מה ידידות האט געשריבן:
איך קען נישט אלע אבער איינע פון זיינע אייניקליך איז געווען ר' אברהם בערגער ז"ל פון לונדון וואס פון אים איז היינט דא זייער א גרויסע משפחה אין ענגלאנד און אין אמעריקא
בשנת תרל"ב האט אויסגעבראכן א פייער אין שטאט סיגוט און עס האט פארברענט 50 הייזער, די פייער האט זיך אנגעפאנגן אין די חצר פון ר' יוסף ליב כהנא. איינער ווייסט אפשר מער פרטים איבער די פייער וואס האט דאן אויסגעבראכן אין סיגוט?
קומענדיגן דינסטאג כ"ה אייר געפאלט די יא"צ פון דעם סיגוט'ן רב, מרן הגה"ק ר' יקותואל יהודה בן מרן הגה"ק ר' חיים צבי, זצוק"ל זיעועכי"א ועתו אמו אלע קדושי עיר סיגוט וועלכע זענען גע'הרג'עט געווארן דורך די דייטשן ימש"ו, בשנת תש"ד, הי"ד
איך האב נישט קיין בילד אבער אפשר קען די אינפארמאציע זיין א הילף פאר דיר. זיין בית המדרש האט זיך געפונען אין א קליין געסל מיטן נאמען "אסטאלאש שאנדור" גאס.