רודאלף קאסטנער און די קאסטנער טראנספארט

דאקומענטאציע פונעם צווייטן וועלט קריג

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

רודאלף קאסטנער און די קאסטנער טראנספארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ס'קאכט זיך אין די צייטונגען לעצטענס איבער א דאקומענטארישער פילם וועלכע פרובירט צו ריינוואשן דר. רודאלף קאסטנער איבער זיין ראלע אין קריג, און גלייכצייטיג אנגעבליך באשמוצן רביה"ק מ'סאטמאר אלס א כפוי טובה, אנטזאגענדיג עדות'שאפט ביים קאסטנער פראצעס.

כ'האב ארומגעזוכט אויפן נעץ און דערווייל נישט געפונען ווי מ'קען דאס זעהן (חוץ אין טעאטער), כאטש וואס ווי ס'שיינט האבן די היימישע שרייבער יא באוויזן עס צו זעהן ערגעצוואו.

די אפיציעלע Killing Kasztner פילם זייטל.
קאמענטארן זענען איבריג
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

וואס איז טאקע געווען די טענות אויף קאסטנער?
Thinker
שר חמישים
תגובות: 68
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך פעברואר 28, 2007 5:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Thinker »

די טענות אין קורצן איז אז ער האט ארויסגערוקט די פארהאנדלונגען פון אונטער די חרדישע הענט.

די חרדישע פארהאנדלונגען איז געווען אויף סאך א גרעסערע פארנעם, ס'האט אריינגערעכנט ערליכע אידן אויך, איז געקומען קאסטנער ימ"ש אין ארויסגערוקט די פארהאנדלונגען צו ראטעווען נאר זיך אין זיינע ציוניסטישע פריינד, און איבערגעלאזט צענדליגע טויזנטער אידן צום טויט.

באריכות קוק אין מושיען של ישראל (כ'מיין חלק ח אדער ט).
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

עס מיז זיין מער ווי דעם. עס איז געווען א משפט קעגן עם אין תל אביב; איינער האט עם נאכדעם געשאסן אין תל אביב.

ער האט פשוט איבערגעלאזט יודן צים טויט? אדער ער האט געראטעוועט שטאץ דעם זיינע מענטשען?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

לויט אייכמאנ'ס ימ"ש עדות'שאפט אין א"י האט קאסטנער אים פארזיכערט קאמפלעט ארדענונג ביי די דעפארטירונגען און דערשטיקונג פון סיי וועלכע געגנשטאנד צו די שחיטות, און אויסטויש פאר זיין אויסגעקליבענע גרופע וועלכע וועלן ערלויבט ווערן - אומאפיציעל - צו אנטרינען ווערן.

אייכמאן האט אויך קלארגעשטעלט - ווי באגלויבט ער איז אלס א רוצח אליינס - אז נישט זייענדיג געבונדן צו קיין שום ציפער וואלט קאסטנער גרינג געקענט קריגן פופצן טויזענט אנשטאט די קנאפע טויזענט וועלכע ער האט למעשה אויסגעקליבן, דערביי צייגענדיג קלאהר אז אידישע לעבענס וועלכע סערווירן נישט זיין ציהל האט אים קנאפ געקימערט.

ביי זיין אורטייל אין א"י האט דער שופט דערקלערט "רודאלף קאסטנער האט פארקויפט זיין נשמה צום שטן".
קאמענטארן זענען איבריג
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד,

לייען באריכות אין ספר הפלא "איש חמודות" איבער דעם גאנצן קאסטנער ענין.

בקיצור: ר' מיכאל בער זי"ע [הי"ד] האט אנהויב תש"ד, צום צווייטן מאל, אנגעהויבן פלאן צו ראטעווען דאס פארבליבענע איבער גאנץ אייראפע. צוליב די רוצחישע קאלטבלוטיקייט פון די ציונים-פרייע, איז דער פלאן דורכגעפאלן און מען האט נאר געקענט העלפן די פארבליבענע אידן אין אונגארן. דאס איז אויך טארפעדירט געווארן און מ'האט נאר געקענט ראטעווען עטליכע צענדליגער טויזנט פון זיי.

דאן זענען געקומען די ציונים-פרייע און ארויסגעשטופט ר' מיכאל בער פונעם מקח און זיך אליינס אנגעטראגן, אין שפיץ פון רודאלף קאסטנער און יואל בראנד.

דער פלאן איז אויך נישט געווארן אויסגעפירט צוליב "רק בדם" וכו' וכו' ימח שמם.

אזויפיל איז געבליבן, איין באן מיט "מיוחסים" - פופצן הונדערט - וועט פארן קיין שפאניע. קאסטנער האט מיט דעם אויך געמאכט פורים, נאר ר' מיכאל בער און זיין קבוצה צוזאמען מיט די ערליכע אידן האבן מיט אומבאשרייבליכע צרות צרורות צוזאמגעשטעלט די געלט און סחורה, אריינגעשטעלט רביה"ק מסאטמאר און נאך גדולים אין די באן, און אזוי איז עס מסודר געווארן בס"ד. למעשה, צוליב די פורים צרות פון קאסטנער וכו' און שונאי הדת, האבן די דייטשן ימ"ש נישט געשיקט די באן אויף שפאניע נאר אויף בערגען בעלזען, וואו עס האט זיך אויפגעהאלטן כמעט א האלב יאר ביז די ערליכע אידן האבן ענדליך צוגעשטעלט דאס געלט ווינטער תש"ה און די באן איז ארויס אויף שווייץ.

עד כאן אויפ'ן שפיל גאפעץ ממש, עי' שם ותמצא עוד.



*
ברוקלין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 381
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג אקטאבער 18, 2009 1:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברוקלין »

די ווילסט מיר זאגען אז קאסטנער האט פשוט געשטערט צי ראטעווען יודען ווייל רק בדם וכו'.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

יוםטובערליך האט געשריבן:
בקיצור: ר' מיכאל בער זי"ע [ הי"ד]


*


דער הי"ד טיטול איז כפשוטו אדער כמדרשו.....???
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

נאר קאסטנער? די גאנצע ציוניסטישע, לייען "אידישע עסטאבלישמענט" אינדרויסן פון פרומע ארטאדאקסן, אויסער געציילטע יוצאי מן הכלל, האבן געהאלטן די שיטה, צו בשיטה צו אונטערגעווארפן די בעלי זרוע וכו' וכו'. ליין "איש חמודות".

יהי' כן: נישט כפשוטו, ווייל ער האט דאך געלעבט ביז תשי"ח און נפטר געווארן פון הארץ קראנקהייט, אבער די ציוניסטישע מעשים און רציחות דירעקט און אומדירעקט האבן אים פשוטו כמשמעו אויסגעגעסן לבו הטהור. דאס ערשטע הארץ אטאקע האט ער געהאט אנהויב יאר תש"ג אינמיטן לויפן צווישן איין ביורא און די אנדערע.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

קאמענטאטאר האט געשריבן: ס כאטש וואס ווי ס'שיינט האבן די היימישע שרייבער יא באוויזן עס צו זעהן ערגעצוואו.


מאן יימר?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

צום פינטעל, ס'האט אזוי געשמעקט פון י. מ. סופר'ס ארטיקל...

kidding aside אן אי-פאסט געשפרעך צווישן מיר און דעם פילם דיירעקטאר איז געגאנגען ווי פאלגענד:


Me:
Being I’m an orthodox (Satmar Hassidic) Jew I won’t sit in a theater, so I would like to know where / if I can get a DVD copy of your film.

Gaylen Ross:
Dear (…),
Thank you for your email. It will be awhile before the DVD is released, but of course I will keep your email and notify you as soon as it is. However, there have been quite a few orthodox Hassidic Jews, some Satmar, who have come to the cinema. I believe perhaps because this is an educational film and not entertainment. I would very much hope you may find a way to see the film before the DVD release.

Me:
Thanks, I would definitely not go into a cinema - no matter of the purpose - but appreciate you keeping me posted, (I'd still very much appreciate an exception for a private DVD...!)

Have a great day.

Gaylen Ross:
I cannot make an exception for a DVD, but encourage you to come to the cinema - truly it is educational and i think it would be ok with the Rabbi if you check.

Best Gaylen

Me:
Nothing to do with any rabbi, It's the tradition I was raised with.

Thanks

Gaylen Ross:
Understand, and appreciate your response and interest. I will email you as soon as DVD available.

Best regards
Gaylen Ross
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

תחזקנה ידיך קאמענטאטאר, חמין ושמן שסכו לך הוריך.
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

דאס איז די חילוק פון דעם גוי'ס בליק אויף די אידן'ס פרומקייט'ן אין דעם איד'ס בליק,
וואס איז אבער דער באדייט פון cinema פונקטליך?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

צים פינטעל האט געשריבן:
קאמענטאטאר האט געשריבן: ס כאטש וואס ווי ס'שיינט האבן די היימישע שרייבער יא באוויזן עס צו זעהן ערגעצוואו.


מאן יימר?


האסט געפרעגט מאן יימר? כ'האף האסט געקריגן דיין ענטפער.

cinema איז א movie theater, אין אידיש "טעאטער".
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

כאב טאקע באקומען דיין ענטפער,
cinema איז די טעאטער ממש, מיינסט צו זאגן אז אידן זענען דארט געווען בשעת מען האט געשפילט די מאווי? פארן עולם?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אל תמנע טוב מבעליו, ווען דו באקומסט דעם DVD זיי מודיע דעם עולם און לאז יעדן הנאה האבן דערפון!!!!
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

בתנאי עס איז ריין educational...
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35707
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

הרב קאמענטאטער, חזקו ואמצו, מען איז נישט מותר אויף יסודות פאר אביסל נייגער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

ווי באקאנט האט הרה"ח חכם וסופר ר' סענדר דייטש ז"ל ברייט באשריבן די גאנצע פראצעס פון קאסטנער און זיין ראלע אין די וועלט מלחמה, ער איז נאכגעגאנען די פאקטן און די היסטאריע פון יענער צייט (באקאנט די ביכער: "די צווייטע וועלט מלחמה", "חורבן אונגארן") און באזונדער האט ער אראפגעשריבן די גאנצע הצלה פון רבי'ן זי"ע קודם אין דעם ספר "שנת החמישים" וואס איז ארויסגעקומען אין תשנ"ה ביים דינער כ"א כסלו, דארט איז עס באשריבן סיי אין לשון קודש און סיי אין אידיש, און דערנאך האט ער עס באשריבן אין זיין מייסטערהאפטע ספר "בוצינא קדישא".
איך האב פונקט לעצטענס געהערט די יערלכיע דרשה פון ר' סענדר ביי די כ"א כסלו דינער שנת תשנ"א דארט האט ער ארומגערעדט איבער די טענה פון די ציונים אז זיי האבן געראטעוועט דעם רבי'ן און דער רבי איז ח"ו א כפוי טובה,
וז"ל בערך:
..."ס'איז געווען דעמאלט, די היגע צייטונגען האבן געגאסן פעך און שוועבל קעגן רבי'ן, זיי האבן געשריבן, אז דער סאטמארער רבי פייערט קעגן די ציונים און קעגן דער מדינה, און ער אליין האט זיך געראטעוועט דורך די ציונים.
"הגם די גאנצע זאך איז א שקר גמור, ווי מ'ווייסט זיי האבן בכלל נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן. נאר די פרומע עסקנים אין פעסט האבן איינגעלייגט וועלטן און באצאלט גרויס געלט אז דער רבי זאל אריינגענומען ווערן אינעם טראנספארט קיין בערגן בעלזן.
