בלאט 11פון 12

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 7:56 pm
דורך א ברעקעלע שכל
עוד יזכור לנו האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 1:04 pm
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 11:01 am
די דירעקטארין פונעם "Living Donor Department" האט מיר געזאגט ביים ערשטן באזוך "הלוואי וואלטן געווען נאך געמיינדעס אזויווי ענק". אן אנדערע קראנקן-שוועסטער זאגט מיר אז ביי זיי וועלן אפילו נאנטע פאמיליע מיטגלידער זיך אפטמאל אפזאגן דערפון, שטייצעך מיט געוואלדיגע אויסריידן. שוין אפגערעדט פון געבן פאר אן אומבאקאנטן.
וועלעכע שפיטאל?
מאנטיפיורי

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 8:09 pm
דורך צוויי גילדען
Wow! דאס איז עמאושענאל.

@א ברעקעלע שכל ביסט א צדיק! כמוך ירבו.

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2024 11:53 pm
דורך באשיינפערליך
@א ברעקעלע שכל וואסי די עניוות? פון דיינע מעשים קוקט אויס ווי דו פארמאגסט אסאך מער ווי א ברעקעלע…

לענינינו; ביסט א מאנסטער! איך ווייס נישט וויפיל מענטשן דיין עידזש האבן די שטארקייט צו טוהן אזאנע הייליגע מעשים.
כמוך ירבו בישראל! רפואה שלימה!

אגב, ווען דו גייסט קומען צו די כוחות ערווארטן מיר א געהעריגע באשרייבונג וויאזוי ס׳גאנצע מעשה איז צוגעגאנגען, וואס האט דיר אינספערירט צו מנדב זיין א חלק פון דיין גוף אזוי אינג? וויאזוי גייט צו די גאנצע פראסעס? ועוד.

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג מארטש 18, 2024 12:07 am
דורך על פי פשטות
@א ברעקעלע שכל אשריך!!!

כאניש קיין ווערטער... כ'בין איבערגענומען...

אשריך!!! אשריך!!! אשריך!!!

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג אפריל 01, 2024 8:41 am
דורך עוד יזכור לנו
א גוטן טאג

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:31 am
דורך עוד יזכור לנו
א גוטן טאג
צוויי היינט

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: דינסטאג אפריל 02, 2024 6:19 pm
דורך פערשט
א ברעקעלע שכל האט געשריבן: מוצ"ש מארטש 16, 2024 10:14 pm
עוד יזכור לנו האט געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2024 1:25 pm
צוויי היינט
דער צווייטער בין איך "ישעי' יוסף בן שרה"

---גילו אלערט---
מזל טוב

צו די גרויסע מצוה וואס דו האסט זוכה געווען צו טוהן
דער אויבערשטער זאל העלפן אז ס'זאל זיין מצוה גוררת מצוה און דו זאלסט קענען טוהן מצות ומעשים טובים בככ"י

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מיטוואך אפריל 03, 2024 9:19 am
דורך א ברעקעלע שכל
אמן!

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מיטוואך אפריל 17, 2024 2:24 pm
דורך כ'בין א פשוט'ער איד
1.jpg
1.jpg (373.7 KiB) געזען 2252 מאל

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:47 pm
דורך כ'בין א פשוט'ער איד
אזויווי עס ווערט שוין נעענטער צו מיין ניר טראנספלאנט אי"ה אלטץ ניר נדבן, (אי"ה זייער נאנט)
וויל איך זאגן אז איך האף אי"ה אויף חוה''מ ארויסצוקומען מיט חלק א', פון א ביז ת וואס די פראסעס איז.
(מיין עקספיריענס)

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג אפריל 22, 2024 1:59 pm
דורך עוד יזכור לנו
א לעבער טראנספלאנט יום א’ דפסח

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:18 am
דורך חיים97
Wow wow איז נישט גענוג, איך ווער ממש איבער גענומען פון וואס עס גייט דא פאר,
איך גיי אי"ה די וואך מנדב זיין א ניר,
אין איך האב געמיינט אז עס איז א זאך וואס וויינעג מענטשן האלטן ביים טוען,
איך מוז מודה זיין אז איך האב דאס נישט געגלייבט, אז אויף די פלאטפארמע אליין זענען שוין דא א שיינע פאר ניר נדבנים,
אין ווי א יעדער פאר טעג קומט ארויף א פרישע ליסטע פון נעמען,

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:57 am
דורך גאר.געשמאק
רבותי שרייט אויס! מי כעמך ישראל!!!

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:30 am
דורך VZQ
כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:47 pm
אזויווי עס ווערט שוין נעענטער צו מיין ניר טראנספלאנט אי"ה אלטץ ניר נדבן, (אי"ה זייער נאנט)
וויל איך זאגן אז איך האף אי"ה אויף חוה''מ ארויסצוקומען מיט חלק א', פון א ביז ת וואס די פראסעס איז.
(מיין עקספיריענס)
נאאאא?

