אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

די אחראים: יאנאש , אור המקיף , אחראי , געלעגער

אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:16 pm
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:13 pm
קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:08 pm
פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 1:55 pm
האט דער פריץ פאר גרויס כעס געגעבען א "באפעל" פאר זיינע באדינער'ס...
באפעל אדער באפעהל?
באפעל (אבער אין דעם זאץ וואלט איז גענוצט "באפוילן" אין פלאץ "געגעבן א באפעל פאר")
דהיינו: האט דער פריץ פאר גרויס כעס באפוילןזיינע באדינער'ס...
נישט: האט דער פריץ פאר גרויס כעס באפוילן פארזיינע באדינער'ס...

כ'מאך נאר זיכער ס'איז קלאר...
און מסתם נאך בעסער "פאר גרויס כעס האט דער פריץ באפוילן זיינע באדינער...".

("באדינער'ס" איז אויך אומריכטיג)
און מסתם נאך בעסער "פאר גרויס כעס האט דער פריץ באפוילן זיינע באדינערס...".

("באדינער'ס" איז אומריכטיג, אבער מכריע צו זיין צו "באדינער" איז שוין פאליטיק...)
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
עס איז דער "מאמענטאלע אספעקט".
אנע אריכות, "געבן א שרייב" איז אינגאנצען נישט איינפאך געשריבן, יא?

קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 33129
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע:וואו ג-ט ב"ה וויל

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:20 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
עס איז דער "מאמענטאלע אספעקט".
אנע אריכות, "געבן א שרייב" איז אינגאנצען נישט איינפאך געשריבן, יא?
מ'קען אריינלייגן דער סוספענס פארדעם "האסטיג געכאפט דאס פעדער און געשריבן". "געגעבן א שרייב" איז פשוט נישט צודערזאך אין מיינע אויגן.
" אייער צופרידנהייט, מיין הנאה. " -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

קנאפער ידען האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:22 pm
א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:20 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
עס איז דער "מאמענטאלע אספעקט".
אנע אריכות, "געבן א שרייב" איז אינגאנצען נישט איינפאך געשריבן, יא?
מ'קען אריינלייגן דער סוספענס פארדעם "האסטיג געכאפט דאס פעדער און געשריבן". "געגעבן א שרייב" איז פשוט נישט צודערזאך אין מיינע אויגן.
עגזעקטלי, ווילסט דייקא עפעס געבן? געב קמחא דפסחא אדער געב א גוט ווארט אין שטוב איצט פאר פסח, אבער געבן א שרייב?

אפילו א "שריי געבן" אויף דיין קינד וואס ברענגט אריין חמץ אין א שטוב וואס איז שוין פסח'דיג זאלסטו אויך נישט. שרייען קענסטו וויפיל דו ווילסט אבער "גיב" נישט א (קיין) שריי.

אן אפיקומן קענסטו געבן, א פינגער קוקי קענסטו געבן, אפילו עטיעטוד קענסטו אויך געבן.

א שרייב קענסטו נישט געבן, בשום אין אופן.
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

"זיי אזוי גוט, גיב א קוק וואס ס'טוט זיך אינדרויסן".
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:41 pm

בשום פנים ואופן, געווענליך ענטפער איך האב נישט גענוג.
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

תגובה דורך היסטאריש »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:44 pm
יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:41 pm
"זיי אזוי גוט, גיב א קוק וואס ס'טוט זיך אינדרויסן".
בשום פנים ואופן, געווענליך ענטפער איך האב נישט גענוג.

אבער למעשה רעדט מען אזוי, איז עס אינגאנצן אומריכטיג?
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

זיי @פראקטיש , גיב אים גערעכט, און פארטיג...

ווי דו זעסט דא, מוז מען בהכרח ערגעצוואו לעגיטימירן דעם גיב.
די שאלה איז נאר, וואס די כלל איז.
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
טאקע פורים תורה...

עטס חברה כאפטס נישט. אידיש האט א זאך וואס הייסט "אספעקטן", מען קען דערמיט טון פארשידענע זאכן, און אויסדרוקן פארשידענע סצענעס, שארפער און שענער ווי אין אנדערע שפראכן.
לא הרי "א שרייבער שרייבט"
כהרי "א שרייבער גיבט א שרייב"
כהרי "א שרייבער נעמט זיך שרייבן"
כהרי "א שרייבער שרייבט זיך"
כהרי "א שרייבער האלט אין איין שרייבן"
כהרי "א שרייבער נעמט זיך צום שרייבן".
כהרי "א שרייבער שרייבט אפ"
כהרי "א שרייבער טוט שרייבן"

אנשטאט פרעגן און לאכן פון דאס ביסל רייכטום וואס אידיש האט יא, לערנטס זיך אויס עס צו ניצן פראפעסניעל.

(פארצייטישע אידיש פלעג האבן מער אספעקטן, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין....)
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
פראקטיש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5842
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יוני 15, 2020 5:47 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראקטיש »

גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
הבה געפעלט מיר, אז עפעס האט א מקור קריגט דאס אן אנדערע באדייט.

און כלפי באפעל גלייך איך נאך אלץ צו וויסן אז דער קעניג האט למעשה באפוילן ווי איידער בלויז געגעבן א באפעל. געגעבן גענומען, איי דאנט קנאו, איי דשזוסט דאנט לייק איט.

האלט א גיב אים א רוף דארט, יא אים.
פארוואס נישט פלעין רופן פארוואס דארף איך אים געבן א רוף?

אים געבן א סילוק קען איך נאך הערן אבער געבן א רוף?
אוועטאר
א שטענדיג צעמישטער
שר מאה
תגובות: 157
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:58 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א שטענדיג צעמישטער »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:10 pm
גרשון האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 4:19 pm
פראקטיש האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:18 pm
געגעבן א באפעל, געגבן א טריי, איך גיי געבן א טשעק צו ס'ליגט נאך דארט, א. ד. ג

פארוואס קען מען נישט פלעין באפעלן, טרייען און טשעקן? פארוואס דארף מען עס געבן און וואס טוה איך אז יענער וויל עס נישט נעמען?

(ס'האט נישט מיט דעם אשכול אבער די פריערדיגע תגובה האט עס געטריגערט, איך פיהל בעסער איצט...)
וואס טוט זיך מיט give me a call?

רש"י שמות א, י:
כל "הבה" לשון הכנה והזמנה לדבר הוא, כלומר הזמינו עצמכם לכך.
איך האב עס אלץ צוזאמגעשטעלט מיט'ן געבן אין אידיש/ענגליש, וויבאלד "הבה" מיינט געבן אין אראמיש. קען זיין ס'איז א פורים תורה. נאר בדרך אפשר.

אבער "געבן א באפעל" דארף מען נישט צוקומען צו דעם. דאס באפעל איז פאקטיש עפעס וואס איינער גיבט און א צווייטער באקומט.
טאקע פורים תורה...

עטס חברה כאפטס נישט. אידיש האט א זאך וואס הייסט "אספעקטן", מען קען דערמיט טון פארשידענע זאכן, און אויסדרוקן פארשידענע סצענעס, שארפער און שענער ווי אין אנדערע שפראכן.
לא הרי "א שרייבער שרייבט"
כהרי "א שרייבער גיבט א שרייב"
כהרי "א שרייבער נעמט זיך שרייבן"
כהרי "א שרייבער שרייבט זיך"
כהרי "א שרייבער האלט אין איין שרייבן"
כהרי "א שרייבער נעמט זיך צום שרייבן".
כהרי "א שרייבער שרייבט אפ"
כהרי "א שרייבער טוט שרייבן"

אנשטאט פרעגן און לאכן פון דאס ביסל רייכטום וואס אידיש האט יא, לערנטס זיך אויס עס צו ניצן פראפעסניעל.

(פארצייטישע אידיש פלעג האבן מער אספעקטן, ושוטים שקלקלו עתידים ליתן את הדין....)
(צו מאכן זאכן מער אננעמבער, איך האב געליינט איבער אספעקטן ביי יודל מארק)
מען דערציילט נישט היסטאריע צו שילדערן דעם עבר, מען טוט דאס אויסצושטעלן די הווה און דער עתיד.
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

ווען ניצט מען "איז" און ווען ניצט מען "האט"?

מען זאגט " איזגעשפרונגען", " איזגעשלאפן", אבער " האטגעטאנצט", " האטגעדרימלט". וואס איז דער כלל?
פון מיין פראגע זעט איר שוין אז די שפאלט "צי מען טוט עס מיט'ן גאנצן גוף צי נישט" איז נישט גענוג שארף. האב איך מיר גענומען דאס מי דאס קלארער צו מאכן מיט דריי פשוט'ע כללים.

איינס:
"איז" ניצט מען בלויז אויב די ווארט ענדיגט זיך מיט אן ן' בלשון עבר. דאס אליין איז גענוג צו ענטפערן די אויבנדערמאנטע פראגע; "געטאנצט" און "געדרימלט" ענדיגן זיך דאך מיט א ט'.

