בלאט 5פון 6

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 26, 2015 6:42 pm
דורך נעכטן
איינער ווייסט אפשר פון די קאמפעני וואס קויפט אפ גענוצטע מעבעל פורניטשויר וואס זענען נאך אין גוטע צושטאנד, אמאל איז געווען א עד פון זיי אז זיי קומען אראפ אפשאצן וויפיל ס'איז זיי ווערד, איך האב פארגעסן נאמען און נומבער. אדער אן אנדערער וואס טוט עס ווייסט איינער? א דנק.

געשריבן: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 5:51 pm
דורך איש חמודות
איך קען אויך באשטיין צו וויסן כנ"ל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 9:39 am
דורך מאנ-יימער
איש חמודות האט געשריבן: איך קען אויך באשטיין צו וויסן כנ"ל

געשריבן: פרייטאג אוגוסט 28, 2015 9:44 am
דורך עירמאנט'ער
אויב איז שייך קענט איר גאנץ גרינג פארקויפן די פורניטשור אויף כרעיגסליסט

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:40 pm
דורך שםטוב
פאטאקי08 האט געשריבן: עצה איבערן מופן
דא האט איר א דירה וואס אנשטאט לייגן אינסולעישאן האט ער געניצט פאום ספרעי
מערקט א חילוק

איך האב בארמעקט אז ביי געוויסע פלעצער ציהט א קעלט ווינטער, מענטשן זאגען כ'וואלט געדארפט לייגן פאום ספרעי
וואס האלט די טאקע עולם וועגן ניצן פאום ספרעי?
וויאזוי איז עס?
ווער איז גיט?
אין וואס קען איך טוהן אז איך וואין שוין אין מיין דירה 2 יאר? זאל איך אפשיילן די ווענט?

געשריבן: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 2:55 pm
דורך שםטוב
ווינקל האט געשריבן: אה, שוין אמאל געשמועסט דא דערוועגן, עס האט חסרונות אויך.
ווי רעדט מען פין פאום ספרעי?

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:29 pm
דורך סעטינגס
ס'דא מענטשן וואס דינגען זיך אויף פאום ספרעי איז גיט צו נישט? מיר קוקט אויס ווי ס'ווערט אלע געלטער

געשריבן: דאנערשטאג אקטאבער 15, 2015 1:39 pm
דורך farshlufen
ס'נישט אזוי ווייט א נפ"מ די מאטריאל ווי ווער עס אינסטאלירט/אפפליאירד עס.

געשריבן: דינסטאג דעצעמבער 29, 2015 4:15 pm
דורך מי יודע
farshlufen האט געשריבן: ס'נישט אזוי ווייט א נפ"מ די מאטריאל ווי ווער עס אינסטאלירט/אפפליאירד עס.

ווער איז גוט פאר די זאכן? איך האב א שטוב וואס ס'ציהט געפערליך קעלט, איז ווערט צו לייגן פאום? ווער קען ענטפערן מיט א גוטע עקספיריענס?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:47 am
דורך שאינו יודע
ביי די פענסטער?

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 8:49 am
דורך געלעגער
די שאלה איז וואו ס'ציעט. ס'איז דא קאמפעניס וואס קומען אראפ טעסטן פון וואו די קעלט קומט אריין און אזוי ווייסט מען ווייטער וואס צו טון

געשריבן: מיטוואך דעצעמבער 30, 2015 9:26 am
דורך מיסטעריעז
וויפיל קאסט אזא טעסט?

געשריבן: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 4:38 pm
דורך יונה
יגעתי ומצאתי האט געשריבן: די מקור פון זאגן יושב בסתר וכו' איז פון הייליגן ייטב לב בשו"ת אבני צדק יו"ד סי' מ"ד בשם זיין זיידע דער ישמח משה, פון זיין לשון דארט "ואשר שאל שדר שם מקודם וכו' מה יעשה" איז קלאר משמע אז אפילו מען האט דארט געוואוינט קודם דארף מען טוהן די סגולות. פון די אנדערע זייט זעהט אויס אז דאס איז נאר צוליב אן אויסנאמספאל, לכאורה צוליב די צואת ריה"ח אז מען זאל נישט צוריקגיין וואוינען אין א פלאץ פון ווי מען האט ארויסגעמופט ביז גאנצע זיבן יאר.

און אז מען רעדט שוין וועל איך פארלייגן מיינע ספיקות, דארט שטייט "ששלשה אנשים אחר טבילה יאמרו כל א' מהם צ"א פעמים ויהי נועם וכו'" איז דאס בדוקא דריי מענטשן, אדער איז אויך גענוג איין מענטש וואס זאגט 273 מאל ויהי נועם וכו'?
דערנאך שרייבט ער "חמשה אנשים יאמרו כל א' חומש אחד", אויך די זעלבע שאלה, דארף דאס זיין בדוקא דורך פינף עקסטערע מענשטן אדער דער עיקר אז מען ענדיגט דארט חמשה חומשי תורה?
דערנאך שרייבט ער "וכ"ז יעשה בכל החדרים", דאס איז די שווערסטע חלק, איז טאקע אזוי דער מנהג העולם, אדער פארלאזט מען זיך מיט איין שטוב?

