אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

שמחת עולם האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:08 pm
שווערמער האט געשריבן: מיטוואך מאי 15, 2024 2:47 pm
א קרישקעלע וועגן "כינע"

די נאמען china איז בעצם פארטוגעזיש, ווי עס ווערט געזאגט "טשינע".

זיי האבן עס גענומען פון פערסיש, וואס האט עס גענומען פו אינדיש, וואס האט אזוי גערופן יענע לאנד נאך די "טשין" מלוכה וואס האט דארט עקזיסטירט אין די מיטלאלטער.

(די טשין מלוכה שרייבט מען אין ענגליש qin, וועלכע מען זאגט ארויס "טישן". אויך די טרפה'נע סעל איז "טשין" נישט "קווין", ואכמ"ל)

סיי ענגליש און סיי דייטש האבן אריינגענומען דער פארטוגעזישע אויסלייג כצורתו - אבער ארויסגעזאגט דאס ווארט לויט זייער שפראך. אין ענגליש האמיר באקומען "טשיינע" און אין דייטש "ש'ינע".

ch אין דייטש אין אפטמאל א מין קראצעדיגע ש', לאו דווקא כ';אבער ביים פאראידישן דאס ווארט איז געווארן "כינע" - עפעס וואס האט קנאפ א שייכות מיט יענע ווייטע לאנד.
זייער שיין!

אבער איך וויל דא אויסבעסערן אז אין דייטש זענען דא צוויי עיקר וועגן ווי עס ווערט ארויסגעזאגט:

די געווענליכע איז ' כינא'

און אין א מערהייט פון דייטש-שפרעכיגע רעגיאנען (דרום-דייטשלאנד, עסטרייך) הייסט עס ' קינא'

די וואריאנט פון 'שינא' ווערט בלויז באנוצט אין א מינאריטעט פון דייטשע דיאלעקטן (ווי אויך אין פלעמיש.)

נאך א זאך, ch איז געווענליך יא א 'כ' (מער ווייניגער), טאקע אין געציילטע דיאלעקטן הערט זיך עס ווי א 'ש'.

Sch איז א 'ש', אדער ווען א ווארט הייבט זיך אן מיט א S נאכגעפאלגט מיט א t אדער p ווערט די S א 'ש'.
מיט דיר גיי איך זיך נישט דינגען, אבער די חברה דא האלטן אנדערש. אויך דא הערט מען ש'ינא.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:03 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:11 pm
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:49 pm
וואס?!
ערקלער
אינטערוויו (א ינטער, נישט א ונטער) איז געבארגט פון ענגליש, וויאזוי גענוי האט עס באקומען אייגנשאפטן פון א ווארט מיט קאנווערב?

(איך בין אמאל געווען פארנומען דא מיט "קענענצולערנען" מיט אן ענליכן פראבלעם)
דער -ען ביים סוף שטימט דיר? דאס איז אויך אידיש. אנדערע זענען זאגאר גורס "אינטערוויואירן". זע וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף זמזומים.

אבער איך בין גראדע מסכים מיט דיר אז ס'הערט זיך אביסל שטומפיג, צוליב דעם לאנגן ווארט.
מ'שרייבט טאקע אינטערוויואירן, און ווי @א שטענדיג צעמישטער שרייבט איז דא בכלל נישט דא קיין קאנווערב אז ס'זאל זיין א שאלה צי מ'שרייבט עס פארדעם אדער נאכדעם.

ליין איבער וואס @למדן וצדיק שרייבט דא .
אקעי, איך כאפ יעצט וואס עטס זאגטס, אז היות ס'איז ענגליש באטראכט מען עס ווי איין לאנג ווארט; מ'צעשניידט נישט אינטערפון וויו.

א ריכטיגע סברא.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?

@שווערמער אויף גוגל טרענסלעיט איז עס מיט קראצעדיגער ש'.

דאס איז א קלאנג וואס רוב פון אונז קענען נישט ארויסזאגן. ס'איז צווישן א ש' און א כ', וואס אין ענגליש איז דאך דא די צוויי קלאנגען פאר C (ק=כ, ס=ש). אלנפאלס, אין אידיש איז דאס איבעראל געווארן א כ', נישט דווקא ביי כינע.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 32
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 9:04 pm

דאס איז א קלאנג וואס רוב פון אונז קענען נישט ארויסזאגן. ס'איז צווישן א ש' און א כ',
מען קען עס פונקט יא ארויס זאגן, אויב לערנט מען זיך אויס...

מאך נאך א בריטישע זאגן huge, און ביסט דארט.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 8:59 pm
היסטאריש האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 5:03 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 3:11 pm
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 2:49 pm
וואס?!
ערקלער
אינטערוויו (א ינטער, נישט א ונטער) איז געבארגט פון ענגליש, וויאזוי גענוי האט עס באקומען אייגנשאפטן פון א ווארט מיט קאנווערב?

