אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

קלייניקייט אדער קלייניגקייט?
שוועריקייט אדער שוועריגקייט?

דער ג' שטעכט מיר אביסל, אבער איך זע אז דער עולם שרייבט יא אזוי. ווי אזוי איז ריכטיגער?
מפי השמועה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4170
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 11, 2022 10:06 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מפי השמועה »

נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 1:27 pm
קלייניקייט אדער קלייניגקייט?
שוועריקייט אדער שוועריגקייט?

דער ג' שטעכט מיר אביסל, אבער איך זע אז דער עולם שרייבט יא אזוי. ווי אזוי איז ריכטיגער?
אינ'אמת'ן דארף מען שרייבן מיט א ג'
נאר וואזשע דען 'דערוילעם' איז פשוט נישט געדולדיג דאס אריינצושרייבן
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

מפי השמועה האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 1:31 pm
נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 1:27 pm
קלייניקייט אדער קלייניגקייט?
שוועריקייט אדער שוועריגקייט?

דער ג' שטעכט מיר אביסל, אבער איך זע אז דער עולם שרייבט יא אזוי. ווי אזוי איז ריכטיגער?
אינ'אמת'ן דארף מען שרייבן מיט א ג'
נאר וואזשע דען 'דערוילעם' איז פשוט נישט געדולדיג דאס אריינצושרייבן
וואו קומט דער גימל דא אריין? ס'נישטא קיין ווארט 'קלייניג' אדער 'שוועריג', איך האב געהאלטן אז ס'נעמט זיך פון רואיגקייט, זעלבסשטענדיגקייט אד"ג וואס דער אריגינעלער ווארט קומט מיט'ן ג'.
נתאי הארבלי
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 16, 2020 5:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתאי הארבלי »

@קנאפער ידען די לייק איז א הסכמה צו וואס כ'האב געשריבן?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

נתאי הארבלי האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 1:53 pm
@קנאפער ידען די לייק איז א הסכמה צו וואס כ'האב געשריבן?
איך בין נישט דער גרויסער לינגוויסט צו קענען געבן הסכמה'עס. אבער הנאה געהאט פון דער געדאנק.

@גרשון , זאגט א זוך, שרייבט שוועריגקייט אבער קלייניקייט. און איך מיין אז איך וואלט אויך אזוי געשריבן אן אריינטראכטן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך שרייב ביידע מיט'ן ג'. זעט אויס די רעזולטאטן זענען שוין פון עטליכע יאר צוריק.

איך געדענק צו האבן א וויכוח דערוועגן מיט @למדן וצדיק , איך ווייס נישט צי דא אויף אייוועלט אדער פריוואט.

הגם מיר ניצן נישט שוועריג און קלייניג אלס א ווארט פאר זיך, איז קלאר אז דאס איז וויאזוי דאס ווארט האט זיך אויפגעבויט. ס'איז אן אפטע זאך אין שפראך אז דער שורש ווארט ווערט עטוואס פארגעסן, אבער עפעס וואס בויט זיך דערפון בלייבט. (א דוגמא האב איך לעצטנס געשריבן מאסשטאב/מאסשטאבליך.)

די יידישע ווערטערביכער שרייבן שוועריקייט און קלייניקייט, וויבאלד יעדער -יג סופיקס איז ביי זיי -יק, ממילא ווערט עס א דאפלטער ק', און דער כלל איז אז ווען ס'איז דא א דאפלטער אות אין א סופיקס מאכט מען דערפון איינס. אבער מיר וואס שרייבן א ג', דארף עס נישט זיין אנדערש ווי אין דייטש.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

@גרשון , מ'שרייבט נישט שטארקקייט?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

ניין, ביי סופיקסן שרייבט מען נישט דאפלטע אותיות.

איך ווייס נישט פינקטליך ווער ס'האט געמאכט די כללים, אבער די וואס שרייבן כללים נעמען אזוי אן. אין אלגעמיין גלייכט נישט אידיש קיין איבריגע אותיות.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
אלעקסיי דער דריטער
ק.נ.א. אלוועלטליכער קארעספאנדאנט
תגובות: 6500
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 27, 2018 5:17 pm
לאקאציע:נישט בשכנותנו

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלעקסיי דער דריטער »

וועטאירט

וועטאאירט
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

אלעקסיי דער דריטער האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 3:13 pm
וועטאירט

וועטאאירט
וועטאָאירט
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 2:42 pm
ניין, ביי סופיקסן שרייבט מען נישט דאפלטע אותיות.