אן אינטערעסאנטע קרישקעלע: טייל שרייבער גרייזן און שרייבן " איזגעטאנצ ן" – א דאפלטע טעות. (אבער קען זיין זיי זענען גאר גערעכט... זע שפעטער).

צוויי:
עס ווענדט זיך בלויז אין די עיקרווארט, קאנווערבן און רוב פרעפיקסן וועלן נישט טוישן די די העלף־ווערב. דהיינו, אויב "גיין" קומט "איז געגאנגען" זאג אויך: "איז אהיימ געגאנגען", "איז איינ געגאנגען" וכו'. כיוצא בו איז אויך מיט רוב פרעפיקסן (אנט־, גע־, דער־, ער־, פאר־, צע־), אויב "געלאפן" קומט "איז געלאפן", זאג אויך "איז אנט לאפן". (אן אויסנאם איז "בא־", וואו עס ווענדט זיך נישט אין די עיקר ווערב). (דער חלק איבער פריפיקסן איז נישט אינגאנצן אקוראט, זע דא מער דעטלאן)

דריי:
קוקנדיג בלויז אויף די עיקר אן די פרעפיקסן און קאנווערבן, וועט "איז" גיין נאר מיט איינס פון די פאלגנדע 23 ווערטער: געגאַנגען, געוואַקסן, געזונקען, געלאָפן, געפאַלן, געפאָרן, געפלאָסן, געפלויגן, געקומען, געקראָכן, גערונען, געריטן, געשוואומען, געשטיגן, געשפרונגען; געבליבן, געווען, געזעצן, געשטאַנען, געלעגן; געוואָרן, געשטאָרבן, געשלאָפן.

אויסער דעם זענען דא נאך 7 ווערטער וואס קומען מיט "איז" אבער האבן אריינגעבויט א פרעפיקס (זיי עקזיסטירן נישט אן עס): געלונגען, געפאָלן, געשוועלן, געראָטן, פארשוואונדן, ערשינען, געשען.

צו דער ליסטע פון 30 קען מען צולייגן א 31'סטע און א 32'סטע: געהאנגען און געדרונגען. אבער דאס איז נאר אויב איז עס אומטראנסיטיוו, ווי אין "המן איז געהאנגען" און "די הלכה איז געדרונגען פון דא", אבער נישט ווי אין "אחשורוש האט געהאנגען המן'ן" און "רש"י האט געדרונגען פון דא אז..."

א 33'סטע (לויט איין יש אומרים) איז "געטראטן", אבער נאר ווען עס איז פיגוראטיוו. דהיינו, נישט פיזיש געטראטן מיט די פיס, נאר געטוישט פאזיציע. מען טרעפט דאס בלויז מיט קאנווערבן; ואלו הם: ארויסטרעטן, אויפגעטראטן, צוגעטראטן, אפגעטראטן.

הוספה
עס זענען דא נאך עטליכע ווערטער וואס ברענגען ארויס א טויש אין פאזיציע, פיגוראטיוו אדער ענליכס. אזוי איז מעגליך אז עס איז ריכטיגער צו שרייבן "דער סטאק איז אראפגעשאסן" – מען מיינט צו זאגן "איז אראפגעפאלן", נאר מען וויל ארויסברענגען אן איבריגע שנעלקייט. אויך קען מען שרייבן "איז צוגעהונקען" – מען מיינט צו זאגן "איז צוגעגאנגען", נאר מען וויל גלייכצייטיג שילדערן דער אלטער אויך. נאכמער, ייתכן אז "געטאנצט" און "געטאנצן" זענען בעצם צוויי אנדערע ווערטער. "געטאנצט" מיינט אראפגעלייגט א שטיקל כארעאגראפיע, ווידער "געטאנצן" מיינט איינפאך "געשפרונגען". "אריינגעטאנצט" – האבן די בחורים פורים צום מגי"ש אין שטוב, "אריינגעטאנצן" האבן די עסקנים אינעם פראיעקט.

ווי געזאגט, דער "בא-" פרעפיקס פירט זיך אויף אנדערש ווי אלע אנדערע. בלויז די פאלגנדע דריי "בא־" ווערטער קומט מיט "איז": באפאלן, באשטאנען, באגאנגען.

