה לנו שהוא משעבדנו בשבעים אומות, והוא משיבן שתי תשובות ואומר להם אחד מכם גלה לברבריא ואחד לבריטניא כאלו גליתם כלכם, ולא עוד אלא שמלכות הרביעית מכתבת טירוניא מכל האומות, כותי אחד בא ומשעבד באחד כאלו שעבדו כל אומתי, ובחדש הזה אתם נגאלים שנאמר החדש הזה לכם:

איז אייער האפענונג בלויז אז זיי הייסן "אחד מכם":roll:
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קרעמער נחמתני,
ווען עס איז געווען די מאמבעי אטאקעס האט מען געדרוקט עפעס פונעם קלויזענבורגער רבי זצ"ל כעי"ז.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

געוועזענע אידישע געגנטן אין אמעריקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, עס איז מיר נאך אלס זייער אינטערעסאנט אז כמעט קיינער האט נישט באשריבן די געוועזענע ירושלים דאמעריקא די אידישע שטאט בראנזוויל, אז איז נאך געוויס דא אסאך היסטאריע וואס מ'קען נאך ארויסגראבן און אפירזוכן איבער די שטאט.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

איך ווייס נישט צו בראנזוויל האט עפעס מער היסטאריע ווי אנדערע שטעט אין אמעריקא, אמעריקא איז געווען באזעצט מיט אזעלכע ירושלים דאמעריקא'ס לאורכה ולרחבה ווי סקרענטאן, דעטרויט, באסטאן וכו' דארט האבן געוואוינט אסאך חסידישע אידן רבי'ס וכו', חוץ דעם זענען געווען אידישע קאלאניעס דא ד.ה. ווי אסאך אידן האבן זיך באזעצט צוזאמען א שטייגער ווי די היינטיגע אידישע שטעטלעך, ניו ארליענס ווי ס'איז געווען דער האריקעין קאטרינע האט געהייסן א אידישע קאלאניע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטן מר. יאהופיץ,

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט אבער אויך נישט קלאר אומגערעכט, דאס הייסט אז איבער גאנץ אמעריקא זענען שטענדיג געווען געגנטן וואס האבן מתחילה געדינט אלס היים פאר טויזענטער אידן און האבן אפי' פארדינט דעם טיטל 'ירושלים דאמעריקע' און זענען מיט די צייט געווארן אויסגעשפילט.

פון די וואס די רעכנסט אבער אויס, איז נישט קלאר אז זייענדיג א מעטראפאליע וואס איז געווענליך א געמיש פון אלע עטנישע גרופעס א שטייגער ווי באסטאן און דעטרויט, איז זיכער נישט פאסיג צו זאגען אז דאס האט אמאל געהייסן מער אידיש ווי היינט אזש ביז 'ירושלים דאמעריקא' (ביידע זענען עד היום באזעצט דורך אסאך אידן) און אין די קאטעגאריע פאלט אריין; ניו יארק, לאס אנזשעלעס, שיקאגוי, קליוולאנד, באלטימאר, מילוואקי, מיאמי, אטלאנטא און נאך וואס האבן עד היום באדייטנדע צאל אידישע משפחות.

ווידער 'סקרענטאן' וואס איר דערמאנט איז שוין אנדערש, אבער מ'קען נישט זאגען אז דאס איז אמאל געווען א 'ירושלים דאמעריקע' הגם עס איז זיכער געווען אמאל מער אידיש ווי ביז לעצטענס (איך מיין אז גאר לעצטענס שאפט זיך דארט יא א שטיקל ישוב).

'בראנזוויל' איז א שטיקל חידוש ווייל דאס איז א געגנט אין 'ברוקלין' וואס ברוקלין גופא איז היינט נאך אלס ווערט באטיטלט צו ווערן 'ירושלים דאמעריקא' איז אבער אין ברוקלין זעלבסט געווען א איבערזידלונג וואס איז ווערט צו באשרייבן, די טויש איז קוים עטליכע גאסן ווייטער ווען אז מ'גייט אריין היינט דארט איז נישט דא קיין אידיש נפש צו געפונען, בזמן וואס אין 1940 איז געווען באריכטעט אזויפיל ווי 160 אקטיווע שוהלען.

