איידיעס פאר בעלי תפילות

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע:ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

פרייליכערהייט. איך זאג נישט, איך בין אויך זייער העפי אז ס'איז דיר געלונגען דאס דאווענען. אבער אלץ אל תמנע טוב מ.. האלט אייך נישט צוריק און זאג אונז כאטש וואס און ווען איר האט גענוצט אויף וואס.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

צייטעלע ! איך מיין אז אויף די פריערדיגע פעידשעס פון די אשכול קענט איר טרעפן מיין כלליותדיגער מיינונג וועגן נוסח ווערסעס ניגונים מעלאדיען ביים דאווענען\הלל, מיין ווערטער אויסטויש מיט כבוד מורינו הרב שאץ היו, ממילא ווען איך זאג אז סאיז געלונגן באציה איך מיך נישט אזוי ווייט אויף די ניגונים, מער אויף די תנועלעך, און טיפע ווערטער אפטייטש וואס דער בעל תפלה קען פארן ציבור מתפללים פארטייטשן, און פארלייגן, אז דער עולם זאל מיט עפעס אהיימגיין, מיט עפעס א שפור, עפעס א ריר, אינעם געהויבענעם טאג, געוואלדיגע זמן, סוכ"ס האט מען דאך קובע געוועהן להלל והודאה, און די קלימאקס איז ביי הלל, גאנץ הלל זאגט מען דאך, לא לנו ה' לא לנו כי לשמך...... למה יאמרו הגוים איה... ישראל בטח בשם... עזרם ומגינם הוא.... און אזוי ווייטער און ווייטער,

איין שטיקל וועל איך מיך יא ערלויבן צו שרייבן וואס איך האב גענוצט ווייל איך האלט אז עס פארטייטשט זייער שיין און צוגעפאסט די ווערטער, ביי ואהבתי כי ישמע השם, האבן מיר אזוי געטון זאגן, אויף די ווערטער כי חלצת נפשי ממות את עיני מן דמעה את רגלי מדחי..... וואס דוד המלך גיסט זיך אזוי אויס זיין ריינער הארץ פארן מלך קל חי, זיין פארקלעמט הארץ פארן מלך רחום וחנון, זיין פארקניפט הארץ פארן מתיר אסורים, איז אזוי געגאנגן די מעלאדיע, אריינגיסנדיג הויפענעס חיזוק אין מיינע ביינדעלעך, די באקאנטע תנועלע פון מאמע מאמע קוק אויף מיינע צרות, אז ביי די ישמאעלים מוז איך זיין א קנעכט פון יוסף שפיל, אזוי: כי חלצת נפשי (מאמע מאמע) ממות, (קוק אויף מיינע צרות) את עיני מן דמעה (אז פאר די ישמאעלים) את רגלי מן דחי, (מוז איך זיין א קנעכט).... סהאט געזידט, און געשניטן ווי א שפיד,...
פארשטיי-נישט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארשטיי-נישט »

וועגען זינגען ביים דאווענן האלט איך איז נישט גוט צופל צו זינגען, ווייל וויפל איך וויס האט די עולם בעסער ליב צו הערן נוסח, און נישט הערן זינגען, און צו דעם פעלט זיך אויס אז דער ש"ץ זאל זיין א בעל תפלה און נישט קיין זינגער, קען טאקע זיין אז אויב דער ש"ץ איז באמת א שיינער זינגער לוינט זיך בעסער צו זינגען, לאמיר נאר אנהובין מיט די וועלט בארימטע בעלי תפלות אזא איינער ווי יענקל אונגאר, אדער מאיר ברוך קאהן, וויפיל איך האב זיי געהערט זאגן זיי מער נוסח ווי זיי טוהען זינען, משא"כ אייזיק האניג וועט טאקע מער זינגען, און איך וועל טאקע מער גלייכן די וואס זאגן נוסח, נאר ס'פלט זיך אויס אז מען זאל וט קענען זאגן נוסח, און אויך נישט אויסציען די נוסח,

