מאכען קאפיס פין טעיפס אדער סי-די'ס

די אחראים: אחראי , גבאי ביהמד

אוועטאר
DotCom
שר חמש מאות
תגובות: 686
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 23, 2008 10:29 pm
לאקאציע:אין גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך DotCom »

איך מיין אז מען קען עס אויך אסר'ן מצד די מצות עשה פון "ואהבת לרעך כמוך" (מה דעלך סאני לחברך לא תעביד - מזעהט אויך אז די גמרא אסר'ט אנדערע זאכן מכח דעם מצות עשה עי' קידושין מא.)
'היימישע קרעטשמע', אירע גרינדער, אנפירער, מנהלים, און מיטגלידער האבן פאר זיך איין ציל: ארויפצוברענגען א שמייכל אויף אידישע לעפצן (תקנות) .
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פאטאקי08 האט געשריבן: פארשלאפן
איך פארשטיי דיך אינגאנצען נישט

די ווילסט ארויף לייגען דיינע סידיס אויף א יו עס בי?
ווער האלט דיך אפ?
רעדט מען דען פון עס אפילו בארגען פאר א יחיד? (וואס דאס איז ובלכתך בדרך אויך מתיר...)
די רעדטס דאך לכאורה פאר דיין באקוועמליכקייט

די מציאות ווייזט אז א סידי ווערט ציקריצט נאך 3 מאל הערן און צומאל נאך פריער
איך פיר מיך נישט אריינצילייגן קיין סידי אין קיין שום סידי פלעיאר פאר איך האב א קאפי דערפון און קאמפיוטער
און דאס שטערט קיינעם נישט עס לאנג די גיבסט עס נישט אוועק
ווי אויך האט מיר געזאגט איינע פון די אנפירערס פון א גרויסע סיטי ווייד גמ"ח פון טעיפס
אז איך האב אלע רעכטן ארויף צילייגן די סידי אויף מיין אייפאד עס לאנג איך פארקויפ עס נישט פאר מיין חבר

גראדע האב איך נעכטן אריינגעלייגט א מפ"3 אין קאר און די ערשטע טרעק אנטהאלט א לאנגע דרשה פון ר' שמואל ישעי'ן אליין, אז ער אסר'ט קאפיען אלעס אפילו אין אייגענעם מוח...
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
דאכצעכמיר
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאכצעכמיר »

יהיה כן האט געשריבן: דער תנאי פון שכירות פארשטיי איך נישט, הייסטעס אזוי אז סיז נישט מיינס סיז נאר געדונגען, און טאמער בין איך מחליט גענוג געווען כבין שוין זאט פון דעם סידי, כגיי עס צוריק טראגן אין געשעפט און איך דארף צוריק מיין געלט, סיז דעך נישט מיינס סיז נאר געדונגען, העטער מיר דען עפעס צוריק געבן?, א פייג!

דאס איז א שטארקע טענה!!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

prowed jew האט געשריבן: i talk once to "r' binyumin gruberr's" son, he told me beshem his father that you are the owner of the cd and you can do what ever you want to


how knows r' binomin gruberrr''s son that u r the owner of the cd, ask him also bashem his father if u can make like hundred copies and sell it, if u wont

דאס איז לבדיחותא בעלמא, אבער לאמיר אין אן ערנסטן טאן אדרוכטאן די שאלה פון א חושן משפט שטאנדפונקט נישט מיט מענטשליכע געפילען, מען ברויך קלאר זאגען אז הגם אז 'זכיות היוצרים' אליינס איז אויך נישט אזוי פשוט, אבער מיר וועלן יעצט אננעמען אז צו קאפירען אויף צו מאכען דערפון געשעפטן איז זיכער אסור, און דא באהאנדלט מען נאר בנוגע מאכען קאפיעס פאר א חבר וכדומה.

צו זאגען אז אן קיין שום תנאי פונעם מוכר זאל זיין א פראבלעם פון 'גניבה' איז זיכער נישט שייך, ווי רוב מיטגלידער האבן דא געשריבען, ווי איז שייך צו גנבענען מיין אייגענע חפץ וואס איך דערפאר באצאלט טאפ-דאלאר, אבער א שאלה פון א מזיק קען ער יא זיין, ווייל דורכדעם וואס ער מאכט א קאפיע קען יענער פארקויפען ווייניגער טעיפס.

יעצט אבער דאס איז נישט אזוי פשוט, ווייל אויסער דעם וואס דאס איז זיכער נישט שייך נאכדעם וואס דער קרן האט שוין דער מפיץ/מוכר ארויסגענומען דאן איז דאך דער גאנצער היזק נאר א מניעת ריוח וואס איז זיכער נישט בגדר מזיק וואס מ'ברויך באצאלען, אבער אפי' נניח אז דער מוכר האט דערלייגט חלקים פונעם קרן זעלבסט ווייל מענשט האבן געמאכט אזויפיל קאפיעס אז ער האט מיטאמאל פארקויפט גענוג צו קאווערערן זיין אינוועסטמענט, איז אויך נישט בגדר מזיק נאר א גרמא בניזקין ווייל ער האט נישט געטאן קיין מעשה בחפץ חבירו, עס איז אזוי ווי איינער זאל ארומהענגען צעטלעך אז קיינע זאל נישט קויפן די טעיפ ווייל עס איז נישט אינטערעסאנט, הגם איך ראט קיינעם נישט עס צו טאן, אבער קיין מזיק בידים הייסט ער נישט, אפי' ווען ער זאל ארויפלייגען א שלאס אויף יענעמס ווערהאוז און יענער קען לכ' דעם נישט פארקויפען די טעיפס, איז ער אויך נישט בגדר מזיק בידים.

אבער דאס וואס איינער האט געשריבען וועגן שכירות וכדו', און ר' יהי' כן האט געפרעגט צו יענער וועט דען צוריקנעמען דאס געלט און דאכצעכמיר זאגט אז דאס איז א שטארקע טענה, איז פשוט נישט גענוג אויסגעשמועסט און קען באמת יא האבן א שטאקרע מקור בהלכה.
דאס באדייט אז דער מוכר פארקויפט עס בתנאי אז טאמער איר מאכט א קאפי ווערט עס למפרע א שכירות און אויף א געדינגענע זאך קען א בעה"ב ארויפלייגען רעסטריקציעס ממילא זענט איר א שולח יד בפקדון וואס גרעניצט זיך מיט גניבה (שווער צו זאגען אז דאס איז געהעריג 'לא תגנוב' ווייל פארט מאכט איר נישט שאדן דעם אריגינעלען חפץ, אבער גלאט מותר איז דאס שוין נישט).

אבער איך קלער אז דער מוכר קען זיך אויסנעמען א תנאי אז אויב יענער מאכט א קאפי איז ער מבטל די מכירה למפרע און פון יענע מינוט אן איז דער אריגינעלער סידי בגניבה אצלו, און יא אז ער וויל קען ער קומען צוריקנעמען זיין געלט, איך פארשטיי נישט פארוואס דאס ברויך גיין בשכירות.

און אפשר נאך מער פון דעם, דאס איז זיכער אז ווען א מוכר פארקויפט א חפץ גיבט ער איבער אלע זכיות ההשתמשות מיט דעם חפץ פארן לוקח, אויב וויל ער אבער קען ער משייר זיין א געוויסע זכות ביי זיך, דאס הייסט דאס איז קלאר אז א מענטש קען פארקויפען א חפץ פאר א חבר צולייגענדיג אז דעם זכות וואס ער האט אז ער קען עס געבן פאר וועם ער וויל דאס פארקויפט ער נישט, דאס הייסט נישט ער מאכט א תנאי אז אויב ער איז עובר און ער גיט עס איבער פאר א צווייטען איז די מכירה בטל למפרע, נאר ער פארקויפט אים מתחילה נישט דעם זכות, דאס הייסט ער מאכט א שיור אינעם קנין, און יעדעס מאל ער טוט דאס איז ער ווי כאילו ער איז שואל שלא מדעת שנקרא גזלן, דאס זעלביגע איז ביים מאכען קאפיעס.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12252
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

מיללער איך שטעק מיך איין פאר דיין תגובה,
אזוי שיין אין טיף, די וואלסט געדארפט עפענען דעם אשכול, ס'וואלט געהאט א אנדערע צורה.

די שרייבסט אלעס שיין אין קלאר אבער אן א אויספיר אויפ מיין שאלה, מעג מען אדער נישט?
איז עס א דאוריתא אדער א דרבנן?
אויב וואלט איך עס מילא נישט געקויפט איז אויך א חשש פין גרמא?

איך זיך צי טרעפען א חושן משפט דיין אין איכ'על אים פרעגען אטא די שאלות אין איך גיי אים פרעגען רשות צי איך מעג עס זאגען בשמו ברבים,
איך האפ צי האבען א קלארע תשובה ביז אפאר טעג בעזר הבורא.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27069
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אדון געלעגער,
צו פסקענען בין איך געוויס נישט ראוי, כ'האב נאר אויסגעשמועסט די פרטים און סיבות לכאן ולכאן לברר וללבן הדבר.

למעשה דאס וואס דו זאגטס אז דו וועסט פרעגן א דיין וועלכער איז בקי בחושן משפט וכאשר ישפט כן יקום, איז מיר אביסל שווער, ווייל עס פארשטייט יעדער אז חלק חושן משפט פון שו"ע איז אנדערש ווי די ג' חלקים אחרים, ווייל עס האנדעלט זיך בדברים שבין אדם לחבירו און נישט בין אדם למקום, דער חילוק צווישן די צוויי איז, אז אין א צייט וואס אויב א איד איז מסופק וואס די הלכה זאגט איבער א שאלה ווי עפענען דעקלעך אום שב"ק גייט ער אצל חכם להורות המעשה אשר יעשה, משא"כ ביי חושן משפט איז געווענליך פארהאן צוויי צדדים און ווי יעדער פארשטייט משום שמוע בין אחיכם ברויך דער דיין אויסהערן די טעיפ פארקויפער אויך איידער ער גיט ארויס זיין פסק.

למעשה, היוצא מדברינו הקודמים אז אפי' אויב משום תנאי במכירה איז פארהאן א פראבלעם, איז זיכער אז בד"א ווען דער קונה ווייסט בשעת די מקח איז חל און נישט אז דער מוכר שרייבט אין פיצינקע ווערטער ' נמכר בתנאי שלא להעתיקו
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

DotCom האט געשריבן: איך מיין אז מען קען עס אויך אסר'ן מצד די מצות עשה פון "ואהבת לרעך כמוך" (מה דעלך סאני לחברך לא תעביד - מזעהט אויך אז די גמרא אסר'ט אנדערע זאכן מכח דעם מצות עשה עי' קידושין מא.)

