קויפן דייטשע ארטיקלען, א פראבלעם?

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

דא שטייט אז די פירמע האט עקזיסטירט ביז 1996
אז מ'לעבט דערלעבט מען
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

פארשלאפן האט געשריבן:
דערפאר קויפן מיר טאקע רוב ארטיקלען "געמאכט אין כינע"
דארטן איז דאך נישט פארהאן די שנאה...

דאס בעסטע איז ווען אין טשיינע איז עס געמאכט
דארט האבן אידן נאכנישט געליטן פון קיין שלאכט
ווי אין אנדערע לענדער נישט מער געדאכט
זאלן די אייראפע'ער פלאצן ווערן צוקראכט
ווען גאנץ כלל ישראל פון זיי לאכט.


נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם?
קול כינורך מעולם לא נדם,
היטבת לומר בן אדם,
כי לעולם לא נכפר על הדם,
על קרן ישראל אשר נִגְדַם,
בידי חיתו טרף בדמות אדם,
מבלי התייצב איש נגדם,
לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

יידישיסט האט געשריבן: נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם?
קול כינורך מעולם לא נדם,
היטבת לומר בן אדם,
כי לעולם לא נכפר על הדם,
על קרן ישראל אשר נִגְדַם,
בידי חיתו טרף בדמות אדם,
מבלי התייצב איש נגדם,
לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!


שלום עליכם יידישיסט, שוין לאנג נישט געשמועסט... באלד קומט סליחות, עמיר קענען רעדן נאכאמאל...
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

lebediger berel האט געשריבן: דא שטייט אז די פירמע האט עקזיסטירט ביז 1996

גערעכט ר' בער
טעיתי מיט מיין קלער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יידישיסט האט געשריבן:
פארשלאפן האט געשריבן:
דערפאר קויפן מיר טאקע רוב ארטיקלען "געמאכט אין כינע"
דארטן איז דאך נישט פארהאן די שנאה...

דאס בעסטע איז ווען אין טשיינע איז עס געמאכט
דארט האבן אידן נאכנישט געליטן פון קיין שלאכט
ווי אין אנדערע לענדער נישט מער געדאכט
זאלן די אייראפע'ער פלאצן ווערן צוקראכט
ווען גאנץ כלל ישראל פון זיי לאכט.


נרדם נרדם! הלזאת יקרא נרדם?
קול כינורך מעולם לא נדם,
היטבת לומר בן אדם,
כי לעולם לא נכפר על הדם,
על קרן ישראל אשר נִגְדַם,
בידי חיתו טרף בדמות אדם,
מבלי התייצב איש נגדם,
לעולם לא נשכח, ולא נסלח. לעולם!!!


ואתפלל ואתחנן לאלוקי לילה ויומם
דם עבדיו השפוך ינקום נקמם
ארצו עירו מקדשו וביתו יקומם
ואז שמו בכל לבי ארומם.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

די "ארטיקלען" דא קומען זיכער נישט פון דייטשלאנד.
אגב
כ'האב איצט געקויפט א "פענסיל שארפענער" פאר מיין טאכטער, שטייט דערויף אז די BLADE איז געמאכט אין דייטשלאנד, און ס'איז אסעמבעלד אין כינע, האבעך געטראכט א שניידער און א מזיק דאס מאכן זיי גוט, אבער עס צוזאם שטעלן ס'זאל זיין א נוצבארע כלי פאר מענטשן דאס האבן שוין די כינעזער געמוזט טון.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

;l;p-

פארן לעבעדיגן בער
אוועטאר
זאמלער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 464
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 12, 2010 4:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאמלער »

אין איינער פין די בלעטער איז געווען געשריבען אז א היימישער איד פין ב.פ האט געקויפט א טאג ביך פין מענגעל ימ''ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

לדעתי קען מען נישט מאכן א קוגל פון אלע קאמפאניס, לא הרי זה כהרי זה, די פאלקסוואגאן למשל, איז אן אינסענטיוו פונעם צורר היהודים אליין, (אגב איז די געדאנק אויך געווען מיוסד און קאמוניזם, ווייל עס דארף זיין א "פאלקס" קאר דאס הייסט און אונזער שפראך "המון עם" נישט נאר די עליטע, און די ציל איז געווען "גלייכבארעכטינגונג" ) דאס גיט עס אן עקסטערע סיבה אויף נישט.