און לגבי א גוטע ניגון ביי ממקומך, פאר איינער וואס האט די גאטס אליינס צו זינגען, איז געוולדיג די הויכע פאל פון די באבובע מה אשיב, איך האב עס איינמאל גענוצט און די עולם האט עס זייער באווינדערט, ס'שטומט זייער גוט מיט די ווערטער, און ס'איז א הוכע פאל, און ס'רייסט שטיקער,

פאר הלל איז ביי מה לך הים גוט די פון דוד דוד שטיי אוי פון דיין שלאף, און איינמאל האב איך געהערט פון איינעם ביי מה אהבתי די פאל פון יוסעל'עס נחנו, ביי יוסף ה' עליכם איז עס שוין באורינג אבער ביי מה אשי קען עס זיין א שטיקל חידוש

און די עיקר פון א גוטע בעל תפלה איז נישט שלעפן, נאר זאגן גוט און געשיקט,
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

עפעס חידושים? !!
1x1
שר האלפיים
תגובות: 2840
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 1x1 »

ס'דא חידושים, נאר משום גילוי ווילעכעס נישט ארויפלייגען..
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

אויב איינער קען זיך מנדב זיין צו אראפמאלן וויאזוי מען זעצט די ווערטער מיט די ''זכור טען מקלו'' אויף ''ממקומך'', מיר קוקט עס אויס אביסל קורץ, און איך האלט אז מענטשן - עכ''פ איך זיכער - וועל מוותר זיין אויף א שיינע ניגון אויף ממקומך אויב איז עס אריינגעקוועטשט אין די ווערטער, דאס איז ביי מיר א בדיעבד, אזאנס וועל איך נישט טוהן, ענדערש נעמען א פשוט'ערע ניגון.

ב''ה היי יאר איז צוגעקומען עטליכע חידושים צו מיין אוצר, אבער דאס ווערט געהאלטן אונטער קאפירייט רעכטן, זינט איך האב זיך יענסמאל איבערצייגט אז צומאל שטוינט דער עולם פון די חידוש מער ווי די גאנצע געדאווענעכץ.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איך קענעס נישט אראפשרייבן, אבער דער שאץ האט אראפגעלייגט א שחרית דעם יו"ט, זיך צו באלעקן די פינגערס...

ספעציעל בינעך ארויס פון התפעלות ביי די נייע אור חדש... אוי ונזכה, כלנו... געוואלדיג!!! שאץ, זאג זיי וואס דאס איז.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

איך האב דעם פסח 2 מאל פארגעדאוונט שחרית, איינמאל הלל אויך.

ביי תתברך לנצח האב איך געזינגען דעם גע'אסר'טן "אמר רבי עקיבא"...

ביי ממקומך האב איך איינמאל געזינגן ר' משה גאלדמאן'ס "אלקי נשמה" (מעגליך געזען אין דעם אשכול אמאל דעם געדאנק), דאס אנדערע מאל א ניגון וואס מען זינגט צומאל אין באבוב.

אויף הללו את ה' כל גוים האב איך געזינגן "כי הרבית טובות אלי", דעם אנדערן טאג - ווען דער רב האט מיר אוועקגענומען דעם הלל - האב איך געזינגען דעם זעלבן ניגון אויף קדיש נאך הלל.

אויף פתחו לי האב איך אפגעזינגן דעם ברסלב'ער לכה דודי.
חיים של פרנסה
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג סעפטעמבער 15, 2009 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חיים של פרנסה »

א שאד כהאב דיר נישט געהערט,
און ווי האט מען געקומזיצט דעם יו"ט?
חיים של פרנסה,
בעזרת ה'.
your friend
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג נאוועמבער 09, 2009 3:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך your friend »

ביי מיין מנין האט דער בעל תפילה אנגעהויבן אויף אנא ה הושיעה נא, מיט א הויכן טאן דער ערשטער פאל פון "גלות, גלות, ווי גרויס ביסטו" און דער גאנצער עולם האט ווי פון פריער אפגעשמועסט געענטפערט מיטן צווייטן חלק פון דער ערשטער פאל "שכינה הקדושה ווי ווייט ביסטו" אנא ה הושיעה נא, און אזוי ווייטער.
עס האט געהערשט א שטארקער ווארעמקייט.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע:אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיין איידיע אויף ממקומך פון א שטיק צייט צוריק (און שוין גענוצט עטליכע מאהל ב"ה צום צופרידענהייט פונעם עולם), איז א ניגון וואס ליגט מיר אין קאפ פון אלץ קינד פונעם שפיל "דער העלדישער סאלדאט" (דער ערשטער נישט די איבערגעמאכטע) ווען דער טאטע געזעגנט זיך פון זיין זון נפתלי, די ניגון הייבט זיך אן בערך מיט די ווערטער נפתלי מיי-ן איי-נצי--ג קינד, הער מיך אויס א--צינד, און די הויכע פאל גייט די ווערטער: שמע בני לקול אביך, אל תבא דבר טמא לתוך פיך וכו', דער אויסלייג איז אזוי, אויף ממקומך און מתי זינגט מען די ערשטע פאל פון די ניגון, מען דארף פון פריער פאר זיך גוט צוגרייטן די אויסלייג פון די ווערטער, און תתגדל ותתקדש די הויכע פאל כזה, תתגדל (שמע בני) ותתקדש (לקול אביך) בתו--ך (אל תבא דבר טמא) ירושלים עירך (לתוך פיך) לדור (קיין טריפות חלילה) ודור (זיי נישט טועם) ולנצח (פארגעס נישט די תורה) נצחים (דרכיה דרכי נועם), דערנאך די אויספיר ועינינו תראינה די לעצטע פאל פון די ניגון.

דער ניגון איז זייער א הארציגער (וואס אגב בין איך נייגעריג פון וואו די ניגון שטאמט ווער עס ווייסט זאל זאגן), אויב מען האט א גוטע שטימע און מען לייגט גוט אראפ די ווארעמע תנועות מיט אביסל הרגש דאן לדעתי קומט דאס אויס זייער גוט, דאס איז אויך פון די גאטונג ניגונים וואס מען דארף מער ווייניגער אליין זינגען און דער עולם ברומט מיט.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

דאכט אז איין תנועה פון דעם ניגון ווערט גענוצט דורך מערערע בעלי תפילה ביי איינע פון די הלל אויסלאזן.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

חיים של פרנסה האט געשריבן: א שאד כהאב דיר נישט געהערט,
און ווי האט מען געקומזיצט דעם יו"ט?

פסח קומזיצט מען דען? סוכות איז פאסיגער.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32651
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע:צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, פיין האמער געקומזיצט דעם פסח.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3032
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע:איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אזוי ווי פסח מישט מען זיך נישט האב איך מיר נישט געמישט צופיל (עכ"פ אביסל יא) געווענדליך זענען מיר פארנומען אלע תפלות אין יו"ט, אבער היי יאר האב איך עפעס נישט געהאט קיין געדולד האב איך אפגעזאגט די רופער'ס,

אבער למעשה אי אפשר בלא כלום, מיטל נאכט פסח האב איך געזאגט א שטיקל שיעור אין א ביהמ"ד האט מען מיר צוגעגעבן א באנוס מערבית מיט הלל, פסח ביינאכט איז אבער נישט דער זמן פון באווייזן קינצן היות אסאך אידן יאגן זיך מקיים זיין מצות הלילה, האב איך נאר געזאגט געהעריגע נוסח מיט קורצע קנייטשן,
אויף פתחי לי האב איך געזינגען דעם לובאוויטש'ע ניגון יחידות,

שבת חוה"מ האב איך אריינגעהויבן א ברעטל אין א ביהמ"ד'של, ווי עס דאווענע א גרופע (עידש) יונגעלייט, דארטן האב איך געשפירט איך קען אביסל ארויס פון די גבולים, ביי ק'ל אדון האבן רוב פון זיי געהאלטן ביי מודה אני, האב איך מורא געהאט איך וועל מוזן זינגען אליינס האב איך געזינגען לשמו ולזכרו פון ר' משה גאלדמאן זיין אדיר איום אויף א'ל אדון, ממקומך לשמו ולזכרו "וכשם שאני מתכסה בטלית"....

