איך האב יעצט געפענט אן אקאונט ביי סיגנאטשור בענק און מיט מיין תמימות זייענדיג א גרינער אינעם פעלד האב איך מיט מיין גוטסקייט באשטעלט ביי זיי 500 קאמפיוטער טשעקס, ווי וואלד רויבערס האבן זיי מיר גערעכנט גאנצע 125 דאלער דערפאר !!
נאכן זיך בארואיגן פון מיין עקסטייטמענט וואס קומט ביים עפענען אן אקאונט, האב איך סתם אזוי געזוכט אויף גוגל און געטראפן די זעלבע טשעקס פאר בלויז 43 דאלער !!!!!!!! נאך ביליגער ווי דעם לינק פון איך הער !
איך ווייס נישט צו עס קומט אין די אשכול, אבער פארט נישט וויסענדיג ווי צו שטעלן אט די פראגע שטעל איך עס דא.
ס'איז מיר אפירגעקראצט געווארן, אלטע טשעקס, אין ווערט פון עטליכע הונדערט דאללאר, פון א קנאפע זעקס יאר צוריק... יא אמר ר' בנימין הכל בחזקת סומין עד... מיין שאלה איז אזוי: קען איך פשוט אין פראסט אריינשפאצירן אין באנק, אויסשטעלן א דיפאזיט סליפ, און אהינגעבן די טשעקס און ערווארטן אז מען זאל קרעדיטירן מיין קאנטע מיט די געלט ? אדער וועלן זיי עס מיר פשוט און פראסט צוריק ווארפן אין פנים אריין, מיט א לעקציע, און א פלייץ פון געלעכטער, וועט זיך אויף זייער פנים באווייזן. און מיר פארשיקן מיט אזוינע בייזע בליקן, און איך וועל מוזן מיט א טרויעריגן פנים ארויסיאגן ?
איך ווייס נישט וואס אין באנק גייען זיי טון, אבער גיבט א קוק, לכאורה ע"פ הלכה קען זיין איז עס נישט אויסגעהאלטן אן מודיע זיין דעם בעל הבית פון דעם אקונט, פארוואס? איז אזוי, איך האב געהאט אזא מעשה, איך האב געגעבן א טשעק פאר אימעצען, און עס איז קיינמאל נישט דיפאזעט געווארן, האב איך געפרעגט מיין מורה הוראה וואס דארף איך טון, זאגט ער אזוי: קודם זאל איך פרעגן פון יענעם ווי איז עס, אויב יענער געדענקט פון עס, און ער דערמאנט זיך אז ער האט עס טאקע נישט דיפאזט, זאל איך אים געבן א נייע טשעק. אויב יענער זאגט איך געדענק נישט וואס איך האב געטון דערמיט, דאן איז המוציא מחבירו עליו הראיה, און איך בין פטור. למעשה האט יענער געזאגט ער האט עס געגעבן פאר צדקה ווייטער, זאגט מיר דער מורה הוראה אז איך בין פטור, און אויב די צדקה גייט קומען מאנען פון יענעם עמער זען דאן. יעצט, ביי אייער מעשה, אויב איז דאס א טשעק וואס איר האט באקומען פון איינעם נישט פון דער בעל אקונט, דאן איז לכאורה דער בעל אקונט פטור, און איך ווייס נישט אויב איר האט א רעכט ארויסצונעמען די געלט. אבער פארוואס זאלט איר נישט בעטן פרישע טשעקלעך?