משפחת ראטשילד

יחוס און אפשטאם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

משפחת ראטשילד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

אמר המנהל: עס איז נישט שיין פון אייך, מר. זיס, צו מעקן תגובות פון אן אשכול.

איר קענט זיך דורכדעם אויס'פועל'ן א פריצייטיגע חסימה.
לעצט פארראכטן דורך זיס אום זונטאג אוגוסט 23, 2009 5:51 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
למדן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למדן »

זיס האט געשריבן: למען האמת האב איך זיך פיל מתלבט געווען אין וועלכע אפטיילונג אריינצושטעלן דעם אשכול, צי איז דער פלאץ טאקע דא אין "זכור ימות עולם", אדער אפשר אין "על הצדיקים", אדער גאר אין "ביזנעס" און אפשר אפילו אין "איש את רעהו יעזורו", ווייל באמת פאסט דאס אריין אין יעדע איינע פון זיי, און אזוי שרייבנדיג קלער איך צי עס וואלט נישט געווען קיין איינפאל אז די מנהלים זאלן מאכן עפעס א וועג אז מען זאל דעם אשכול זען ביי די אלע אפטיילונגען,


עס איז באקאנט די מעשה מיט יענעם שוסטער וועלכער האט געזאגט אז אויב ער וואלט געווען ראטשילד, וואלט ער געווען רייכער ווי ראטשילד איז יעצט, ווייל ער איז דאך א שוסטער אויך...

אויך איז באקאנט די מעשה מיט א מלמד וועלכער האט געזאגט אז אויב ער וואלט געווען ראטשילד, וואלט ער געווען רייכער ווי ראטשילד איז יעצט, ווייל ער איז דאך א מלמד אויך...

אן ענליכע מעשה פארציילט מען אויך אויף א קרעטשמער, וועלכער האט געזאגט אז אויב ער וואלט געווען ראטשילד, וואלט ער געווען רייכער ווי ראטשילד איז יעצט, ווייל ער איז דאך א קרעטשמער אויך...

אויב מ'באשליסט טאקע צו צעטיילן דעם אשכול אין עטליכע אפטיילונגען, מיין איך אז די ערשטע מעשה מיט'ן שוסטער זאל גיין אין "ביזנעס"... די צווייטע מעשה מיט'ן מלמד קען גיין אין "על החסידים"... און די דריטע מעשה זאל גיין אין "היימישע קרעטשמע"...
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

מען פארציילט נאך אז דאס איז געווען א ברכה פון איינע פון די ריזינער קינדער (דאכצימער די טשארטקאווער זי"ע) וועלכע האבן געפרעגט באראן ראטשילד צו ער וויל האבן עשירות אדער גוטע קינדער, ער האט געוועלט עשירות. ליידער זיינע אייניקלעך שוין כמעט אלע נישט געווען קיין יראים ושלמים.
זיינע קינדער האבן זיך גלייך פארשפרייט און יעדער איינער האט געעפענט א באנק אין אן אנדערן מדינה ווי פראנקרייך -פאריז, לאנדאן, און פארשטייט זיך אין פראנקפורט ווי דער יסוד איז געווען. זיי האבן דאס געטון צו פארגרעסערן די געשעפטן אויף א אינטערנאציאנאלע פארנעם, און פארלייכטערן דאס אריבערפירן געלט פון איין מדינה צום צווייטן.
[שפעטער האט דאס היטלער ימ"ש געניצט אויף זיין טרויעריג בארימטער פילם "דאס עוויגער יודע", צו ווייזען ווי די אידן נעמן איין די וועלט, און ווילן בא'גנב'נען דאס גאנצע וועלט]
עס איז נאך אלס פארבליבן איין רייכע משפחת ראטשילד - אייניקלעך פון ראטשילד וואס וואוינען אין פראנקרייך. קנאפע אידן, אבער דאך האלטן זיך אידיש, פון די אנדערע קינדער איז ליידער גארנישט געבליבן.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פעטריטשקע האט געשריבן: מען פארציילט נאך אז דאס איז געווען א ברכה פון איינע פון די ריזינער קינדער (דאכצימער די טשארטקאווער זי"ע)

טעיתם עם הרה"ק ר' צבי מ'טשארטקאוו אבי הר"ש מ'ניקלשבורג ור"פ מ'פראנקפורט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5620
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ביקסאד האט געשריבן:
פעטריטשקע האט געשריבן: מען פארציילט נאך אז דאס איז געווען א ברכה פון איינע פון די ריזינער קינדער (דאכצימער די טשארטקאווער זי"ע)

טעיתם עם הרה"ק ר' צבי מ'טשארטקאוו אבי הר"ש מ'ניקלשבורג ור"פ מ'פראנקפורט.

הצדק עם מרנא ורבנא מביקסאד שליט"א ומעשה שהיה עם ק"ז הר"צ מטשארטקוב, אבל מקור הסיפור לזה הוא בספר דברי דוד להרה"ק מטשארטקאב-רוזין זי"ע
מורשת חכמי אמעריקא
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

צווישן די ראטשילד פאמיליע איז געווען איינער וואס מ'האט איהם גערופן "דער פרומער ראטשילד".
ואעתיק מרשימותי שרשמתי בשנת תשס"ג מה ששמעתי מהרה"ח ר' יעקב אשר ארקעוויטש ז"ל מזקני חסידי סלאנים שסיפר אודותיו. וזה תוכן הספור:
אצל הרה"ק בעל יסוד העבודה מסלאנים זצ"ל היה חסיד אחד ושמו רבי נח רוזובסקי מעיר 'אנובליק', (הסתופף בצל מרן הרה"ק מקאברין זי"ע ולאחר הסתלקותו דבק במרן היסוה"ע זי"ע).

ר' נח שימש כפקיד אצל 'דער פרומער רוטשילד' שהיה ירא שמים גדול. בחג הפסח אחד נאלץ ר' נח להשאר אצלו והתארח שם בליל הסדר, בהסכמת רבו מרן היסוה"ע זי"ע. והנה באמצע הסדר הוא רואה ואחד האורחים מרגיש ברע, ונגשו לעזור לו, ומצבו מחמיר והולך עד שר"ל הוא כאילו נפח נשמתו ונפטר. נוצרה בהלה והמצב רוח נעשה עצוב ועגום, כעבור זמן והנה האורח חזר לתחיה ושוב ישב ליד השלחן, כששאל לפשר הדבר נודע לו, שהאורח הזה הוא שחקן מקצועי ובעל הבית שוכרו במיוחד לשחק משחק זה, כדי לעשות מצב רוח של יגון, וכל זה כדי להוריד מהאוירה של זחות הדעת מרוב עושר והמלוכה בשלחן הסדר, וכל המשחק הזה מעורר בהם עצב ומנמיך את הגאוה שבאופן טבעי נוצרת בשלחן הסדר עם כל רוב עושרו.


