אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:40 pm
אוי וויי, כ'פלעג אייביג שרייבן בעקיטשע. מיינט עס אז אויב וויל איך זיין א מדקדק דארף איך אנהייבן שרייבן בעקישע?

__

זע דא דעם חילוק אין רעזולטאטן צווישן בעקעשעאון בעקישע.
אויב שוין די סארט קאמפעריסאנס.

זע ווי בעקעשע איז געווארן בעקישע (און טאקע בעקיטשע):
https://books.google.com/ngrams/graph?c ... itive=true
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 5:49 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:40 pm
אוי וויי, כ'פלעג אייביג שרייבן בעקיטשע. מיינט עס אז אויב וויל איך זיין א מדקדק דארף איך אנהייבן שרייבן בעקישע?
על פי חשבון. אבער ס'זענען זיכער דא גענוג וואס שרייבן טש.

וואס טוט זיך מיט טש/שאקאלאד? גראדע דאס ציט בכלל נישט דעם שורש צו אייראפע, נאר צו מעקסיקא. אין שפאניש קומט דאס ווארט אריגינעל מיט'ן טש קלאנג, און ס'איז געווארן אפגעהיטן אין ענגליש. אבער אנדערע אייראפעאישע שפראכן האבן עס פארווייכט צו א פשוט'ן ש', און אזוי פלעגט מען אויך שרייבן אין אידיש (דערפאר איז עס אין עברית שוקולד, נישט צ'וקולד).

אין דער יידישער ליטעראטור וועסטו אלץ טרעפן מער אויסלייגן ווי אינעם רוסישן דיאלעקט, וויבאלד דער גרעסטער טייל שרייבערס זענען געווען פון דארט.
שאקאלאדטרעפט מען נאך יא אסאך היינט, בעקעשע/בעקישעממש נישט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קנאפער ידען האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:02 pm
היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:40 pm
אוי וויי, כ'פלעג אייביג שרייבן בעקיטשע. מיינט עס אז אויב וויל איך זיין א מדקדק דארף איך אנהייבן שרייבן בעקישע?

__

זע דא דעם חילוק אין רעזולטאטן צווישן בעקעשעאון בעקישע.
אויב שוין די סארט קאמפעריסאנס.

זע ווי בעקעשע איז געווארן בעקישע (און טאקע בעקיטשע):
https://books.google.com/ngrams/graph?c ... itive=true
דאס איז אינטערעסאנט! (פארוואס פאלט אלעס אין די אנפאנג צוויי טויזנטערס? [אזוי שרייבט מען עס?])
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 7:51 pm
בעקישעממש נישט.
לכאורה טאקע נישט עכט. אבער דא האסטו
https://ivelt.com/forum/search.php?keyw ... 7%A9%D7%A2
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

ברויך מען אריינכאפן צו דעבאטירן בעפאר מיטוואך, וויאזוי אויסצולייגן דעם איראנער פרעזידענט'ס נאמען: ראאיסיאדער ראיסי.
וואס האלט דער עולם?

@גרשון איז מסתמא מסודר מיט רא יִסי, פונקט ווי אוקרא יִנע.

איך וואוט פאר ראאיסי (ער לעבט שוין סייווי נישט...). איי, ווער רעכנט זיך מיט מיר בכלל? שוין.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:40 pm
@גרשון איז מסתמא מסודר מיט רא יִסי, פונקט ווי אוקרא יִנע.
וואו זעסטו דאס? דא שרייב איך אז אוקראאינע וואלט ריכטיגער געווען, נאר איך קען מיך נישט קריגן מיט דער וועלט.

אייוועלט רעזולטאטן (אן קעפלעך): ראיסי 168, ראאיסי 34.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:53 pm

אה, נישט געדענקט פינקטליך.

ווארשיינליך וועלן מיר מארגן נאכאמאל מוזן הייבן הענט. סיידן זיי ליינען דא...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:53 pm
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:40 pm
@גרשון איז מסתמא מסודר מיט רא יִסי, פונקט ווי אוקרא יִנע.
וואו זעסטו דאס? דא שרייב איך אז אוקראאינע וואלט ריכטיגער געווען, נאר איך קען מיך נישט קריגן מיט דער וועלט.

אייוועלט רעזולטאטן (אן קעפלעך): ראיסי 168, ראאיסי 34.
דו ווייסט נישט אז דא ברענגט מען נישט נאך פון קיין אייוועלט רעזולטאטן? דא, אין דעם פראווינץ, איז ממש נישט איינגעפירט צו קוקן אויף דעם, ביים וועלן צוקומען צו א מסקנא איבער דעם ריכטיגן אויסלייג פון א ווארט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

וואס פאלט דיר ביי? יחליצך האט פראבירט פאראויסשאצן וויאזוי די צייטונגען וועלן שרייבן, האב איך אים געגעבן חומר למחשבה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5811
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:40 pm
ווער רעכנט זיך מיט מיר בכלל? שוין.
שאץ דיך נישט אונטער, מאכסט א פיינעם דזשאב דא
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

פראקטיש האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 4:50 pm
יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 1:40 pm
ווער רעכנט זיך מיט מיר בכלל? שוין.
שאץ דיך נישט אונטער, מאכסט א פיינעם דזשאב דא
חשש יוהרא...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 21, 2024 3:55 pm
וואס פאלט דיר ביי? יחליצך האט פראבירט פאראויסשאצן וויאזוי די צייטונגען וועלן שרייבן, האב איך אים געגעבן חומר למחשבה.
אה, האסט רעכט.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
חכם ממה נשתנה
שר האלף
תגובות: 1257
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 08, 2015 8:26 pm
לאקאציע:א גאנצע צייט אינטער די השפעה פון די אפיקומן

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכם ממה נשתנה »

עס איז נישט עכט א אידישע ווארט, אבער וויאזוי שרייבט מען די ענגלישע ווארט Arrow?
חכםמה הוא אומר.. (הגדה של פסח)
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

חכם ממה נשתנה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:49 pm
עס איז נישט עכט א אידישע ווארט, אבער וויאזוי שרייבט מען די ענגלישע ווארט Arrow?
פייל. (אין אידישע אותיות? עראו).
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

חכם ממה נשתנה האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:49 pm
עס איז נישט עכט א אידישע ווארט, אבער וויאזוי שרייבט מען די ענגלישע ווארט Arrow?
אין טעכנישע שפראך (פארן Arrow קנעפל אויפן קיבארד) נוץ ביטע 'עראו'.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 526
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

אומזיסט אדער אומזינסט ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צום פוינט האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 3:33 pm
אומזיסט אדער אומזינסט ?
אומזיסט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:52 pm
אין טעכנישע שפראך
Technical = טעכניש.
Tech[nological] = טעכנאלאגיש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:18 pm

ריכטיג. אבער כ'מיין אז מ'נוצט (אין ענגליש) 'technical terms' און נישט 'technological terms'.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:20 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:18 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:52 pm
אין טעכנישע שפראך
Technical = טעכניש.
Tech[nological] = טעכנאלאגיש.
ריכטיג. אבער כ'מיין אז מ'נוצט (אין ענגליש) 'technical terms' און נישט 'technological terms'.
געדענקט עטס נאך אזא ווארט טעכניק?
מאנכע פלעגן עס נוצן אנשטאט טעכנאלאגיע.
איז עס אבסאלוט אומריכטיג?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 8:26 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:20 pm
גרשון האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 6:18 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דינסטאג מאי 28, 2024 12:52 pm
אין טעכנישע שפראך
Technical = טעכניש.
Tech[nological] = טעכנאלאגיש.
ריכטיג. אבער כ'מיין אז מ'נוצט (אין ענגליש) 'technical terms' און נישט 'technological terms'.
געדענקט עטס נאך אזא ווארט טעכניק?
מאנכע פלעגן עס נוצן אנשטאט טעכנאלאגיע.
איז עס אבסאלוט אומריכטיג?
איך וואלט געזאגט אז עס אומריכטיג. 'טעכניק' נוצט מען פאר 'technique'.

וויינרייך לייגט גראדע יא טעכנאלאגיע אויך אלץ צווייטע דעפענישען אויף 'טעכניק', און למעשה נוצט מען עס ביי 'טעכניקער' = technician. אבער ווי ווייט איך האב געליינט נוצט עס היינט קיינער נישט אנשטאט 'טעכנאלאגיע'.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ר' יום טוב עהרליך ז"ל נוצט עס
וואס די לעצטע טעכניק האט געמאכט.
viewtopic.php?p=152166#p152166
לעצט פארראכטן דורך גרשון אום דינסטאג מאי 28, 2024 9:30 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5211
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

...מיר דארפן אלע "דאנקן" דעם באשעפער..
אדער "דאנקען"....?
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

ר' זרח "וועלכע" איז געקומען צו פארן פון קרית יואל זיך משתתף זיין...
אדער:
ר' זרח "וואס" איז געקומען צו פארן פון קרית יואל זיך משתתף זיין?
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”