(איך בין אמאל געווען פארנומען דא מיט "קענענצולערנען" מיט אן ענליכן פראבלעם)
דער -ען ביים סוף שטימט דיר? דאס איז אויך אידיש. אנדערע זענען זאגאר גורס "אינטערוויואירן". זע וואס דער אבן עזרא שרייבט אויף זמזומים.

אבער איך בין גראדע מסכים מיט דיר אז ס'הערט זיך אביסל שטומפיג, צוליב דעם לאנגן ווארט.
מ'שרייבט טאקע אינטערוויואירן, און ווי @א שטענדיג צעמישטער שרייבט איז דא בכלל נישט דא קיין קאנווערב אז ס'זאל זיין א שאלה צי מ'שרייבט עס פארדעם אדער נאכדעם.

ליין איבער וואס @למדן וצדיק שרייבט דא .
אקעי, איך כאפ יעצט וואס עטס זאגטס, אז היות ס'איז ענגליש באטראכט מען עס ווי איין לאנג ווארט; מ'צעשניידט נישט אינטערפון וויו.

א ריכטיגע סברא.
פארוואס ענגליש? ס'איז א אידיש ווארט, און מ'באטראכט עס ווי איין ווארט ווייל דאס איז עס. אנדערש פון 'ארויס-גיין' און 'אריינ-קומען'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
ברדלס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 17, 2024 12:27 am

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברדלס »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג מאי 16, 2024 4:04 pm
ווידער GH איז מיוחד ביי ענגלישע ווערטער וואס קומט פון גערמאניש. א G איז בעצם דער זעלבער אות ווי C. אינעם גריכישן אלפאבעט איז H דער זיבעטער אות, נאר די רוימער האבן צוגעלייגט G אלס א צווייטער C אינעם דריטן יארהונדערט למספרם. מערק ווי די צורה פון א G איז די זעלבע ווי C נאר מיט א שטיקל אריין, אזוי אויך זענען זייערע קלאנגען ענליך.
אינטערסאנט.
וואו קען מען זען מער וועגן בוכשטאבן?
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 525
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

געבן אדער גיבן ?
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:49 am
געבן אדער גיבן ?
געבן.

(אויב דו ווילסט מער מדקדק זיין זע דא viewtopic.php?p=4891211#p4891211 און דא viewtopic.php?p=4554588#p4554588 )
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קנאפער ידען האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 12:01 pm
צום פוינט האט געשריבן: פרייטאג מאי 17, 2024 11:49 am
געבן אדער גיבן ?
געבן.

(אויב דו ווילסט מער מדקדק זיין זע דא viewtopic.php?p=4891211#p4891211 און דא viewtopic.php?p=4554588#p4554588 )
אויב וויל ער נישט מדקדק זיין פרעגט ער דאך ווען נישט…
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
נברא
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אקטאבער 16, 2017 3:02 pm
לאקאציע:קרית יואל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נברא »

צום קעפל

מען זעט צומאל קעפלעך איבער אן "אומפאזאנטע" מעמד/מסיבה/הדלקה.

1) וואס מיינט דער ווארט?
2) מדאיכא "אומפאזאנט", איכא "פאזאנט"?
3) איז עס "פּאזאנט" מיט א פ דגושה, אדער "פאזאנט" מיט א פ רפה?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

נברא האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:53 am

1) באאיינדרוקספול (אימפרעסיוו; לאזט איבער א שטארקן רושם).
2-3) אימפּאָזאַנט (מיט א י'!)
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
וויסנשאפטלער
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 16, 2024 1:28 pm
לאקאציע:נישט ווייט

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויסנשאפטלער »

יחליצך האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 12:07 pm
נברא האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 11:53 am
צום קעפל

מען זעט צומאל קעפלעך איבער אן "אומפאזאנטע" מעמד/מסיבה/הדלקה.

1) וואס מיינט דער ווארט?
2) מדאיכא "אומפאזאנט", איכא "פאזאנט"?
3) איז עס "פּאזאנט" מיט א פ דגושה, אדער "פאזאנט" מיט א פ רפה?
1) באאיינדרוקספול (אימפרעסיוו; לאזט איבער א שטארקן רושם).
2-3) אימפּאָזאַנט (מיט א י'!)
אזא בחינה ווי 'אומגלויבליך'
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

ווען און וויאזוי איז געווארן בעקיטשעפון בעקעשע?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 32847
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:47 pm

פארוואס טראכסטו אז עס איז געווארן? טעותים איז אייביג שייך.

בעקישע איז אפשר יא גענוצט.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:50 pm

אינטערעסאנט. כ'בין פשוט נייגעריג צו וויסן, נאכן נישט טרעפן 'בעקיטשע' אין קיין איין אלט בוך.

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:56 pm

און 'בעקעשע' יא?

קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:58 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:56 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:50 pm
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:47 pm
ווען און וויאזוי איז געווארן בעקיטשעפון בעקעשע?
פארוואס טראכסטו אז עס איז געווארן? טעותים איז אייביג שייך.

בעקישע איז אפשר יא גענוצט.
אינטערעסאנט. כ'בין פשוט נייגעריג צו וויסן, נאכן נישט טרעפן 'בעקיטשע' אין קיין איין אלט בוך.
און 'בעקעשע' יא?
נאר 'בעקעשע'.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:47 pm
ווען און וויאזוי איז געווארן בעקיטשעפון בעקעשע?
פילייכט פונקט ווי בוזשעוועןפון בושעווען...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

יחליצך האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:09 am

צייט צו עפענען אן אשכול איבער ווערטער וואס האבן געטוישט אויסלייג דורכאויס די יארן, און וועלכער אויסלייג איז ריכטיגער.

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 1:18 am
יחליצך האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 12:09 am
היסטאריש האט געשריבן: זונטאג מאי 19, 2024 7:47 pm
ווען און וויאזוי איז געווארן בעקיטשעפון בעקעשע?
פילייכט פונקט ווי בוזשעוועןפון בושעווען...

צייט צו עפענען אן אשכול איבער ווערטער וואס האבן געטוישט אויסלייג דורכאויס די יארן, און וועלכער אויסלייג איז ריכטיגער.
@גרשון לאזט אבער נישט שרייבן בוזשעווען...
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

בעקישע – מפולנית Bekiesza, אוקראינית Bekescha, הונגרית Bekes, גרמנית Pekesche. הבעקישע היה מעיל עליון מהודר, ששימש את המעמד הבינוני ואת האצולה בפולין עד סוף המאה ה-18. לאחר מכן החל משמש את כל שכבות העם. לפי מקור אחד, בגד זה קרוי על שם ה-voivode בקיישי, מושל טרנסילבני מתקופת המלך סטפן בטורי (שהחל משנת 1576 שימש כמלך פולין ונסיך טרנסילבניה כאחד), והנהיג בפולין לבוש זה.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1149
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:19 pm
בעקישע – מפולנית Bekiesza, אוקראינית Bekescha, הונגרית Bekes, גרמנית Pekesche. הבעקישע היה מעיל עליון מהודר, ששימש את המעמד הבינוני ואת האצולה בפולין עד סוף המאה ה-18. לאחר מכן החל משמש את כל שכבות העם. לפי מקור אחד, בגד זה קרוי על שם ה-voivode בקיישי, מושל טרנסילבני מתקופת המלך סטפן בטורי (שהחל משנת 1576 שימש כמלך פולין ונסיך טרנסילבניה כאחד), והנהיג בפולין לבוש זה.
וועמען ציטירסטו? - ווארטסטו אוודאי כ'זאל פרעגן...

אלזא, מיר נעמען אן די פוילישע ווערסיע?
אין דייטש איז עס פעקעשע?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%95%D7%AA

לכאורה נעמען מיר די פוילישע ווערסיע מיט א חיריק.

דער טש קומט אבער אריגינעל איבעראל סתם ש'. די מדקדקים שרייבן טאקע אזוי, אבער רוב מענטשן וועלן עס שרייבן וויאזוי מ'זאגט עס.

@היסטאריש , פראביר זוכן פאר "בעקישע".
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4134
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

גרשון האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 2:28 pm
https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%A7%D7 ... 7%95%D7%AA

לכאורה נעמען מיר די פוילישע ווערסיע מיט א חיריק.

דער טש קומט אבער אריגינעל איבעראל סתם ש'. די מדקדקים שרייבן טאקע אזוי, אבער רוב מענטשן וועלן עס שרייבן וויאזוי מ'זאגט עס.

@היסטאריש, פראביר זוכן פאר "בעקישע".
אוי וויי, כ'פלעג אייביג שרייבן בעקיטשע. מיינט עס אז אויב וויל איך זיין א מדקדק דארף איך אנהייבן שרייבן בעקישע?

__

זע דא דעם חילוק אין רעזולטאטן צווישן בעקעשעאון בעקישע.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5210
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

היסטאריש האט געשריבן: מאנטאג מאי 20, 2024 3:40 pm
אוי וויי, כ'פלעג אייביג שרייבן בעקיטשע. מיינט עס אז אויב וויל איך זיין א מדקדק דארף איך אנהייבן שרייבן בעקישע?
על פי חשבון. אבער ס'זענען זיכער דא גענוג וואס שרייבן טש.

וואס טוט זיך מיט טש/שאקאלאד? גראדע דאס ציט בכלל נישט דעם שורש צו אייראפע, נאר צו מעקסיקא. אין שפאניש קומט דאס ווארט אריגינעל מיט'ן טש קלאנג, און ס'איז געווארן אפגעהיטן אין ענגליש. אבער אנדערע אייראפעאישע שפראכן האבן עס פארווייכט צו א פשוט'ן ש', און אזוי פלעגט מען אויך שרייבן אין אידיש (דערפאר איז עס אין עברית שוקולד, נישט צ'וקולד).

אין דער יידישער ליטעראטור וועסטו אלץ טרעפן מער אויסלייגן ווי אינעם רוסישן דיאלעקט, וויבאלד דער גרעסטער טייל שרייבערס זענען געווען פון דארט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”