מגילת אסתר מיט געזאנג
איך בין נישט אויסען עס צו אדווערטייזען, איך וואלט סתם געוואלט דוסקיסירען, איך האב עס אליין נישט ארויס, וואס איז אייער מיינונג? ווי ליגט די הצלחה דערפון? פארוואס איז עס די איינציגסטע טעיפ וואס איך ווער נישט נערוועז דערפון ווען מיינע קינדער צינדען עס אן נאכאמאל און נאכאמאל?
אגב בין איך לעצטענס דערגאנגען א סוד, אז די תוכן און די גראמען איז מעשי ידיו פון החכם וסופר ר' יצחק אייזיק קעפעטש נ"י.
די שטימע איז פון הרב .... אייזנבערג ע"ה וואס איז אוועק פאר א יאר אינגערהייט רח"ל.
אזוי ווי עס גראגערט מיר אין קאפ שוין די לעצטע פאר טאג (אדר) האב איך מיר דערמאנט דערפון, איך קען טאקע נישט שיין שרייבען, אבער איך וואלט געוואלט פשוט פארציען א שמועס.