"אויסער דעם ווייס מיר אונז דאך, אז מ'האט אזוי געפירט מן השמים, חוץ לדרך הטבע. עד כדי כך אז דער שווער פון קאסטנער, ד"ר פישער פון קלויזנבורג, האט אליין געהייסן פאר זיין איידעם קאסטנער'ן, אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט על פי מעשה שהיה, מיט דעם חלום, וואס די מוטער פון ד"ר פישער איז אים געקומען צו חלום.
"די מוטער פון ד"ר פישער איז געווען אן ערליכע אידישע פרוי, זי האט געשטאמט פון פרומע אידישע עלטערן. און זי איז נישט געגאנגען אין אייגענע האר. איז זי געקומען צו חלום צו איר זון ד"ר פישער, - פישער איז געווען דער פירער פון אידישן ראט אין קלויזנבורגעק געטא, - און זי האט אים געזאגט אז אויב דער סאטמארער רבי וועט נישט אריינגענומען ווערן אין טראנספארט וועט דער גאנצער פלאן דורכפאלן. ערשט דעמאלט האט קאסטנער מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין טראנספארט.
"דאס איז נישט קיין מעשה'ס. שוין נאך דער באפרייאונג, ווען דער רבי איז שוין געווען אין דער שווייץ, האט ד"ר פישער אליין מודה געווען און דערציילט פאר'ן רבי'ן, אז זיי האבן נישט בדעה געהאט צו ראטעווען דעם רבי'ן, וואס איז געווען א גרויסער שונא פון די ציונים, און ער האט דערציילט פאר'ן רבי'ן די מעשה פונעם חלום מיט זיין מאמע, און אז צוליב דעם האבן זיי מסכים געווען אריינצונעמען דעם רבי'ן אין דעם טראנספארט קיין פעסט.
"אויך קאסטנער אליין, האט ביים קאסטנער פראצעס ערקלערט, אז זיין שווער ד"ר פישער האט זיך נישט אריינגעמישט וועמען מ'זאל ארייננעמען אין דער רשימה, און ער האט פאר קיינעם נישט אינטערווענירט, אויסער אין איין פאל, ווען זיין שווער פישער האט געפאדערט אריינצונעמען דעם סאטמארער רבי'ן.
אויב מ'זאל זאגן אז די ציוניסטן האבן געראטעוועט, קאסטנער האט געראטעוועט וועט אויסקומען קורט בעכער ימש....
"על כל פנים די ציוניסטן מצד עצמם פון זיך אליין האבן זיכער נישט געוואלט ראטעווען דעם רבי'ן, נאר מן השמים האט מען אזוי געפירט, אז דער רבי זאל ניצל ווערן, לשום לנו שארית בארץ ולהחיות אותנו לפליטה גדולה.
"אבער די היגע טריפה'נע צייטונגען האבן געהעצט און געשומפט קעגן רבי'ן, - "דער סאטמארער רבי האט זיך געלאזט ראטעווען דורךך די ציוניסטן, און איצט קעמפט ער קעגן זיי און קעגן דער מדינה!
.....
"אין דער טראנספארט וואס איז ארויסגעפארן פון פעסט, אויפ'ן וועג צו שווייץ, זענען געווען קרוב צו 1700 אידן, גענוי 1684 אידן, רובא דרובא זענען געווען פרייע, מתבוללים נעאלאגען, און פירער פון די ציוניסטישע פארטייען, נאר די האט מען אריינגענומען אין טראנספארט. דער רבי ז"ל איז געווען איינער צווישן געציילטע רבנים פון גאנץ אונגארן, וואס זענען געווען אין יענעם טראנספארט.
....
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

רודאלף קאסטנער במשנתו של ר' סענדר דייטש ז"ל:
ווער איז רודאלף קאסטנער?
קאסטנער איז געבוירן אין קלויזנבורג, אינעם יאר 1906. זיין אידישער נאמען איז געווען ישראל. ער האט שטודירט יוסטיץ און זיך דערווארבן דעם טיטול "דאקטאר", אזוי ארום האט ער זיך גערופען ד"ר קאסטנער רעזשא. ער איז געווען א מיטארבעטער אין דער אונגארישער טאג-צייטונג "אי קעלעט", וואס איז געווען דער ארגאן פון דער ציוניסטישער באוועגונג. עטליכע יאר האט ער אויך געדינט אלס דער פאליטישער קארעספאנדענט אין בוקארעסט. ער איז אויך גלייכטצייטיג געווען דער פירער פון די ציוניסטישער יוגנט ארגאניזאציע אין רומעניען. ווען טראנסילוואניען איז אינעם יאר 1940 געווארן אנעקסירט צו אונגארן, איז די צייטונג דורך דער אונגארישער רעגירונג געשלאסן געווארן. קאסטנער איז דאן אוועק קיין בודאפעסט, וואו ער איז געווארן אקטיוו אין דעם "איחוד" (די שוועסטער-פארטיי פון דער "מפא"י" אין ארץ ישראל). און פון דעם יאר 1943 און ווייטער, האט ער פיגורירט אלס וויצע-פארזיצער פון דער ציוניסטישער ארגאניזאציע אין אונגארן.
קאסטנער איז געווען א מיטגליד אין דער "ועדת עזרה והצלה" וואס איז אנגעפירט געווארן דורך די ציוניסטישער באוועגונג. וועגן די טעטיגקייטן פון דעם דאזיגען "ועד" ווי אויך די ראלע וואס קאסטנער האט דערין געשפילט, וועלן מיר שרייבן באריכות. דא וועלן מיר איבערגעבן בלויז די קורצע ביאגראפישע שטריכן.
קאסטנער האט געהאט פארבינדונגען מיט די אונגארישע אויטאריטעטן און מיט אירע פאליטישע פירער. ער האט אפילו אויך געהאט קאנטאקטן מיט דער דייטשער מיליטערישער אויסשפיר דינסט, נאך איידער די דייטשען האבן אריינמארשירט קיין אונגארן.
נאך דער דייטשער אקופאציע פון אונגארן, און מיט'ן אנקום פון אייכמאנ'ען קיין בודאפעסט, האט זיך קאסטנער דערשלאגן צו זיין דער אויסשליסליכער מאן וואס האט פארהאנדלט מיט אייכמאנ'ען. ער האט געוואונען דעם פולן צוטרוי פון די דייטשען.
אין משך פון יענעם בלוטיגן זומער איז אייכמאן עטליכע מאל געפארן קיין בערלין, און ער איז אויך 5 מאל געפארן אין דער שווייץ, צו פארהאנדלען מיט די פארשטייער פון אמעריקאנער "דזשאינט" און מיט דער ציוניסטישער אגענטור.
נאך דער מלחמה האט זיך קאסטנער באזעצט אין ארץ ישראל. ער איז דארט געווארן אקטיוו אין דער מפא"י פארטיי, און ער האט רעדאגירט דעם מפא"י ארגאן וואס איז ארויסגעגאנגען אין ארץ ישראל אין דער אונגארישער שפראך.
ער האט גענומען שפילן א גרויסע ראלע, און זיך פאררופען אויף זיינע פארדינסטן אין דער "רעטונג" פון אונגארישען אידנטום. אזוי ווייט אז ער איז געווארן ארויפגעשטעלט אלס קאנדידאט צו דער כנסת אויף דער וואל ליסטע פון דער מפא"י, אויף איינעם פון די פראמינענטסטע פלעצער. גלייכצייטיג האט אים די רעגירונג באשטימט אויף א הויכן אמט, ער איז געווארן פירשפרעכער פון האנדלס מיניסטעריום.
דאס האט אזוי אנגעהאלטן ביז'ן יאר 1953, ווען א פרעסבורגער איד, מלכיאל גרינוואלד, איז ארויסגעקומען מיט א שארפן פאמפלעט, באשולדיגענדיג קאסטנער'ן אין קאלאבאראציע מיט די נאציס, און מיט העלפן די דייטשע רוצחים דורכפירן די פארטילקונג פון אונגארישן אידנטום.
גרינוואלד האט אויך באשולדיגט קאסטנער'ן, אז נאך די מלחמה איז ער געפארן קיין נירבערג עדות זאגן צו גונסטן פון דעם נאצי-הענקער, דער עס-עס פירער "קורט בעכער", דער מערדער פון אונגארישען אידנטום.
קאסטנער הא גוט געוואוסט פון בעכער'ס פארברעכערישער פארגאנגענהייט, דאך האט ער עדות געזאגט ביים נירנבערגער פראצעס – אין נאמען פון דער "אידישער אגענטור" – אז קורט בעכער איז גאר געווען אן אנשטענדיגער מענטש, און אלס רעזולטאט פון זיין עדות זאגן האט טאקע דער אינטערנאציאנאלער טריבונאל אין נירנבערג, באפרייט דעם דאזיגן מאסן מערדער. – אזוי האט מלכיאל גרינוואלד אויסגערעכנט אין זיין פאמפלעט א לאנגע רשימה פון שווערסטע פארברעכנס וואס דר. רודאלף קאסטנער – דער איצטיגער הויכער שישקע פון מפא"י – איז באגאנגען אין זיין קאריערע אין דער בלוטיגער נאצי תקופה.
די רעגירונג פון מדינת ישראל האט גענומען קאסטנער'ן אונטער שוץ. ער האט דאך באזיצט א הויכע רעגירונגס פאסטן. און דער פראקוראר אמנון טל האט אנגעקלאגט מלכיאל גרינוואלד'ן אין פארלוימדונג.
דער "קאסטנער פראצעס" האט זיך געצויגן יארן, און האט אופגערודערט נישט נאר דאס גאנצע לאנד נאר די גאנצע וועלט. חדשים און יארן האט די אידישע וועלט נאכגעפאלגט מיט שפאנונג די פארהאנדלונגען פון פראצעס. די וועלט פרעסע האט טאג טעגליך איבערגעגעבן די דערשיטערנדיגע ערקלערונגען פון די הונדערטער עדות וואס זענען אויפגעטראטן ביים משפט.
דעם 22טן יוני 1955 האט דער הויפט ריכטער פון מדינת ישראל ד"ר בנימין הלוי, ארויסגעגעבן זיין ווערדיקט, אין וועלכן קאסטנער איז געפונען געווארן שולדיג אין די קלאגעס וואס מלכיאל גרינוואלד האט קעגן אים ארויסגערוקט.
ד"ר בנימין הלוי האט דעמאלט ארויסגעטראגן זיין טרויעריג-בארימטן אורטייל, אז "קאסטנער האט פארקויפט זיין נפש פאר'ן שטן". ער האט אבער באשטראפט דעם אנגעקלאגטן מלכיאל גרינוואלד מיט 1 לירה שטראף.
די רעגירונג פון מדינת ישראל האט אבער נישט געוואלט אראפשלונגען דעם אורטייל. דאס האט באדייטעט אז איינער פון אירע וויכטיגע פיגורען איז געפונען געווארן שולדיג אין די שוידערליכסטע פארברעכנס פון דער געשיכטע, האט דער רעגירונגס קאבינעט באטרויט דעם פראקוראר צו אפעלירן קעגן דעם אורטייל.
די אלגעמיינע ציוניסטן האבן אבער נישט געוואלט מסכים זיין צו דער אפעלאציע, און אזוי ארום איז געקומען צו רעגירונגס קריזיס. די רעגירונג איז געפאלן.
די "קאסטנער פרשה" איז געווארן דער צענטראלסטער וויכוח אין לאנד. די רעגירונג האט אריינגעגעבן אן אפעלאציע אין העכסטן געריכט, און דעם 17טן יאנואר 1958 האט דאס העכסטע געריכט אפגעווארפן דעם ערשטן אורטייל, און ריינגעוואשן קאסטנער'ן פון מלכיאל גרינוואלד'ס באשולגידונגען. – אבער קאסטנער האט שוין דעמאלט מער נישט געלעבט. דעם 3טן מערץ 1957 האט א יונגערמאן מיט'ן נאמען זאב עקשטיין, דערשאסן קאסטנער'ן אין פראנט פון זיין דירה. 9 טעג שפעטער איז ער געשטארבן אין א שפיטאל.
ווי געזאגט האט זיך נאך מיט קאסטנער'ס טויט נישט געענדיגט דער "קאסטנער משפט". 9 חדשים שפעטער איז זיין נאמען "ריינגעוואשן" געווארן. ריינגעוואשן געווארן דורכ'ן געריכט, אבער נישט אין די אויגן פון דער וועלט.
די גרויליגע דראמע איז שפעטער נאכאמאל אויפגעוויקלט געווארן אין איר טראגישער שוידערליכקייט, ביים אייכמאן פראצעס וואס האט זיך אנגעפאנגען מיט צוויי יאר שפעטער, אין 1960, ווען אייכמאן איז געכאפט געווארן.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