אמת איז אין אנדערע שטעט איז אויך געווען געגנט איבערזידלונגען פון דאונ-טאון ארויף, ווער ס'ווייסט איז אין מיאמי געווען אמאל די אידישע צענטער אין די 10ער גאסען בעת וואס היינט איז דאס ביי די 40ער גאסן און מער נארט, אזוי אויך אין שיקאגוי איז דא א גרויסע טויש פון 50 יאר צוריק, אבער דאס נעמט נישט אוועק די פארלוירענע היסטאריע פון 'בראנזוויל' וואס איז אין די בעק-יארד פון וומ"ס-בארא פארק.

אנדערע געגנטן וואס האבן אמאל געטראגען דעם טיטול 'ירושלים ד..' קומט מיר יעצט אויפן געדאנק, 'טשעלסי, מאס.' און וויניפעג, קאנאדע, איך בין נישט זיכער אבער אפשר 'באפאלאו' אויך.
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

קודם זאל מען שרייבן די נעמען פון די שטעט לויט די סטעיטס, און ביי יעדע סטעיט העט מען שרייבן וועלכער ווערט באטיטולט מיט נאמאן "ירושלים ד'".
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוט ווארט האט געשריבן: קודם זאל מעןשרייבן די נעמען פון די שטעט לויט די סטעיטס, און ביי יעדע סטעיט העט מעןשרייבן וועלכער ווערט באטיטולט מיט נאמאן "ירושלים ד'".


איך פארשטיי אייך נישט, צו וועם ווענדט איר זיך, ווער 'זאל' און ווער 'העט'?
יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

מיללער האט געשריבן:
א גוט ווארט האט געשריבן: קודם זאל מעןשרייבן די נעמען פון די שטעט לויט די סטעיטס, און ביי יעדע סטעיט העט מעןשרייבן וועלכער ווערט באטיטולט מיט נאמאן "ירושלים ד'".


איך פארשטיי אייך נישט, צו וועם ווענדט איר זיך, ווער 'זאל' און ווער 'העט'?

-c:o
מיללער האט געשריבן: א גוטן מר. יאהופיץ,

ביסט נישט אינגאנצן גערעכט אבער אויך נישט קלאר אומגערעכט, דאס הייסט אז איבער גאנץ אמעריקא זענען שטענדיג געווען געגנטן וואס האבן מתחילה געדינט אלס היים פאר טויזענטער אידן און האבן אפי' פארדינט דעם טיטל 'ירושלים דאמעריקע' און זענען מיט די צייט געווארן אויסגעשפילט.

ווידער 'סקרענטאן' וואס איר דערמאנט איז שוין אנדערש, אבער מ'קען נישט זאגען אז דאס איז אמאל געווען א 'ירושלים דאמעריקע' הגם עס איז זיכער געווען אמאל מער אידיש ווי ביז לעצטענס (איך מיין אז גאר לעצטענס שאפט זיך דארט יא א שטיקל ישוב).


איך בין נישט דאהי געווען יענע צייט אבער הר' יונה לאנדאו שליט"א שרייבט יא אז סקרענטאן פא. האט מען גערופן 'ירושלים דאמעריקא', וואס פונקטליך דער באדייט פון דעם טיטול איז, און ווער פארדינט אזא טיטל דאס ווייס איך נישט, אבער אז איר סקרענטאנער רב קען מעלה זיין ירושלים על ראש קהילתו איז דאס א שטארקע זאך, נאר דער איינציגער זאך איז אז ס'פארלאנגט זיך פון אייך אז איר זאלט אויף וואכן אייער קהילה קדושה און צוריק באקומען אייער פארלוירענעם טיטל....
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

און די קעטסקיל בערג און דעם שטעטעל וואדריטש איז געווען א גרויסע יודישע קהילה פאר די צוווייטע וועלט מלחמה.
דאס האב איך געהערט פון דעם רב פון דער גרויסע שוהל דארט.
דער רב איז געווען איינער א רב גודמאן. איך ווייס נישט צי ער איז נאך דארט.
בערך 25 - 30 יאהר צירוק פלעג איך וויילען זימערס און מנורה באנגעלאו קאלאני. דער רב גודמאן פלעגט פון צייט צי צייט קומען צי אינז שבת נאכמיטאג.
ער האט אמאל דערציילט וועגען דער שוהל, און וויא גרויס אן עולם האט אמאל געדאווענט דארט.