איך מיין אז דאס איז נאך די שטערקסטע סיבה לאיסור. אפגעזעהן פון הלכות גניבה.
נישט אז דאס איז שייך אין יעדן פאל, ווייל - ווי דער חזון איש ז"ל שרייבט שוין אין אמונה ובטחון - דארט ווי דער תורה גיט מיר א בפירוש'ער רעכט צו טוען איזשהו זאך, איז כאטש יענער וועט זיין ברוגז אויף מיר, איז ער כאילו ברוגז אויף די פסקים פון די תורה... און לענ"ד גייט דאס נישט אריין בכלל אין מה דעלך סני, ווייל צו דען ווייל איך האב פיינט א ווען איינער טוט עפעס צו מיר וואס איז אויסגעהאלטן להלכה, דארף איך מיך אפהאלטן צו טוען פאר יענעם? דאס אז איך האב עס פיינט, איז דאך אויך נישט אויסגעהאלטן..
בודאי איז דא אן ענין פון לפנים משורת הדין, אבער דאס איז נישט געזאגט אין יעדן פאל, ווען יענעם פאקט אן מיר צו תובע זיין אן קיין זין, נאר ווען ס'איז שייך ועשית הישר והטוב, צב"ש ווען איך האב יענעמ'ס חפץ לאחר יאוש, אדער כ'האב אים מזיק געווען אויף אן אופן וואס איך בין פטור לשלם, וכדומה. אבער דער עיקר אז ס'דארף זיין א שכל'דיגע תביעה.
בכל אופן, ביי דעם פאל, איז יעדער מודה, אז דאס ברענגט שאדן פארן מוכר, און ס'איז אים מצער דער פאקט אז מ'עפרישיעיט נישט זיין השקעה פון טעג און נעכט ארבעט, און הונדערטער טויזנטער דאלארן, ווען בסך הכל וואס בעט איך פון דיר? באצאל מיר די פופצן דאלאר, אינדערצייט וואס דו האסט דאך באמת הנאה דערפון, און דו באצאלסט פאר אנדערע הנאות - וועלכע האלטן זיך נישט ביי דיר מער ווי צען מינוט - פיל מער. איז פארוואס זאלסטו נישט האבן איינזעהעניש, און באצאלן?
אבער ווי געזאגט, דאס איז אלעס גערעדט מצד "ועשית הישר והטוב", און "ואהבת לרעך כמוך", אבער אינעם הלכה'דיגן חלק רעד איך נישט אריין. ס'איז ארויסגעקומען לעצטנס א הערליך ספר וועלכער איז מקיף דעם גאנצן ענין מיט א ברייטקייט. דאכט זיך דער ספר הייסט "זכיויות היוצרים".

נישט אוועקצונעמען פון סקרענטאנער רב'ס תשובה, וועלכע איז געשריבן בהשכל ודעת, ארומנעמענדיג אלע אספעקטן פונעם תורה'דיגע און שכל'דיגע שטאנדפונקט.

.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איין נקודה וואס קיינער האט נישט ארויס געברענגט אז ווען א איד גיבט ארויס א שיינע טעיפ איז דא א ענין פון מחזק זיין דעם ארויסגעבער, און אים צו שטיצן, ווי דער רמב"ם פסק'נט אז די גרעסטע מדת הצדקה איז ווען מ'גיבט יענעם פרנסה, ווען מ'קען שטיצן א איד וואס האט זיך געפאלגט ארויס צו געבן א טעיפ איז דאס א שטארקע ענין,

קאפיען פאר זיך איז נשיטא כמעט קיין איסור, והא ראי' אז זיי מוטשענען זיך מיטן איסור השגת גבול, און לעצטנס לייגט מען צו נמכר בתנאי ונעשה שכירות, ווייל השגת גבול אינישטא,

אפי' ווען ס'זאל זיין א איסור איז מיט א שינוי מעשה אז מ'נעמט א געהעריגע טרעק און מ'קאנווערט אים צו מפ3 דאן איז נישטא קיין השגת גבול,

נאר וואס, שולדיג זענען זיי אליין, למשל אז איך קויף מיר א איי פאד און איך וויל עס אנפילן מיט ניגונים, איז דא א אופן וואס איך קען עס טון בהיתר?, ניין, נאר גיין צו מאסטלי מוזיק און באצאלן א דאללאר א ניגון, אפי' אויף אלטע טעיפ'ס וואס איך האב געקויפט בשעתו,
לעומת זה שיעורי תורה קען מען באקומען פאר א נארמאלע פרייז ביי קרן שמואל ישעי', דעריבער איז מיין איי פאד פול מיט שיעורי תורה וואס איז באצאלט געווארן געהעריג, פאר קרן שמואל ישעי',
ווידער ווען ס'זאל זיין א סערוויס דורך לחיים צו אנדערע מוזיק מאכער'ס, אז מ'קען קויפן ניגונים אנצופילן איי פאד'ס (פארשטייט זיך בלויז אלטע טעיפ'ס וואס זענען עלטער פון 2 יאר, ווייל די יעצטיגע מוז מען דאך פארקויפן געהעריג) פאר א נארמאלע פרייז לאמיר זאגן 20 צענט א ניגון, וואלט אוודאי א ריזן טייל ציבור געצאלט דאס געלט און זיך נישט אריין געלאזט אין שאלות,
ביזדערוויל איז נישטא אזא סערוויס, אבער שרייען שרייען זיי הויעך אז מ'באגנב'עט זיי מ'פילט אן איי פאדס מיט זייערע ניגונים,
ערעב יוד, פול דו אויך אן פאר א נארמאלע פרייז וועסטו זעהן דער עולם וועט קומען צו גיין,
ודוק
.
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
חננאל