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:48 am
דורך לכאורה
חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 3:18 am
Wow wow איז נישט גענוג, איך ווער ממש איבער גענומען פון וואס עס גייט דא פאר,
איך גיי אי"ה די וואך מנדב זיין א ניר,
אין איך האב געמיינט אז עס איז א זאך וואס וויינעג מענטשן האלטן ביים טוען,
איך מוז מודה זיין אז איך האב דאס נישט געגלייבט, אז אויף די פלאטפארמע אליין זענען שוין דא א שיינע פאר ניר נדבנים,
אין ווי א יעדער פאר טעג קומט ארויף א פרישע ליסטע פון נעמען,
ברוכים הבאים צו די ניר נדבנים געמיינדע

יהי רצון עס זאל זיין א געלונגענע פראצעדור, מיט א שנעלע ערהוילונג פאר ביידע פון אייך

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 1:01 pm
דורך כ'בין א פשוט'ער איד
VZQ האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 9:30 am
כ'בין א פשוט'ער איד האט געשריבן: דאנערשטאג אפריל 18, 2024 3:47 pm
אזויווי עס ווערט שוין נעענטער צו מיין ניר טראנספלאנט אי"ה אלטץ ניר נדבן, (אי"ה זייער נאנט)
וויל איך זאגן אז איך האף אי"ה אויף חוה''מ ארויסצוקומען מיט חלק א', פון א ביז ת וואס די פראסעס איז.
(מיין עקספיריענס)
נאאאא?
איך וועל לאזן וויסן מער אפדעיטס בקרוב אי"ה

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:11 pm
דורך חיים97
מארגן אי"ה גייט זיין אפאר,
און איך האף צי זיין אויף די ליסטע,
אויב קענט איר פרובירט צי זאגן כאטש איין קאפיטל תהילים,
פאר אידן וואס געבן אוועק פון זיך פאר א צווייטן.
א דאנק פון פאראויס.

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג מאי 06, 2024 9:48 am
דורך עוד יזכור לנו
דריי פאר היינט
איינס איז אונזער חבר @חיים97

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: דינסטאג מאי 07, 2024 8:28 pm
דורך מיניטשער וועלט
פינף טרענספלענטס די לעצטע 24 שעה !!

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:50 pm
דורך עוד יזכור לנו
Dryveup.com/renewal

אונז וועלן ווארטן אז די מנהל זאל אריינקומען מיט זיין לינק
אדערווייל זוך אויף מיין פעידז און ווארף אריין אפאר טאלער
גוט שבת

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 5:54 pm
דורך לכאורה
עוד יזכור לנו האט געשריבן: פרייטאג מאי 10, 2024 4:50 pm
Dryveup.com/renewal

אונז וועלן ווארטן אז די מנהל זאל אריינקומען מיט זיין לינק
אדערווייל זוך אויף מיין פעידז און ווארף אריין אפאר טאלער
גוט שבת
איך האב זיך דערווייל נישט רעגיסטרירט צום קאמפיין

סיי ווער פון די היזיגע מנדבים קענען קאמפיינען דאהי

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: זונטאג מאי 12, 2024 4:20 pm
דורך עוד יזכור לנו
זעהטס וואס א איד אויף דיאלעסעס מאכט מיט ליידער
העלפטס גרינגער מאכן און לייגטס אריין אפאר דאלער אויפ’ן בלאט פון א ניר נדבן וואס איהר קענט

https://www.dryveup.com/renewal

(אויב קענט איהר נישט קיינעם קומט אין אישי איך וועל אייך געבן מיין לינק)

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:28 am
דורך עוד יזכור לנו
זאג א קאפיטל

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:42 am
דורך צוויי גילדען
חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:11 pm
מארגן אי"ה גייט זיין אפאר,
און איך האף צי זיין אויף די ליסטע,
אויב קענט איר פרובירט צי זאגן כאטש איין קאפיטל תהילים,
פאר אידן וואס געבן אוועק פון זיך פאר א צווייטן.
א דאנק פון פאראויס.
נו וויאזוי איז עס אריבער? וויאזוי שפירט זיך נאכן טון דעם מעגא חסד פון אוועקגעבן א חלק פונעם אייגענע גוף פאר א צווייטן?

Re: געזונטהייט: אוועקגעבן א ניר: והמסתעף

געשריבן: דינסטאג מאי 14, 2024 11:47 pm
דורך חיים97
צוויי גילדען האט געשריבן: מאנטאג מאי 13, 2024 10:42 am
חיים97 האט געשריבן: זונטאג מאי 05, 2024 7:11 pm
מארגן אי"ה גייט זיין אפאר,
און איך האף צי זיין אויף די ליסטע,
אויב קענט איר פרובירט צי זאגן כאטש איין קאפיטל תהילים,
פאר אידן וואס געבן אוועק פון זיך פאר א צווייטן.
א דאנק פון פאראויס.
נו וויאזוי איז עס אריבער? וויאזוי שפירט זיך נאכן טון דעם מעגא חסד פון אוועקגעבן א חלק פונעם אייגענע גוף פאר א צווייטן?
ב"ה עס איז הימל אין ערד א יעדן טאג ווערט עס בעסער אין בעסער
איך פיל מיר שוין כמעט צוריק צי נארמאל ב"ה
אין דאס איז שוין נאך וואס איך בין אהיים פון שפיטאל פרייטאג וואס הייסט שוין זיין זייער לאנג אין שפיטאל
אבער ב"ה מען האלט שוין דא

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: