אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צוויי גראשן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:53 pm
ווען שרייבט מען ברידער און ווען ברודער?
אינעם פסח מאמענט ביי איין ארטיקל דאכצעך מנחם גאלד שרייבט ער דארט צומאל מיט ט ו און צומאל מיט א י, שאלה איז צו ס'דא א נפקה מיניה אדער ס'איז א פשוטן טעות הדפות.
מיט א וא"ו איז לשון יחיד און מיט א יו"ד איז לשון רבים.

"מיין ברודער משה האט געגעבן אן אלף לכבוד פסח פאר אלע אונזערע ברידער."

דער וא"ו/יו"ד כלל איז רעלאווענט אין נאך פילע ווערטער. לדוגמא: איין שוך, א פאר שיך.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
צוויי גראשן
שר חמישים
תגובות: 76
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אפריל 10, 2024 10:46 am
לאקאציע:מאנסי

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צוויי גראשן »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 7:03 pm
צוויי גראשן האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 6:53 pm
ווען שרייבט מען ברידער און ווען ברודער?
אינעם פסח מאמענט ביי איין ארטיקל דאכצעך מנחם גאלד שרייבט ער דארט צומאל מיט ט ו און צומאל מיט א י, שאלה איז צו ס'דא א נפקה מיניה אדער ס'איז א פשוטן טעות הדפות.
מיט א וא"ו איז לשון יחיד און מיט א יו"ד איז לשון רבים.

"מיין ברודער משה האט געגעבן אן אלף לכבוד פסח פאר אלע אונזערע ברידער."

דער וא"ו/יו"ד כלל איז רעלאווענט אין נאך פילע ווערטער. לדוגמא: איין שוך, א פאר שיך.
א ריזן דאנק
האסעל+סטראגעל=א גרויסן סוקסעס ראטע
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:11 pm
לאשתמודעתא האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 5:02 pm
נאנטע - נאענטע
נאנטקייט - נאענטקייט

וועלכע איז ריכטיג?
נאנט
נאנטע
נאנטקייט

"נאענט" איז נישט ממש אומריכטיג , מ'פלעגט אמאל אזוי שרייבן (פונקט ווי די עי"ןס אין פילע אנדערע ווערטער) אבער היינט איז עס נישט עכט אנגענומען צו נוצן.
כ'האב אויך אזוי געמיינט, ביז כ'האב באמערקט אז אפילו די וואס האבן ארויסגענומען אלע שטומע עיינ'ס (וויאזוי שרייבט מען דאס?), ווי וויינרייך און ייווא, שרייבן אויך נאענט, נעענטער(אויך לייענען). יעצט קוקנדיג זע איך אז ייווא האט אין די פופציגער יארן 'אויך' אנגעהויבן שרייבן נאנטאן דעם עין.

אבער ביסט גערעכט אז היינט איז אנגענומען ביי רוב צו שרייבן אנעם עין.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ריכטיג, איך מיין אז שמעון ראלניצקי איז דער איינציגער היימישער שריפטשטעלער וואס שרייבט נא ענט. ער נעמט אן ביי אלע שאלות ווי ייווא. ליי ענען טרעפט מען אביסל מער, אבער דאס רוב שרייבט ליינען. איב עריג און ניד עריג זענען אויך היינט ווייניגער באנוצט ווי איבריג/נידריג.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

תגובה דורך צום פוינט »

מאמי מיין פינגער האט זיך צעשניטן און ס'בליטאדער ס'בלוט?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:35 pm
מאמי מיין פינגער האט זיך צעשניטן און ס'בליטאדער ס'בלוט?
בלוט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

איך בין ציפארנומען אדער צופארנומען ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32809
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 12:41 pm
איך בין ציפארנומען אדער צופארנומען ?
צו פארנומען.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

אויב דער אדיעקטיוו איז טאפ˙ל, ווען האט מען אנגעהויבן שרייבן ט(ד)אפלטעאנשטאט טאפעלע?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 09, 2024 11:14 pm
ריכטיג, איך מיין אז שמעון ראלניצקי איז דער איינציגער היימישער שריפטשטעלער וואס שרייבט נא ענט. ער נעמט אן ביי אלע שאלות ווי ייווא. ליי ענען טרעפט מען אביסל מער, אבער דאס רוב שרייבט ליינען. איב עריג און ניד עריג זענען אויך היינט ווייניגער באנוצט ווי איבריג/נידריג.
אין דער איד שרייבן אויך ביידע, לייענען און נאענט.
ווייס איך נישט פארוואס פונקט די צוויי.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:40 pm
אויב דער אדיעקטיוו איז טאפ˙ל, ווען האט מען אנגעהויבן שרייבן ט(ד)אפלטעאנשטאט טאפעלע?
מיינסט דער ווערב? ריכטיג, דער ט' איז צוגעלייגט. דאס אריגינעלע ווארט אין לאטייניש איז duplus ("דו" איז צוויי).

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p4745257
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:55 pm

פארוואס ווערב? אפשר פארטאפלעןאיז א ווערב. טאפל, טאפעלער, טאפעלע, און טאפעלןזענען אדיעקטיוון.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm

תגובה דורך שווערמער »

א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ'; אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום מיטוואך מאי 15, 2024 6:45 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:45 am
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:55 pm
היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:40 pm
אויב דער אדיעקטיוו איז טאפ˙ל, ווען האט מען אנגעהויבן שרייבן ט(ד)אפלטעאנשטאט טאפעלע?
מיינסט דער ווערב? ריכטיג, דער ט' איז צוגעלייגט. דאס אריגינעלע ווארט אין לאטייניש איז duplus ("דו" איז צוויי).

https://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p ... 7#p4745257
פארוואס ווערב? אפשר פארטאפלעןאיז א ווערב. טאפל, טאפעלער, טאפעלע, און טאפעלןזענען אדיעקטיוון.
איך זע יעצט אז אין די ווערטערביכער איז דא אזא ווארט. אבער ביי אונז שרייבט קיינער נישט אזוי -- דער אדיעקטיוו איז דאפלט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 28
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

אן אויפטו פון מיילעך ניימאן "אינטער צואוויוען" אנשטאט "צו אינטערוויוען"
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4948
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:47 pm
א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ'; אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.

אינטערעסאנט!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:43 pm
אן אויפטו פון מיילעך ניימאן "אינטער צואוויוען" אנשטאט "צו אינטערוויוען"
ס'הייסט אז אזוי איז ריכטיגער אין אידיש. @למדן וצדיק האט אמאל געברענגט אזוינס.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:35 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 6:43 pm
אן אויפטו פון מיילעך ניימאן "אינטער צואוויוען" אנשטאט "צו אינטערוויוען"
ס'הייסט אז אזוי איז ריכטיגער אין אידיש. @למדן וצדיק האט אמאל געברענגט אזוינס.
וואס?!
ערקלער
אינטערוויו (א ינטער, נישט א ונטער) איז געבארגט פון ענגליש, וויאזוי גענוי האט עס באקומען אייגנשאפטן פון א ווארט מיט קאנווערב?

(איך בין אמאל געווען פארנומען דא מיט "קענענצולערנען" מיט אן ענליכן פראבלעם)
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
שמחת עולם
שר חמש מאות
תגובות: 847
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 31, 2013 7:35 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמחת עולם »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:47 pm
א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ';אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.
זייער שיין!

אבער איך וויל דא אויסבעסערן אז אין דייטש זענען דא צוויי עיקר וועגן ווי עס ווערט ארויסגעזאגט:

די געווענליכע איז ' כינא'

און אין א מערהייט פון דייטש-שפרעכיגע רעגיאנען (דרום-דייטשלאנד, עסטרייך) הייסט עס ' קינא'

די וואריאנט פון 'שינא' ווערט בלויז באנוצט אין א מינאריטעט פון דייטשע דיאלעקטן (ווי אויך אין פלעמיש.)

נאך א זאך, ch איז געווענליך יא א 'כ' (מער ווייניגער), טאקע אין געציילטע דיאלעקטן הערט זיך עס ווי א 'ש'.

Sch איז א 'ש', אדער ווען א ווארט הייבט זיך אן מיט א S נאכגעפאלגט מיט א t אדער p ווערט די S א 'ש'.
זייטיגע נאטיץ
"שבע יפול צדיק וקם"
נישט אלעמאל האט מען די ברירה, מען מוז זיך דרייען אויפן געוועב וועגן פרנסה וכדו', שבע יפול צדיק...
אבער ... דאט.קאם (com.) - עס מוז זיך ענדיגן מיט ... וקם!
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:49 pm
וואס?!
ערקלער
אינטערוויו (א ינטער, נישט א ונטער) איז געבארגט פון ענגליש, וויאזוי גענוי האט עס באקומען אייגנשאפטן פון א ווארט מיט קאנווערב?

(איך בין אמאל געווען פארנומען דא מיט "קענענצולערנען" מיט אן ענליכן פראבלעם)
דער -ען ביים סוף שטימט דיר? דאס איז אויך אידיש. אנדערע זענען זאגאר גורס "אינטערוויואירן". זע וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף זמזומים.

אבער איך בין גראדע מסכים מיט דיר אז ס'הערט זיך אביסל שטומפיג, צוליב דעם לאנגן ווארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
די זוהן פון קהלת
שר חמש מאות
תגובות: 638
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש נאוועמבער 05, 2022 9:33 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך די זוהן פון קהלת »

שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:47 pm
א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ'; אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.
וויל איך טאקע וויסן פון ס'נעמט זיך אז דער אידישער ח\כ איז געווארן ch, אדרבה זאל מיר א היזיגער שפראך קענער פארענטפערן, אבער אין מיין לעקסיקאן וואלט עס באדארפט צו זיין gh.
פארוואס?
ווייל קוקט אויף די פאלגענדע ווערטער וועט איר אליין פארשטיין:
night - נאכט
fight - געפעכט
light - ליכט
neighbor - נאכבאר
laugh - לאכן
though - דאך
through - דורך
brought - געבראכט
אפשר knight - מלשון קנעכט
right - ריכטיג\ גערעכט
slaughter - מלשון שלאכט
eight - אכט
might - קען גענוצט ווערן אלס מאכט
אפי' thought - האט א "כ" אלס טראכט
ועוד.
אינגאנצן געדענק איך יעצט איין דוגמא אויף פארקערט:
rich - רייך.