איך ווייס נישט פינקטליך ווער ס'האט געמאכט די כללים, אבער די וואס שרייבן כללים נעמען אזוי אן. אין אלגעמיין גלייכט נישט אידיש קיין איבריגע אותיות.
אויך אויערינגל? אדער נאר אין אונזער קאטעגאריע פון ווערטער?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

איך פארשטיי נישט פארוואס דו פרעגסט אוירינגל, ווייל ס'איז בעצם נישט קיין סופיקס, נאר סתם צוויי צוזאמגעשטעלטע ווערטער, אזוי ווי איבערראשונג, ארויפפירן, אייננעמען. נאר ביי סופיקסן שרייבט מען נישט דאפלט.

אבער צופעליג אוירינגל איז א יוצא מן הכלל. די ווערטערביכער שרייבן עס אפילו אן דעם ע', ווי מ'זאגט עס ארויס. אבער אויב וויל מען שרייבן ווי ס'וואלט געווען א צוזאמגעשטעלט ווארט, דאן וואלט געקומען אויעררינגל.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
חצי נזק
שר האלף
תגובות: 1743
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 27, 2023 1:03 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חצי נזק »

'קאנפערירן'?
חבורת נ"ך ליניע: 845-265-0066
בברכת א געזונטן זוממער
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 2:14 pm
איך שרייב ביידע מיט'ן ג'. זעט אויס די רעזולטאטן זענען שוין פון עטליכע יאר צוריק.

איך געדענק צו האבן א וויכוח דערוועגן מיט @למדן וצדיק, איך ווייס נישט צי דא אויף אייוועלט אדער פריוואט.

הגם מיר ניצן נישט שוועריג און קלייניג אלס א ווארט פאר זיך, איז קלאר אז דאס איז וויאזוי דאס ווארט האט זיך אויפגעבויט. ס'איז אן אפטע זאך אין שפראך אז דער שורש ווארט ווערט עטוואס פארגעסן, אבער עפעס וואס בויט זיך דערפון בלייבט. (א דוגמא האב איך לעצטנס געשריבן מאסשטאב/מאסשטאבליך.)

די יידישע ווערטערביכער שרייבן שוועריקייט און קלייניקייט, וויבאלד יעדער -יג סופיקס איז ביי זיי -יק, ממילא ווערט עס א דאפלטער ק', און דער כלל איז אז ווען ס'איז דא א דאפלטער אות אין א סופיקס מאכט מען דערפון איינס. אבער מיר וואס שרייבן א ג', דארף עס נישט זיין אנדערש ווי אין דייטש.
האסט רעכט לכאורה, געזען אין אלטע ביכער שטיין אויך אמאליקייטאון וויכטיקייט. און אז דער סופיקס -יקייטאיז צוזאמגעשטעלט פון -יקמיט -קייט, איז עס ביי זיי פאררעכנט געווארן ווי דאפלטע אותיות.

כ'טראכט אבער יא, אז אויב איז שוין איינגעפירט נישט צו שרייבן מיט'ן ג' דאן פארוואס יעצט טוישן?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:11 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2024 2:14 pm
איך שרייב ביידע מיט'ן ג'. זעט אויס די רעזולטאטן זענען שוין פון עטליכע יאר צוריק.

איך געדענק צו האבן א וויכוח דערוועגן מיט @למדן וצדיק, איך ווייס נישט צי דא אויף אייוועלט אדער פריוואט.

הגם מיר ניצן נישט שוועריג און קלייניג אלס א ווארט פאר זיך, איז קלאר אז דאס איז וויאזוי דאס ווארט האט זיך אויפגעבויט. ס'איז אן אפטע זאך אין שפראך אז דער שורש ווארט ווערט עטוואס פארגעסן, אבער עפעס וואס בויט זיך דערפון בלייבט. (א דוגמא האב איך לעצטנס געשריבן מאסשטאב/מאסשטאבליך.)

די יידישע ווערטערביכער שרייבן שוועריקייט און קלייניקייט, וויבאלד יעדער -יג סופיקס איז ביי זיי -יק, ממילא ווערט עס א דאפלטער ק', און דער כלל איז אז ווען ס'איז דא א דאפלטער אות אין א סופיקס מאכט מען דערפון איינס. אבער מיר וואס שרייבן א ג', דארף עס נישט זיין אנדערש ווי אין דייטש.
האסט רעכט לכאורה, געזען אין אלטע ביכער שטיין אויך אמאליקייטאון וויכטיקייט. און אז דער סופיקס -יקייטאיז צוזאמגעשטעלט פון -יקמיט -קייט, איז עס ביי זיי פאררעכנט געווארן ווי דאפלטע אותיות.