ר' יעקב אשר [שליט"א] (ז"ל) הוסיף שלא הסתפק במאחז"ל 'אם רואה אדם שיצה"ר מתגבר עליו יזכיר לו יום המיתה' אלא ביקש לראות זאת בחוש, שיהא נראה שהלה גוסס ונפטר.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

.
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום זונטאג אוגוסט 23, 2009 6:44 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

נחמן נתן,

איר רעדט מן הסתם פון דעם צדיק באראן שמעון וואלף ראטשילד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
פעטריטשקע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2009 6:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטריטשקע »

איך וועל אראפשרייבן א מעשה וואס איך האב געהערט פון ....
דער ערשטער באבובער רב זי"ע איז אמאל געפארן קיין דייטשלאנד צוזאם נעמן געלט פאר זיין גרויסע ישיבה אין ווישניצא - ווי ער האט דעמאלטס געדינט ברבנות, אנקומענדיג קיין פראנקפורט האבן די ראטשילד'ס מקבל פנים געווען די ערשטער באבובער רב ביי זיי אינדערהיים. נאכן באזוך האט באראן ראטשילד ארום געוויזן דעם רב זיין הויז וואס ער האט געלאזט בויען, געוויזן אלע הידורים אין כשרות אין די קיך אא"וו אין די אלע שטיבן ארום און ארום.
נאכדעם איז מען ארויס פונעם הויז רופט זיך אהן באראן ראטשילד צום רב אז מען האט נאכנישט געענדיגט, יעצט וויל ער ווייזן נאך א הויז פארן רב, דעם הויז איז פארמאכט א גאנץ יאר דאס איז מיועד נאך פאר די ימי הפסח, בכדי זיכער צו זיין אז עס איז בל יראה וימצא קיין ברעקל חמץ אין די הויז.
דעם באבובער רב איז אבער נישט ניחא געווען פון דעם און עם געזאגט, ר' אנשיל טייערע, דו מוזט פארשטיין אז די הייליגע תורה האט אונז געגעבן א מצווה פון "אך ביום הראשון, תשביתושאר מבתיכם", די תורה האט געוואלט אז די איד זאל נישט נאר נישט פארמאגן דאס חמץ אין שטוב, נאר פאר פסח רוימען קראצן רייבן וואשן ביז מען קומט צו צי דעם לא ימצא. און נעמסט אוועק שטיק מצוה?
די ראטשילד'ס האבן טאקע זינט דעם מעשה נישט געניצט דעם הויז פאר פסח.
חומר למחשבה
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 22, 2009 12:10 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חומר למחשבה »

אט האט איר א שילדערונג איבער דעם ערשטן "באראן ראטשילד"; און וויאזוי זיין עשירות האט זיך אנגעהויבן.
שרעקט אייך נישט, איך האב עס נישט יעצט באשריבן, כ'האב עס אפירגעזוכט אין מיינע ארכיוון, און יא... כ'האב עס געפונען.
ליינט מיט א גוטן אפעטיט...


אלע האבן שוין געוויס געזעהן באשריבן אדער געהערט שילדערן איבער די בארימטע "ראטשילד פאמיליע" וועלכע האבן פארנומען דעם סאמע אויבן אן פון עשירות פאר דורי דורות ביי אידן, זייערע פארמעגנס האבן דערגרייכט אין די גאר הויכע ציפערן, און זייערע קינדער און קינד קינדער זענען געווען גאר רייכע פילאנטראפן ביי כלל ישראל פאר א לאנגע תקופה.
אבער נישט אלע ווייסן אז דער טאטע פון די אלע ראטשילד ברידער, דער ערשטער ביי וועמען דאס רייכטוהם האט קונה שביתה געווען, איז נתעשר געווארן אויף א וואונדערליכן אופן דורך די מצוה פון בדיקת חמץ, אלזא, ליינט מיט שפאנונג דעם לענגערן ערציילונג לכבוד פסח און האט הנאה.

"מאיר אנטשיל הויז בחור"

אלע אידן וועלכע דרייען זיך דא אין טשארטאקוב קענען מאיר אנטשיל אדער ווי די באי ביתו פון הגה"ק רבי צבי הירש טשארטאקוב'ער רופן איהם בלשון חיבה, 'מאיר אנטשיל הויז בחור' ער איז דער געטרייער הויז בחור פונעם טשארטאקובער רבין, ער איז א בחור א ירא שמים, מצורת פניו שיינט אראפ א שטראלעדיג פנים פון א חסידי'שן בחור מיט שיינע לאנגע געקרייזלטע פיאות, שטענדיג מיט א שמייכל, מיט א גוט ווארט אויפן פלאץ, דער רבי שטאלצירט מיט איהם, דעם רבינ'ס חביבות צו מאיר אנטשיל גייט אזוי ווייט, אז לעצטענס האט ער זיך אפילו אויסגעדרוקט ביי א געלעגנהייט "ס'איז א שטאלץ פאר טשארטאקוב אז זיי האבן אזא מאיר אנטשיל..", און נישט אומזיסט רעדט דער רבי מיט אזא התפעלות פון מאיר אנטשיל'ען, ווארום ער באדינט דאך דעם רבי'ן מיט אזא אויסטערלישע נאמנות, מיט אזא מסירות נפש עד להפליא, און זיין איבערגעגעבנקייט פארן רבי'ן איז גרעניצלאז.
מאיר אנטשיל איז שוין א בחור אין די יארן, גאר לעצטענס איז ער בשעה טובה ומוצלחת א חתן געווארן, צו א מכובד'יגער איד פון די שטאט 'סיניאטען' דאס איז גאנץ א ווייטער מרחק פון טשארטאקוב, דעריבער איצט ווען מאיר אנטשיל גרייט זיך שוין איבער צולאזן טשארטאקוב און זיך איבערציען קיין סיניאטען פילן דאס אלע טשארטאקובער אידן, איבערהויפט דעם רבי'ן שטוב וועלכע זענען געווען אזוי נאנט צוגעבינדן צו מאיר אנטשיל ממש ווי נאנטע משפחה מיטגלידער, ביי זיי איז דאס געזעגענען זיך, זייער א שווערער איבערלעבעניש.
מאיר אנטשיל איז יעצט אריין אל הקודש פנימה צום רבי'ן זיך געזעגענען פאר זיין חתונה, דער רבי האט אנגעכאפט מאיר אנטשיל מיט ביידע הענט, און מיט קול געשטיקט פון טרערן האט ער איהם ווארעם אנגעוואונטשן: 'דער אויבערשטער זאל דיר העלפן אז די זאלסט אויפשטעלן דיין בית נאמן בישראל אויפן אויסגעטרויטענעם דרך, און דער אויבערשטער זאל דיר באצאלן כפלי כפליים פאר דיין געטרייע און איבערגעגעבענע ארבייט ארויס צוהעלפן דא אין שטוב, און איצט פאהר לחיים ולשלום' אויף וואס מאיר אנטשיל האט רעאגירט בקול נרגש 'אמן, און דער אויבערטשער זאל שוין העלפן אז איך זאל בקרוב טרעפן דעם רבי'ן אין ירושלים עיר הקודש צוזאמען מיט משיח'ן', דער רבי האט אים ארויס באגלייט ביז אינדערויסן אויף די גאס, ווי מאיר אנשיל האט זיך אריינגעזעצט אין זיין וואגן מיט אלע פעקלעך און זעקלעך וואס ער האט צוזאמגעפאקט אין די לעצטע פאר טאג, דעם רבי'נס משפחה באגלייטן איהם מיט פילע ברכות ביז צום עק פון די שטאט, דארט געזעגענען זיי זיך ווארים, און מאיר אנשיל פארט ווייטער אויפן וועג קיין סיניאטען.

די געלט איז נישטא!!!

