תורת מוהר"ן מברסלב זי"ע - לעובדה ולמעשה (לחנוכה)

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

תורת מוהר"ן מברסלב זי"ע - לעובדה ולמעשה (לחנוכה)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

תודה והודאה אויפן עבר גיבט די כח און די שטופ צו בעטן אויף ווייטער.

שלום עליכם טייערע אידן, אזוי ווי דער יום טוב חנוכה איז שוין ביים שוועל, האף איך מיטן אייבערשטנס הילף, וויפיל די צייט וועט ערלויבן, צו ברענגען אפאר מאמרים אויף חנוכה פון ספרי מוהר"ן מברסלב ותלמידיו זי"ע להנות בהם בני אדם.

וזה החלי בעזהשי"ת:

ר' נתן ברענגט זייער א שיינע שמועס אין ליקוטי הלכות (כלאי בהמה הלכה ד', אות ט), שרייבט ער אזוי, אז בימי בית שני איז נישט געווען קיין גאולה שלימה, נאר דער עיקר חרות און גאולה בזמן בית שני איז געווען בסוד "ורוח תשימו בין עדר ובין עדר", וואס חז"ל דרש'ענען אז יעקב אבינו האט מיט דעם אינזין געהאט צו מתפלל זיין צום אייבערשטן אז ס'זאל זיין אביסל פלאץ און הרחבה בין צרה לצרה און בין גלות לגלות, כדי מיר זאלן האבן כח זיך צו שטארקן און אויסהאלטן דעם ביטערן גלות.

אבער די קליפה פון מלכות יון רשעה האט דעם הרחבה געוואלט אויסרייסן, צושטערן און חרוב מאכן, און מכניע זיין די אידן אונטער זיי אז די גלות און די צרות זאלן זיין תכופות זו לזו, און באהאפטן איינס צום צווייטן, אן צו קענען אפאטעמען אינצווישן, כדי די אידן זאלן זיך נישט קענען דערהאלטן ח"ו, דעריבער ווערט מלכות יון אנגערופן בלשון "טבעתי ביון מצולה ואין מעמד", וואס דאס באדייט א פארשלעפטע צרה פון וואו מען קען זיך נישט ארויסזעהן.

און באמת, אויב וואלט דאן חרוב געווארן דאס עבודת בית המקדש אינגאנצן, און דער גלות וואלט זיך דעמאלט אנגעהויבן, וואלט זייער שווער געווען פאר כלל ישראל צו קענען אנגיין, ווייל אונזער עיקר קיום אינעם גלות איז דורך די הרחבות וואס דער באשעפער טוט אונז שטענדיג.

דעריבער האט דער באשעפער רחמנות געהאט אויף זיין פאלק ישראל, און האט צושטערט די פלענער פון אונזערע שונאים, און האט אונז געמאכט אזא מורא'דיגע גרויסע נס אין די טעג, וואס דורכדעם האבן חכמינו הקדושים קובע געווען די אכט טעג חנוכה להודות ולהלל.

מיטן קובע זיין דעם יום טוב חנוכה "להודות ולהלל" האבן חז"ל ממשיך געווען אויף די וועלט דעם לעכטיגן באגריף פון "להודות ולהלל", דעם באגריף אז יעדער איד באשר הוא שם און וואספארא מצב אדער זמן ער געפונט זיך, זאל ער אויך קענען טרעפן הרחבות און פארגרינגערונגען אין זיינע צרות און פראבלעמען, און דאנקען דעם אייבערשטן דערויף.

און אז אין אלע צרות וואס מיר ליידן אין דעם ביטערן און לאנגען גלות, בכלל ובפרט, זאלן מיר זיך קענען אויפלעבן דורך די גרויסע וואונדער וואס דער באשעפער האט אונז געמאכט ביז היינט, און דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן דערויף, ביז מיר וועלן זוכה זיין זיך צו מחזק זיין צו האפן און ארויסקוקן שטענדיג צום אייבערשטן, און צו שרייען און בעטן צום אייבערשטן אויך יעצט צו זוכה זיין צו ווערן אויסגעלייזט, בסוד "מודה על העבר, וצועק על להבא".

ווייל דער עיקר פון וואו מ'האט די שטארקייט צו קענען בעטן דעם אייבערשטן אויף להבא קומט פון דעם וואס מען דערמאנט זיך אינעם עבר וויפיל מאל דער אייבערשטער האט אים שוין געהאלפן, און וויפיל חסדים דער באשעפער האט שוין געטוהן לנו ולאבותינו עד הנה, און מ'דאנקט דעם אייבערשטן אויף דעם.

וועגן דעם ווערט דער יום טוב אנגערופן "חנוכה" מלשון "חינוך", ווייל דער עיקר חינוך פאר עבודת הבורא יתברך (און בכלל פארן לעבן) איז נאר דורך דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן זיך דערמאנענדיג די טובות ניסים ונפלאות וואס דער אייבערשטער האט אים שוין אזוי סאך מאל געהאלפן, און דאס עפענט אויף דאס הארץ און מויל זיך צו קענען מחזק זיין צו בעטן דעם אייבערשטן אויף ווייטער, און דורך דעם וועט ער זוכה זיין לשוב להשם יתברך באמת.

אכי"ר
וויל וועלן
שר חמש מאות
תגובות: 668
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך יוני 01, 2016 1:18 pm

יענקל שטארק זיך, ס'וועט נאך זיין גוט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויל וועלן »

ר' נתן זי"ע איז אמאל אין א פראסטיגן ווינטער טאג געפארן מיט זיין בעל עגלה צו א געוויסער פלאץ, דער בעל עגלה האט געזעצט ר' נתן נעבן זיך אויפן באנק, און פון אונטן - אינעם וואגן האט ער געפירט זעק מיט מעל. געווענליך בימות הגשמים פארט מען מיט א פארמאכטע וואגן, ווייל ס'איז קאלט, און ווייל ס'קען זיך אראפלאזן א גאס רעגן אדער א שניי, אבער אונזער בעל עגלה ר' יענקל האט דעם נסיעה געפראוועט מיט אן אפענעם וואגן, און... יא אינמיטן וועג האט זיך אראפגעלאזט א גאס רעגן אזאנס און אזעלעכס... און ר' יענקל דרייט זיך אויס און ער זעט נעבעך וואס גייט פאר, די זעק מיט מעל זענען נישט נאר נאס געווארן, נאר ס'האט שוין אנגעהויבן צו יערן.. שוין וואס זאל ער יעצט טוהן, די מעל איז שוין נאס און עס איז חרוב ונחרב, הייבט ער זיך אן אונטער צו זינגען מיט א תנועה [וואס איז באקאנט אין ברסלב]: "יענקל שטארק זיך, יענקל שטארק זיך ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן", וחוזר חלילה, ער דרייט זיך אויס צו די זעק מעל, און זעהט וואס דארט טוט זיך, און זינגט ווייטער: "יענקל שטארק זיך, יענקל שטארק זיך ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן".

פאר ר' נתן איז דאס זייער געפאלן, ווי אזוי דער בעל עגלה ר' יענקל איז זיך אזוי מחזק, ער רעגט זיך נישט און ער שעלט נישט, ער האפט צום אייבערשטן אז עפעס וועט שוין ווערן, ער וועט זיך ארויסזעהן פון דעם פלאנטער, און ס'וועט זיין גוט. ר' נתן האט דערנאך ארויפגעלייגט דעם תנועה פון ר' יענקל אויף די ווערטער "ומנותר קנקנים, נעשה נס לשושנים", אז דאס זעלבע איז געווען מיט די אידן בימי נס חנוכה, זיי האבן זיך געפרייט מיט אביסעלע אויל, און זיך געשטארקט אז ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן און ס'וועט נאך זיין גוט.

וואס איז די עצה ווען מ'זעהט זיך אין אזא מין פלאנטער, די מעיל איז שוין דורכגעווייקט נאס און קאליע, ער קען שוין נישט בעטן אז ס'זאל נישט ווערן נאס, איז דען די עצה צו ווערן צובראכן און דיפרעסט און באשולדיגן דעם און יענעם אין זיין צרה?! אוודאי נישט, נאר וואזשע דען? ... שטארק זיך ס'וועט נאך קומען גוטע צייטן, ס'וועט נאך זיין גוט!

(דוגמא פאר אן אופן פון תפילה: רבונו של עולם, איך גלייב אז אלעס איז לטובה, איך בין טאקע אריינגעפאלן אין א טיפע פלאנטער, אבער ס'איז זיכער דא א וועג ארויס, העלף מיר טאטע, העלף מיר טאטע, ווייז מיר און פיר מיך אויף די ריכטיגן וועג זיך ארויסצוזעהן פון מיין פלאנטער, נישט ח"ו ווערן מער פארפלאנטערט וכו' וכו')
אוועטאר
ס'שטימט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 283
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יולי 25, 2016 4:35 pm
לאקאציע:אינעם וועלטעל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ס'שטימט »

היינט איז ר' נתן'ס יארצייט, זאל זיין זכות מגין זיין אויף אונז אלע, ונאמר אמן.
לאמיר זעהן.....................יא ס'שטימט
בלעטל
שר האלף
תגובות: 1514
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יולי 17, 2011 3:15 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בלעטל »

ר' נתן בן ר' נפתלי
אוועטאר
וואס א חילוק
שר האלף
תגובות: 1296
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 16, 2015 3:39 pm
לאקאציע:ניי קרוינהייטס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואס א חילוק »

בן ר' נפתלי הירץ
אסאך מענטשן רעדן פון "אייבירשטן" און מיינען "זיך"..

אסאך מענטשן רעדן פון "זיך" און מיינען דעם "אייבירשטן"..
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”