ער האט דערציילט אז ווען מען האט געבויט די שוהל זענען געהאלטען און איין קומען יודען און אריין געווארפען מטבאות און די סעמענט בשעת ווען מען האט געגאסען די פאנדעישען.

ער האט אויך דערציילט אז אין די דרייסיגער און פערציגער יאהרען למספרם, פלעגט צי זיין א אויסטערלישער גרויסע וותיקן מנין שבועות אינדערפרי. שבועות נאכט איז א גאנצע נאכט געווען אזויפיל מענטשען אז עס איז נישט געווען גענוג פלאטץ אונווייניג און מען פלעגט דארפען זיצען און דעראויסען.
the SCY is the limit
יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

אין דער וואודרידזשער שוהל איז שוין פאר די לעצטע עפעס איבער הונדערט יאהר נאכנישט אריבער קיין טאג אהן קיין מנין כך שמעתי מרב גודמאן מלפני כמה שנים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איצטערט האב איך געזען אין דגל ישראל תרפ"ז אז אין מידעל ווילעדזש [היינט אין קווינס, נישט ווייט פון די גרויסע ישיבה ד'סאטמאר] האבן געוואוינט צענדיגער טויזענטער אידן און עס איז ליידער נישט געווען קיין איין כשר'ע מקוה.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן: איצטערט האב איך געזען אין דגל ישראל תרפ"ז אז אין מידעל ווילעדזש [היינט אין קווינס, נישט ווייט פון די גרויסע ישיבה ד'סאטמאר] האבן געוואוינט צענדיגער טויזענטער אידן און עס איז ליידער נישט געווען קיין איין כשר'ע מקוה.

ב''ה
להבקיא קצת במספרי היהודים שגרו בשנת תרפ''ז בפלעטבוש ומדל ווילעדזש' ---רואה שהכותב מגזם .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' בד"צ יקירנו,
ביז ווען וואלט איר געזאגט זענען נאך געווען ערליכע אידן אין בראנזוויל?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בעזהשי''ת
אודות "ירשלים דאמעריקא " לא הי' בה ישיבה גדולה הנקרא היום מתיבתא רק ת''ת שלמדו בה אחרי הצהרים וכמה ישיבות קטנות .גרו בה
לרוב אנשים פשוטים --ארבעטערס-- הי' שם שטיבל רעים אהובים --עם מקוה --עם גאליציאנער חסידישע יודען .המשפחה המפורסמת העכט
מליובאוויטש גדלה שם גם משפחת גראנער שם התפללו אמת'ע חסידישע יודען אך מהדור הצעיר לא חשבו . שאלתי פעם את הרה''ג ר' יענקעלע
פלאנצבוירגען --חסיד פלאנטש ומייסד ישיבת ר' שלמה קלוגער באיסט סייד מה הי' החשבון שלא ייסדו ישיבות .ענה לי כי לא באו לגור כאן רק לעשות
קצת כסף ולחזור לאירופה . אך בשנות הצ' --1930-- כשראו את המצב באירופה התחילו לחשוב אודות ליבנות ישיבות ובינתיים כמה דורות נאבדו .
ישיבה גדולה הי' רק באסט-סייד ישיבת ר' יעקב יוסף ובעירנו וומ''ס ישיבת תורה ודעת ואח''כ עוד ישיבה חפץ-חיים שהתפלגה מתו''ד.
ואח''כ יסד הרב הוטנער מתיבתא חיים ברלין בנוסף לישיבה שהוא הי' המנהל אחר שעזב את ישיבת ר' יעקב יוסף שהי' שם מגיד שיעור .
צריך לזכור שבאו לגור ולבקר כאן מאות כן מאות רבנים צדיקים ובנש''ק ואף אחד כמעט לא עשה כלום רק אסף כסף כדי מחייתו .
וזה ששינה את המצב הי' ההגירה הגדולה של לפני המלחמה ובשעת המלחמה והעיקר אחר המלחמה ----גירוש גרמני'- אוסטרי' -הביא
לאמריקה אלפי אלפים שומרי תורה ומצוות ורבנים כהרב מצעהלים -מטסדארף-הרב ברויער מפראנקפורט -ועוד והם בנו וגם גדולי ליטא
כמו הרשכבה''ג ר' אהרן קוטלר ור' ראובן גרוזבסקי והאדמו''ר הריי''ץ מליובאוויטש והם בנו כל אחד לפי מדרגתו ודרכו את היהדות החרדית .
ועל יסודות אלו בנו והרחיבו הבאים אחריהם ---אך ראו נא העיקר בנו בברוקלין וסביבותי' ואת ערי השדה כמעט עזבו--למה כי כאן כבר הי' הגרעין
---לא בנו שכונה חדשה רק על יסודות של ר' שרגא פייבל מענדעלאוויטש שבנה כאן בעירנו וומ''ס את אם הישיבות ,"תורה-ודעת "שביסודה יסד
אותה הרב זאב גאלד ממזרחי שהי' רב בסאוט פיפטה סטריט וקרא אותה כמו השם של ישיבת הרב ריינעס מלידא .ואת ישיבת ר' חיים ברלין יסד
נשיא המזרחי ר' מאיר ברלין-בר אילן ע''ש אחיו ר' חיים .
אי''ה עוד נאריך בנושא
והעיקר שכחתי שלום עליכם אלע גיטע פריינד הייתי בארה''ק ואח''כ הייתי טרוד ב''ה עם שמחות אצל רבינו שיחי' ועוד .
תודה לאלו ששאלו עלי באישי וטלפונית ----שלום שלום ---והעיקר שלום לרחוק ולקרוב וגם להידידים בארה''ק
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן: ר' בד"צ יקירנו,
ביז ווען וואלט איר געזאגט זענען נאך געווען ערליכע אידן אין בראנזוויל?