נאכדעם איז מערסעדעס, וואס מען זאגט אז זיי האבן געמאכט די אויבנס אדער די באנען (אפשר ביידע) וואס מען האט געניצט איף די השמדה, אין די סימבאל איז געווען די לעצטע זאך וואס אונזערע אור עלטערען האבן געזען פאר זייער טראגישן טויט ר"ל הי"ד בקרוב.

יעצט לגבי בוש מאשין איז א אנדערע מעשה ווייל די אנדערע מאשינען אויף צו קנעטען זענען למעשה בכלל נישט אין די ליגע מיט בוש, און אז מען קען נישט אנדערשט איז שוין דא א לימוד זכות, אבער א קאר איז דא גענוג גוטע קארס נישט פונעם ארץ הדמים.

יעצט איז אזוי, די מקור אויף נישט ניצען איז נישט סתם א געפיל, עס נעמט זיך פון דעם חרם אויף שפאניע וואס מען האט געמאכט נאכן גירוש, וואס דאס אליינס איז געווען "געמאדעלט" אויף די איסור אין די תורה אויף מצרים "לא תוסיפון לשוב בדרך הזה עוד".

צי ס'איז למעשה געווען א חרם - וואס דער הייליגער מנחת אלעזר זאגט אז ניין - אויף דעם איז דא אנדערע וואס שרייבן אז יא, קאשוי רב פלעגט זאגן אז זיין באבע איז געווען א אייניקעל פון יוצאי שפאניע, און זי האט אים געזאגט אז ביי זיי און די משפחה איז געווען מקובל אז עס איז יא געווען א חרם, און וועגן דעם איז עס ביי אים געווען ממש א "דאורייתא".

על דרך זה, האט ער געהאלטן אז אויפן ארץ הדמים איז דא די זעלבע אדער נאך א שטערקערע סברה לאיסור, אין אויף א קלענערע פארנעם פולין, אגב א גוי פון די פלעצער, איז אויך געווען ממש "ביהרג ועל יעבור".
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

לכתחילה אריבער האט געשריבן: צי ס'איז למעשה געווען א חרם - וואס דער הייליגער מנחת אלעזר זאגט אז ניין - אויף דעם איז דא אנדערע וואס שרייבן אז יא,

לפני זמן רב שמעתי שהחסיד ר"י יעב"ץ -מגולי ספרד- כותב בספרו כלי גולה, שעשו חרם.
ועמך כולם צדיקים
פלוני
שר חמש מאות
תגובות: 706
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 04, 2008 11:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלוני »

ווארד2007 האט געשריבן: ענליכס איז געזאגט געווארן לגבי זיך באנוצן מיט פראדוקטן פון ארץ ישראל, דרוקן ספרים אין ארץ ישראל, לערנען ארט סקרול גמרות, לולבים פון ארץ ישראל, טליתים פון ארץ ישראל וכו' וכו'


שמעתי אז הרה"צ מפאפא זצוק"ל האט זיך אפגעהאלטן פון ניצן ארץ ישראל'דיגע פראדוקטן מהאי טעמא.
מלה בסלע משתוקא בתרין (מגילה יח). אם תרצה לקנות הדבור בסלע תקנה השתיקה בשתים. רש"י:
סייג לחכמה שתיקה, והחכמה בעצמה היא לדבר מה שצריך (דברי תורה - מונקאטש)
דער קאמפיין איז נאך אקטועל https://go.thechesedfund.com/netzachvhoid/standalone
אוועטאר
מבין נומ 1
שר האלף
תגובות: 1115
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 24, 2009 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מבין נומ 1 »

יישר כח פארן פותח האשכול, כ'שוין שיער געהאט א קלער צו קויפן א וואלקס וואגאן (מיני ווען), נאכדעם וואס לעצטנס איז עס אביסל פארשפרייט געווארן, און סהיבש ביליג. כהאב מחמת חוסר ידיעה נישט געוואוסט ווי הארב דאס איז פאר אונזערע עלטערן.
תכלית המבינות שנבין שאיננו מבינים...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