הלל, איז שוין חוה"מ אראפ געציפט דעם לא לנו מיטן אהבתי, נו איז נאר געבליבן 3 שטיקלעך, האמיר טיילווייז געזינגען געזאגט, הללו את ד' - בניגון הזן את עולם כלו - בעלזא, (איך ווייס אליינס נישט פארוואס אבער דאס איז מיר אויףגעקומען אין קאפ)

שביעי של פסח, איז געדאוונט געווארן אין מיין געווענדליכע שול, בפי ישרים - קול ביער אנכי שומע, ק'ל מלך מיט קדיש, האב איך מיר אויך געזינגען כאטש וואס געווענדליך זינגט מען נישט ביי אונז אבער אזוי ווי רוב וועלט זינגט יא, און איך האב געדארפט א שטיקל אנווארעמינג אין די שטומע האב איך געזינגען במקום זאגן, יא אור חודש איז טאקע געוועהן א פרישן חידוש (וויכי איז מיין עדות),
תתברך לנצח לשמו ולזכרו פון ר' משה גאלדמאן האמיר געזינגען זיין וולס (ווער ס'ווייסט וואס איך מיין)
הלל, ווי שבת חוה"מ, מיט אייניגע הוספות, הללו - א באקאנטע גור'ע ניגון, (איך ניץ עס געווענדליך אויף אין קצבה) פתחי לי האב איך גענומען דעם ספינקא כל מקדש, איך ווייס נישט פארוואס אבער אינמיטן הלל איז מיר עפעס ארויף אין זכרון די צורה פון ר' הערשלע זי"ע האב איך דאס געזינגען,

מערבית, (איין נאכט פון שביעי של פסח אדער אחרון של פסח, איך זאג נישט וועלכע משום גילו) האמיר געדאוונט אין די גרויסע ווינע שול אין וומ"ס צו זייער איינלאדענונג בעפאר יו"ט, דער מעריב אין וויען איז א ברי' בפני עצמו, סתם א יו"ט'דיגע מערבית האמיר שוין געשריבן וועגן דעם איז ווי אייז קרים אין א בראנפן גלעזל.... פאר די הייבסט אן צו עסן ביסטו פערטיג, חוץ א מערבית מיט א הלל אדער א לדוד מזמור, ווידער אין וויען זאגט מען דאך דעם פיוט צווישן די שטיקלעך וואס דאס האט א ספעצילן געדרייטן נוסח, און פאר וועמען עס קען דאס זאגן איז דאס ווי א שטיקל קרעמעש קעיק אין סאמע מיטן פסח,
די מעשה איז אז אין וויען פלעגט זיין א בעל תפלה קבוע ר' עמרם שטראסער ז"ל, און ער פלעגט דאווענען יעדע תפלה דעריבער איז נישט געוועהן קיין געלגענהייט יונגעלייט זאלן זיך אויסלערנען דעם נוסח, האט זיך געמאכט א מאנגל אין בעלי תפלות וואס זענען גרייט צו דאווענען מערבית מיטן פיוט אינאיינעם, אני הקטן האמיך אויסגעלערנט אביסל דעם נוסח דעריבער איז א שטיקל מציאה פון וויען אז נאך איינער קען דעם נוסח, ממילא איז דער מעריב אין וויען שוין נישט קיין אייז קריעם אין א בראנפן גלעזל נאר געהעריג אייז קרים אין א גרויסן קאפ,
שטייצעך נאך מעריב מאכט דער חזן קידוש אויפן יו"ט'דיגן נוסח, און די קינדער זענען טועם, אזוי אז די האלבע סעודה האב איך שוין געגעסן אין שול ביים עמוד....