עס איז ערב פסח, די נאכט פון בדיקת חמץ ביי הגה"ק רבי צבי הירש טשארטאקובער אינדערהיים מען קען טאפן די קדושה אין די לופטן, א הייליגן געפיל נעמט יעדן ארום בשעת דער הייליגער רבי גרייט זיך מיט אן הכנה דרבה צו די עבודת הקודש פון בדיקת חמץ, די צען ברעקעלעך זענען שוין גוט פארשטעקט כנהוג, דער רבי זאגט דעם יהי רצון מיט אן אש קודש, מיט אן התלהבות דאן זאגט דער רבי די ברכה פון על ביעור חמץ, אויף וואס דער גאנצער עולם ענטפערט מיט א הויכן אמן! איצט פאנגט דער רבי אן ארומצוזיכן פאר איבערגעבליבענע חמץ וואס האט נאך עספיעט איבער צובלייבן נאך די שטרענגע זוך אקציע'ס וואס די רעביצין מיט איר געהילפן האבן אנגעפירט אין די לעצטערע וואכן און חדשים ארויס צורוימען יעדעס ביסעלע חמץ פון הויז, דער רבי נישטערט אין אלע ווינקלען און זיכט אין אלע עקן, כדת וכהלכה, אפשר, אפשר דאך וועט זיך אפיר זוכן עפעס א חמצ'ל מבער צו זיין.
אצינד איז דער רבי בודק חמץ אין זיין פריוואטן ספרים שטוב, צווישן די פילצאליגע ספרי קודש וואס באצירן דעם רבינ'ס ספרים שאפע, פלוצלונג, מערקט דער גבאי, ווי דעם רבי'נס פנים טוישט זיך קאלירן, זיין פנים איז עפעס זייער בלאס געווארן, דער גבאי לויפט שנעל צו, זעהן צו ער קען עפעס דעם רבי'ן ארויסהעלפן זעהט ער ווי דער רבי שטייט ביים אפענעם לעדל פונעם רבי'נס טישל אין ספרים שטוב, אינגאנצן דערשראקן און ער ווייזט פארן גבאי'ן אויפן ליידיגן לעדל, דער גבאי האט נישט פארשטאנען פונקטליך וואס איז דער באדייט פונעם רבי'נס פלוצלינגדיגע שרעק, און וואספארא שייכות דאס האט מיטן לעדל, איז ער שנעל געלאפן רופן די רעביצין, די רעביצין איז געקומען צו לויפן א פארסאפעטע, און ווען זי האט געזעהן דעם רבי'ן ביים ליידיגן לעדל, האט זי ארויסגעלאזט א יאמערליכן קוויטש און אראפגעפאלן א פאר'חלשט'טע.
דער גבאי וועלכער האט נאך נישט באוויזן צוזאמצושטעלן פונקטליך וואספארא איבערלעבעניש עס שפילט זיך דא אפ פאר זיינע אויגן, איז א דערשראקענער געלאפן צום קראן, געכאפט א טעפל וואסער, און פרובירט דערמיט אויפצומינטערן די רעביצין, אבער דאן האט זיך דער קאשמאר הערשט אנגעהויבן... די רעביצין האט זיך אויפגעכאפט א צעשרויפטע און געליאמערט 'די געלט'! 'וואו איז דאס אהינגעקומען'?, 'רבונו של עולם'!
דער רבי האט געענדיגט בודק חמץ זיין און האט זיך אראפגעזעצט אויף א בענקל, פרובירנדיג זיך צו בארוהיגן, דער גבאי האט שנעל געברענגט א גלאז וואסער און געפרעגט 'דער רבי זאל מיר מוחל זיין זאגן, מיט וואס קען איך עפעס דעם רבי'ן העלפן?, וואס איז דאס דעם רבינ'ס פלוצלינגדיגע שרעק? וועלכע געלט? פון וואס איז די רעדע?
דער רבי האט גענומען א לייכטן זופ פון דעם גלאז וואסער ער איז אביסעלע געקומען צו זיך, און אנגעפאנגען צו ערקלערן, "שוין יארן לאנג וואס איך פרוביר זיך צו זאמלען געלט פאר מיין טאכטער'ס נדן, ברוך השם דער אויבערשטער האט מיר געהאלפן און פון די קארגע פאָר גולדן וואס די ריזיגע קהלה טיילט מיך צו אלס רבי, האב איך מיר אראפגענומען דא א פרוטה דארט א פרוטה ביז ס'האט זיך אנגעזאמלט דעם שיינעם סכום פון פיר הונדערט גאלדענע רענדלעך! יא! א סכום פון פיר הונדערט גאלדענע רענדלעך האב איך בעזר השם באוויזן צוזאמצישטעלן לצורך הנדן פון מיין טאכטער תחי', דעם גרויסן סכום האב איך באהאלטן אין מיין לעדל פונעם טישל ביי מיר אין ספרים שטוב, אזוי ליגט עס שוין דארטן פאר א היפשע פאָר יאר, קיינער האט נישט געהאט דעם שליסל פון דעם לעדל נאר איך אליינס, און איך האב דאס אויכעט נישט געעפנט דורכאויס דאס גאנצע יאר, בלויז ביי די נאכט פון בדיקת חמץ דאן האב איך דעם לעדל געעפנט, בודק געווען, און צוריק פארשפארט ביז די נעקסטע יאר ביי בדיקת חמץ, אזוי טוה איך שוין אפאר יאר".
"אבער היינט האב איך געעפנט דעם לעדל, און צו מיין איבעראשונג איז די געלט נישטא... די פיר הונדערט רענדלעך זענען ווי אין וואסער אהינגעקומען...
"פון מיין זייט – איז דער רבי ווייטער ממשיך מיט א מינע פון זארג – "זאל זיין א כפרה דאס געלט אז דער אויבערשטער ווי אזוי דארף מען דאס מקבל זיין בשמחה ובאהבה, אבער וואס וועט זיין מיט די רעביצין? זי וועט דאך דאס נישט אויסהאלטן? פיר הונדערט גאלדענע רענדלעך איז זייער אסאך געלט!" פירט דער רבי אויס ווען זיין פנים ווערט פארקנייטש פיהל מיט זארגפולע אויסדרוקן.
אזוי אין מיטן רעדן לויפט די רעביצין אריין א דערביטערטע, "וואס טוט מען דא"? שרייט זי אויס א היסטערישע "די גאנצע ארבייט איז געגאנגען לאיבוד"! "אלע יארן שווערע הארוואניע פון זאמלען פרוטה נאך פרוטה אלעס איז צוגרינד געגאנגען"!
מיטן אן החלטה אז ער מיז קומען צוהילף פארן רבי'ן אויף עפעס אן אופן, מען קען נישט צולאזן אז אינעם רבי'נס שטוב זאל הערשן א אנגעצויגנקייט, ער שפאנט איין אלע שטוב מענטשן אן אויסנאם און אלע אינאיינעם פאנגען זיי אן מיט די זוכענישן, איצט פאנגט זיך אן די ריכטיגע בדיקה... מען דרייט אלעס איבער יעדעס פארדעכטיגטע זעקעלע ווערט געעפנט און ווערט אדורך גענישטערט, מען טאפט, מען זוכט... אבער דאס געלט קומט נאך אלץ נישט אפיר... זייערע זוכענישן לאזן זיך אויס מיט גארנישט... עס פאנגט אן צו הערשן אין שטוב זייער א מוטלאזע אטמאספערע, מען רעדט כמעט נישט, בלויז די פארלוירענע בליקן באגעגענען זיך צומאל איינע די אנדערע, ס'פרעגט זיך אליינס די שאלה: "וואס וועט דא זיין"?

די רעביצין איז חושד... מאיר אנטשיל!