יא, מבין, איך זאג דיר שכח פארן נישט קויפן, ווען איך זע א היימישן איד אין א וואלקס וואגן קען איך אים נישט קוקן אין פנים אריין, און דיר מבין וויל איך נאך בלייבן א גוטער פריינד.
ליידער, ליידער, זוי גייט עס, די געפילן שטארבן אפ. איך האלט יעדער וואס קויפט א דייטשע קאר איז אדער א יצא מדעתו אדער סתם אומוויסענד. דער האט דאך דיין זיידע באבע מיט אלע זיסע קינדערלעך דער'הרג'עט.
כ'האב פונקט איצט געהערט א אינטערוויו וואו א איד האט צוגלייגט זיינע ברודערלעך און שוועסטערלעך וואס מ'האט געטראגן אין אוישוויץ, כ'האב אזוי געוויינט וואו ער האט דערציילט וואו די שוועסטער די זעקס יעריגע גיטעלע האט זיך געדראפעט אין באן אויף דעם טאטנ'ס שויס. אוי באשעפער.
נקום לעינינו נקמת דם עבדיך השפוך.
און איר ברודער, הערט אביסל, פרעגט אביסל די פאר עלטערע אידן וואס לעבן נאך, אייער בלוט וועט קאכן און זידן, און אזוי ברויך צו זיין.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר שטארקמאן »

יא לעבעדיגער גערעכט
כ'טענה זיך כסדר מיט מענטשען וואס זאגען אז ס'נישט קיין פראלעם צי קויפען א דייטשע קאר, זאג איך זיי, יא אמת על פי הלכה מעגסטו אבער דער וואס ווייסט וואס עס האט פאסירט אין האט אביסעלע געפיהל וועט קיין דייטשע קאר נישט קויפען,

די זאך איז נאר אז אסאך פין די יונגווארג ווייסט נישט געהעריג וואס ס'האט פאסירט, יא זיי ווייסען ס'געווען עפעס א מלחמה אין מ'האט געהארגעט יודען אבער זיי ווייסען עס נישט במוחש,
מ'וואלט מער געדארפט רעדען אין פארציילען דערוועגען בבחינת זכור את אשר עשה לך עמלק, מער ליינען דערוועגען אין וויסען וואס ס'האט פאסירט צי אונז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זאלען זיי זיך האלטען זייערע אוטומאבילען לא מעקצץ ולא מדובשך,
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פראפעסאר שטארקמאן האט געשריבן: די זאך איז נאר אז אסאך פין די יונגווארג ווייסט נישט געהעריג וואס ס'האט פאסירט, יא זיי ווייסען ס'געווען עפעס א מלחמה אין מ'האט געהארגעט יודען אבער זיי ווייסען עס נישט במוחש,
מ'וואלט מער געדארפט רעדען אין פארציילען דערוועגען בבחינת זכור את אשר עשה לך עמלק, מער ליינען דערוועגען אין וויסען וואס ס'האט פאסירט צי אונז אין די נישט ווייטע פארגאנגענהייט, זאלען זיי זיך האלטען זייערע אוטומאבילען לא מעקצץ ולא מדובשך,


זיי ווייסן כמעט גארנישט, זאג אזא אינגערמאן וואס זעט נישט קיין פראבלעם מיט די דייטשע קאר ער זאל זיך אויס'משל'ען דאס פאלגענדע:

אין דעם שכנות'דיגן בנין וואוינט א גוי'איש'ע משפחה, למשל, ראבינסאן. מ'לעבט אין גוטן, מ'האנדעלט, מ'העלפט זיך איינער דעם צווייטן, אא"וו.
איין שיינעם טאג קומען אריין עטליכע פון די חיות. מיט אויסגעשטרעקטע רעוואלווערן, מיט גרויסע שרעקליכע ווילדע הונט, זיי נעמען אלע דיינע זיסע ברודער און שוועסטער, דיין מאמע, דיין זיידע באבע, ווארפן זיי אריין אין גארבידזש קאנטעינערס, מאכן צו די דעקלעך מ'זאל נישט קענען ארויסלויפן, זיי טראגן זיי פאר א וואך צייט אויפן הייוועי, דו הערסט די קולות, די יללות, נישטא קיין ביכ"ס קיין לופט וכו', צוויי פון זיי גייען אויס אויפן וועג. מ'קומט אן מ'הייסט דיין זיידע באבע, ברודערלעך שוועסטערלעך און דיין מאמע גיין אויף איין זייט. די וואס לעבן שוין נישט ווארפט מען סתם אזוי אין גארבידזש אריין צום אינסינערעיטאר. און דו מיט דיין טאטן גיין אויף די צווייטע זייט. די באליבטע זיידע באבע דיין געטרייע מאמע, און די צוקער זיסע אומשולדיגע ברודער און שוועסטער ווערן געפירט אין גאז קאמערן, מען הייסט זיי זיך אויסטון ווי אדם הראשון און מ'טראגט זיי אריין אין א גרויסן צימער און ס'הייבט אן צו קומען שטיקעדיגע גאז, זיי זוכן נעבעך לופט צו אטעמען זיי דראפען זיך אויף די גראדע ווענט אוי באשעפער אביסל לופט, און די עלטערן זעען וואו די קינדער פאלן אוועק אנמאכט און זיי שפירן זייערע כוחות לאזן זיך אויס און שרייען שמע ישראל און ביז צען פופצן מינוט איז נישטא קיין זכר פון לעבן. מ'פירט זיי אריין אין קרעמאטאריום אריין און פון זייער פעטן מאכט מען זייף און די גופים פארברענט מען ביז צום לעצטן ביין אלץ אש וואס מ'גיסט אויס אין מיסט אריין.
און די זעלבע צייט האט מען דיך מיט דיין טאטן צוגענומען אלעס ביזן לעצטן שיכן בענדל, אפגעשוירן די האר אזוי ווי פאר די לויים, מיט א ברענעדיג נאדל אריין געשטאכן נומערן, און געגעבן א דין געשטראפטע אנצוג. פון יעצט און ווייטער פאר די קומענדיגע פינף יאר ביזטו א נומער. דיין טאטע האלט נישט אויס און דו בלייבסט לעבן אונטערן שאטן פון טויט, הויט און ביין,אן קיין שום מענטשליך געברויך ארבעט פינף יאר עבודת הפרך, יעדן טאג שטייט מען מיט א דין העמד צוויי דריי שעה ביים אפעל, און די גרעסטע היצן אונטער די ברענעדיגע זון אן קיין טראפ וואסער, און די גרעסטע פרעסטן ווערט מען פארפרוירן פאר קעלט. און פאר די קלענסטע עולה שיסט מען, ווען ס'פאלט איין פאר סיי וועלכן משפחה מיטגליד זיך אביסל צו אונטערהאלטן שמייסט מען אריין מכות רצח און מען אמוזירט זיך אויף דיין בלוט, אזוי האלט אן פינף יאר בהעלם אחת.
דערנאך האבן זיי דיך געמוזט באפרייען ביזט געבליבן איינער אליין אויף דער וועלט. קראנק און חרוב בגשם וברוח.
דערנאך האבן די איבערגעבליבענע פון די ראביסאן משפחה געעפנט א אויטא פאבריק, טאקע א גוטע קוואליטי. און זיי מאכן דערויף גוט געלט. און ס'האט א גרויסע ראבינסאן לאגא אויף זיך פון פארנט און פון אונטן
וואלסטו געקויפט אזא קאר ?
דאס איז נישט קיין משל, אט דאס אויבנדערמאנטע און נאך אסאך ערגער האט דאס דייטשע פאלק געטון פאר אונזערע עלטערן איז נישט א שאנדע צו קויפן זייערע פראדוקטן ווען מ'קען זיך באיזה אופן שהוא אן עצה געבן אן דעם ?
אז מ'לעבט דערלעבט מען
פראפעסאר שטארקמאן
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 20, 2009 8:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראפעסאר שטארקמאן »

לעבעדיגער,זייער גוט ארויס געברענגט, אין לכאורה די זעלבע קאמפאניס וואס מאכען יעצט די אוטומאבילען האבען דאן געמאכט די טאנקען אין מיליטערישע טראקס וואס איז געניצט געווארען צי טאראריזירען אונדזערע עלטערען,

אוי, יודע בגוים לעינינו נקמת דם עבדך השפוך, זאל מיר שוין דערלעבען א נקמה !
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך lebediger berel »

פראפעסאר שכח, מ'דארף דאס מפרסם זיין און כסדר דערמאנען די אינגווארג.
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ר' מיכאל בער זצ"ל זאגט אין א דרשה, אז ווען א גוי איז מצער א איד גייט עס אריין אין די מצוה פון זכר את אשר עשה לך עמלק צו געדענקען די רשעות, ער זאגט דאס לגבי די רשעים פון די וועלט מלחמה, לויט אים איז א דאורייתא צו געדענקען!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

אידן, איבערן סאו-קאללד "וואלקסוועגאן מיניווען" דארפט איר זיך כלל נישט זארגן. דאס איז קיינמאל אין גערמאניע געווען, עס ווערט פרודיצירט אין די שטאטן דורך קרייסלער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7909
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע:ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

פיל די אריגענעלע וואלקס וואגאנען ווערן פראדוצירט אין די שטאטן, זיד אמעריקא און פארשידענע פלעצער אין אייראפע, שויו צענדליגעא יארן.

די שאלה איז נאר וואס די קפידה איז, מעגליך אז ווילאנג ס'גייט אונטער די ימ"ש פירמע נאמען איז דאס פראבלעמאטיש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

טאר מען נישט קויפן פראדוקטן פון געוויסע לענדער ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

אפפס, נישט געוויסט אז סיז שוין דא א אשכול דעריבער, שוין, מהאט מיך אריינגעשמאלצן דא...


שוין, איז מיין קאר געווארן צובראכן, גיימיר אריין צום קאר רענטל, זע איך דארט א קליינע פאלקסוואגאן קאר, זאגן זיי מיר אז די קאר איז קאאל, הגם אין אלגעמיין בין איך קעגן קהל, אבער נישט האבענדיג קיין ברירה האב איך עס געדינגען.

שוין, מער פעלט מיר נישט אויס, אריינצופארן אין קר״י מיט א קליינעם פאלקסוואגאן, צוויי אירע, עלטערע מיט אינגערע, באפאלן מיך פארן דרייוון א דייטשע קאר, דיין זיידע וואלט דיך אויפגעפראסקעט זאגט מיר א מיטל עידש איד.

סא מיין שאלה איז, איז טאקע דא עפעס דערין נישט צו נוצן פאלקסווגאן (volksvagon) ? אדער מערצעידעס ? אדער בי עם דאבעליו ?

כמיין מיינע אלע פיר אוישוויץ באבעס ,פון ביידע זייטן, האבן זיך מחי׳ געווען/זענען זיך מחי׳ מיטן באאש מאשין, יו האט דאס פראדעצירט ראפאגאש חלות, יו, (איין מינוט, לאמיך שלינגען...) , דאס איז אויך מעיד אין גערמאניע, ליגט עפעס דערין נישט צו נוצן דייטשע פראדוקטן ? און אויב יא ביז ווען ?

א שנעלע ליסטע פון לענדער וואס סקען זיין פראבלעמאטיש צו נוצן זייערע פראדוקטן.

א) מדינת ישראל, דאך פשוט, דאס ווייס איך שוין פון אלץ קליין קינד... נישט צו שטיצן די עקאנאמיע דארט, ערנסטע שאלה פון האבן א חלק אין די אלע איסורים וואס געשעט דארט, (וצ״ע על דרך הלצה אויב ממעג קויפן זאכן וואס זענען געמאכט אין אמעריקע, ווייל אמעריקע שיקט געלט אויף מדינת ישראל, סא ווען די שטיצט אמעריקע שטיצטו אויך די דארטיגע עקאנמיע, און ביי ע״ז ווייסט מען דאך אז סהעלפט נישט קיין ביטול... )

ב) שפאניע - פארטואל. צוליב די שרעקליכע גזירות גירוש דארט, מיט די אינקוועזיציעס.

ג) דייטשלאנד- עסטרייך- אונגארן- פוילן- אוקריינע, צוליב די צווייטע וועלט מלחמה, מיין באבע פלעגט אלעמאל זאגן אז די אונגארישע גוים זענען געווען פיל גרעסערע רוצחים ווי די דייטשן... די אוקריינע זענען דאך בארימט מיט די רציחות, דייטשלאנד עסטרייך איז פשוט, פאלאקן זענען אויך געווען טרויעריג בארימטע רוצחים.

ד) ענגלאנד, די שרעקליכע גזירות בשעת די קרייצציגלער, די רציחות און יארק וכו׳.

ו) גריכלאנד, פארגעס נישט די יוונים.

ז) איטאליע, פארגעסט נישט רוים.

ח) אפשר מצרים אויך, זיי האבן גע׳רודפ׳ט אונזערע זיידעס... ?? לולבים פון מצרים ?

אפשר איז דא נאך...

עניוועי, ווילאנג מטשעפעט נישט טשיינע איז עס נאך א גזירה שהציבור יכולים לעמוד בה....

ליגט עפעס אין דעם ?
אוועטאר
צווייפעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3898
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 16, 2012 12:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צווייפעל »

באקומען אין אימעיל

1. גערמאניע - געפיל

גאר בקיצור, די אידן וואס זענען דורך די קריג, האבן געהאט א קלארער מהלך פין אוועקשטיין פין אלעם וואס קומט פין דויטשלאנד, אין דעם איז אריינגערעכנט די "באש" מאשין וואס איר האט דערמאנט.. אמת, ס'איז אלעמאל געווען אזעלכע וואס האבן זיך נישט געקענט איינהאלטן, אבער באופן עקרוני, זענען דאס געווען די קינדער (פין די) איבערלעבער, אזוי אויך ווייס איך פין איבערלעבער וואס האבן נישט געגעסן די ראפאגאש חלות אויב איז עס געמאכט געווארן מיט אזא מאשין.

