פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

נחמן נתן האט געשריבן: וואס קען מען שרייבן פאר א חתן וואס מ'שיקט איהם א שיינעם בעכער לכבוד פסח?

ערב חג הפסח תשפ"ב לפ"ק

לכבוד די חשובע חתן .......... ..... ני"ו

יו"ט פסח וואס קומט
איז לויט די ספרים באשטימט.

ווען אורות און השפעות טוט זיך דאן אראפגיסן.
גוטע ברכות קומען צו פליסן.
יעדער איד טוט דערפון געניסן.

דערפאר דיר צו דערקוויקן.
טוען מיר דערמיט צושיקן.

א ריכטיגע כלי לקבל ברכה.
פאר אונזער באליבטע חתן אשרי שלו ככה.

לכבוד יו"ט איז אצינד אין די רייע.
כוס ישועות אשא - א "בעכער" א נייע.

פסח איז באשטימט צו זאגן הלל על הכוס.
דאן אנצייגן מיט לויב אות באות.

אויף אונזער שמחה אזוי גרויס.
אריינברענגנדיג אזא חתן אין אונזער הויז.

ב"ה א כליל המעלה.
עס לאזט זיך זאגן דיינו על אחת כמה וכמה.

לגמור את ההלל מיט די ריכטיגע לויב רייד.
א לעבן מיט נחת און פיל פרייד.

לויבן אויף רחמיו וחסדיו וואס מיר טוען פארמאגן.
על כוס יין מלא שטענדיג קענעןדעם שיר ושבח זאגן:

חג כשר ושמח - וואונטשן:
די מחותנים
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

טייערע כלה .... ... תחי'
בשעה טובה ומוצלחת, דער יו"ט פסח איז שוין דא
שנעל טוט פארביי גיין, יעדע מינוטיעדע שעה
עס איז א זמן שמחתינו פון שמחה און פרייד
השי"ת זאל טאקע אויך העלפן אז די גאולה זאל שוין זיין אין די איצטיגע צייט

טאקע דערפאר בעטן מיר השי"ת זאל אונזערע וואונטשן זיין ממלא
ווייל ס'איז א זמן פון שמחתה פאר די חתן וכלה
באשעפער זיסער זאלסט עס קיינמאל נישט בייטן
היינט און אלעמאל זאל דער זייגער ווייזן נאָר גאלדענע צייטן

ווען דו וועסט נאָר דיינע אויגן צום הימל קערן
מיט הימלישע ברכות בפרט אין די יו"ט זאל דיר השי"ת באשערן
צוזאמעו אינאיינעם שעצן יעדע מינוטאלעמאל
לויט דעם בויען א בית נאמן בישראל
חננו ועננו! טאטע אין הימל ענטפער אונז שוין
תהא השעה הזאת שעת רחמים ועת רצון!!


א לוסטיגן און כשר'ן פסח
וואונטשן די מחותנים
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

מתנה מחותן פסח
את חג המצות יחוג בדיצות
לכ' מחותני הרב ...... שליט"א
מנחה היא שלוחה לכבוד חג הפסח הבעל"ט
והנני בזה אוה"נ דוש"ט וחותם בברכת חג כשר ושמח
השי"ת ירחם ויוציאנו במהרה מאפילה לאורה
ויקיום בנו המקרא וזרקתי עליכם מים טהורים וטהרתם,
ובאלו הימים המבורכים, עוד נזכה לאכול מן הזבחים ומן הפסחים
הק' ........
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לכבוד אונזער חשובע מאמע שתחי'

א גרויסן יישר כח אויף אלעס וואס מען טוט,
עס איז נישטא די ריכטיגע ווערטער זיך צו באדאנקן,
וויאזוי דו מאכסט זיכער אז אלעס איז פאר אונז גוט.
און העלפסט אונז צו ביי אונזערע שווערע געדאנקן.
דערפאר האבן מיר געקויפט א קליינע געשאנק,
א תחינה וואס איז געמאכט צו בעטן און דאווענען,
מיר ווילן כאטש מיט דעם ארויסווייזן א שטיקל דאנק.
אויף דעם וואס דו האסט אונז אלעמאל אינזינען.
מיר פראבירן צו זיין וואויל וואס מער,
מיט גוטע מידות אין גוטע וועגן צו גיין.
עס איז נאר דא א יצה"ר וואס מאכט עס שווער.
אבער מיר וועלן אים חלילה פאלגן ניין,
נאר אמת'דיגע וואוילע קינדער האפן מיר צו זיין.