דער הייליגער יום טוב פסח איז שוין פאראיבער און דאס געלט האט זיך נאך אלס נישט אפגעפונען עפעס א מיסטריעזער גנב האט דאס געלט גע'לקח'נט, דאס איז שוין פאר יעדערן קלאר, דער רבי מיט זיינע דערהויבענע מדריגות גייט ווייטער אן מיט זיין סדר היום פונקט ווי פריער, "אמת, דאס געלט האט איינער צוגענומען, אבער אונזער הייליגער באשעפער וואס מיר אידישע קינדער פארמאגן, דאס קען קיינער פון אונז נישט צונעמען"! אט דאס זענען געווען די טרייסט ווערטער מיט וואס דער רבי – מיט זיין פולן אמונה'דיגן לעבנ'ס שטייגער – האט שטענדיג מחזק געווען די משפחה ווען זיי פלעגן זיך קומען אפרעדן אופן מצב.
און די ווערטער זענען געזאגט געווארן מיט די פולסטע מאס ערנסטקייט, דאס איז נישט געווען געזאגט נאר אויסערליך, ווער עס קען דעם הייליגן צדיק מיט זיין שטענדיגע אמונה און בטחון, און מיט זיין קלארע ריינע מהלך ההשקפה, זעהט אין די דיבורים א ריכטיגער אפשפיגלונג פון זיין טאג טעגליכן לעבן.
געווען איז דאס איין נאכט ווען דער רבי איז אהיים געקומען פון ביהמ"ד נאכן געבן זיין חומש רש"י שיעור פאר די בעלי בתים פון די שטאט, אריינקומענדיג אין שטוב טרעפט ער די רעביצין זיצנדיג אין קאך, אנגעלאנט אויפן טיש מיט זייער א פארווייטאגטע מינע אויפן פנים, וואס האט פאסירט? פרעגט דער רבי "דאס געלט" ענפטערט די רעביצין קורץ, ווען מען קען דערקענען אין איר שטימע די אנגעצויגנקייט וואס די גניבה איז איר גורם.
'עס גייט דיר נאך אלץ נישט ארויס פון קאפ'? פרעגט דער רבי מיט א קענטיגע פארווארף, 'היתכן אז נאך אזא לאנגע צייט אפשניט קענסטו דיך נאך אלץ נישט בארוהיגן? 'אז מ'האט אזוי געפירט פון הימל דארף מען דאס מקבל זיין בשמחה! פירט דער רבי אויס מיט א שטייפע שטימע.
'ניין', מיר שטערט עפעס אנדערש" רופט זיך די רעביצין אן נאך א קורצע שטילשווייגעניש 'מיר שטערט דעם פאקט אז ס'איז גאר א גרינגע זאך צו דערגיין ווער דער אומפארשעמטער גנב איז, און מיר זיצן דא גלייכטיג, און מיר טוען גארנישט! דאס שטערט מיר!
'איך פארשטיי נישט וואס די רעדסט, מיר האבן געטון כל מיני השתדלות, געזוכט און זיך נאכגעפרעגט איבעראל, וואס הייסט מיר זיצן גלייכגילטיג'? האט דער רבי געפרעגט.
איך וועל גיבן דעם רבי'ן צו פארשטיין פון וואס איך רעד האט די רעביצין זיך מסביר געווען איך האלט אז דער גנב איז נישט קיין אנדערער ווי... מאיר אנטשיל! יא, מאיר אנטשיל הויז בחור, ער איז דער איינציגסטער וואס האט געהאט צוטריט צום רבינ'ס ספרים שטוב ער און נאר ער האט דאס גע'גנב'עט', 'איך האלט' איז די רעביצין ווייטער ממשיך! אז דער רבי זאל אראפפארן קיין סיניאטען ווי 'מאיר אנטשיל גנב' וואוינט איצט, און דער רבי זאל איהם ווארענען ער זאל זיך מודה זיין און דער רבי זאל שטרענג פאדערן צוריק דאס געלט נאר אזוי וועט זיין צוריק דאס נדן געלט אז נישט וועט קיין נדן געלט שוין מער נישט זיין! האט די רעביצין אויסגעפירט א דערביטערטע.
דער רבי גיבט א מאך אוועק מיט די האנט 'אהה' חס ושלום' רעד נישט אזוי אויף מיין מאיר אנשיל, ער איז אן ערליכער א ירא שמים, אן ארנטליכן בחור, ער האט חלילה נישט צוגערירט צו יענעמס א פרוטה, איהם רופטסו אן 'מאיר אנטשיל גנב'?
די רעביצין לאזט אבער נישט נאך און זי טענה'עט ווייטער ס'איז קלאר אז מאיר אנטשיל איז דער גנב, איינער פון די גבאים האבן מיר אפילו פארציילט אז ער האט זיך דארט געעפנט נאך די חתונה א קליין געשעפט און ער האט אפילו מצליח געווען, וויאזוי האט ער שוין באוויזן מצליח צו זיין אין אזא קורצע צייט? אויב נישט מיט אינזערע פיר הונדערט רענדלעך?, שרייט די רעביצין שוין א הייזעריגע.
אזוי האט די רעביצין פארארבייט מעשים טאג נאך טאג, גערעדט צום רבי'ן, גערעדט צו די משמשים, אז דער רבי זאל פארן קיין סיניאטען אפצובעטן דאס געלט פון מאיר אנשטיל, אבער דער רבי האט שטענדיג אפגעזאגט, זאגנדיג דערביי, מאיר אנטשיל איז נישט דער גנב, ער איז א ערליכער'.
איין טאג געווען איז דאס נאכדעם וואס די רעביצין האט שוין זייער געוויינט און געבעטן אז דער רבי זאל פאהרן, זאגט דער רבי פאר די רעביצין 'ווייסטו וואס? כ'פאר! איך פאר קיין סיניאטען, איך וועל רעדן צו מאיר אנטשיל'ען, איך וועל אים פרעגן, איך וועל פרעגן צו ער איז דער גנב, טראץ דעם וואס איך כשאני לעצמי – האלט אז ער איז ווייט פון א גנב, פונקט דאס פארקערטע פון א גנב איז ער, אבער אז די ווילסט אזוי שטארק זאג איך דיר נישט אפ'.
די רעביצין האט אויפגעלאכטן 'ברוך השם, דער אויבערשטער זאל העלפן דעם רבי'ן מיט הצלחה רבה האט זי געשעפשעט ארויסבאגלייטנדיג דעם רבי'ן.