דאס וואס ר' סענדער זאגט איז גענוג פאר אונז, און איז אויך אין איינקלאנג מיט וואס קאסטנער'ס טאכטער שילדערט ביים ענדע פונעם פילם (כאטש מיט אנדערע טראפן), אז ווען מ'האט געשיקט שלוחים צום סאטמאר'ן רבי'ן בעטן ער זאל קומען עדות זאגן לטובת קאסטנער'ן האט מען יענעם געלאזט וויסן דעם רבי'נס ענטפער, אז נישט קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן נאר השי"ת ברוב חסדו.

אבער דאס קענסטו נישט פארקויפן פאר א פרעמדן, עס קלינגט פארט "סעלפיש" און כפוי טובה'דיג.

וואס די צייטונג שרייבט פארגאנגענע וואך בשם ר' שלמה יעקב געלבמאן איז פיל מער עולה על הדעת. ער שרייבט אז דעם רבי'נס מיינונג איז געווען אז דאס אז ער איז געראטעוועט געווארן מיט קאסטנער'ס צוג איז דאך א דבר ידוע לכל. וואס די פארהאנדלונגען מיט אייכמאן זענען געווען - וואס איבער דעם איז געווען דער פארלוימדונגס פראצעס - האט ער דאך קיין שום אנונג. אלזא דאס איינציגע וואס קאסטנער קען בענעפיטירן פון רבי'נס - פובליק פיגור - עדות איז בלויז פראפאגאנדע אז סאטמארער רבי איז געקומען עדות זאגן לטובת קאסטנער, און דאס האט דער רבי נישט געהאלטן דערביי.

דרך אגב, דער זאב עקשטיין איז אויך אויפן פילם ווי ער שילדערט זיין טייל אין די געשיכטע (פונעם פילם וועבזייטל).
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום פרייטאג נאוועמבער 06, 2009 8:37 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27065
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

קאמענטאטער, חזק ואמץ, זי מיינט אויך אז ווען א 'ראביי' איז מתיר דעם איסור ווערט עס אויס איסור, זי ווייסט נישט אז ער ווערט אויס 'ראביי'.......

-

דער 'קאסנטער' פראצעס איז געווען א שטארקע בזיון פאר די ציונים ימ"ש ווי עס איז פארעפנטליכט געווארן זייערע מאטיווען און שוואכע אינטערעסע אין ראטעווען דאס לאנד, לויט ווי איך האב פארשטאנען פון די צייטונגען איז די נייע ריינוואשונג פילם א פראעיקט פון משפחה מיטגלידער פון קאסנטער וועלכע קלערן אז ברבות הימים ווען די 'מאשימים' לעבן שוין מער ווייניגער נישט איז פארהאן א שאנס איבערצושרייבען די היסטאריע לטובתם.
-

אז מ'רעדט שוין פונעם 'למען ידעו' עפעס זעה איך אין די צייטונגען איבער א נייע ארגענעזאציע 'עדות נאמנה' וואס גיבט זיך אפ איבערצוגעבן פארן נייע דור די צווייטע וועלט מלחמה היסטאריע מיט א פרומע/היימישע בליק, אפשר ווייסט איינער מער ווער און וואס דער ציהל פון זיי איז?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קאמענטאטאר, דו האסט שוין געזען דעם פילם?
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 982
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע:אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

אויפריכטיג, ניין. אלס וואס איך שרייב איז אדער פין די היימישע צייטונגען אדער פונעם זייטל (ס'איז פארהאן א קליינע "טרעילער" וואס מ'קען זעהן דארט).
קאמענטארן זענען איבריג
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3446
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע:ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

קאמענטאטאר האט געשריבן: דאס וואס ר' סענדער זאגט איז גענוג פאר אונז, און איז אויך אין איינקלאנג מיט וואס קאסטנער'ס טאכטער שילדערט ביים ענדע פונעם פילם (כאטש מיט אנדערע טראפן), אז ווען מ'האט געשיקט שלוחים צום סאטמאר'ן רבי'ן בעטן ער זאל קומען עדות זאגן לטובת קאסטנער'ן האט מען יענעם געלאזט וויסן דעם רבי'נס ענטפער, אז נישט קאסטנער האט געראטעוועט דעם רבי'ן נאר השי"ת ברוב חסדו.

....

דרך אגב, דער זאב עקשטיין איז אויך אויפן פילם ווי ער שילדערט זיין טייל אין די געשיכטע (פונעם פילם וועבזייטל).

וואו האסטו געזען די צוויי זאכן, איך האב געקוקט דעם לינק וואס דו האסט אנגעצייכנט און נישט געטראפן.
שרייב תגובה

צוריק צו “שנות הזעם”