א כשר'ן פרייליכן פסח - וואונטשן דיינע קינדער:
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע:צווישן קענט און בראדוועי

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח בן מזל פארן לייגן די פאומס, ס'וועט נאך צוניץ קומען איין טאג (און ביז דעמאלטס איז סתם אזוי אינטערעסאנט עס צו ליינען)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לאמיר לויבן דעם פון אויבן, ווען דער פסח אזוי שיין, קומט צו גיין.
כבוד און פראכט, ווי ליכטיג און שיין, ווען מ'האלט שוין ביי די סדר נאכט.
בין איך צו דער געלעגנהייט געקומען, דיר אויסדריקן מיין צופרידענהייט.
ווי טרעפט מען נאך אזוינס ווי דיר, וואס אזויפיל טוסטו אלס פאר מיר.
דיינע פיינע מאכלים איעדע פרי מארגן, און די קינדערלעך שיין באזארגן.
חכמת נשים בנתה ביתה, חכמה און תפלה באגלייט מיט טרערן הייסע.
געפינענדיג אין דיין אייגענע שטוב, דיין מוטערליכע געפיל און ליב.
האב איך דערפאר געפילט, א הכרת הטוב שענקן מיט א ברכה איינגעהילט.
פון אונזערע שיינע פירות זאלן מיר קענען שניידן, אן קיין צרות און ליידן.
סוף כל סוף ווי נישט גרינג דאס לעבן איז, דאך איז דאס ב"ה לעכטיג און זיס.
חשוב זענען דיינע מעשים ביז גאר, בזכות זה זאל משיח קומען נאך היי יאר.
במהרה בימינו אמן
רויטע נאז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:55 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע נאז »

האט איינער א גוטע פאום וואס מ'קען שרייבען פאר א מאמע ווען מ'קויפט זי א רינגעל לכבוד יו"ט ?
רויטע נאז
שר העשר
תגובות: 36
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג מארטש 24, 2022 12:55 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רויטע נאז »

איינער האט עפעס ?
אני הגדול
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 01, 2022 3:15 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני הגדול »

א טלית מתנה אויף פסח ?? א ביסל הארציג אויב מעגליך (קען זיין א 'איז שוין דא איינס)
אני הגדול איז פשוט ווייל אני הקטן איז שוין א צווייטער don't judge a book by it's cover
אני הגדול
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 01, 2022 3:15 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אני הגדול »

אני הגדול האט געשריבן: א טלית מתנה אויף פסח ?? א ביסל הארציג אויב מעגליך (קען זיין א 'איז שוין דא איינס)

קען זיין איך קען עפעס מאכן אויב איינער האט עפעס א גיטע טלית ניגון אויף וואס איך קען מיר באציען אויף
אני הגדול איז פשוט ווייל אני הקטן איז שוין א צווייטער don't judge a book by it's cover
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

אני הגדול האט געשריבן:
אני הגדול האט געשריבן: א טלית מתנה אויף פסח ?? א ביסל הארציג אויב מעגליך (קען זיין א 'איז שוין דא איינס)

קען זיין איך קען עפעס מאכן אויב איינער האט עפעס א גיטע טלית ניגון אויף וואס איך קען מיר באציען אויף

טלית'ל
די דובנער מגיד, פון די גרויסע מגידים,
האט אמאל געזאגט דברי מוסר, די תלמידים,
על דרך משל, האט ער אנגעפאנגען,
איך בין אמאל, אין די גאס געגאנגען.
אזוי ווי איך האלט, אינמיטן גיין,
דערהער איך, א קויל פון א געוויין,
פון מינוט צו מינוט, ווערט שטערקער דאס געשריי,
איינער שרייט, אוי וויי! אוי וויי!
דער מגיד זאגט, איך האב ביי מיר מחליט געווען,
צו זעהן, וואס מיט יענעם איז געשעהן,
איך וויל איהם העלפן, יהי' מה שיהי',
איך וויל פארשטיין די פשט פון זיין בכיה.
איך בין נאך געגאנגען דאס קול אזוי טיף אין מארק,
דאס קול ווערט, מער און מער שטארק,
איך בין אנגעקומען צו א הערליכע, שיינע הויז,
וואס פון דארט איז דאס געוויין ארויס.
איך קלאפ אן אויפן טיר, און איך שטיי אזוי פארטראכט,
איך קלאפ! און עס ווערט נישט אויף געמאכט,
בלית ברירה, בין איך אליין אריין געגאנגען,
דעם בעל בכי צו זיכן, האב איך אנגעפאנגען,
איך דריי זיך אין הויז, ארום און ארום,
איך זיך, און זיך, אומעטום,
איך דריי זיך מזרח מעריב, צפון און דרום,
איך האב שוין געזיכט, בחדרי חדרים.
אין אלע ווינקלען, לכאן ולכאן אני פונה,
אין קול, ואין עונה,
דאס קול פון געוויין, קומט דאך פון דא,
און קיין נפש חי' איז נישט דא.
דער מגיד זאגט, איך בין נישט, געווארן אפגעשוואכט,
במקרה האב איך א לעדל אויף געמאכט,
עס ליגט דארט א טלית צאמגעלייגט אזוי שיין,
און דאס טלית וויינט, מיט א ביטערע געוויין!
טלית'ל! אוי טלית'ל! וואס וויינסטו אזוי ביטער,
עס כאפט דאך א פחד און א ציטער,
דער טלית זאגט, איך וועל דיר, געבן צו פארשטיין,
וואס איז פשט פון מיין געוויין.
די טלית זאגט, מיט'ן בעל הבית וואוין איך דא אזוי פיל יארן,
נישט לאנג צוריק, איז ער אוועק געפארן,
ער האט מיט גענומען געלט, קליידער און עסן,
אבער פון מיר האט ער, אינגאנצן פארגעסן.
אומזיסט איז דיין געוויין, אומזיסט איז דיין קלאג,
דער מגיד זאגט, הער אויס מיין דיבור,
ער וועט באצאלן בכפל ווען עס וועט קומען די טאג,
און פון די געלט, און קליידער, בלייבט גארנישט איבער.
אוי טלית'ל אוי טלית'ל עס זאל דיר נישט קלעמען,
דו דארפסט דיך בכלל נישט דערשרעקן,
עס וועט קומען א טאג וואס נאר דיר וועט ער מיט נעמען,
נאר מיט דיר, וועט ער זיך צודעקן!
מענשטעלע, מענטשעלע, קוק דיך גיט אום,
מען נעמט זיך גארנישט מיט דארט אויבן,
אין מלוין לו לאדם כלום,
אלא מצוות ומעשים טובים,
דאס גאלד און זילבער וואס א מענטש טראגט מיט זיך אין קעשענע,
גייט נישט מיט לאחר מאה ועשרים שנה,
איז דערפאר אל תאמר לכשאפנה אשנה,
שמה לא תפנה!
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

ערב חג הפסח תשפ"ב לפ"ק

לכבוד מיין חשובע ווייב תחי'

יו"ט פסח וואס קומט
איז לויט די ספרים באשטימט.

ווען אורות און השפעות טוט זיך דאן אראפגיסן.
גוטע ברכות קומען צו פליסן.
יעדער איד טוט דערפון געניסן.

דערפאר וויל איך דיר דערקוויקן.
און יעצט דערמיט צושיקן.

א ריכטיגע כלי לקבל ברכה.
פאר אונזער טייערע מאמע אשרי שלו ככה.

לכבוד יו"ט איז אצינד אין די רייע.
כוס ישועות אשא - א "בעכער" א נייע.

פסח איז באשטימט צו זאגן הלל על הכוס.
דאן אנצייגן מיט לויב אות באות.

אויף אונזער שמחה אזוי גרויס.
צו האבן אזא כליל המעלות אין אונזער הויז.

ב"ה אזא געטרייע מאמע
עס לאזט זיך זאגן דיינו על אחת כמה וכמה.

לגמור את ההלל מיט די ריכטיגע לויב רייד.
א לעבן מיט נחת פון די קינדער און פיל פרייד.

לויבן אויף רחמיו וחסדיו וואס מיר טוען פארמאגן.
על כוס יין מלא שטענדיג קענען שיר ושבח זאגן:

חג כשר ושמח - וואונטשט:
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

עניוואן מיט א פאום פון קינדער און מאמע צו א טאטע, פאר א קערה לכבוד פסח?
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

לכבוד די חשובע מלמד שיחי'
לאמיר לויבן דעם פון אויבן ווען דער פסח אזוי שיין, קומט יעצט צו גיין.
עס קומט א כבוד און פראכט, ווען מ'האלט שוין ביי די סדר נאכט.
ווי טרעפט מען נאך אזא מלמד געטריי, וואס אזויפיל איר טוט יעדן טאג פונדאסניי.
די הערליכע לימודים יעדן פרי מארגן, און די תלמידים די קינדערלעך שיין באזארגן.
געפינענדיג זיך יעצט אין שטוב, זעט מען ווי חדר זיי האבן ליב.
האב איך דערפאר געפילט, א הכרת הטוב שענקן מיט א ברכה איינגעהילט.
פון אונזערע שיינע פירות זאלן מיר קענען שניידן, בשמחה אן קיין צרות און ליידן.
חשוב זענען אייערע מעשים ביז גאר, בזכות זה זאל משיח קומען נאך היי יאר.
במהרה בימינו אמן.
יישר כח
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4547
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

כשרע טעלעפאון האט געשריבן: עפעס א שיינע פאום פאר א חתן לכבוד פסח די מתנה איז א פסח סעט
אויב איינער האט און קען מעלדן אדער קומען אין אישי א דאנק

ווער האט אזאנס?
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

פון דא

באנאנא האט געשריבן: גיימיר אי"ה געבן א בריוו, פאום, צו גיין אין געשעפט און זיך וועלן א צירונג לפי משאלות לבה...


אזויפיל הכרת הטוב איך פארמאג
ערב דעם גרויסן טאג
א יישר כח איך זאג
פאר דיין מוה און פלאג.

אזויפיל געטריישאפט מיט חן
אין אונזער באליבטע היים
לעכטיג מאכן אזוי שיין
די קרעדיט איז דיין!

א מתנה איך געב דיר
מיט אהבה אן א שיעור
פון טיפן הארצן אין מיר
צום געשעפט גיי כאפ א שפאציר.

דיין הארץ ווי א דיאמאנט
פינקלט און שיינט
וועל דיר אויס א רינגל פאר דיין האנט
א קייטל אדער ארעמבאנד

ס'זאל זיין אויף דיר באגלייט
לכבוד יו"ט שבת און סיי וועלכע צייט.
מען זאל ווייטער ציען די גאלדענע קייט
און גיין צום יום טוב רואיגערהייט!
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
Ban Mazel
שר האלף
תגובות: 1975
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג דעצעמבער 01, 2019 2:36 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Ban Mazel »

א מנורה פאר א חתן ל"ג בעומר


לכבוד התנא רבי שמעון ווייסט גאנץ כלל ישראל, פון היינט און אמא ל
געהאלפן יעדן איד אין זיין פלאג, מיט א צוזאג, אפי' ביז צום היינטיגן טא ג
ביים מערה אן הדלקה דער אנהויב, ווי מען טאנצט מיט שמחה און לוי ב
עס איז דעריבער גאר פאסענד די בעסטע, אין דעם טאג א מנורה די גרעסט ע
וואו שמעון וועט מדליק זיין נר אורו, באשיינען אונזער משפחה במלא הדר ו
מיט די ריכטיגע פלאם, ווייטער ציען די יחוס פון דעם שיינעם אפשטא מ
ריכטיג ביז גאר, בעז"ה דעם קומענדיגע יאר, צינדן די ליכט אזוי קלא ר

פון: די מחותנים
Clm
שר חמש מאות
תגובות: 841
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 13, 2018 7:45 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Clm »

איך שיק פאר איינעם א שיינע arrangement פאר שבועות איך זיך איינער זאל מיר מאכען א שיינע פאוים. איינער מיט א נומבער?
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

איך וויל שיקן א arrangement פאר אן א"י איד, א ת"ח שרבים נהנים מאורו, וואס ער גייט אדורך שווערע צייטן, אין האפנטעליך וועט עס אויפלעבען די שטוב דארט.

סאו אויב איינער וויל האבן א חלק אין די מצווה (וואס כידוע שטייט גאר גרויסע זאכן ארויסצוהעלפן עניים פאר יו"ט, עיין בטור סימן תקכ"ט) מיטן געבן אפאר שיינע ווערטער מיט גראמען, ווי שטארק כלל ישראל איז נהנה פון זיין תורה וכוח התפלה ולכבוד יו"ט שבועות, ביטע ענטפערן דא אדער אין אישי.
אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 15939
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
לאקאציע:אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קיקיון »

מיר זענען געווען פסח העל"ט ביי בני נ"י אין קרית חוצות
זייו 7 יעריגער בעריל נ"י האט ג'גנבט דעם אפיקמון און געבעטען א סעט משניות
איך האב יעצט א שליח מיט וועם איך קען דאס אפשיקען

צפון מען געט צוריק דעם באהאלטענעם אפיקומן ....?

וואס שרייבט מען ווייטער ?
א המשך מיט לכבוד זמן מתן תורה ?
דאס האב איך געשריבען פאר זיין ברידער חיים
גם אני מצטרף לבקשתו של ידידני מבראונזוויל
ענגליש? נוצט דעם Left קנעפל


א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

כזוך וויכטיג א פאום אין אידיש אריינצולייגן אין א תנאים אלבום וואס א כלה שיקט פאר די חתן'ס מאמע נאך די תנאים.
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

.
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
אוועטאר
ער גייט
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך מארטש 09, 2022 11:14 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ער גייט »

Any body with a number ?
אוועטאר
אויסגעשלאפן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 259
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 02, 2017 10:32 am

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויסגעשלאפן »

.
אטעטשמענטס
Capture2.PNG
Capture2.PNG (29.82 KiB) געזען 2740 מאל
שטענדיג "אויסגעשלאפן"
א תורה'דיגע בעל הבית
שר חמישים ומאתים
תגובות: 495
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 31, 2021 6:00 pm

Re: פאום'ס פאר מתנות לחתן-כלה תנאים'ס וכו'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א תורה'דיגע בעל הבית »

איז דא ערגעץ צווישן די בלעטער דא עפעס פאר שבת נחמו פאר א חתן?

משיקט א בעכער
איך בין שטאלץ צו זיין א תורה'דיגע בעל הבית!
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”