ואגב, דאס איז אביסל באקוועמער געווארן פאר עטליכע יאר, ווען זיי האבן אנגעהויבן פראדוצירן די מיקסערס אינדרויסען פין גערמאניע (אדער גאר אויסגעקויפט געווארן).

די סבה צו די איינגעבאקענע ווייטאג פין די אידן, קען מען נישט פארשטיין אדער מסביר זיין, אבער וויפיל כ'האב פארשטאנען פין קאנטעקסט איז, אז די צוויי קאמפאניס האבן אפיציעל געטראגן דעם דויטשן פאן, און זענען פארשטייט זיך געווען אינסטרומענטאל במשך'ן קריג.

אן ענליכע דוגמא פין די ווייטאג און האס צו די רשעים קענט איר זען ביים נעמען די "פארגיטיגונגס געלטער", וואס גאר אסאך האבן נישט צוגערירט אפי' זיי האבן נישט געהאט. סיי פשוט אלס געפיל, א_ווי אויך ס'זאל זיי נישט פאררענט ווערן לזכות די רשעים.

2. שפאניע - חרם

דאס איז שוין אנאנדערע מעשה אינגאנצן, ווייל דארט האבן די יעמאלט'דיגע דארטיגע גדולים געלייגט א חרם אויף נישט צו קויפן פראדוקטן פין שפאניע, און דאס איז שוין א הארבערער ענין.

כ'האב פאר עטליכע יאר זיך אביסל נאכגעפרעגט דערוועגן, און ס'איז מיר אויסגעקומען גאנץ קלאר אז די וואס זענען נישט מקפיד דערויף איז פשוט ווייל אין יענעם'ס עלטער זיידעס געגענט אינדערהיים האט מען נישט געהאט געהערט דערפין, אבער די וואס ווייסן דערפין האבן אזוי בקבלה מדור דור, און האלטן זיך דערצו זייער שטרענג.

אלנפאלס, קיינער פין די אנדערע אומות ביים צווייטן קריג האט נישט געטראגן אפיציעל די פאן פין טיראניע א_ווי דויטשלאנד, אין ווען יא זענען זיי געווען "אונטער" די דייטשען, ממילא איז פארשטענדליך אז די שנאה גייט אויס צו די הויפט מחותנים.

סתם שונאי ישראל האמיר געהאט אלע דורות, אויף דעם זעמיר ליידער אין גלות, אין מ'קען ווי פארשטענדליך נישט בויקאטן יעדן גוי אדער לאנד דערפאר.

3. א"י - געפיל

די סבה פארוואס איך זאג געפיל איז, ווייל אפי'די וואס האלטן דאס שטרענג אן, זענען מודה (עכ"פ די צו וועמען איך האב גערעדט) אז קיין דירעקטער איסור הערשט נישט דערביי, ס'נאר די "הרחק מן הרשעים" וואס קאכט, אין היות די מדינה מאכט טעקס אויף יעדן פראדוקט קומט אויס אז מ'שטיצט זיי אומדערעקט.

אלנפאלס, דאס האב איך אזוי אפגעשריבן אין די איילעניש, זאל דער אויבערשטער העלפן מ'זאל מיר זוכה זיין צו די גאולה שלימה במהרה, און נישט דארפן טראגן די סארט דאגות!!
לעצט פארראכטן דורך צווייפעל אום דאנערשטאג דעצעמבער 11, 2014 4:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35593
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

זאג דיין אישי, אז 3 איז נישט ריכטיג.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

קאמענטאטאר האט געשריבן: באקומען אין פאסט קעסטל
אונגארישער האט געשריבן: א גיטן

מיין באבע ע"ה א מלחמה איבערלעבער האט געהאט א בוש מאשין, פלעגט זי זאגן
איך גיי מיך נישט ציברעכן די ריקען ווייל די דייטשען האבן מיר געפייניגט אין לאגער

געהערט נאכזאגן (פון א קרוב) אז די פאפא רביצין פלעגט אזוי זאגן!
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3828
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סביב העולם »

דעת הגה"צ מרן הרבי מקאשוי זצ"ל בענין זה:
אטעטשמענטס
פניני השער תשא-הילולא_Page_06.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”