אית דין ודיין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חננאל »

די נושא דריקט מיך שוין א לאנגע צייט ווייל די געברויך דערפאר איז זייער גרויס, און דא זעי איך מיימינים ומשמאילים, האב איך גענומען די מי און אנגערופן ר' ל.פ. וואס ער איז שוין אין די ליין יארן, און אליין א גרויסע תלמיד חכם, און זיין ידיעה מיין איך וועט יעדן זיין אינטערסאנט וועל איך אים יעצט איבער געבן דאס ווארט

איך וועל דיר ענטעפערן, (א) איבער קאפיען דברי תורה, איז שוין דא א אלטע געטועכץ אין די פוסקים [מטעם אז די תורה איז געגעבן געווארן הפקר אויפן בארג סיני - און אויף חידושים און מסודר'דיגע שיעורים איז א מחלוקה], און אויף ספרים האט מען ארויס געגעבן א חרם הקדמונים נישט צו קאפיען עס ביז לכה"פ 10 יאר ווייל אויב נישט וועט מער נישט זיין קיין מוציאים לאור, און צו די חרם הקדמונים גייט אן אויך אויף טעיפ'ס צו נישט איז אויך דא מפקפקים, למעשה בין איך שוין געווען איוואלוו אין איטליכע די"ת איבער דעם נושא און אלטס האט מען געפסק'ט אז די בעלות ליגט אין די האנט פון דעם וואס האט משקיע געווען געלט, און נישט אין די האנט פון מגי"ש
לדוגמא ווי מאנכע וועלן געדענקן די די"ת צווישן ר' זל"פ וואס האט פארגעלערנט שיעורי כללי אויף אלע ימים טובים און נאך גאר א סאך באקאנטע שיעורים, און עס איז אויפגעכאפט געווארן דורך ל.ס. וואס האט עס פארקויפט א שטיקל צייט ויהי היום עס איז געעפנט געווארן די גמ"ח יוסף שלמה האט עס ר' זל"פ געוואלט אריין געבן זיינע טעיפ'ס אינעם גמ"ח עס זאל זיין צו באקומען פאר בלויז 1 דאללאר , למעשה האט דער בי"ד גפסק'ט אז די רעכטן ליגן בלויז אין די הענט פון ל.ס. וואס האט משקיע געווען געלט און נישט פאר דעם מג"ש

און נאך מערערע אזוינע פסקים [איך גיי זיי נישט אויסרכענען יצעט בפרטות, ועוד חזון למועד]
[ביי זינגערס איז נישט דא די הלכה פון הפקר, אויך נישט ביי סיפורי צדיקים, ועוד]

איך ווייס למשל קרן שמואל ישעי האט אויסגעארבעט אזא פסק מיט די גרעסטע פוסקי דורינו בכתב אויף דעם ענין (א חלק פון דעם כתב קען מען זעין אויף די MP3 וואסזיי האבן ארויס געגעבן פון ר' יום טוב ערליך - און דארט ווערט אויך דערמאנט דעם בתנאי שכירות וואס ווערט שוין פריער דערמאנט אין דעם פארום, וואס האט גאר א שטארקע תוקף אין די הלכה און אלע בתי דינים וואס איך האב געהערט האבן זיך גערעכנט מיט דעם אלטסס א תביעהדיגע אפהאטל געגן א קאפיער שלא ברשות - דאס איז בכלל נישט קיין נייע חידוש