שמעתי אז אויב מ'האט מיוחד איין שטוב צום לערנן איז אנדערש. ווייסט עמיציר דערוועגן, לכתחילה מיט א מקור. יישר כח.

געשריבן: דאנערשטאג מאי 25, 2017 5:34 pm
דורך איך ווייס
וועלכע מאווינג קאמפעני הייסט ביליג אין ב"פ וומ"ס געיגנט ?

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 11:53 am
דורך איך ווייס
איך ווייס האט געשריבן: וועלכע מאווינג קאמפעני הייסט ביליג אין ב"פ וומ"ס געיגנט ?

נו אלי איינער מיט הילף ?

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 10:51 pm
דורך עירמאנט'ער
ביליג איז טייער...

רוף אפאר קאמפעניס פאר א פרייע עסטימעיט און לאזט אונז וויסן וואס איר האט באשלאסן

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 11:29 pm
דורך יוראפ
בי פי דארף צו זיין ביליג און גוט

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 1:23 pm
דורך איך ווייס
חוץ פון בי פי אין רובינשטיין איז דא נאך א גיטע פארשטייצעך גיטע פרייז
מאווינג טראק ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 1:29 pm
דורך דרייקאפ
געמאכט ריסירדש אין בי פי איז די בעסטע, פאר מאווינג לוינט זיך נישט צו קארגען איין שאדן אויף א טשיינע קלאזעט קענסטו קיינמאל נישט פארעכטען

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 1:31 pm
דורך איך ווייס
דרייקאפ האט געשריבן: געמאכט ריסירדש אין בי פי איז די בעסטע, פאר מאווינג לוינט זיך נישט צו קארגען איין שאדן אויף א טשיינע קלאזעט קענסטו קיינמאל נישט פארעכטען

זענען זיי נישט אוועילעבל ווען איך וויל
לעצטנס זע איך אפאר מענטשן וואס האבן ארויס געמופט קיין לעיקוואד האבן געניצט די קאמפעני איינער האט אינפאו אויף זיי ?

געשריבן: דאנערשטאג יולי 20, 2017 6:36 pm
דורך הצדיק
איך ווייס האט געשריבן:
דרייקאפ האט געשריבן: געמאכט ריסירדש אין בי פי איז די בעסטע, פאר מאווינג לוינט זיך נישט צו קארגען איין שאדן אויף א טשיינע קלאזעט קענסטו קיינמאל נישט פארעכטען

זענען זיי נישט אוועילעבל ווען איך וויל
לעצטנס זע איך אפאר מענטשן וואס האבן ארויס געמופט קיין לעיקוואד האבן געניצט די קאמפעני איינער האט אינפאו אויף זיי ?




אישי פליס

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 25, 2017 12:11 pm
דורך שה אחד
Admiral Van Lines בעט 85 א שעה האט איינער עקספיריענס מיט זיי?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 1:05 am
דורך Burach_Nussen
יוםטובערליך האט געשריבן: אויך איז דא אן ענין אריינצולייגן אין הויז די ערשטע טאג אפאר זאכן פון עניני קבלה וסגולות, כ'ווייס נישט פונקטליך, ווי מעהל, זאלץ, וואסער, אויל, פארשידענע זאכן. שאל אביך ויגדך, זקינך ויאמרו לך.
-

איינער ווייסט פונקטליך וואס מען לייגט אריין אין א נייע דירה און די מקור?

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 8:52 am
דורך גלגלשלג
Burach_Nussen האט געשריבן:
יוםטובערליך האט געשריבן: אויך איז דא אן ענין אריינצולייגן אין הויז די ערשטע טאג אפאר זאכן פון עניני קבלה וסגולות, כ'ווייס נישט פונקטליך, ווי מעהל, זאלץ, וואסער, אויל, פארשידענע זאכן. שאל אביך ויגדך, זקינך ויאמרו לך.
-

איינער ווייסט פונקטליך וואס מען לייגט אריין אין א נייע דירה און די מקור?

א תפילה צום רבונו של עולם עס זאל זיין א מזלדיגע דירה א מקום השראת השכינה
די און דיין בני בית זאלן קענען ערציען דארט ערליכע געזינטע קינדער ועוד.....

געשריבן: דינסטאג יאנואר 15, 2019 9:01 am
דורך Burach_Nussen
גלגלשלג האט געשריבן:
Burach_Nussen האט געשריבן:
יוםטובערליך האט געשריבן: אויך איז דא אן ענין אריינצולייגן אין הויז די ערשטע טאג אפאר זאכן פון עניני קבלה וסגולות, כ'ווייס נישט פונקטליך, ווי מעהל, זאלץ, וואסער, אויל, פארשידענע זאכן. שאל אביך ויגדך, זקינך ויאמרו לך.
-

איינער ווייסט פונקטליך וואס מען לייגט אריין אין א נייע דירה און די מקור?

א תפילה צום רבונו של עולם עס זאל זיין א מזלדיגע דירה א מקום השראת השכינה
די און דיין בני בית זאלן קענען ערציען דארט ערליכע געזינטע קינדער ועוד.....

אה, אמן

Create a Mobile Website
View Site in Mobile | Classic
Share by: