סאטמארער רבי זצ"ל
ר' יונתן שטייף זצ"ל
ר' שלמה צבי שטראססער זצ"ל מדעברעצין
כמדומני גם יבלחט"א הגה"צ אבדק"ק אודווארי שליט"א
ווער עס ווייסט נאך זאל צולייגן
די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער
אויפריכטיג האט געשריבן: וואו האסטו געזען די צוויי זאכן, איך האב געקוקט דעם לינק וואס דו האסט אנגעצייכנט און נישט געטראפן.
קאמענטאטאר האט געשריבן: און איבער זאב עקשטיין גיי צו יענעם זייטל און דרוק אויף - רעכטס אונטן - Trailer ווי מ'קען זעהן א קורצן איבערבליק פונעם פילם ווי זי זיצט ביי אן אינטערוויו מיט עקשטיין.
חכם מחוכם האט געשריבן: הערשל פר״מ און זיין ביכל מאפילה לאור גדול איז זייער שיין מבאר די גאנצע מעשה מיט אסאך דאקומענטן
מיללער האט געשריבן: אז מ'רעדט שוין פונעם 'למען ידעו' עפעס זעה איך אין די צייטונגען איבער א נייע ארגענעזאציע 'עדות נאמנה' וואס גיבט זיך אפ איבערצוגעבן פארן נייע דור די צווייטע וועלט מלחמה היסטאריע מיט א פרומע/היימישע בליק, אפשר ווייסט איינער מער ווער און וואס דער ציהל פון זיי איז?
קאמענטאטאר האט געשריבן: דאס וואס ר' סענדער זאגט איז גענוג פאר אונז, און איז אויך אין איינקלאנג מיט וואס קאסטנער'ס טאכטער שילדערט ביים ענדע פונעם פילם (כאטש מיט אנדערע טראפן), אז ווען מ'האט געשיקט שלוחים צום סאטמאר'ן רבי'ן בעטן ער זאל קומען עדות זאגן לטובת קאסטנער'ן האט מען יענעם געלאזט וויסן דעם רבי'נס ענטפער, אז נישט קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן נאר השי"ת ברוב חסדו.
אבער דאס קענסטו נישט פארקויפן פאר א פרעמדן, עס קלינגט פארט "סעלפיש" און כפוי טובה'דיג.
וואס די צייטונג שרייבט פארגאנגענע וואך בשם ר' שלמה יעקב געלבמאן איז פיל מער עולה על הדעת. ער שרייבט אז דעם רבי'נס מיינונג איז געווען אז דאס אז ער איז געראטעוועט געווארן מיט קאסטנער'ס צוג איז דאך א דבר ידוע לכל. וואס די פארהאנדלונגען מיט אייכמאן זענען געווען - וואס איבער דעם איז געווען דער פארלוימדונגס פראצעס - האט ער דאך קיין שום אנונג. אלזא דאס איינציגע וואס קאסטנער קען בענעפיטירן פון רבי'נס - פובליק פיגור - עדות איז בלויז פראפאגאנדע אז סאטמארער רבי איז געקומען עדות זאגן לטובת קאסטנער, און דאס האט דער רבי נישט געהאלטן דערביי.
דרך אגב, דער זאב עקשטיין איז אויך אויפן פילם ווי ער שילדערט זיין טייל אין די געשיכטע (פונעם פילם וועבזייטל).
קאמענטאטאר האט געשריבן: לכבוד כ"א כסליו - A MUST WATCH
בהשגחה פרטית האב איך זיך אנגעשטאלפערט אין א פילם איבער רודאלף ווערבע אויף PBS וועלכע שילדערט איבער זיין אנטלויפונג פון אוישוויץ און באמיאונגען צו מודיע זיין די וועלט איבער די שחיטות, זיין פרוכטלאזע שתדלנות ביי קאסטנער, קאסטנער'ס צוג א.א.וו.
רבותי כ'זאג אייך, ס'איז ווערט א שעה!
פאטעטא קוגל האט געשריבן:קאמענטאטאר האט געשריבן: לכבוד כ"א כסליו - A MUST WATCH
בהשגחה פרטית האב איך זיך אנגעשטאלפערט אין א פילם איבער רודאלף ווערבע אויף PBS וועלכע שילדערט איבער זיין אנטלויפונג פון אוישוויץ און באמיאונגען צו מודיע זיין די וועלט איבער די שחיטות, זיין פרוכטלאזע שתדלנות ביי קאסטנער, קאסטנער'ס צוג א.א.וו.
רבותי כ'זאג אייך, ס'איז ווערט א שעה!
אויב איינער קען עס לייגן אויף dropbox
שכח