דער רבי פארט קיין סיניאטען

דא אין סיניאטען פארט די גאנצע שטאט אויף רעדער, דאס ביהמ"ד קאכט זיך, דער הייליגער גאון און צדיק דער טשארטאקובער רבי קומט! דער גאנצער ציבור יונג און אלט גרייט זיך מיט א הכנה דרבה מקבל פנים צו זיין דעם צדיק, די קינדערלעך מיט זייערע מלמדים שטייען אויסגע'שורה'עט אינדרויסן פון די שטאט, הארט נעבן דעם טויער, און זייערע הענט האלטן זיי שילדן מיט טעוועלעך מיט פאסיגע אויפשריפטן און באגריסונגען לכבוד'ן רבי'ן.
אט זעהט מען שוין פונדערווייטנ'ס דעם רבי'נס קארעטע דערנענטערט זיך, ספאנטאן ברעכט דער ציבור אויס אלע אינאיינעם מיט פרייליכע ניגונים, די קינדער מיט זייערע מלמדים זינגען פאָר דעם נייעם פארפאסטן 'ברוך הבא' ניגון, וועלכעס איז קאמפאזירט געווארן דורך יוסל'ען דער משורר ספעציעל לכבוד דעם רבי'נס איצטיגע באזוך.
די טענער הייבן זיך, דאס התרגשות שטייגט, די געדרענג שטארקט זיך, בשעת דער רבי דערגרייכט דעם טויער פון די שטאט, די קארעטע ריקט זיך קוים אדורך די מאסן, אלע האבן די זכי' צו זעהן פני קדשו פונעם רבי'ן, דער רבי שמייכלט און זאגט שלום עליכם, פאר די וואס איז זיי געלונגען צוצושטופן זיך צו די קארעטע,
איצט פארט דער רבי גלייך צום שטוב פון ר' מאיר אנטשיל ראטשילד ער איז פון די בעלי בתים דא אין די שטאט, געווען איז ער דעם רבי'נס הויז בחור, ביז אפאר יאר צוריק ווען ער האט בשעה טובה חתונה געהאט מיט זיין חשובע פרוי דא אין סיניאטען.
גראדע וואוינען דא אין סיניאטען אסאך גבירים און נכבדים, וועלכע האבן זייער חשק געהאט אז דער רבי זאל ביי זיי אין שטוב זיך אויפהאלטן די געציילטע טעג וואס דער רבי רעכנט צו בלייבן אין די שטאט, א שטייגער ווי ר' יענקל דער ראש הקהל, א איד א גביר אדיר וועלכער איז גרייט געווען צו צאהלען א הון תועפות אז דער רבי זאל ביי איהם איינשטיין, אבער דער רבי האט אפגעזאגט אלע פארשלאגן, זאגנדיג 'נאר ביי מאיר אנטשיל וויל איך זיין'.
ר' מאיר אנטשיל שפירט דאס טאקע פאר א זכי' אז דער רבי האט אויסגעקליבן דוקא זיין דירה פאר זיין פריוואטע אכסניא, און דעריבער האט ער אריינגעלייגט כוחות אין די לעצטע שעות אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב, אזוי ווי עס פאסט זיך פאר אזא חשוב'ער גאסט.
מיט א יראת הכבוד ווארט ר' מאיר אנטשיל אפ דעם רבי'ן ביי טיהר, און לויפט אקעגן 'שלום עליכם רבי', דער רבי שמייכלט 'עליכם שלום מאיר אנטשיל געלויבט דעם אויבערשטן מ'זעמיר זיך' מאיר אנטשיל פירט אריין דעם רבי'ן אינעם צימער וואס ער האט אויסגערישט ספעציעל פארן רבי'ן, ער ברענגט אריין כיבוד, מזונות מיט פרוכט, און א ווארעמע גלאז טיי, דער רבי באדאנקט זיך, מאכט א ברכה, דערכאפט זיך דאס הארץ, און גייט זיך אביסל אראפלייגן און קומען אביסל צו די כוחות פונעם לאנגן וועג.
אויפצומארגנ'ס נאך שחרית, אהיימקומענדיג פון ביהמ"ד רופט דער רבי צו ר' מאיר אנטשיל'ען און זאגט איהם 'מאך צו די טיהר זיי מוחל, כ'האב עפעס וויכטיג אדורך צושמועסן מיט דיר', ר' מאיר אנטשיל פארשפארט די טיהר און זעצט זיך אוועק נעבן רבי'ן, דער רבי הויבט אן מיט אן ערענסטן טאָן, "הער זיך צו מאיר אנטשיל, איך האב אויסגעקליבן איינצושטיין ביי דיר, ווייל איך האב עפעס א וויכטיגע שאלה דיר צו פרעגן, ביסטו גרייט'?
מאיר אנטשיל שאקלט צו מיטן קאפ ווי אנצודייטן אז ער איז גרייט צו הערן די שאלה.
'די ווייסט דאך' זאגט דער רבי ווייטער 'אז איך האב געהאט ביי מיר אין מיין ספרים שטוב לעדל אוועקגעלייגט א גרויסן סכום געלט צו דעקן דעם נדן פאר מיין טאכטער.
מאיר אנטשיל שאקלט מיטן קאפ 'יא' ווי צו זאגן אז ער ווייסט דערפון.
איז דער רבי ווייטער ממשיך דערציילן 'אצינד ביים לעצטן מאל בודק חמץ זיין האב איך דאס לעדל געעפנט, און נישט געפונען דאס געלט דערינען'.
דער רבי קוקט אויף מאיר אנטשיל צו זעהן זיין רעאקציע אויף דעם ערציילונג, אבער מאיר אנטשיל רעאגירט נישט, דעריבער האט דער רבי ווייטער פרובירט 'מען האט געזוכט און געזוכט אבער מען האט נישט געפונען אין ערגעץ, איינער האט דאס גע'גנב'עט, דאס איז זיכער! די שאלה איז נאר ווער? נו! וואס זאל איך דיר זאגן מאיר אנטשיל, די רעביצין שרייט אז נאר די ביסט דער גנב! קיין איינער האט זיך נישט געדרייט אינעם ספרים שטוב נאר דער הויז בחור, אלזא בין איך דא געקומען צופארן, און איך בעט דיר זייער, ענטפער מיר די שאלה'.

ער איז זיך מודה

מאיר אנטשיל לאזט אראפ די אויגן, און שווייגט.. ער רעדט נישט קיין ווארט... נאך א לאנג-אויסזעהנדע פיינפולע מינוט גיבט ער זיך א רוף אן מיט א געשטיקט קול 'הייליגע רבי, זיי מיר מוחל, איך בין דער גנב!" 'איך האב גע'גנב'עט דאס געלט, אבער, עס איז מיר אוממעגליך צו באצאלן יעצט, מיין פינאנציעלער מצב ערמעגליכט מיר נישט צו באצאלן אויף איינמאל אזא גרויסן סכום, דעריבער – אויב דער רבי וועט מסכים זיין – וועל איך איצט פרובירן צו באצאלן וויפיל איך קען מיר ערלויבן, און דאס איבעריגע וועל איך אי"ה משלים צו זיין צוביסלעך!
דער רבי קוקט אויף מאיר אנטשיל'ען מיט א רחמנות בליק און זאגט 'מאיר אנטשיל, איך בין מסכים מיטן פלאן און איך בין דיר מוחל אויף די גניבה, מסתמא האסטו געהאט גאר א גרויסער נסיון, די ביזט דאך שטענדיג געווען זייער אן ארנטליכער, דער אויבערשטער זאל דיר מכפר זיין אויף די גניבה, בזכות פון דעם וואס די ביזט מקיים 'והשיב את הגזילה'.
מאיר אנטשיל איז צוגעגאנגען צום שאנק און ארויסגענומען א סכום געלט און איבערגעגעבן פארן רבי'ן זאגנדיג דערביי 'דאס איז מיין ערשטע איינגאבע די איבריגע וועל איך מיך אנשטרענגען און נאכשיקן.
און מאיר אנטשיל האט געהאלטן ווארט, נאכדעם וואס דער רבי איז צוריק געפארן למעון קדשו קיין טשארטאקוב האט נישט גענומען מער ווי א פאר וואכן, און ס'קלאפט א אידן אויפן רבי'נס טיהר, און ווען מען האט געפרעגט וואס ער ברויך, האט ער געענפערט 'איך בין א שליח פון מאיר אנטשיל ראטשילד פון סיניאטען, ער האט געשיקט פאר רבי'ן נאך א סכום געלט'
אזוי האט דאס אנגעהאלטן א היפשע תקופה, ווען יעדע פאר וואכן האבן שלוחים פון מאיר אנטשיל געברענגט נאך געלט ביז די סומע האט שוין דערגרייכט דעם פולן סכום פון פיר הונדערט גאלדענע רענדלעך.
די רעביצין איז געווען איבערגליקליך, אז דאס געלט איז צוריק דא, איבערהויפט האט זי הנאה געהאט אז זי האט נישט געפאפט, מיט איר חשד אויף מאיר אנטשיל, 'אז איך זאג אז ער איז א גנב, ווייס איך וואס איך זאג, פלעגט זי אלעמאל זאגן פאר די ארומיגע'.