ב''ה
עד שנות תשכ''ג'ד'ה'
כשהרב ר' שמואל אלטרבעל ליקוטי בתר ליקוטי-שהי' רב בבראנזוויל -בא לטיש בל''ז בעומר יומא דהילולא דאדמוה''ז מהאסיאטין נ''ע
בשנת תשכ''ה לעט''ר מקופיטשניץ זצ''ל ואז הוא עבר לבארא פארק אמר שכמעט לא נשאר כבר יהודים בבראנזוויל --
הרב ווייצענער --פשעמישל- שהי' גר באיסט נוא יארק במיללער עוועניו הוא עבר בשנת תשכ''ז לבארא-פארק גם הוא הי' חסיד האסיאטין במקורו .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

יעהופעץ האט געשריבן: אין דער וואודרידזשער שוהל איז שוין פאר די לעצטע עפעס איבער הונדערט יאהר נאכנישט אריבער קיין טאג אהן קיין מנין כך שמעתי מרב גודמאן מלפני כמה שנים

בשנות הי' והכ' ובראשית הל' הי' שם שוחט מחסידי ליובאוויטש ר' יצחק חורגין בן אחות הרה''ג ר' שלמה אהרנסאן אב''ד קיוב לפני מלחמת העולם הראשונה
מחסידי קאפוסט --הי' לו מענה עם הרש''ב אודות הציונות - ואח''כ תל-אביב . הי' דמות מעניינת --הי' אוכל אצל הרבנית נחמה דינה אשת הריי''ץ ביו''ט
ביחד עם המשפחה .וסיפר לי הרבה דברים מהשיחות -פעם סיפר לי שהרמ''ש אמר שהמשלים שישנם בספרי הסטראשעלער אינם אפי' אצל האמוהאמ''צ
וכדאי להדפיס את ספריו .שאלו נו למה קה''ת לא מדפיסים --ענה הרמ''ש שהוא מפחד מהחסידים --
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' בד"צ, ערשט א דאנק פאר די ידיעות.

כמדומני אז איך האב געזען דעם רב גאלד דערמאנט אלס רב אין קהל בית יעקב אויף סאוט 3 נישט ווי איר האט דערמאנט סאוט 5.

רב ווייצנער דער פאטער פון הרב ר' מתתי' האט געוואוינט אין איסט ניו יארק אדער אין בראנזוויל?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

farshlufen האט געשריבן: ר' בד"צ, ערשט א דאנק פאר די ידיעות.

כמדומני אז איך האב געזען דעם רב גאלד דערמאנט אלס רב אין קהל בית יעקב אויף סאוט 3 נישט ווי איר האט דערמאנט סאוט 5.

רב ווייצנער דער פאטער פון הרב ר' מתתי' האט געוואוינט אין איסט ניו יארק אדער אין בראנזוויל?

ב''ה
א] אתה צודק --לא זכרתי אם הי' רב של בית יעקב בסט. 3 או אוהב שלום בסט. 6 שאח''כ תחת רבנותו של ר' חיים אברהם פינקוס אבי הרב
המפורסם ר' שמשון הם התאחדו .
ב] כן הוא הי' גר באיסט נוא יארק .
גם ישיבת בית התלמוד הי' באיסט נוא יארק באשפארד סטריט .לפנישעברה לבעסענהוירטס .
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יעהופעץ האט געשריבן: אין דער וואודרידזשער שוהל איז שוין פאר די לעצטע עפעס איבער הונדערט יאהר נאכנישט אריבער קיין טאג אהן קיין מנין כך שמעתי מרב גודמאן מלפני כמה שנים

אמת.
לעצטענס אבער איז די גרויסע שוהל נאר אפען שבתים, און די טאג טעגליכע מנינים גייען אהן און א געבייטע א קעגען איבער.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27070
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וויפיל זאכען זעהט איר אינטערעסאנט מיט דעם אדווערטייזמענט פונעם אידישען האטעל אין מאונטענדעיל?

1. פארוואס די ווערטער 'סטריקטלי כשר' פארלאנגט אידישע אותיות, אבער דער שפראך קען פארבלייבן ענגליש? טאקע א 'היימישע קרעטשמע'...
2. דער 'ליטל האנגעריען אינן' האט אלע מאדערנע איינריכטונגען, אבער קיין טעלעפאן נאמבער פאר רעזערוואציעס נישט, מען ברויך שרייבען א בריוו צוויי טאג פאר מ'פלאנט אונצוקומען (דאס איז נאך פון פאר די טעלעפאון עפאכע), מן-הסתם רעדט מען פון שרייבען אן אי-מעיל.....
3. זיפ-קאוד האט אויך נאך נישט אויסגעפעלט בימים ההם
4. דירעקציעס קיין מאונטעדעיל; פרובירט נישט צו פארען אויפן 17 ווייל עס עקזעסטירט נאך נישט, און א קאר זאלט איר לאזען פאר אייערע אייניקלעך, קומט מיט די פערי גלייך צו די מאונטענדעיל סטאנציאן.
5. ברוך השם, איעדע שטוב איז באזארגט מיט הייס און קאלט וואסער, א לוקסוס היינטיגע טעג, היבש מאדערן...
6. פרישע מילך, פוטער, אייער און וועזשטעיבלס גלייך פון אונזער אייגענע פארם, מיר זופען די מעל און באקוקען די אייער..... סטריקטלי

בכבוד רב, מר. איי. זיפצער
אטעטשמענטס
Flash.jpg
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15766
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע:וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מיללער, דיינע נאטיצן זענען פיל מאל אינטערסאנטער ווי דער דאקומענט אליינס.

אינטערסאנט איז אז דער פאסט יענע יארן איז געווען גאר שנעלער ווי היינט, אפשר רעדט זיך עס פון א טעלעגראף, אבער דאס איז דאך נאך טייערער ווי די גאנצע וויקאציע.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6809
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע:אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאנאש, ער געט דארט א .P.O באקס.
די פאסט איז געגאנגען א סאך שנעלער דענמאלטס. און איך אליינס געדענק נאך ווען איך בין געווען 6, 7 יאהר אלט, אז די פאסט איז געגאנגען צוויי מאל א טאג.
the SCY is the limit
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14266
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יישר כוח מיללער פאר דעם העכסט אינטערעסאנטן בריוו..

אגב, די אידש ענגליש אויסלייג, קען מען נאך היינט צומאל זען אין די מער 'נישט-היימישע' בתי מדרשים אויף די טאוולען.


און אז איך רעד שוין, קיין בילד האב איך טאקע נישט אבער די ווערטער געדענקט יעדער וואס פלעגט לויפן פאר צענדליגער יארן אין די ירושלימע'ר אידישע ליכט (פארצייטישע שאפערס רוט..)
"א קאר איז נישט קיין פיטער ברויט"
"ביטע רופט איידער איר קומט" (קרויס שטריימל מאכער)
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35764
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

שוועמל, מיר דאכט זיך אז די פוטער ברויט עד איז געלאפן אין איד.

די אלטע אדווערטייזמענטס אין אידישע ליכט קענסטו זען אויף היברו-בוקס פינטל קאם.
נאדיר א דוגמא

האט איר טראבל מיט אייערע אפלייענסעס וכו'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שרייב תגובה

צוריק צו “עיר ועיר”