כ'טראכט אבער יא, אז אויב איז שוין איינגעפירט נישט צו שרייבן מיט'ן ג' דאן פארוואס יעצט טוישן?
רואיגקייט און זעלבסשטענדיגקייט קומען דאך לכו"ע מיט'ן ג', (ווי @נתאי הארבלי ערווענט).

די מהלך פון זיך אפשטעלן טראכן צי א געוויסע דיאלעקט נוצט אזא ווארט ווי 'שוועריג', איז אביסל קאמפליצירט און אומפראקטיש.
(הגם "ווערטער אוצר" טוט עס יא. אגב, אויך לגבי 'שטארקקייט' וכדו' איז א. ראטה מחולק מיט @גרשונ 'ען).
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

יחליצך האט געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:45 pm
די מהלך פון זיך אפשטעלן טראכן צי א געוויסע דיאלעקט נוצט אזא ווארט ווי 'שוועריג', איז אביסל קאמפליצירט און אומפראקטיש.
מ'דארף זיך נישט אפשטעלן טראכטן, דען ס'איז קלאר אז דאס איז דער שורש פונעם ווארט, אפילו אויב קיינער זאגט עס נישט היינט.

-יג איז א סופיקס וואס מאכט אן אדיעקטיוו, און -קייט איז א סופיקס וואס מאכט פון אן אדיעקטיוו (צוריק) א זאכווארט.

הייליגקייט, וויכטיגקייט, מעכטיגקייט, לייכטזיניגקייט, אייביגקייט, ציכטיגקייט, ליכטיגקייט, נישטיגקייט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
חולם י יאויש
שר מאה
תגובות: 145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 11:50 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חולם י יאויש »

ווייטאג/ווייטוג/ווייטיג?

ס'זעהט מיר אויס "ווייטאג" איז מערסט אין באנוץ היינט צו טאגס. אבער איז עס טאקע ריכטיג?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

חולם י יאויש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 04, 2024 12:23 am
ווייטאג/ווייטוג/ווייטיג?

ס'זעהט מיר אויס "ווייטאג" איז מערסט אין באנוץ היינט צו טאגס. אבער איז עס טאקע ריכטיג?
אמאל פלעגט מען אויך שרייבן ווייטיק/ג, אבער ווייטאגאיז היינט די מערסט באניצטע אויסלייג.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

וואו האט מען גערעדט וועגן דיר/דיך ?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג אפריל 05, 2024 10:36 am
וואו האט מען גערעדט וועגן דיר/דיך ?
" מיך אדער מיר, דיך אדער דיר? " אין @אור המקיפ 'ס אשכול געשמאקע שיעורים אין אידיש כללים , אויף וואס מיר ווארטן פאר זיין צוריקקער.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1904
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

וואס מיינט 'אויס' אויסשליסן, אויסגעגאסן, אויסגעטרינקן, און נאך ?

ער האט נאכנישט 'אויסגעטרעטן' ביי שמו'ע מיין איך איז א שטיקל טעות ס'קומט ענדערשט צו זאגן צוריקגעטרעטן.
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

זיכן אדער זוכן ?
ניצן אדער נוצן ?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

צום פוינט האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 9:05 pm
זיכן אדער זוכן ?
ניצן אדער נוצן ?
זוכן.

ניצן/נוצן איז א מחלוקת. אני הקטן שרייב מיט א י', סיידן ווען מ'זאגט "די זאך האט א נוצן".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

שפילקעס האט געשריבן: זונטאג אפריל 07, 2024 11:39 am
אויס
דער זעלבער שורש ווי out אין ענגליש. דער באדייט קען זיין פארשידנארטיג, אבער ס'קומט אלעס פון איין שורש לכשתדקדק.

אויסשליסן = לייגן אויסער (אינדרויסן פון) א פלאץ, פארקערט פון איינשליסן.
אויסגיסן = גיסן אויסער דער גרעניץ.
אויסטרינקען = טרינקען ביז'ן סוף.
אויסטרעטן = טרעטן ביים סוף.

אויסטרעטן קען מען אויך ניצן ביים "אויסטרעטן א וועג".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

דער/מהלך די/מהלך דאס/מהלך, וואס זענען די כללים?
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”