@חוח בין השושנים @גרשון @כאפ א אטעם @יוסעלע השלישי @קנאפער ידען @שווערמער @שמחת עולם קומטס אריין מיט א הסבר
ווען הבלים הייבט אן ווערן א חלק פון לעבן איז צרות
אוועטאר
יוסעלע השלישי
שר האלף
תגובות: 1056
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 17, 2023 9:12 pm
לאקאציע:פאר איין מינוט געגאנגען כאפן א ציגאר אינדרויסן. כ'קום שוין צוריק!

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסעלע השלישי »

די זוהן פון קהלת האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:38 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:47 pm
א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ'; אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.
וויל איך טאקע וויסן פון ס'נעמט זיך אז דער אידישער ח\כ איז געווארן ch, אדרבה זאל מיר א היזיגער שפראך קענער פארענטפערן, אבער אין מיין לעקסיקאן וואלט עס באדארפט צו זיין gh.
פארוואס?
ווייל קוקט אויף די פאלגענדע ווערטער וועט איר אליין פארשטיין:
night - נאכט
fight - געפעכט
light - ליכט
neighbor - נאכבאר
laugh - לאכן
though - דאך
through - דורך
brought - געבראכט
אפשר knight - מלשון קנעכט
right - ריכטיג\ גערעכט
slaughter - מלשון שלאכט
eight - אכט
might - קען גענוצט ווערן אלס מאכט
אפי' thought - האט א "כ" אלס טראכט
ועוד.
אינגאנצן געדענק איך יעצט איין דוגמא אויף פארקערט:
rich - רייך.

@חוח בין השושנים @גרשון @כאפ א אטעם @יוסעלע השלישי @קנאפער ידען @שווערמער @שמחת עולם קומטס אריין מיט א הסבר
איך מיין נישט אז דאס איז א קשיא.

דאס אז gh ווערט אריבערגעדרייט צו א 'כ', מיינט נאך נישט אז צו אנדערע אותיות נישט.

נאדיר אפאר אנדערע משלים:

- קראך - crash

- וואך - week

- מאך - make

- שוואך - לכאורה ענדליך צו weak

-וועלכע - לכאורה ענדליך צו which

און נאך.

קוקט אויס אז דאך האט ענגליש נישט קיין פונקליכע כללים, און אמאל געשריבן אזוי און אמאל אזוי.
לעצט פארראכטן דורך יוסעלע השלישי אום דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5204
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קודם, אויב כּ' גייט צוזאמען מיט C, דאן איז גרינג צו פארשטיין אז כ' זאל זיין CH.

ליתר ביאור קענסטו זען אין דער תגובה וואס דו האסט ציטירט, אז אין דייטש זאגט מען CH מיט א קלאנג ענדליך צו כ'.

אינ'אמת'ן איז דער ריכטיגער אות פאר כ' KH, ווי @צל עובר האט אמאל געשריבן. דאס איז וויבאלד C רעפרעזענטירט ג', און K רעפרעזענטירט כ'. CH נוצט מען נאר ביי אידישע אדער לשון קודש'דיגע ווערטער.

ווידער GH איז מיוחד ביי ענגלישע ווערטער וואס קומט פון גערמאניש. א G איז בעצם דער זעלבער אות ווי C. אינעם גריכישן אלפאבעט איז H דער זיבעטער אות, נאר די רוימער האבן צוגעלייגט G אלס א צווייטער C אינעם דריטן יארהונדערט למספרם. מערק ווי די צורה פון א G איז די זעלבע ווי C נאר מיט א שטיקל אריין, אזוי אויך זענען זייערע קלאנגען ענליך.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:11 pm
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:49 pm
וואס?!
ערקלער
אינטערוויו (א ינטער, נישט א ונטער) איז געבארגט פון ענגליש, וויאזוי גענוי האט עס באקומען אייגנשאפטן פון א ווארט מיט קאנווערב?

(איך בין אמאל געווען פארנומען דא מיט "קענענצולערנען" מיט אן ענליכן פראבלעם)
דער -ען ביים סוף שטימט דיר? דאס איז אויך אידיש. אנדערע זענען זאגאר גורס "אינטערוויואירן". זע וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף זמזומים.

אבער איך בין גראדע מסכים מיט דיר אז ס'הערט זיך אביסל שטומפיג, צוליב דעם לאנגן ווארט.
מ'שרייבט טאקע אינטערוויואירן, און ווי @א שטענדיג צעמישטער שרייבט איז דא בכלל נישט דא קיין קאנווערב אז ס'זאל זיין א שאלה צי מ'שרייבט עס פארדעם אדער נאכדעם.

ליין איבער וואס @למדן וצדיק שרייבט דא .
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”