רודאלף קאסטנער און די קאסטנער טראנספארט

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

לייפציק
שר חמש מאות
תגובות: 836
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך סעפטעמבער 14, 2016 5:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייפציק »

דער איד איז נעבעך ווייניג אינפארמירט וועגן קאסטנער, ער זאגט נעבעך זצ"ל אויף קאסטנער, ער מיינט די מעשה האט זיך אנגעהויבן אז קאסטנער איז אריין אין לייבן גריב... בקיצור.
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

שופר האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן: לכבוד כ"א כסליו - A MUST WATCH

בהשגחה פרטית האב איך זיך אנגעשטאלפערט אין א פילם איבער רודאלף ווערבע אויף PBS וועלכע שילדערט איבער זיין אנטלויפונג פון אוישוויץ און באמיאונגען צו מודיע זיין די וועלט איבער די שחיטות, זיין פרוכטלאזע שתדלנות ביי קאסטנער, קאסטנער'ס צוג א.א.וו.

רבותי כ'זאג אייך, ס'איז ווערט א שעה!

אויב איינער קען עס לייגן אויף dropbox
שכח


ג"א מצטרף לבקש כנ"ל

https://www.dropbox.com/s/gm18ia8rkkjjn ... a.mp4?dl=0


איצט אויסגעהערט, ארץ ארץ אל תכסו דמם!
חדשות
שר האלפיים
תגובות: 2139
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 5:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חדשות »

שמואל בארג האט געשריבן:
שופר האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן: אויב איינער קען עס לייגן אויף dropbox
שכח


ג"א מצטרף לבקש כנ"ל

https://www.dropbox.com/s/gm18ia8rkkjjn ... a.mp4?dl=0


איצט אויסגעהערט, ארץ ארץ אל תכסו דמם!


געוואטשט דעם ווידיא, מוראדיג. (הגם אסך חלקים דערפון זעט אויס געמאכט שפעטער). עטליכע נקודות.

1. די מעשה פון ווערבע איז א זאך וואס אין די איזרעלישע האלאקאוסט היסטאריע עקזעסטירט כמעט נישט (לעצטענס אפשר אביסל יא). עס איז ממש אויסגעמעקט פון די געשיכטע ביכער, הגם עס איז איינע פון די וויכטיגסטע ששטיקלעך פון די הצלה. (וואס באקומט דארט 1000 מאל מער דעקונג איז די אויפשטאנד אין ווארשא וואס האט למעשה פארשנעלערט דעם טויט פון די אידן).

2. אין דעם ווידיא פעלט דעם חלק וואס רבי מיכאל בער און זשארזש מאנטעלע האבן געשפילט אין פארעפענטליכן די אוישוויץ רעפארט.

3. עס ווערט בכלל נישט געברענגט דעם פאקט אז קאסטנער האט עדות געזאגט נאך די קריג לטובת די נאצי מערדער קראומי און בעכער און נאך וואס איז סופו הוכיח על תחלתו.

ווען מען לייענט די מעשה ברענגט ארויף די קושיא ווי זענען גווען די פירער פונעם יישוב ווען עס איז געקומען צו פארעפענטליכן די הריגות אין אוישוויץ נאך וואס ווערבע איז אנטלאפן? צו האבן זיי נישט געהאט די מעגליכקייטן צו פאבליצירען אין די וועלט לכה"פ אזוי ווי ר' מיכאל בער וואס איז גווען איינגעשפארט ביים שונא, אדער ווי זשארזש מאנטאלע וואס איז גווען א פשוטער דיפלאמאט אין שווייץ.

וועגן דעם און וועגן נאך אזוינע טעמים איז דער גאנצער ווערבע געשעפט א פראבלאמאטישער עסק פאר די איזעלישע א.ג. האלאקאוסט היסטאריקער, וואס אדער פראבירן זיי עס צו באהאלטן, אדער פראבירן זיי מיט פלפולים שונים ומשונים צו מינימייזן די ראלעס פון ווערבע, און רבי מיכאל בער וכולי. איינע פון די הויפט פון די מפלפלים מיט די שקרים איז דער פראפעסער יהודה בויער שר"י. אויף דעם ווידיא זאגט ער טאקע אז די אידן וואלטן ממילא גארנישט געקענט טוען אפילו זיי ווייסן ווען אז מעו טראגט זיי צו הרגנען, ווייל מען קען זיך נישט שלאגן מיט אן ארמיי. איך האב אים געוואלט זאגן, שוטה וואס דו ביסט: בונקערס וואלטן זיי געקענט מאכן?? אין וואלד וואלטן זיי געקענט לויפן?? צענדליגער טויזענטער האבן זיך אזוי געראטעוועט(דו מיינסט אז מען קען זיך נאר די אידן וואלטן זיך געגאנגן שלאגן מיט די דייטשען מיט געווער נוסח ווארשא?? ).

כי ידין ה' עמו..

ודו"ק כי קצרתי
mar0was
שר חמש מאות
תגובות: 510
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יולי 07, 2009 9:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך mar0was »

איך בין נישט באקאנט מיט די גאנצע השתלשלות הדברים, אבער איך קען צולייגן א קליינע פונקט לטובתו פון קאסטנער וואס איז לכאורה אומבאקאנט.

איבערגעטייטש פון די מלחמה זכרונות געשריבן דורך אליקים\גוסטאב מאייער (א קרוב משפחה מיינע), ער איז געווען א ציוני און האט געהאט קשרים מיט עס. עס. אפיצירען ביים קריג (דורך געלט שוחד), אזוי איז אים אויסגעקומען צו זיין פון די עסקנים\סדרנים אונעם קאסטנער טראנספארט. ער דערציילט וואס ער האט אליינס געזעהן אין סט. גאלען (די לעצטע סטאנציע פאר'ן אריבער פארן די שווייצע גרעניץ):

נאך אפאר טעג פארן זענען מיר אנגעקומען צו סט. גאלען נאנט צום גרעניץ. אויף איינס פון די שינעס איז געשטאנען אונזער באן, טונקעל. קעגען איבער איז געשטאנען א באן מיט באלויכטענע קראנען. אבער מיר האבן נישט געטארט ארויסגיין. עס האט זיך אויסגעשטעלט אז די דייטשען האבן פארלאנגט נאך 10,000 שווייצע פראנק. דער סכום האט מען ערלעדיגט אין סט. גאלען אין אפאר שעה.

אזוי ווי שטענדיג בין איך אראפ פון באן, און ווען אלעס איז געווען מסודר האט מיר קאסטנער געזאגט: "גוסטי, זארג אז אלע מענטשען זאלן אריבער גיין ווי שנעלער צום צווייטן באן". אזוי איז געווען - אין א האלבע שעה. דריי מענטשען זענען געשטאנען אינדרויסען: די עס. עס. אפיציר בעכלער, קאסטנער און איך. איך האב געמאלדן אז אלע זענען אריבער און מ'קען פארען. זאגט בעכלער פאר קאסטנער: "לאמיר פראבירן נאך א טראנספארט", ענפערט אים קאסטנער "ווארט א רגע". ער איז צוגעגאנגען צו זיין ווייב זיך געזעגנט און געזאגט: "איך גיי צוריק קיין דייטשלאנד. אפשר וועל איך קענען ראטעווען נאך אפאר מענטשען". ער איז צוריקגעקומען צו אונז, זיך געזעגנט פון מיר, און צוריקגעפארן מיט בעכלער.


קאסטנער איז שוין געשטאנען ביים גרעניץ פריי, און ער האט איינגעשטעלט זיין לעבען און זיך צוריקגעקערט קיין דייטשלאנד צו פראבירן ראטעווען נאך אידן!
לייבעלע הירש
שר חמש מאות
תגובות: 889
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 28, 2017 8:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייבעלע הירש »

בעפאר כ'האב זיך אנגעשטויסן אין דעם דאזיגן אשכול בין איך געווען צימישט איבער דעם קאסטנער נושא... נאכן לעזן דע אלע בלעטער ווער איך נאך מער צימישט....

עכ"פ איך באשילדיג די ציונים ימ"ש אויף דעם צימישעניש
אויף דעם בינעך זיכער איז יעדער מודה
פראהביטש
שר האלף
תגובות: 1900
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 15, 2017 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראהביטש »

שמואל בארג האט געשריבן:
שופר האט געשריבן:
דערבארומדיג'ער האט געשריבן:
ישלהוסיף האט געשריבן:
פאטעטא קוגל האט געשריבן: אויב איינער קען עס לייגן אויף dropbox
שכח


ג"א מצטרף לבקש כנ"ל

https://www.dropbox.com/s/gm18ia8rkkjjn ... a.mp4?dl=0


איצט אויסגעהערט, ארץ ארץ אל תכסו דמם!

איז דא אויף דראפבקס די איבריגע חלק פון די מעשה?
אוועטאר
moishy56
שר עשרים אלף
תגובות: 20317
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג נאוועמבער 10, 2013 6:36 am

Re: רודאלף קאסטנער און די קאסטנער טראנספארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך moishy56 »

די קאסטנער טראנספארט
אטעטשמענטס
מאָמענט מאגאזין וישלח תשפ״ד.jpeg
מאָמענט מאגאזין וישלח תשפ״ד.jpeg (348.67 KiB) געזען 261 מאל
.

לייף אינשורענס אן קיין בלוט-טעסט גרינגערהייט. רופט/טעקסט די ווארט INFO צו 718-480-0545 #קהלֵב
אוועטאר
עובר ושב
שר חמש מאות
תגובות: 527
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 25, 2022 1:10 pm

Re: רודאלף קאסטנער און די קאסטנער טראנספארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עובר ושב »

זייער שטארקע ביך איבער די קאסנער פראצעס.

PERFIDY - By Ben Hecht

Rav avigdor miller on the book Perfidy by ben hecht
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”