איך וועל דיר דערציילן איין מורא'דיגע מעשה וואס הטא פאסירט בערך 2 יאר צוריק (בהצנע קען איך דיר זאגן נעימן) איינער א ב.פ. אידל האט געמאכט מכלומר'שט לשם מצוה א וועב-זייטל וואס מען האט דארט געקענט הערן מערערע שיעורים בחנם און זיי האבן דארט ארויף געלייגט מערערע שיעורים פקאפיסס פון MP3 וואס קרן שמואל ישעי' האט ארויס געגעבן אן קש"י האט אים אנגערופן היתכן, אבער הוא באחד ומי ישיבנו ער האט זיך געהאלטן פאר א ת"ח און איגנארירט די התראהן , קש"י האט מארגן געווען אז די מגי"ש זעלבסט האבן אים אויך אנגערופן מעכבב זיין , עס האט אבער ווייטער נישט געהאלפן, האט קש"י געשיקט א הזמנה לדין, און ער האט עס פשוט איגנארירט האט קש" יגעשיקט א עיקול און ווייטער דאס זעלבע
"אבער פון דא או ווייטער האט זיך די מעשה געטוישט ווייל ביז 2 וואכן האט יענער ה"י ארויס באגלייט א טאכטער א ווייבל למנוחות עולמים, און פארשטייט זיך אז די אלע געאסר'טע שיעורים האבן זיך תיכף אפגעשטעלט (די מעשה האט נאך ווייטער גאר א ווייטע המשך מיט א מורא'דיגע מוסר השכל פון אפענע אית דין ואית דיין און השארת הנפש אבער צוליב כבוד המשפחה וועלן מיר נישט מאריך זיין, און אפשר עוד חזון למועד - נאכאמאל נעימן זענען ביי די הנהלה פון אוצר קרן שמואל ישעי'

צוריק צום פוינט אין די אלע MP3 וואס קומען אריס פון די טעיפ גמ"'ן ליגט אין ידע איינע לויט מיין ידיעה א ערך פון 1000 דאללאר השקעה און קיינער איז נישט בארעכטיגט צו פסק'נען אז מען רעדט נאר פון מניעת הריוח (חוץ אויב מ'זעצט זיך אראפ ביי אדיין וואס איז דאס מברר נישט אומזיסט זעיט מען טייל גמ"ח'ים מאכן דינער'ס, און אנדערע האלטן זיך קוים אויף און נישט אומזיססט האט יונתן שווארץ און נאך אויפגעהערט צו מאכן נייע סי-דיס (חוץ די קינדערישע וואס אויף דעם איז נישט דא אזויפיל גניבות)

יא עס איז אמת אז עס איז דא א טענה צו לחיים און אדרת א.א.וו. וואס געבן נישט קיין געלעגנהייט באופן היתר ארויף צו לייגן אויף איי-פאד אזוי ווי קרן שומאן ישעי' וואס עפענט ברענטשס אל אווער צו לאדן איי-פאד אויך ובלכתך אין מאנרא אפילו משה רבינו מיט הקב"ה אבן געדארפט זאגן כי תצא למלחמה אז לא דברה תרה אלא כנגד יצר הרעש שאם לא יקחנה בהיתר יקחנה באיסור סאוי פארוואס זאל מען מורא האבן פון לחיים ווארענונונג אבער פון א אינטערוויו - טו צו דער זאך אדער אליין אדער פארבינדטטס ענק מיט א עקזעסטירנדע קאמפאני וויי קרן שמואל ישעי' אדער ובלכתך און זיי זאלן עס אררויפלייגן איך האב א איי-פאד פון קרן שמואל ישעי' אויף אידיש איך קען ענק זאגן עס איז א מחי' הערליך ארגענייזט מיט אלע פיקטשערס פארוואס זאלן עס טי מיוזיק קאמפאנייס נישט האבן און נישט מכשיל זיין כלל ישראל מיט גניבה
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3035
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

חננאל ביסט מיט מיר....
זייער גוט,
מיין אכציגער אייפאד איז שוין פיל ביז 65, און אלע מיינע שיעורים און דרשות זענען ארייין געלייגט געווארן ביושר ובצדק דורך קרן שמואל ישעי', ווידער די ניגונים נישט, ווייל איך האב נישט ווי, און ביי וועמען עס צו מאכן ביושר, דעטס איט,
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

האסט אויך געפרעגט דעם ל.פ. וועגן קאפיען א דיסק פאר די קאר אדער אויב עס וועט זיך צעברעכן?
חננאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חננאל »

גראדע האב איך אים יא געפרעגט איך האב נאר נישט געוואלט אזוי מאריך זיין מיט דיטעילס, אבער לויט ווי ער זאגט איז די שאלה פראבלעם פון שכירות אויך דא ביי דעים און זיכער די השקעה פון דעם מוציא לאור (לאפוקי דיני הפקר ביי תורה) אבער ווען מען רופט אן קרן שמואל ישעי' ענטפערן זיי אלטס אז אויב איז עס נאר פאר אייגענע געברויך קען מען רואיג קאפיען מען זאל עס נאר נישט געבן פאר א צווייטן [ובלכתך לאזט נישט דוכט זיך]
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

חננאל האט געשריבן: ובלכתך לאזט נישט דוכט זיך


לאזט יא

עכ"פ אזוי האבן זיי געזאגט מיר פריוואט
דרך אגב האבן זיי ר' וועלוול גאלדשטיין אויסרופן אין יעדע טעיפ א שיינע נוסח
אז עס טאר נישט געבארגט ווערן פאר א רבים אויף סיי וואספאראן אופן
זעט אויס אז פאר א יחיד קענען זיי נישט זאגען נישט בארגען
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12479
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע:ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מעשה רב, איך האב אנגעריפן שמואל ישעי' נאכן קויפן יום טוב ערליך'ס עם פי3, אז היות ווען די סידי לויפט אין קאמפיוטער דריזלט מיר די גאנצע קאמפיוטער (לעפטאפ), און איך קען נישט אזוי ארבעטן, אויב מעג איך אים אריין קאפיען אין מיין קאמפיוטער, זאגט ער מיר, אויב איז דאס נאר פאר מיר, און איך גיב דאס נישט ווייטער, מעג איך.
אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

נמכר על תנאי שלא להעתיקו בשום אופן... קאפיען טעיפ'ס וכדו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

איך גיי נישט דא איבער גיין אלע אסורים וחרמות ושבועות וואס די מוכרי ומייצרי טעיפס סידיס פראגראמען וכדו' שרייען און פארפירן אז מ'טאר נישט קאפיען זייער ארבעט אן באצאלן, ווייל יעדער איז מודה אז זיי האבן די רעכט דערצו און זיי זענען גערעכט, ס'נישט שייך אנדערש אנצוגיין וכדו'

וואס ס'וואלט יא געווען אונטערסאנט אויסצושמועסן, צו ס'שייך צו זאגן אז ווער ס'פייפט זיך אן האט עובר געווען אן איסור, צו ס'איז א בחינה פון כל דעלים גבר, אויב קענסט עם צוריק האלטן גוד לאק און אויב נישט בעד פור יו.

די הלכות איבער וואס מ'קען דיין זיין לכאורה.

1. נדרים ושבעות
2. איסור השגת גבול
3. שכירות במטלטלין
4. מכירה בתנאי
5. מכירה לפירות
6. כופין על מידות סדום
7. גרמא בניזקין
8. ואהבת לרעך כמוך

אזוי איך בין נישט קיין דיין וועל מיר דערווייל איבערלאזן די שאלה אזוי און שפעטער צירוק קומען בל"נ.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13907
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

שוין דא א באנדש אשכולות צוזאם געשטעלטע און נישט צוזאמגעשטעלטע
אוועטאר
לוי יצחק
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4362
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש דעצעמבער 01, 2012 11:20 pm
לאקאציע:זאג אמר רבי בנימין...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לוי יצחק »

דאס איז פון די נישט צאמגעשטעלטע.
א דאנק פאר אלע וואס טוען אונז אפדעיטן כסדר.
אוועטאר
ים רויבער
שר האלפיים
תגובות: 2188
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 03, 2011 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ים רויבער »

כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14265
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע:גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כמה שאלות אקטואליות:

א) איך וויל וויסן צי מאכן קאפיס פון אלטע טעיפס איבער 10-20 יאר אלט, איז אויך דא א פראבלעם.