אחרון של פסח, האט מען מיר גערופן פאר דאווענען שחרית אין מיין מנחה מעריב שול, ק'ל מלך און קדיש א מאדזיצער ניגון (וואס אייזיק האניג זינגט מיט אידישע ווערטער ניין טאטע ניין) ממקומך האב איך ווייטער געוואלט מאכן א טובת נשמה פאר ר' משה ז"ל האב איך געניצט זיין אני מאמין, הללו את ד' - די סאטמארע ניגון וואס הייסט אז רביה"ק אליין האט צוגעלייט תנועות צום ניגון, אזוי אז צו די סעודה פון אחרון של פסח בין איך געוועהן אזוי זאט אז איך האב קוים געקענט איינטינקען די מצה אין די גרעיפ דשוס....

נעקסט איז שבועות....
http://shatzmatz.blogspot.com/ " onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
חושים בן דן
שר חמש מאות
תגובות: 607
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 01, 2009 10:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושים בן דן »

מיין בעל תפלה האט געזאגט אויף פתחי לי "קול דודי דופק" די ליובאוויטשע, ס'זייער גוט און ס'קומט זייער גוט אויס
רעיון אויף די פרשה - חתום חתמתי ואני יודע מה הוא
טאבאקא
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 20, 2010 1:29 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טאבאקא »

שאץ, ביטע דא ממשיך זיין מיט דיינע שיינע איידיעס אויף ממקומך.
איך האב מיר צאמגעקנאקט פארשידענע ממקומך'ס וואס איז אביסל קאמפליצירט אראפצושרייבן. (אז ס'וועט זיין א שטארקע פארלאנג, און כ'וועל האבן צייט, וועל איך זיך פרובירן זיך צו מצמצם זיין).
אבער דאס איז גוט צו וויסן פאר יעדעם -אפי' איינער וואס וויל נישט זאגן קיין גרויסע זאכן- אז די אנהייב פון מרדכי הערשמאן'ס ממקומך איז אייביג זייער א שיינע קלאסישע אריינפיר. (ער זאגט נישט איבער ווערטער, ס'איז בלויז אז ער זאגט נישט דאס ווארט "מהרה" און מ'דארף עס צאמכאפן מיט עלינו).
מ'קען זייער גוט אריין פארן דערנאך אינעם שבת'דיגן נוסח ביי מתי.
ביי כמעט אלע אופנים אויף וואס איך זאג ממקומך, נוץ איך דער דאזיגער אנהייב. (בלויז איינמאל איז געווען וואס כ'האב גענוצט פון יושע ווידער, ווען ס'איז געווען א שבת פאר זיין יארצייט, און איינער האט עס פארלאנגט).
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

ווארום האט געשריבן: אונזער בעל תפילה האט עטליכע וואכן צוריק אנגעהויבן ממקומך, מיטן תנועה פון די באקאנטע ויזניצע מנוחה ושמחה, ביים צווייטן חלק (במצות שבת) און תתגדל האט ער ממשיך געווען די לעבעדיגע חלק, סהאט געלקאפט א מחיה.

:?:
אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3111
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע:ואנה מפניך אברח?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יודל מענדלזאהן »

1x1 האט געשריבן: מ'קען אויך זינגען אויף פתחו לי די ניגון 'אוי עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך'..., ס'זייער א ווארעמע און שיינע ניגון (אויף ממקומך איז עס אויך גוט).