ביי די שיכורים אין טרינק הויז

'גיס אן נאך א גלאז'! 'אבער שוין'! 'פון די גוטע סחורה'! נאאאָך אאאַ גלאאָעז'... שרייט וולאָדִימיִר אן הייזעריגער און א דורשטעריגער, דא אין טרינק הויז איז דאס די נארמאלע שפראך, 'גיב אהער' אויב נישט דערלאנג איך דיר א גלאז אין קאפ'! שרייט ער ווידער.
פון די זייט שטייט אַלעקס און פארלאנגט דעם גאר טייערן וויין, אִיווַאן דער בעל השענק-הויז פרובירט צו סערווירן זיין שיכור'ע קונדן אויפן בעסטן אופן, אבער פאר אלעקס צו גיבן פון דעם טייערסטן וויין שמעקט איהם גארנישט, יעדער קען דאך אלעקס דעם ארימער פויער, 'פון וואו וועט ער נעמען צו באצאלן!? טראכט איוואן ביי זיך.
אלעקס זעהט איוואנ'ס קווענקלענישן, גיבט ער א שלעפ ארויס פון טאש א גאלדענעם רענדל, 'דא האסטו'! גיבט ער א זאג.
איוואן'ס אויגן גיבן זיך א דריי פאר פרייד, אזא גאלדענעם רענדל איז דאך אסאך געלט 'פון וואו קומט דאס צו דיר' פרעגט ער פון אלעקס'ן נישט קענענדיג באהאלטן זיין נייגער.
'כ'האב דאס געטראפן' ענפערט אלעקס אפ קורץ און שארף, איוואן טראכט נישט קיין צוויי, ער גיסט איהם אן א פילע כוס פינעם גוטן סארט, אלעקס באנעצט דערמיט דאס גערגל, און פאנגט זיך אן טרעפן דאס פלאץ צווישן די צום – טויט – פאר'שיכור'טע חברה.
אויף צומארגנס האט זיך די זעלביגע בילד איבערגעשפילט, אלעקס פארלאנגט דעם טייערן וויין, ער ווארט נישט אויף קיין כבוד, נאר ציעט גלייך ארויס פון די קעשענע א גאלדן רענדל, 'פון וואנעט פארמאגסטו דאס'? פרעגט ווידער איוואן א פארווואונדערטער, 'געטראפן' קומט דער באלדיגער ענטפער, דאס גלעזעלע פילט זיך אן, אלעקס דערקוויקט זיך, און הוליעט מיט זיינע חבירים די פויערן.
אזוי שפילט זיך דער בילד איבער טאג נאך טאג, ביז ביי איוואן אין מח האט דאס אנגעהויבן אנצונדן א רויט לעמפל.
'טרעפן גאלדענע רענדלעך רעגלמעסיג יעדן טאג איז זייער א נארישער ליגנט' טראכט איוואן ביי זיך, 'גאלדענע רענדלעך דרייען זיך נישט אין די גאסן ווי מיסט', דאס איז דאך גאר א טייערער ארטיקל.
איוואן באשליסט אז ער קען נישט צולאזן אזא רויבער אנגיין ווייטער אומגעשטערט 'עפעס מוז מען טאן אפצושטעלן דעם גנב' טראכט איוואן אנטשלאסן, און טאקע זאפארט טוט ער צו די זאך, ער הויבט זיך אויף און לויפט אריבער צום שטאט-הויפט 'אלאסק' איז זיין נאמען, און ער פארציילט איהם זיין מיטלעבעניש וואס ער האט מיט איינע פון זיינע קונדן, וויאזוי ער קומט א יעדן טאג אריין אין געשעפט און טרינקט פונעם גאר טייערן וויין, דאן באצאלט ער מיט א גאלדן רענדל, וואס ער האט געטראפן..
'אלאסק' הערט אויס איוואן'ס געשיכטע און זאגט 'פיין, גוט אז די אינפארמירסט מיר מיט די נייעס, איך וועל דאס אויספארשן מיט די פאליציי אינאיינעם, א דאנק' און ער שטעלט זיך אויף ארויס צובאגלייטן איוואן צו די טיהר, שטייענדיג שוין ביי די טיהר דרייט ער זיך אויס צו איוואן זאגנדיג 'ווייסטו וואס, בעפאר איך הייב אן מיט דער אויספארשונג, האב איך פאר דיר א פלאן, די נעקסטע מאל ער קומט אריין צו דיר אין געשעפט גיב איהם צוטרינקען פון גאר שארפע משקה, אזוי אז ס'זאל זיך דאכטן אויף א גרופע פערד אז דאס איז א שטאט, און אז א טיגער איז אן עסנווארג... דאן זאלסטו פון איהם פרובירן ארויסצובאקומן פונקטליכע אינפארמאציע וויאזוי די גניבה איז צוגעגאנגען.... ערלעדיגט? איוואן שמייכלט און שאקלט צו מיטן קאפ בהסכמה.

דער אמת ווערט אנטדעקט!

דעם נעקסטן טאג, אין די מיטאג שטונדן, שטייט איוואן אין געשעפט א נערוועזער, ער האט היינט א שווערע אויפגאבע אויסצוגעפונען פונקטליכע פרטים איבער אלעקס און איבער זיין מיסטריעזע אופן פון "געפונען" טעגליך גאלדענע רענדלעך... זייענדיג אזוי פארזינקען אין זיינע געדאנקען מערקט ער אפילו נישט ווי אלעקס איז ווידער דא, פלוצלינג ווערט איוואן'ס מחשבות איבערגעהאקט הערנדיג אלעקס פארלאנגען ווי זיין שטייגער 'גיב מיר דעם טייערן וויין' איוואן פארבייסט זיך די ליפן שטייף, און שלינגט שנעל אראפ דעם חוצפה'דיגן שמייכל וועלכער האט זיך כמעט ווי ארויסגעכאפט... ער גיסט איהם אן א גלעזעלע וויין געמושט מיט גאר א שארפן געטראנק וואס ער האט שוין געהאט אנגעגרייט פון פריער, אלעקס ווייסט נישט פון קיין צרות צוזאגן ער טרינקט דאס אויס מיט איין אטעם, נאך פאר דאס גלעזעלע איז אויסגעלערט געווארן, האבן זיך פאר אלעקס'נס אויגן אפגעשפילט א 'שטערן טאנץ' פרעזענטאציע... א מיליארד שטערנ'ס זענען ארום געפלויגן פאר זיינע אויגן מיט א מיואמידיגע שנעלקייט... ער האט נישט באוויזן אנצוכאפן דעם דערנעבנדיגן בענקל בעפאר ער איז אראפגעפאלן אויף די פאדלאגע ווי א געלערנטער שיכור...
איוואן דערנענטערט זיך צו אלעקס'ן וועלכער וואלגערט זיך אין שיכרות, און ער גייט גלייך צו צום ענין, 'זאג נאר' פרעגט ער איהם, 'פון וואנעט פארמאגסטו לעצטענס אזויפיל געלט'? 'זאג מיר, אפשר קען איך ווערן א שותף מיט דיר'?
אלעקס מורמלט ארויס פון אונטער די וואנצעס, 'פרעג נישט' כ'בין פלוצלינג רייך געווארן' זאגט ער פרייליכערהייט 'מיין ווייב האט געהאלפן רוימען אין שטוב פונעם אידישער ראבינער דא אין די שטאט בעפאר זייער יום טוב זי האט באמערקט דארטן א פארשפארט לעדל אין איינער פון די צימערן זי האט גלייך באמערקט, מיין ווייב האט א געניט אויג, יא, מיין ווייב האט באלד באמערקט אז דארט איז דא עפעס סחורה, און ווען דעם ראבינער'ס ווייב האט נישט באמערקט האט זי דאס אויפגעבראכן און געטראפן דארטן פיר הונדערט גאלדענע רענדלעך, פארשטייסטו'? ס'גוט אויף דער וועלט! הא! אזוי האט אלעקס פארציילט פאר איוואן און גלייך איז ער צוריק אריינגעפאלן אין א שיכרות אטאקע און אנגעהויבן זיך וואלגערן אויף דער ערד אזוי ווי ס'ברויך צו זיין...
איוואן ווייסט וואס ער האט צו טוהן ער לויפט גלייך אריבער צו די פאליציי וועלכע זענען שנעל געקומען צו לויפן און געבינדן דעם גנב מיט קייטן און אפגעפירט ווי ער באלאנגט...

דער רבי ווערט גערופן...

דער רבי זיצט איצט ביי זיך אין ספרים שטוב איינגעהילט מיט די טלית ותפילין און לערנט אויף זיין דערהויבענעם שטייגער, פלוצלינג קלאפט מען אויף די טיהר, דער גבאי עפנט אויף די טיהר, שטייען דארט צוויי זשאנדארן, איינער פון זיי רופט זיך הויעך אן 'דער ראבינער ווערט געלאדנט אויף א באזוך ביים הויכגעשעצטן שטאט הויפט 'אלאסק', דער גבאי גייט אריין צום רבי'ן אין ספרים שטוב א דערשראקענער און גיבט איבער פארן רבי'ן דעם שליחות, ווער ווייס וואס דאס מיינט? טראכטן זיי, 'דער שטאט הויפט רופט, עפעס ערנסט באדייט דאס'.
דער רבי טוט זיך אן די רעשוואלקע און מיט א תפילה צום אויבערשטן צילט ער זיינע טריט צום שטאט הויפט 'אלאסק'ס פאלאץ
אריינקומענדיג באפעלט אלאסקי דעם רבי'ן זיך צו זעצן, ער זעצט זיך אראפ אקעגן איבער, און הויבט גלייך אן, 'חשובער ראבינער איר האט קינדער'?, 'יא' ענטפערט דער רבי, נישט וואוסענדיג צו וואס ער צילט מיט זיין שאלה, אלאסקי שטעלט נאך א פראגע, וויאזוי מאכט איר זיי חתונה? איר האט דען געלט זיי חתונה צו מאכן?
'איך וועל אייך זאגן דעם אמת' ענטפערט דער רבי מיט א רוהיגקייט, 'ביז היינט האב איך מיטן אויבערשטענ'ס הילף שוין חתונה געמאכט אלע קינדער, ס'איז טאקע שווער אנגעקומען אבער דער אויבערשטער פארלאזט אונז נישט, איצט זיך איך שוין א שידוך פאר מיין אינגסטע טאכטער, דא שטעלט זיך דער רבי אפ אפאר סקונדן, דאן איז ער ווייטער ממשיך, איך האב שוין אפילו געהאט זיך אנגעזאמלט א גאר גרויסן סכום פאר נדן, נאר עס איז גע'גנב'עט געווארן און איך האף... 'איך האב נייעס פאר אייך, ראבינער' האקט יאלאסקי איבער דעם רבי'ן, 'מיר האבן באוויזן צו דערווישן דעם גנב'.!
און יאלאסקי פארציילט פארן רבי'ן די גאנצע השתלשלות הדברים פון ווען איוואן איז געקומען דערציילן ביז זיי האבן ארויסבאקומען פון אלעקס'ן דעם ריינעם אמת, 'דא האט איר דאס גאנצע געלט', בלויז אפאר רענדלעך פעלן וואס דאס האט שוין אלעקס געשפענדעט פאר זיינע וויינען', זאגט דער שטאט הויפט.
'ישר כח, א שיינעם דאנק אייך', זאגט דער רבי בשעת ער שפאנט ארויס פון יאלאסקי'ס פאלאץ אינגאנצן א צוקאָכטער 'וואס גייט דא פאר'? טראכט דער רבי צו זיך, 'ווער איז דער ריכטיגער גנב דא' 'עפעס אומפארשטענדליכ'ס האט דא געמוזט פאסירן' ביז דער רבי באשליסט אז ער פארט נאכאמאל קיין סיניאטען.

ס'שווימט ארויף דער ריינער אמת...

איצט איז דער רבי שוין געקומען צופארן ממש אליינס בלויז איינע פון די משמשים איז מיט געקומען, דער רבי איז גלייך צוגעפארן צום הויז פון מאיר אנטשיל, וועלכער איז געכאפט געווארן אין שאָק, זייענדיג גאר איבעראשט פון רבי'נס פלוצלינדיגער באזוך, מאיר אנטשיל איז געלאפן אריין ברענגען עפעס כיבוד, און דער רבי פארציילט איהם זיין לעצטיגע איבערלעבניש און פאדער פון מאיר אנטשיל, "זאג מיר אויס דעם ריינעם אמת וואס האט ווירקליך דא פאסירט ביזטו געווען דא דער גנב צו נישט?', מאיר אנטשיל רופט זיך אן 'הייליגע רבי ווען דער רבי איז געווען ביי מיר דאס פאריגע מאל, האב איך נישט געקענט ציקוקן דעם רבי'נס צער און עגמת נפש איבער דאס פארלוירענע געלט, איבערהויפט האב איך געזעהן אז די רעביצין איז איבערצייגט אז איך בין דער גנב עד כדי כך אז דער רבי איז געקומען צו מיר צופארן דעם לאנגן וועג קיין סיניאטען, און איך האב פארשטאנען אז אויב איך וועלן זאגן אז נישט איך בין דער גנב וועט מען סייווי נישט גלייבן, דעריבער האב איך באשלאסן ענדערש זיך "מודה" צו זיין, אזוי וועט די רעביצין זיין צופרידן און אינעם רבי'נס שטוב וועט הערשן א רוהיגקייט אז מ'האט געכאפט דעם גנב... איך האב אבער נישט געקענט באצאלן אלעס אויף איין מאל, זאגט מאיר אנטשיל ווייטער 'דעריבער האב איך דאס צוביסלעך אפגעצאל'ט.
דער רבי הערט אויס און איז גאר איבערראשט פון די ווערטער וואס ער האט יעצט געהערט, ער גייט צו צי מאיר אנטשיל גיבט איהם א קוש אין שטערן, און וואונטשט איהם אן 'דער הייליגע באשעפער זאל העלפן אז די זאלסט מצליח זיין און עס זאל ארויסקומען פון דיר דורי דורות עשירים.
דאס איז געווען מאיר אנטשיל 'ראטשילד' דער טאטע פון די בארימטע ראטשילד פילאנטראפן וועלכע האבן זיך ווירקליך בארימט געמאכט מיט זייער אויסטערלישע עשירות פאר דורי דורות.
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

חומר, דו געסט מיר 'חומר' צו ליינען פאר די נעקסטע וואך צייט...

