א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

פארשידענע רייכע ידיעות און וויסנשאפטליכע טעאריעס

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

קארס זענען טייער. פארוואס?
ווייל עס איז נישט דא קיין קאר קאמפיוטער טשיפס.

וואס זענען די דאזיגע קאר קאמפיוטער טשיפס?
וואו געפונען זיי זיך?
וויאזוי זעהן זיי אויס?
וואס זענען זייערע פונקציעס?

איז פארהאן אסאך פירמעס וואס פראדוצירן דאס? אויב נישט, לוינט זיך מיר צו אריין שפרינגען און אליין עפענען אזא פירמע?

א גוטן. נאכן פרעגן אזויפיל פראגן, קען מען שוין זיין העפליך...

איז אזוי, לאמיר אנהייבן פון אנהייב...

דער באשעפער האט באשאפן א וועלט פאר פינעף טויזענט זיבן הונדערט און דריי און אכציג יאר צוריק. די מענטשהייט איז דאן באשטאנען סך הכל פון צוערשט בלויז אדם און דאן אויך זיין ווייב חוה און נישט לאנג דערויף האט ער אנגעפאנגען ברענגען קינדער אויף דער וועלט.

ווען די פאפולאציע אויף דער וועלט איז געווען אין אזוינע נידריגע ציפערן, איז נישט געווען קיין גרויסע באדערפעניש פאר א טראנספארטאציע מיטל. וויבאלד מען האט געוואוינט נאנט אין איין געגנט. אבער מיט די צייט, איז די פאפולאציע אויף דער וועלט ארויף אויף א שטוינענדע פארנעם, און מען האט אנגעהויבן צו אויסוואנדערן צו אנדערע פלעצער אויף דעם באשעפערס גרויסן וועלטל.

דאן איז צום ערשטן מאל ערפונדן געווארן דער באגריף "טראנספארטאציע". מען האט געדארפט האבן א מיטל צו אנקומען פון איין ארט צו אן אנדערן, איז מען אויפגעקומען מיט פארשידענע סארט פרימיטיווע מיטלען צו אנקומען צום ארט וועלכער מען האט געצילט.

דורכאויס די צייט אין היסטאריע איז געווען פארשידענע סארטן דאמינירנדע טראנספארטאציע מיטלען. אריינגערעכנט שיפן, ווי מ'זעט נח'ס תיבה ביים מבול, אייזלען, ווי מ'זעט אז אברהם אבינו האט געריטן אויף אן אייזל, און שפעטער אויך בלעם.

אסאך יארן זענען פארביי, און פילע מיטלען זענען געקומען און געגאנגן, אלכסנדר מוקדון איז געווען דער ערשטער צו פליען אן אזוי צו ווערן אנגערופן עראפלאן, אבער אין אלגעמיין איז מען אנגעקומען פון איין ארט צום צווייטן דורך רייטן אויף בהמות, און איבערן וואסער דורך שווימען אין א שיף.

אן ערנסטן דורכברוך אין דעם הינזיכט איז געווען פאר אומגעפער צוויי הונדערט יאר צוריק, ווען עס איז ערפונדן געווארן דער באן. דער אויסטרעף בעצם איז געווען גאנץ פשוט, אבער עס צו אריינברענגען אין אלגעמיינעם באנוץ, איז געווען א גרויסער דורכברוך.

איז אריבער נאך עטליכע יאר צענדליג, און דאן איז עס פאר איינעם בייגעפאלן.
פארוואס עפעס זאל מען נישט מאכן א קליינעם באן פאר לאקאלע באנוץ? מען וועט לייגן רעדער אויף דעם פון א וואגן, אזוי אז ער וועט קענען פארן אן קיין שינעס! צוערשט האבן מענטשן אים אנגעקוקט ווי א וואנזיניגער וואס רעדט נישט צום זאך, אבער ער האט זיך נישט דערשראקן פון די מלעיגים עליו, און זיך גענומען שטודירן דעם באן. נאך א וויילע האט ער פאקטיש אנגעהויבן בויען זיין אייגענעם וויהעקל...

עס האט גענומען א לענגערע צייט ביז ער האט פארפולקאמט זיין טרוים, אבער נאך עטליכע יאר ארבעט, איז ער ארויסגעקומען מיט זיין ערשטן מאדעל.

א גרויסע צערעמאניע איז באשטימט געווארן. אינמיטן שטאט בפני כל עם ועידה, וועט מען אויספראבירן דעם נייעם ערפינדונג.

די צייט ביזן צערעמאניע איז שנעל פארביי, און יעדער איינער פון גרויס ביז קליין איז זיך צוזאמען געקומען מיטהאלטן דעם וועלטס וואונדער ווי א וואגן וועט פאקטיש פארן אן קיינע פערד איינגעשפאנט דערצו!

צו דער באשטימטער צייט איז דער ערפינדער פון דעם געניאלן אויסטרעף ארויף אויף זיין וואגן, געשמייכלט צום פאטאגראפירער, (ס'איז שוין געווען?...) און אנגעצינדן דעם פלאם צו טרייבן דעם וואגן.

צו די וואונדער פון אלע וועלכע האבן נישט געגלייבט אז אזאנס וועט פאקטיש אמאל פארקומען, האט דער וואגן זיך א ריר געטאן פון ארט, און זיך געלאזט אין וועג אריין. דער אריגינעלער פלאן איז געווען אז דער וואגן אנע פערד וועט ארום פארן עטליכע מינוט אויף די לאקאלע געסלעך, און דאן זיך אומקערן צום שטאט צענטער ווי ער וועט אפלאדירט ווערן פאר זיין זיין דראמאטישן אויסטרעף.

אבער נאכן אוועקפארן פון שטאט צענטער האט דער וואגן אנגעהויבן פארן שנעלער, און דאן נאך שנעלער, און דאן נאך שנעלער! דער קאנדאקטער, דער ערפינדער פונעם פאטענט, האט פרובירט צו פארשטיין וואס עס פארסירט, אבער חוץ קוקן ווי דער פארע גייט ארויף מיט א שטארקייט, איז נישט געווען גארנישט וואס ער האט געקענט טאן.

די שטאטלייט האבו געזען אז ער קומט נישט צוריק, האט מען אנגעפאנגען אים צו זוכן. אבער ווען ער האט געזען ווי מען קומט צו אים, האט ער געשריגן, "נישט זיך דערנענטערן! איך קען מיך נישט אפשטעלן!"

און דער וואגן האט אנגעפאנגען אראפ פארן א בארג. דער קאנדאקטער/ערפינדער האט געגעבן א שפרינג ארויס, און געקוקט מיט ווייטאג ווי זיין פלאן האט זיך נישט אויסגעארבעט.
דער וואגן האט אריינגעקראכט אונטן פונעם בארג אין א גרויסער הארטן פעלז וועלכער האט אים געברענגט צו א אפשטעל, אבער דער ערפינדער האט באשלאסן אויפצוגעבן.
ער האט באגראבן דעם וואגן אין זיין הויף, און זיך גענומען דאס לעבן פון אנטוישונג.

אריבער זענען נאך א קנאפע פופציג יאר, און זיצט זיך מיסטער הענרי פארד באקוועם ביי זיך אין דיינינג רום, (קען זיין אויך אז עס איז געווען אין ארבעט, איך ווייס נישט...) און קלערט צו זיך,

עפעס האט ער דארט געקלערט, און ער איז היינט באוואוסט אלס דער ערפינדער פון דעם מאדערנעם אויטאמטביל.

די היסטאריע חלק פון ווען ער האט געבויעט זיין ערשטן קאר ביז עס איז אויפגעשטעלט געווארן די גרויסע פארד פירמע וועלן מיר אויסלאזן, און בלויז כאפן א בליק דורכאויס די יארן ווען עס זענען צוגעקומען גרויסע טוישונגען אינעם היינטיגן קאר.

צוערשט איז דער קאר געטריבן געווארן דורך דאמף, און הערשט שפעטער האט מען אריבער געטוישט צו פעטראל.
וויאזוי עס האט געארבעט אין אנהייב איז ממש פשוט. א טאפ מיט וואסער איז געווארן אויפגעקאכט און די פארע האט געדרייט דעם רעדל.
שפעטער האט מען געטוישט צו גאזאלין גאזאלין, וואס איז געווען ברענשטאף פארן פייער אויפצוקאכן דאס וואסער אינעם פעסל וואס האט געטריבן דעם קאר.

שפעטער האט מען צוגעלייגט נאך גיערס (GEARS) פאר בעסערע קאנטראל.

אזוי אויך דער סטירינג וויהל האט נישט אנגעפאנגען זיין רייזע מיט די פילע באקוועמליכקייטן וועלכע ער פארמאגט היינט צוטאג.
עס איז געווען א געדאנק ענליך צו די היינטיגע ביציקלעך. ווען מען האט געדרייט דעם רעדל, האט דער קאר זיך געדרייט. און טאקע אזוי שטארק ווי מען האט געדרייט. אנדערש ווי היינט וואס עס דרייט זיך דורך עטליכע גיערס פארדעם, אזוי אז מען קען דרייען מילד.

מיט די צייט איז געווארן פארשידענע געזעצן וואס די קארס דארפן נאכקומען. א שטייגער ווי העד לעמפס און סיעט בעלטס.

דער ווינדשיעלד האט באקומען ווייפערס, מען זאל קענען פארן ווען עס רעגנט.


און אזוי ווייטער.

איצט לאמיר אריינבליקן אין צוויי קארס. איינע מער א עלטערע, און די צווייטע, ממש א לעצטיגע.

צוערשט גיימיר באטראכטן דעם עלטערן.
עס איז בעצם א פולשטענדיגע היינטיגע קאר, מיט פילע פיטשעווקעס וואס אונזערע זיידעס וואלטן נישט גע'חלום'ט.
צווישן זיינע פיטשעווקעס ציילט זיך,
• אטאמאטישע בלינקערס. ווען מען ענדיגט זיך דרייען, טאנצט עס צוריק.
• פענסטערס וועלכע מען קען אראפדרייען. מ'זאגט אז מען קען ערווארטן אין בלויז געציילטע יארן אז די פענסטער וועלן זיך אטאמאטיש אראפמאכן מיט די דרוק פון א קנעפל.
• א קאסעטע פלעיער.
• ווייפערס וועלכע מען קען אנשטעלן עטליכע שנעלקייטן.
• לעקטער אינעם קאר וועלכע צינדן זיך אן ווען מען מאכט אויף א טיר.
• עיר-בעגס על כל צרה שלא תבא
• היידראליק ברעיקס
• און נאך פארשידנס...

און יעצט אריבער צום נייעם.
• היעטעד סיעטס.
• אטאמאטישע ברעיקס.
• קרוז קאנטראל.
• סענסערס וועלכע פייפן ווען מען טוט סיי וואס. פון אראפ נעמען די הענט פונעם סטירינג וויהל, ביז טוישן לעין אן מאכן סיגנעלס.
• אטאמאטישע ווייפערס.
• א פארגעשריטענע אודיא סיסטעם.
• אטאמאטישע טוישן גיערס.
• סטירינג וויהל דרייט נישט פאקטיש דעם רעדל, נאר עס גייט דורך א קאמפיוטער סיסטעם.
• אטאמאטישע פענסטערס.
• אטאמאטישע העד לייטס/היי ביעמס.
• וכו' וכו'...

פארשטייט זיך אז די אלע זאכן פאסירן נישט פון זיך אליין, איינער דארף דאס פאקטיש טון.

זיצט זיך באקוועם אונטערן קאר א ענדזשין. אין פארנט אונטערן הוד, ליגט א גרויסער באטערי, און נאך פילע כלים.

אין פאל פון א עקסידענט חס ושלום, זעט מען צומאל אז די עיר-בעגס האבן זיך צועפנט, און טיילמאל נישט. אין וואס ווענדט זיך דאס?

איך דרוק אויף מיין רימאוט, און דער קאר שפארט זיך אויף. און זאגאר ער צינדט זיך אן!

די אלע זאכן און נאך פילע ווערן קאנטראלירט דורך א גרופע פון גאר סאפיסטיקירטע קאמפיוטערס וועלכע זיצן באקוועם אינעם קאר.

נישט אלעס ווערט קאנטראלירט דורך דעם זעלבן קאמפיוטער.

עס איז דא זאכן וואס איז גאר וויכטיג און ווערן קאנטראלירט דורכן מעין קאמפיוטער וועלכער איז גאר מאכטפול און שנעל. א שטייגער ווי:
• סטירינג וויהל.
• געז פעדל.
• עיר-בעגס.

דאן איז דא ווייניגער וויכטיגע זאכן וואס ווערן קאנטראלירט דורך א צווייטע קאמפיוטער. א שטייגער ווי:
• אטאמאטישע פענסטערס.
• ווייפערס.
• היי ביעמס.

און אויך איז דא זאכן וואס זענען קאנטראלירט דורך א דריטן קאמפיוטער, א שטייגער ווי:
• בלינקערס.
• בליינד-ספאט דעטעקטערס.
• בעק אפ קאמערע.

און נאכדעם איז דא זאכן מיט נידריגע פאיאריטעט. א שטייגער ווי:
• אוידיא סיסטעם.
• אטאמאטישע טירן.
• לעקטערס אין די קאר.
וועלכע האבן יעדער פאר זיך א אייגענע קאמפיוטער.

די אלע קאמפיוטערס געפינען זיך אין יעדע היינט צייטיגע קאר. און אין יעדע קאר איז עס אויף אנדערע פלעצער.

די אלע קאמפיוטערס ארבעטן זעלבסט פארשטענדליך דורך קאמפיוטער טשיפס.
וואס איז א קאמפיוטער טשיפ? דאס איז א קליינע סוויטשבארד מיט פילע 'טרענסיסטערס' (סוויטשעס) וואס קאנטראלירן ווען עס זאל יא אדער נישט אריבער לאזן עלעקטערישע פולסן.

אמאל, ווען מען האט אנגעהויבן מאכן קאמפיוטערס אויף א מאסשטאבליכן פארנעם, איז געווען ארום עטליכע הונדערט טרענסיסטערס אויף א קאמפיוטער טשיפ. אבער מיט די יארן איז געווארן סיי גרינגער און סיי ביליגער זיי צו פאבריצירן, און אזוי אויך איז אין די ערשטערע יארן געווען א קאמפיוטער טשיפ היבש גרויס, און שפעטער איז עס שוין געווען רעלאטיוו היבש קלענער. האט מען געקענט לייגן מער סוויטשעס אויף איין טשיפ, איז עס אטאמאטיש געווען א שטערקערע קאמפיוטער. עס האט גענומען לאנגע יארן אנצוקומען ווי מען האלט יעצט אז א קליינער קאמפיוטער טשיפ פון א צענטימעטער ביי א צענטימעטער האט אויף זיך עטליכע ביליאן! מיט א ב' סוויטשעס.

מה עשה הקב''ה? איז געקומען קאוויד, און פאבריקן איבער די וועלט האבן זיך פארמאכט פאר פראדוקציע. די אלע פאבריצירער פון די טשיפס, האבן נישט געמאכט קיין פרישע. און עס איז נישט געווען קיין גרויסער פארלאנג אויך נישט, ווייל די אלע קונים פון די טשיפס, וואס לייגן עס אריין אין אלע סארטן קאמפיוטערס, פון PC'ס צו פאון'ס צו קארס צו IOT'ס, זענען אלע אויך געווען פארמאכט...

אין די זעלביגע צייט האט אויך אויבגעבראכן א פייער ביי דעם גרעסטן פאבריק אין אמעריקע וואס פאבריצירט קאמפיוטער טשיפס, לאקירט אין טעקסעס, און האט געלייגט דעם פאבריק אין גניזה אויף אייביג...

איז אריבער עטליכע חדשים, און די וועלט האט זיך צוביסליך אויף געכאפט פון דעם טיפן דרימל וואס מ'האט געכאפט. אלע פירמעס וועלכע פאבריצירן קאמפיוטעריזירטע זאכן, האבן פלוצלונג באשטעלט פיל מער ווי געווענליך, ווייל זיי האבן געדארפט נאכיאגן די ארבעט וואס מען האט פארפאסט.

אבער דא האט מען זיך געטראפן מיט א שווערע פראבלעם.
עס איז נישט דא קיין קאמפיוטער טשיפס! נישט פאר קארס, נישט פאר PC'ס נישט פאר אנדערע טעכנאלאגישע כלי מכשירים, בקיצור, א חורבן פאר די פארגעשריטענע וועלט.

וואס עס האט פאסירט פון דא און ווייטער איז גאנץ פשוט. לויט די כללים פון סופליי און דימענד האט דער פרייז פאר אזלכע טשיפ זיך דראסטיש געהויבן.
לדוגמא, עס איז פאר האן א קליינע קאמפיוטער וואס הייסט RASPBERRY PI. פאר צוויי יאר צוריק האט אזאנס געקאסט 35 בריטישע פונט, וועלכע קומט אויס ארום פופציג אמעריקאנע דאלאר.
דער זעלביגער כלי יעצט, אויב געלונגט צו שאפן איינס, (עס איז שווער.) איז עס פאר נישט ווינציגער ווי א קנאפע הונדערטער. וואס דאס איז א הונדערט פראצענט שפרונג אין בלויז צוויי יאר.

און אזוי אויך האט עס גאר שטארק באטראפן דעם מארקעט פאר קארס, וועלכע זענען היינטיגע טעג ממש פולשטענדיגע קאמפיוטערס ווי אויבן געשריבן.
און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען... די פרייז פאר קאמפיוטערס האט אנגעהויבן דראמאטיש ארויף צו שפרינגען. אבער די גרעסטע מערהייט מענטשן קויפן נישט אזוי אפט א נייע קאמפיוטער, איז האט מען עס נישט אזוי געשפירט דארט, אבער ווי דער עעולם גולם האט אנגעהויבן שפירן די אפעקטן פונעם מאנגל איז געווען ביי קארס. די פרייזן פון נייע קארס זענען געגאנגן ממש דאפלט. און אז עס זענען נישט דא קיין נייע, גייען מענטשן צו אלטע. און אז עס ווערט א פארלאנג פאר אלטע קארס, גייט ארויף אויך דער פרייז פאר אלטע קארס. און דאס איז וואס עס האט פאסירט.

יעצט קומט מען צו צום נעקסטן שטאפל.
עס איז דא א פארלאנג, מ'איז גרייט צו צאלן, אפשר איז א גוטע ביזנעס אינוועסטמענט צו בויען א נייע פאבריק פאר אזוינע טשיפס?

דער תירוץ איז צוטיילט אין עטליכע.
א. צו בויען אזא פאבריק דארף מען האבן גרויסע מאשינערי צו אנהאלטן א געזונטע שנעלע פראדוקציע. די אלע מאשינען ווערן היינטיגע טעג קאנטראלירט דורך ראבאטישע סיסטעמען. וואס דאס באדייט שאפן מאסיווע קוואנטומען פון קאמפיוטעריזירטע באשטאנדטיילן. דאס אלעס דארף ערגעץ וואו געמאכט ווערן...

ב. און לאמיר זאגן אז פון ערגעץ וועט מען פארשאפן גרייטע טשיפס, דארף מען האבן א לאקאציע פאר דעם פאבריק. נישט יעדעס ארט איז געאייגנט פאר א פלאץ צו פאבריצירן די דאזיגע טשיפס. עס דארף זיין די ריכטיגע טעמפראטור, די ריכטיגע מאס יומידיטי (פייכטקייט פון די לופט), די לופט דארף זיין עפעס אויסטערליש קלאר און ריין פאר אזא אינטערנעמונג צו סוקסעסירן. דאס מינדעסטע שטויבל קען צוגרינד לייגן וואכן פון שווערע ארבעט.

ג. דארף מען האבן די ריכטיגע עקספערטיז צו באהאנדלען די סענסיטיווע קאמפיוטער טשיפס.

וכהנה רבות.

עס קען זיין אז עס איז דא א פאטענציעל צו מצליח זיין. אבער עס איז אזא שווערע אינטערנעמונג, אז איך וואלט נישט געראטן איינעם סתם אזוי אריין צו שפרינגען אין אזא געשעפט.

הצלחה רבה.

דיסקלעימער: איך האב נישט געמאכט קיין שום ריסערטש פארן שרייבן. אויב שטימט נישט עפעס, רופט אייך אן מיט אייערע הערות און קאמענטארן.

דער שרייבער ווארט אויף אייער פידבעק! לאזט אייך הערן דא אינעם אשכול!
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

זייער אינטערסאנט, ציענד, אין רייך געשריבן!!
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

יכולתי האט געשריבן:
זייער אינטערסאנט, ציענד, אין רייך געשריבן!!
גא"מ
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
יכולתי
שר חמש מאות
תגובות: 973
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 16, 2022 12:14 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יכולתי »

אפשר נעקסטע מאל קענסטע שרייבן וויאזוי מען באהאנדעלט עס אין מען קען שוין באלד עפענען די פאבריק...
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6547
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

זייער שיין באשריבן, א דאנק!!!

איך מיין אז קאמפיוטערס האט א אנדערע סארט טשיפ וואס איז יא דא צו באקומען, אזוי אויך סעלפאן'ס און געוויסע עלעקטראניקס. אין די זאכן איז נישט געווען קיין מאנגל און פרייזן זענען כמעט נישט געשטיגן.
פרינטערס האבן יא געהאט א מאנגל.

אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס.