עסן עסט זיך זינגן זינגט זיך עס אויף ממקומך הערליך!;l;p-
אוועטאר
ניגון עתיק
שר האלף
תגובות: 1435
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:51 pm
לאקאציע:אינעם ניגון

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניגון עתיק »

צוריק צום הלל נושא...
כדי זיך צו שפארן דעם פראבלעם פון געדולד-נערווען, זינג איך נאר חלקים פון ניגונים, דהיינו כ'הייב אן ביים צווייטן צו דריטן פאל, אויסער פתחו לי וואס דארט זינג'ך יא א גאנצע ניגון, ווי אויך זינג איך אויף מקימי - סעמי פרייליך, בצאת ישראל - מארש, הללו-הודו - פרייליך
וויבאלד עס איז קאנטראסטיש פון ווארעם צו מארש אדער לעבעדיג און עס איז נישט קיין לאנגווייליגע גאנצע ניגונים, האט דער עולם מער געדולד =הנאה.
אית היכלא דלא מפתח אלא בנגינה, ובגין דא דוד המלך ע"ה מתקרב לההיא היכלא בנגינה (תיקוני זוהר)
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

דאס יאהר, ביי די "עבודה", האבן מיר געזאגט "זהבים מעביר" מיטן נוסח וואס ר' מאיר ברוך זאגט (אן אלטן נוסח נאך פון דערהיים), נישט געוואוסט ווי ווייט גוט דאס איז...




קדיש, זינגען מיר דעם ניגון הידוע וואס דער רבי זי"ע האט אהיים געברענגט פון ארץ ישראל,
לענ"ד האט דער ניגון אין זיך עפעס מורא'דיגס, וואס כ'האב נאך נישט געטראפן ביי קיין ניגון כעת (ס'זאל זיין אזוי הולם אויף קדיש).
בקשה, שמחה, תקווה, מלא געפיל על גדותיו, לעבעדיג ביז גאר, הארציג (מיטן פריגי"ש בלע"ז מהלך)
אהא אהא אהא אהא אהא, ויישתבח, וייתפאר, וייייתרומם וייתנשא.... אוי אוי אוי, אהא אהא...
פאסט סיי פאר נאך מוסף, און בעיקר (פאר וואס ווילן דייקא טוישן) נאך נעילה.
לעצט פארראכטן דורך בעאבאכטער אום זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 11:10 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3822
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיד »

בעאבאכטער האט געשריבן: דאס יאהר, ביי די "עבודה", האבן מיר געזאגט "זהבים מעביר" מיטן נוסח וואס ר' מאיר ברוך זאגט (אן אלטן נוסח נאך פון דערהיים), נישט געוואוסט ווי ווייט גוט דאס איז...

אהה.. דאס איז דאך א שטיק מתיקות, א שטיק געפילן, ווייסט איר דאך יא וואס מ'ברויך זאגן.
כ'האף אז איר זאגט עס כאטש אזוי שיין ווי ר' מאיר ברוך...

בעאבאכטער האט געשריבן: קדיש, זינגען מיר דעם ניגון הידוע וואס דער רבי זי"ע האט אהיים געברענגט פון ארץ ישראל,
לענ"ד האט דער ניגון אין זיך עפעס מורא'דיגס, וואס כ'האב נאך נישט געטראפן ביי קיין ניגון כעת (ס'זאל זיין אזוי הולם אויף קדיש).
בקשה, שמחה, תקווה, מלא געפיל על גדותיו, לעבעדיג ביז גאר, הארציג (מיטן פריגי"ש בלע"ז מהלך)
אהא אהא אהא אהא אהא, ויישתבח, וייתפאר, וייייתרומם וייתנשא.... אוי אוי אוי, אהא אהא...
פאסט סיי פאר נאך מוסף, און בעיקר (פאר וואס ווילן דייקא טוישן) נאך נעילה.