דאס איז לכאורה די נושא, ואם טעיתי, זייטס מוחל און פאררעכטס מיר.
לעצט פארראכטן דורך שווערמער אום דינסטאג אפריל 16, 2024 12:47 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

א שטענדיג צעמישטער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:10 pm
לא הרי "א שרייבער שרייבט"
כהרי "א שרייבער טוט שרייבן"
אן עסקן טוט אויפטון...
א ווילדער טוט אפטון שטיקלעך...
דער ליינער טוט זייער פארטון זיין אינעם בוך...
דער בחור'ל טוט כאטש עפעס טון מיט'ן טאג בין הזמנים...

ווער?
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

@שווערמער , ביסט אן אור. שלום עליכם.

צום ענין, זייער קלאר געשריבן אין אזא פארנעפלטן נושא. ש'כח.

___

כ'קען זען שרייבן ארויסגעטראטןאון צוגעטראטןאין בוכשטעבליכן זין פון ווארט.

___

דיין חילוק צווישן געטאנצט און געטאנצן געפעלט מיר זייער.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
אוועטאר
גרשון
שר חמשת אלפים
תגובות: 5221
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג פעברואר 18, 2019 11:01 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרשון »

א דאנק @שווערמער .
שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:33 pm
ייתכן אז "געטאנצט" און "געטאנצן" זענען בעצם צוויי אנדערע ווערטער. "געטאנצט" מיינט אראפגעלייגט א שטיקל כארעאגראפיע, ווידער "געטאנצן" מיינט איינפאך "געשפרונגען". "אריינגעטאנצט" – האבן די בחורים פורים צום מגי"ש אין שטוב, "אריינגעטאנצן" האבן די עסקנים אינעם פראיעקט.
איך האב שוין אמאל געטראכט דערוועגן. בעצם איז "טאנצן" אין דעם זין אומריכטיג, נאר ס'קומט צו ניצן "שפרינגען". אבער אויב שרייבט מען עס יא, קען מען אפשר באשליסן אז ס'פארמאגט אן ערך פאר זיך. נאר ס'קומט אפיר אביסל שטומפיג צו מאכן צוויי באזונדערע קאטעגאריעס פאר איין ווערב.
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
שפילקעס
שר האלף
תגובות: 1924
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 09, 2023 7:17 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפילקעס »

יחליצך האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 2:41 pm
"זיי אזוי גוט, גיב א קוק וואס ס'טוט זיך אינדרויסן".
מ'זעהט אסאך בלשון חז''ל ''נתן עיניו'' אדער ''שימת עין''.
אוועטאר
פידזשאמעס
שר חמש מאות
תגובות: 795
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מאי 01, 2023 7:00 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פידזשאמעס »

וואס מיינט ’קאנווערב’?
נקוט כלל זו בידך; ביים שלאפן זעט יעדער אויס די זעלבע...
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

פידזשאמעס האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 8:09 pm
וואס מיינט ’קאנווערב’?
קאנווערב איז א מין פריפיקס וואס באהעפט זיך צו א ווערב פון פארנט. צב"ש "אהיים" בהעפט זיך צו "געגאנגען", "געלאפן", און "געשלעפט" אין די ווערטער "אהיימגעגאנגען", "אהיימגעלאפן", "אהיימגעשלעפט".

עס איז אבער נישט קיין פאררעכנט אלס א געהעריגע פריפיקס אזוי ווי "אנט־ "בא־" וכדומה, ווייל אין הווה טיילט זיך עס אפ: "גייט אהיים", לויפט אהיים", "שלעפט אהיים". אנדערש זענען די פריפיקסן, וואס בלייבן אלעמאל באהאפטן. "אנטלאפן"- "אנטלויפט", "באפאלן" - "באפאלט" וכדומה.
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
צום פוינט
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2016 2:34 pm

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום פוינט »

מאיאסטעטיש אדער מיאסטעטיש אדער מאיסטעטיש
אוועטאר
יחליצך
שר האלף
תגובות: 1177
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2022 8:29 pm
לאקאציע:מאחורי הפרגוד

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יחליצך »

צום פוינט האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 11:13 am
מאיאסטעטיש אדער מיאסטעטיש אדער מאיסטעטיש
נישט צוגעטראפן; מאיעסטעטיש
טאטעטריא האט געשריבן:
ס'דא מענטשן וואס ס'פעלט זיי א שרויף; ס'דא מענטשן וואס פעלט זיי די גאנצע טול באקס...
אוועטאר
שווערמער
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 02, 2023 10:27 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שווערמער »

שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:33 pm

צוויי:
עס ווענדט זיך בלויז אין די עיקרווארט, קאנווערבן און רוב פרעפיקסן וועלן נישט טוישן די די העלף־ווערב. דהיינו, אויב "גיין" קומט "איז געגאנגען" זאג אויך: "איז אהיימ געגאנגען", "איז איינ געגאנגען" וכו'. כיוצא בו איז אויך מיט רוב פרעפיקסן (אנט־, גע־, דער־, ער־, פאר־, צע־), אויב "געלאפן" קומט "איז געלאפן", זאג אויך "איז אנט לאפן". (אן אויסנאם איז "בא־", וואו עס ווענדט זיך נישט אין די עיקר ווערב).

טעות לעולם חוזר, אנדערש ווי איך האב קודם געשריבן אז פריפיקסן טוישן נישט דעם העלפוועב ('איז' צי 'האט'), טוישט עס אפטמאל יא. פאלגנד איז א ליסטע פון אלע פריפיקסן, מיט זייערע אויסנאמען:
אנט־ – אלעמאל "איז"
בא־ – אלעמאל "האט", אויסער: באגאנגען, באפאלן, באשטאנען
גע־ – אלעמאל "איז", אויסער: געווערן
דער־ – אלעמאל "איז"
ער־ – אלעמאל "איז"
פאר־ – אלעמאל "איז", אויסער: פארווערן, פארזונקען, פארשטאנען, פארשלאפן
צע־ – אלעמאל "איז", אויסער: צעזעצן
לערן מיר אויס זאכן וואס איך ווייס נישט, איך וועל דיר קענען רופן "מורי ורבי אלופי ומיודעי"
פינקע פאטעטאס
שר חמישים
תגובות: 59
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 17, 2023 1:35 pm
לאקאציע:ווענדט זיך ווען

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פינקע פאטעטאס »

וועלכער איז געווען פון די אינגערע תלמידים...
אינגערע אדער יונגערע?
ביטע אויסשמועסן די כללים
א גאלדענע קו, אפילו ער איז גאלד, איז ער נאכאלץ א קו
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4959
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

פינקע פאטעטאס האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 1:34 pm
וועלכער איז געווען פון די אינגערע תלמידים...
אינגערע אדער יונגערע?
ביטע אויסשמועסן די כללים
מחלוקת הפוסקים...
איך שרייב אינגערע, @גרשון שרייבט דאכט זיך יונגערע.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
היסטאריש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4145
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:20 pm
פארבינד זיך:

Re: אידישע ווערטער און זייער ריכטיגער אויסלייג (ספעלינג)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריש »

שווערמער האט געשריבן: דינסטאג אפריל 16, 2024 12:45 pm
שווערמער האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 11, 2024 5:33 pm

צוויי:
עס ווענדט זיך בלויז אין די עיקרווארט, קאנווערבן און רוב פרעפיקסן וועלן נישט טוישן די די העלף־ווערב. דהיינו, אויב "גיין" קומט "איז געגאנגען" זאג אויך: "איז אהיימ געגאנגען", "איז איינ געגאנגען" וכו'. כיוצא בו איז אויך מיט רוב פרעפיקסן (אנט־, גע־, דער־, ער־, פאר־, צע־), אויב "געלאפן" קומט "איז געלאפן", זאג אויך "איז אנט לאפן". (אן אויסנאם איז "בא־", וואו עס ווענדט זיך נישט אין די עיקר ווערב).

טעות לעולם חוזר, אנדערש ווי איך האב קודם געשריבן אז פריפיקסן טוישן נישט דעם העלפוועב ('איז' צי 'האט'), טוישט עס אפטמאל יא. פאלגנד איז א ליסטע פון אלע פריפיקסן, מיט זייערע אויסנאמען:
אנט־ – אלעמאל "איז"
בא־ – אלעמאל "האט", אויסער: באגאנגען, באפאלן, באשטאנען
גע־ – אלעמאל "איז", אויסער: געווערן
דער־ – אלעמאל "איז"
ער־ – אלעמאל "איז"
פאר־ – אלעמאל "איז", אויסער: פארווערן, פארזונקען, פארשטאנען, פארשלאפן
צע־ – אלעמאל "איז", אויסער: צעזעצן

'געווערן', 'צעזעצן', און 'פארווערן' רעדסטו פון 'געווערט', 'צעזעצט', און 'פארווערט'?
לעצט פארראכטן דורך היסטאריש אום דינסטאג אפריל 16, 2024 2:41 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
די פאַרגאַנגענהייט איז פאַקטיש געשען, אָבער היסטאָריע איז בלויז וואָס עמיצער האָט אַראָפגעשריבן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”