ביקסאד,
דער טיטול 'צדיק' האט מיר אביסל געקיצלט, מה היה טיבו של זה שקראת אותו בתואר 'צדיק'?
לחיים ולברכה!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער טיטל האב נישט יאך געגעבען, דאס האט געגעבען איינע פון די מפורסמים בדורו,
יאך געדענק נישט אויף די מאמענט ווער.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

א חוץ'ען פאטער פון די ראטשילד'ס ר' אנשיל
איז דאכט זיך נישט דארט געווען קיין היימישע נאר ר' שמעון וואלף.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עס איז כדאי צו וויסן אז ראטשילד האט זיך נישט אנגעהוין ביי רבי מאיר אמשל (נישט אנשיל), עס איז אן איר אלטע פארצווייגטע אשכנזי'שע משפחה.

דער באבו'ער רב ז"ל פלעגט צו דערציילן אן אנדערע גירסא פאר זיין עשירות דורך א ברכה פונעם חכם צבי.
אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע:אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

אוועטאר
טאגליכט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 295
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 03, 2006 5:27 pm
לאקאציע:אויפן פליגער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאגליכט »

די ראטשילד באנק היינט צוטאגס

ttp://www.rothschild.com/
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ביקסאד האט געשריבן: דער טיטל האב נישט יאך געגעבען, דאס האט געגעבען איינע פון די מפורסמים בדורו,
יאך געדענק נישט אויף די מאמענט ווער.


איינע פון די חשובע קינדער פון חת"ס (דענק איך נישט פונקט ווער) איז געווען שטארק בידידות מיט ר' שמעון וואלף. ווען ער האט געהייסן א נאמען געבן פאר איינע פון זיינע קינדער נאך דעם ראטשילד און די מקורבים האבן אויסגעדרוקט וואונדער, האט ער געזאגט אז עס איז ביי אים זיכער אז ר' שמעון וואלף איז געווען א בעל רוח הקודש.

ס'איז אויך באקאנט די מעשה מיט א סופר וואס ר' שמעון וואלף האט געדינגען ער זאל זיצן ביי אים אין שטוב און שרייבן א ספר תורה. צום סוף האט ער אים באצאלט און געהייסן מיטנעמען דעם ספר, ווייל דער סופר האט אים דערלאנגט א חשבון לויט די גוי'אישע חדשים...

בלויז צו האבן אזא רייכטום (א זעלטענהייט אין יענע טעג פאר א היימישן איד) און דאך בלייבן א תורה טרייע איד מיט אלע דיקדוקים, פאר דעם זעלבסט קומט אים די טיטול צדיק!
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

שמעון וואלף ראטשילד איז טאקע געווען א שותומ"צ מיט א געפיל צו פרומע אידן. אבער אים צו באטיטלען הרה"צ איז אייניג צו באטיטלען Joseph Lieberman הרה"ק...

די אלע לעגאנדעס ארום אים. זענען אזוי אמת ווי די לעגאנדעס איבער ר' משה מאנטיפיארע'ס חרדישקייט.

איך וועל בל"נ ברענגן מער פרטים לכשירחיב הזמן.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

לעצטע בלעטיל אינעם פראנקפורטער יזכור בוך

נ.ב. אשאד מען קען נאר ליגן ביז 600 פיקסעלס, מען וואלט עס געדארפט אינקריסען עטליסט דער הייעך ביז 1000
אטעטשמענטס
Picture 5.jpg
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

קלונימוס, ביזט אביסל מגזם!

רבי שמעון וואלף איז נישט געווען קיין דזשוסעף ליבערמאן... ער איז געווען א שטיקל יודע ספר און איז בפועל געווען א פרומער איד (נישט בלויז א געפיל צו פרימע אידן), אפשר נישט קיין צדיק יסוד עולם אבער פארט אן ערליכער פרומער איד.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

אין עולמו של אבא , פארציילט דארט הרב מילער , נישט די סקרענטענער , ווען ער באשרייבט פרעשבורג וואו ער קען זיך זייער גוט אויס , זייענדיג א פרעשבורגער תלמיד , פארציילט ער דארט פונעם גרויסען ידודות וואס האט געהערשט צווישן דעם הייליגן כתב סופר אין דעם שמעון וואלף , ער טענה'ט דארט אז ער איז יא געוועהן גאהר אן עהרליכער , און גאנץ א שיינער תלמיד חכם , און א צדיק , עד כדי כך אז דער כת"ס האט גאהר געכאפט התפעלות פון איהם , זייענדיג אויף א באזוך ביי איהם ווען ער איז געפארן אויף פראנקפורט אויף קברי אבות , האט ער ביי איהם אפגעשטאט א באזוך אין ער איז שטארק נתפעל געווארן פון זיין תורה קענטעניסן , און זייט דעמאלס איז דער באראן געווארן א גרויסע שטיצער פון דער פרעשבורגער ישיבה , שיקנדיק ריזיגע סכומים חודש בחדשו , אגב אין גוייש האט ער זיך גערופן קארל ווילהעלם ,
קלונימוס
שר חמישים
תגובות: 95
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג סעפטעמבער 21, 2009 9:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלונימוס »

עס איז דא א אינטערעסאנטער בוך איבער די ראטשילדס, http://www.amazon.com/House-Rothschild-Moneys-Prophets-1798-1848/dp/0140240845 . עס געפינט זיך ערגעץ בבית גנזי און איך וועל עס בל"נ אפירזוכן אין מעתיק זיין אביסל באריכות די ריכטיגע היסטאריע פון משפ' ראטשילד בכלל, און שמעון וואלף- קארל ווילהעלם בפרט.

איך לייקען נישט אז ער האט שטארק געשטיצט די ארטאדאקסישע אידן, ער איז נאר נישט געווען דאס וואס מ'פראבירט אים אראפצולייגן אין אונזער היסטאגראפיע.
די ריכטיגע פערזענליכקייט פון ר' משה מאנטיפיארע (א שוואגער מיט די געלונגענסטער פון די אריגיניעלע 5 ראטשילד ברידער, נתן) דארף אויך א לענגערע באשרייבונג. אז אי וועל האבן צייט וועל איך שרייבן אביסל בל"נ.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3333
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

דער מעשה מיט מאיר אמשעל מיט רבי הירשלי טשארטקובער קלאפט נישט מיט דיר יארן.
בואו חשבון:
באראן מאיר אמשעל ראטשילד איז געבוירן אין 1744
און רבי הירשלי איז נסתלק געווארן שנת תקיד 1754
מאיר אמשעל'ס טאטע איז געשטארבען אין 1755, דאס עטלסטע וואס מאיר אמשעל האט געקענט זיין - אויב דער אויבענדערמאנטע מעשה איז אמת - איז 10 יאר און זיינע עלטערן האבן נאך דעמאלטס געלעבט אין פראנקפורט (זיין מאמע איז אוועק 1756).
וואס האט מאיר אמשעל - א פראנקפורטער געבוירענע - און דורי דורות א פראנקפורטער משפחה, פארלוירן אין טשארטקוב - מזרח גאליציא, און נאך גאר צו דינען אלס אן הויז בחור????
לעצט פארראכטן דורך איטשע אום דאנערשטאג אקטאבער 15, 2009 7:59 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טיטאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טיטאניק »

איטשע, וואס איז די באדייט פון 'מאיר אמשעל' ? נישט 'אנטשיל' ?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע:צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

טיטאניק האט געשריבן: איטשע, וואס איז די באדייט פון 'מאיר אמשעל' ? נישט 'אנטשיל' ?

וואס א חילוק, דער עיקר אז דער 'א' איז נישט אנדערש (ווען נישט וואלטן מיר געהאט א פראבלעם מיט די באקאנטע ר"ת פון גמר"א...)
לחיים ולברכה!
שרייב תגובה

צוריק צו “משפחה ומשפחה”