יא, ס'נישט דא נאך א ניגון וואס ברענגט אזוי גוט ארויס דעם געפיל וואס מ'שפירט ביי קדיש נאכן דאווענען ווי דער ניגון, אבער די סאטמארע אידן וואס דאווענען פארן עמוד וועלן געווענליך נישט זינגען דעם ניגון ווייל ס'שפירט זיך שוין ביי זיי אביסל אויסגעדראשן און זיי ווילן עפעס א חידוש, אבער באמת איז גארנישט צו פארגלייכן צו דעם.
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

ידיד האט געשריבן: אהה.. דאס איז דאך א שטיק מתיקות, א שטיק געפילן, ווייסט איר דאך יא וואס מ'ברויך זאגן.
כ'האף אז איר זאגט עס כאטש אזוי שיין ווי ר' מאיר ברוך...

איין זאך איז קלאר אלנפאלס, אז עס מוז זיין נישט בלויז שיין, נאר דאס הארץ מוז דא אויך נעמען א גרויסן חלק.
כ'האף אז איך האב נישט קאליע געמאכט...

ידיד האט געשריבן: יא, ס'נישט דא נאך א ניגון וואס ברענגט אזוי גוט ארויס דעם געפיל וואס מ'שפירט ביי קדיש נאכן דאווענען ווי דער ניגון, אבער די סאטמארע אידן וואס דאווענען פארן עמוד וועלן געווענליך נישט זינגען דעם ניגון ווייל ס'שפירט זיך שוין ביי זיי אביסל אויסגעדראשן און זיי ווילן עפעס א חידוש, אבער באמת איז גארנישט צו פארגלייכן צו דעם.

איך מוז אייך זאגן, איך בין אויפגעוואקסן מיט דעם ניגון, און איז כלל נישט שוואכער ביי מיר געווארן אין פארלויף פון די יארן, אדרבא, וואס עלטער און די געפילן ווערן מער אנטוויקלט, 'שפיר' איך מער דעם ניגון...
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע:אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

בעאבאכטער האט געשריבן: דאס יאהר, ביי די "עבודה", האבן מיר געזאגט "זהבים מעביר" מיטן נוסח וואס ר' מאיר ברוך זאגט (אן אלטן נוסח נאך פון דערהיים), נישט געוואוסט ווי ווייט גוט דאס איז...




קדיש, זינגען מיר דעם ניגון הידוע וואס דער רבי זי"ע האט אהיים געברענגט פון ארץ ישראל,
לענ"ד האט דער ניגון אין זיך עפעס מורא'דיגס, וואס כ'האב נאך נישט געטראפן ביי קיין ניגון כעת (ס'זאל זיין אזוי הולם אויף קדיש).
בקשה, שמחה, תקווה, מלא געפיל על גדותיו, לעבעדיג ביז גאר, הארציג (מיטן פריגי"ש בלע"ז מהלך)
אהא אהא אהא אהא אהא, ויישתבח, וייתפאר, וייייתרומם וייתנשא.... אוי אוי אוי, אהא אהא...
פאסט סיי פאר נאך מוסף, און בעיקר (פאר וואס ווילן דייקא טוישן) נאך נעילה.

זאגט נאר, זענט איר אפשר געווען מיין בעל תפילה?
היי יאר איז געווען דאס ערשטע מאל וואס איך האב געהערט די עבודה אום יום כיפור מיט דעם נוסח (פון ר' מאיר ברוך האב איך עס שוין געהערט עטליכע מאל נאר נישט אום יום כיפור), איי איז דאס געווען אן עבודה, אוי אהוי חטאתי אוי אהוי עוותי פשעתי לפפפפנניייך אנננניי וביתי אזא מתיקות די נוסח שטימט דאך אזוי גוט אויף די פירוש המילות.

אזוי אויך קדיש האט מען ביי אונז געזונגען דעם ניגון.
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1953
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעאבאכטער »

אויך געהערט פון ר' מאיר ברוך'ן, ביי יאקאב.
אבער, יוה"ק ביים עמוד איז דאס אן אנדער וועלט אינגאנצן... נישט דא קיין דיבורים...

אינטערעסאנט, אייער בעל תפילה האט געזאגט דאס זעלבע?
פאראיאר און א יאר פריער, האב איך געזאגט עפעש אנדערש.
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”