ערגעצוואו האב איך געליינט אז די קאמפיוטער\טעלעפאן טשיפס זענען טאקע זייער סאפיסטיקירט אבער נישט אזוי דויערהאפטיג, ווי לאנג האלט זיך דען א קאמפיוטער אדער א טעלעפאן? אפאר יאר? אבער א קאר דארף קענען האלטן פאר צענדליגער יארן, און נאך דערצו אין עקסטרעמע טעמפערטשורס, פון ביטערע היצן ביז שוידערליכע פראסטן. און פון די סארט טשיפס איז געווען א מאנגל.
הרב_שלום
שר עשרת אלפים
תגובות: 15024
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 9:44 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הרב_שלום »

א גרויסע שכח, זייער אינפארמטיוו און אינטערסאנט
הערט אויף צו זוכען א בעג ווען איר גייט אין מקוה https://amzn.to/3wfayV8
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
אוועטאר
Rak Tov
שר שבעת אלפים
תגובות: 7892
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 18, 2020 12:35 pm
לאקאציע:דא
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Rak Tov »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
פרינטערס האבן יא געהאט א מאנגל.

אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס.
די פרינטערס מאנגל איז שוין געוועהן גלייך אנהייב די קאוויד עפענדעמיע, צוליב וואס די עולם האט איינקוואטירט די אפיס אין שטוב. + וואס פראדוקציע איז געוועהן אפגעשטעלט
(איך ווייס נישט צו א פרינטער האט מער טשיפס ווי עני עלעקטאראניק דיווייס)
ווארפט אריין לכה"פ $360
https://thechesedfund.com/chemed/ivelt
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
זייער שיין באשריבן, א דאנק!!!

איך מיין אז קאמפיוטערס האט א אנדערע סארט טשיפ וואס איז יא דא צו באקומען, אזוי אויך סעלפאן'ס און געוויסע עלעקטראניקס. אין די זאכן איז נישט געווען קיין מאנגל און פרייזן זענען כמעט נישט געשטיגן.
פרינטערס האבן יא געהאט א מאנגל.

אינטרעסאנט צו וויסן פארוואס.

ערגעצוואו האב איך געליינט אז די קאמפיוטער\טעלעפאן טשיפס זענען טאקע זייער סאפיסטיקירט אבער נישט אזוי דויערהאפטיג, ווי לאנג האלט זיך דען א קאמפיוטער אדער א טעלעפאן? אפאר יאר? אבער א קאר דארף קענען האלטן פאר צענדליגער יארן, און נאך דערצו אין עקסטרעמע טעמפערטשורס, פון ביטערע היצן ביז שוידערליכע פראסטן. און פון די סארט טשיפס איז געווען א מאנגל.
מעגליך.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

סהאט מיר אנגעכאפט א תאוה אריין צו גיין אין די אריכות פון פראדוצירן טשיפס, סיליקאן וואלי, וכו.
אבער עס וועט דארפן ווארטן אויף א קומענדיגע געלעגנהייט.
אפשר פאר מיין 2,000'סטע...
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
יעקב פריינד
שר ששת אלפים
תגובות: 6545
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מארטש 07, 2017 8:46 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב פריינד »

זייער זייער שיין צונומען און מסביר געווען.

יישר כח איל משולש!
און שוין!
שר האלפיים
תגובות: 2972
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג יאנואר 17, 2021 1:20 pm
לאקאציע:אין פיצא סטאר

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך און שוין! »

זייער שיין!
און??
און שוין!!

מיינע טראפעלעך...
. . . . .
אוועטאר
יש הנאה
שר האלף
תגובות: 1642
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אוגוסט 17, 2021 1:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש הנאה »

זייער שיין באשריבן, טענקס!

[*]שלמה המלך איז געפלויגן פאר אלכסנדר מוקדון.
איל משולש האט געשריבן:
סהאט מיר אנגעכאפט א תאוה אריין צו גיין אין די אריכות פון פראדוצירן טשיפס, סיליקאן וואלי, וכו.
דארף מען טאקע הערן מער איבער די פארבינדונג פון סיליקאן מיט טשיפס, און צו די שמועות אז א חלק פון די טשיפס-מאנגל איז געווען צוליב וואס אסאך סיליקאן איז געגאנגען פאר דער קאוויד וואקסין, האבן די שמועות א האפט?
אוועטאר
עלטעפעטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבן אום:מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:31 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עלטעפעטער »