למעשה אין אלטע ספרים זעט מען קלאר דער איסור השגת גבול איז לרוב געווען שייך נאר אויף צען יאר (ווי חננאל דערמאנט פאר פיר יאר צוריק), מסתמא ווייל ביז דאן איז מען משער וועט ער צוריק מאכן דאס פארדינסט פון זיין השקעה אבער שפעטער איז שוין רפוי ידיהם (די גוטע ווארט?...) של המוכר/מדפיס האט ער שוין נישט קיין הקפדה.
וויל איך וויסן צי ביי אלטע מבד אדער ווערצבערגער טעיפס איז אויך אזוי. איך מיין מענטשן זענען מקיל ביי יאסעלעס און יו"ט ערליך טעיפס, וצ"ע.


ב) אויב איז אנגעקומען צו מיר א אלבום פון א חבר, או חבר'ס חבר וכו' (פארשאפט בלע"ז), וואס איך ווייס קלאר אז יענער האט עס נישט במקח און נישט בשכירות... וואס ברויך איך דאן טאן;
- גארנישט, הערן געזונטערהייט
- אויסמעקן אדער שרעדן די סידי
- באצאלן פארן אריגינעלן מחבר. אויב יא, די פולע פרייז צו נאר א דבר מועט
- באצאלן פארן חבר'ס חבר וואס האט עס מיר פארשאפט און משקיע געווען צייט און אפשר געלט דאס אלעס צו קאפיען..


ג) אויב איז דער אלבום שוין פארהאן אויף ***יוטוב*** וכדומה אזוי אז יעדער קען שוין הערן און דאונלאדן בחנם, איז די שאלה צווייפאכיג;
- הא גופא מעג מען טאקע הערן/דאנלאדן פון יוטוב
- מעג מען שוין קאפיען פון א אנדער מקור, למשל חבר וחבר'ס חבר ודי.


א דאנק פארן ענטפערן, עס איז נוגע למעשה
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דאס אז עס איז שוין אויף יוטוב מאכט עס גרינגער?

אלע סידיס זענען שוין אויף דאסינעט, (ליתר שאת שרייבן זיי אז עס איז נאר לויט די פוסקים אז עס גייט נישט אן קיין גניבה)
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

איך האב אמאל געפרעגט א מורה הוראה איבער די שאלה פון נעמען פון א חבר פראגראמ'ס בחנם, האט ער מיר געזאגט אז מען גנב'ט דאך גארנישט, אינפא אויפן קאמפיוטער איז נישט קיין בעין, עס הייסט נישט גע'גנב'עט, במילא אויב עס איז א גוי, און דער גוי וועט נישט געוואר ווערן, מעג איך.

האב איך אים געפרעגט וואס די חילוק פון דעם און א סידי, האט ער מיר געקעקעצט, און אויסגעפירט אז פון א איד איז הארבער
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פראגראמס איז נישט קיין בעין? תמהני.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

ניין.

וואס איז די אינסטאלעישן דיסק? אפאר פיילס.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

זייט ווען גייט אן גניבה נאר אויף עפעס וואס איז בעין? איז עס עפעס א איסור והיתר וואס ווערט בטל בשישים אויב ס'יז נישט ניכר דער איסור??

פארהאן אן אנדערער היתר מיוסד עפ"י הכתוב לא טוב היות האדם, ומפרשים, אין הכי נמי ס'איז טאקע 'לא טוב', אבער 'היות' סי'ז שוין דא זאל שוין זיין.....
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6919
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

דו קענסט מיר זאגן פונקטליך וואס איך גנב'ע ווען איך מאך א קאפי?

עס איז נישט א חפץ וואס דו נעמסט אוועק פון יענעם.

גניבה מיינט אוועקנעמען עפעס, ליינען יענעמס בריוו איז חרם דרבינו גרשון, נישט קיין גניבה
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
שרייב תגובה

צוריק צו “בין אדם לחבירו”