שכח שכח שכח@ איל!!! זייער רייך געשריבן!
וועלמיר ווארטן געדולדיג אז איר זאלט שרייבן נאך א קנאפע 200 תגובות... כ'האף ס'וועט נישט נעמען צו לאנג...
למשל האט געשריבן:
א לייק קאסט נישט קיין געלט, געב וויפיל דו קענסט!
איך בין נישט דא צו זאגן מייןמיינונג, נאר צו הערן, פארשטיין, און אפשר אננעמען, דיינס. זאגן מיינס, איז א מיטל דיר צו מאכן זאגן דיינס.
אוועטאר
אדם א מענטש
שר שלשת אלפים
תגובות: 3803
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג אוגוסט 12, 2019 6:09 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדם א מענטש »

איל משולש האט געשריבן:
סהאט מיר אנגעכאפט א תאוה אריין צו גיין אין די אריכות פון פראדוצירן טשיפס, סיליקאן וואלי, וכו.
אבער עס וועט דארפן ווארטן אויף א קומענדיגע געלעגנהייט.
אפשר פאר מיין 2,000'סטע...
מסכים אבער גרייט עס שוין איצט אן (און לייג עס ארויס מאגן נאכמיטאג)
ייש"כ זייער שיין צולייגט, אזוי אויך האב איך הנאה געהאט פון די מעשה'לע מיט די ערשטע קאר
viewtopic.php?t=60197#p4070194
oahmentchאצלgmail.com
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

אדם א מענטש האט געשריבן:
אויך האב איך הנאה געהאט פון די מעשה'לע מיט די ערשטע קאר
ס'איז א מעשה וואס איז פאקטיש געשען.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
emb
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג מאי 09, 2017 5:05 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך emb »

יעקב פריינד האט געשריבן:
זייער זייער שיין צונומען און מסביר געווען.

יישר כח איל משולש!
קשורה בנפשו
שר האלף
תגובות: 1031
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 24, 2022 11:45 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קשורה בנפשו »

זייער אינפארמאטיוו ר'איל א גרויסן דאנק.

דארפענדיג נעמען א פרישע ליעס האט עס מיר טאקע אויסגעפאקט די טאשן, אבער עס סטאביליזירט זיך שוין צעביסליך עיין ב'שיפינג.
אוועטאר
בוקר
שר שלשת אלפים
תגובות: 3466
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 01, 2022 10:39 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בוקר »

גאר גאר אינטערסאנט באשריבן,
שכח @איל
די זין שיינט אפילו ווען עס איז פארוואלקענט, דו זעהסט עס נאר נישט...
עד סנאודען
שר חמש מאות
תגובות: 609
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 16, 2021 2:08 am

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עד סנאודען »

זייער אינפארמאטיוו.!
מען ניצט RASPBERRY PI'S פאר קארן?
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

עד סנאודען האט געשריבן:
זייער אינפארמאטיוו.!
מען ניצט RASPBERRY PI'S פאר קארן?
ניין.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3567
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

נייס.

למעשה הערט מען אז INTEL אינוועסטירט אסאך אין עפענען אייגענע טשיפ פאבריקן, ווילנדיג ווערן א דירעקטע קאמפיטישען צו טייוואן סעמיקאנדאקטער, און אזוי ארום אנולירן די וועלטליכע מאנגל דערפון. אינוועסטירער זענען באזארגט אויף די שאנסן פון INTEL און דעריבער איז איר סטאק געפאלן זייער שטארק. אויב ארבעט זיך עס אבער יא אויס מיינט דאס אז אינטעל גייט האבן די גרעסטע קאמבעק אין די היסטאריע פון סיי וועלכע פירמע?
געשמאקע צייטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 304
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג מארטש 22, 2021 12:11 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געשמאקע צייטן »

שכח @איל ! שרייב נאך. זייער הנאה געהאט. אינפארמאטיוו. אויך ליב געהאט די אריינפיר.








--
איך האב נישט ליב געהאט דיזע וועטער\פאקט. וואס דארף איך יעצט אנמען אלץ ריכטיג און וואס פון סברה. איך פארשטיי דו האסט יא געליינט דערוועגן, נאר די שרייבסט עס פון זכרון ארויס. ממילא קען זיי סאיז דא געוויסע זאכן וואס זענען נישט ממש אזוי. (איך ווער פשוט פארגליווערט ווען זאכן שטומען נישט)
איל משולש האט געשריבן:
דיסקלעימער: איך האב נישט געמאכט קיין שום ריסערטש פארן שרייבן. אויב שטימט נישט עפעס, רופט אייך אן מיט אייערע הערות און קאמענטארן.

מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

איל משולש האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
אויך האב איך הנאה געהאט פון די מעשה'לע מיט די ערשטע קאר
ס'איז א מעשה וואס איז פאקטיש געשען.
האסט געטון ריסערטש? סאונדט מער אזא סארט מעשה'לע ווי א היסטארישער פאקט...

עניוועי, זייער שיין געשריבן, קיפיראפ

א שאלה נאר, וויאזוי קען מען טראסטן א קאמפיוטער, ווי מאכטפול עס זאל נאר נישט זיין, מיט די געז פעדאל (ברעיקס אויך?) און די סטירינג וויל? מילא פאר א סופלעמענט, צו דיטעקטן ווען עפעס איז ראנג מיט די מעכאנישע סיסטעם און באצייטנס ווארענען דערוועגן, אדער צו ברעיקן אויטאמאטיש גייט נאך מיט, אבער ווען עס קומט צו באשלוסן וואס יעדע מילי סעקונדע ציילט, און מען דארף זיך פארלאזן אויף א קאמפיוטער צו ריכטיג פונקציאנירן, איז דאס נישט קיין ריזיקע?

אפגערעדט פון די העקינג געפאר
מִ֚י כְּהֶ֣ חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
איל_משולש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4955
זיך איינגעשריבן אום:מוצ"ש מארטש 12, 2022 8:29 pm
לאקאציע:אמעריטשקע.
פארבינד זיך:

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איל_משולש »

מי חכם האט געשריבן:
איל משולש האט געשריבן:
אדם א מענטש האט געשריבן:
אויך האב איך הנאה געהאט פון די מעשה'לע מיט די ערשטע קאר
ס'איז א מעשה וואס איז פאקטיש געשען.
האסט געטון ריסערטש? סאונדט מער אזא סארט מעשה'לע ווי א היסטארישער פאקט...

עניוועי, זייער שיין געשריבן, קיפיראפ

א שאלה נאר, וויאזוי קען מען טראסטן א קאמפיוטער, ווי מאכטפול עס זאל נאר נישט זיין, מיט די געז פעדאל (ברעיקס אויך?) און די סטירינג וויל? מילא פאר א סופלעמענט, צו דיטעקטן ווען עפעס איז ראנג מיט די מעכאנישע סיסטעם און באצייטנס ווארענען דערוועגן, אדער צו ברעיקן אויטאמאטיש גייט נאך מיט, אבער ווען עס קומט צו באשלוסן וואס יעדע מילי סעקונדע ציילט, און מען דארף זיך פארלאזן אויף א קאמפיוטער צו ריכטיג פונקציאנירן, איז דאס נישט קיין ריזיקע?

אפגערעדט פון די העקינג געפאר
עס איז א ריזיקע.

אויב ווילסטו זיך נישט פארלאזן אויף דעם ברויכט איר צוריק גיין צו קארס פון א פאר יאר צוריק...
טאקע געווען א געשיכטעלע אין כינע פאר עטליכע וואכן צוריק ווען א קאר האט פראבירט זיך אפצושטעלן און נישט מצליח געווען. עס האט זיך געענדיגט מיט 2 טויטע רח''ל.

און יא, העקינג איז אויך א פראבלעם.
as of my info.
מפתח
הנקודה והקו והשטח אינם במציאות, אבל הם מחוברים אל המציאות. כי השטח הוא קצה הגשם והקו הוא קצה השטח והנקודה הוא קצה הקו...
(איל משולש להגר''א מווילנא)
אוועטאר
צעטל קלעבער
שר האלף
תגובות: 1744
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 4:15 am
לאקאציע:בני ברק

Re: א בליק אריין אין די וועלט פון קארס און זייערע קאמפיוטער טשיפס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעטל קלעבער »

וואו! וואו! וואו! (מיט אן אתנחתא צווישן איינס און צווייטן!...)
העעעערליך קלאר באשריבן!
קענסט אפשר באשרייבן וויאזוי ס'גייט צו ביז איך האלט א גלאז קאווע אין מיין האנט אינדערפרי? דיין שפראך און אויסלייג איז עפעס אויסטערליש!
ביטע שרייב נאך!

און נאך!

און נאך!.....

האסט מיר ממש מהנה געווען!
שרייב תגובה

צוריק צו “ידיעות און וויסנשאפט”