מען טרעפט זיך ביי שבת טיש אינאיינעם מיט משפחה מיטגלידער, מיט חברים, ביי א שמחה, אדער ביים זיידן/טאטן, מען פראוועט א שבת צוזאם, מען רעכט אפ די סעודות בהרחבה גדולה, ווערן געהאלטן רעדעס, שיינע דברי תורה, כל חבורה כדרגא דילה.
אבער, ווען ס'קומט צו זינגען די זמירות, די שירות ותשבחות, מאכט זיך א(סאך) מאהל וואס אויב עס איז נישט דא דער בר הכי וואס זאל נעמען די 'לייטשעס' אין די הענט וועט גארנישט זיין, מען וועט אפברומען אויבן אן די פאר קביעות'ע זמירות'ן וואס בעת א ציבור גדול זענען די נאספים איז דאס ווייט נישט גענוג.
בין דרשה לדרשה מוז ווערן אנגעפילט מיט שירות ותשבחות אז עס זאל הייבן דעם גאנצן עולם, אפילו דער וואס מורמלט אפ דעם זמירות אינדערהיים ווייל ער איז נישט דער גרעסטער בעל מנגן, דארף אין אזא ליל שבת קודש ווערן מיט געהויבן און מיט צוגעמאכטע אויגן מיט זינגען די ווארעמע דבקות שבת ניגונים.
וכן ביומא דשבתא, ביי סעודת היום, ברויכן די וואלסן מיט די מארשן הייבן דער גאנצן עולם אזש פון דעם זיידן דער ראש משפחה, ביזן קליין אור אייניקל זאלן מיט הנאה און ווערן מיטגעשלעפט אינעם שבת'דיג אטמאספער מיט עקסטאז.
איז אזוי, אויב איז דאס א משפחה בעלי מנגן, דארף מען גארנישט גרייטן, עס לויפט איינס אין אנדערן און ווערן געפלאכטן און געבינדן איין ניגון מיטן אנדערן אז ממש שווער אפטיילן... ליל שבת קודש מיט איר מהלך ויום השבת מיט זיין מהלך.
פון אלע חסידות'ן, פון אלע מהלכים, דבקות, ערגה, כיסופים, שמחה, ריקודין, מארשן, וואלצטן, לאנגע קורצע, געדרייטע און גלאטע, הן לסעודת הלילה, והן לסעודת היום,
דער שבת ליד דעם שבת ווער עס הייליגט, דער ווערט גערייניגט, פון א יעדע עבירה. ווער עס פארשטייט די כוונה, דעם איז עס א מתנה, דער באקומט א נשמה יתירה. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
אין אלע הייליגע ספרים געפינען מיר שטיין, דעם טעם פארוואס שבת הייסט אות געבן זיי צו פארשטיין, ווייל פון שבת זעהט א יעדער לויטער און ריין, אז דער עם סגולה איז היינט אויך נאר דאס אידעלע אליין.
ווייל כאטש דאס אידעלע איז שוין צוויי-טויזענט יאר אין גלות פארשפרייט, און א גאנצע וואך פון דאגות און פון צרות פארדרייט, עס קומט אבער פרייטאג צונאכט נישט גערישט און נישט געגרייט, ווערט ער פול מיט נחת און מיט פרייד.
דאס קענען דאך אנדערע גארנישט משיג זיין, ווי אזוי די שמחה איז געווארן אזוי גרויס און די דאגה אזוי קליין, נאר אז דאס איז דער אור פון שבת וואס לייכט אין אידישן הארץ אריין, מן השמים פון באשעפער אליין. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
ווען דאס אידעלע קומט פרייטאג צונאכט פונעם שול אהיים, באגלייטן אים צוויי מלאכים ביז אין שטוב אריין, דער מלאך טוב וואונטשט אים אן לשבת הבא כן, און דער מלאך רע מוז בעל כרחו נאכזאגן אמן.
דאס אידעלע נעמט זיך זאגן אזוי ווי מ'ברויך, פייערדיג מיט גרויס כוונה שבת שלום ומבורך, דערנאך באגריסט ער זיינע געסט די מלאכי מרום, שלום עליכם מלאכי השלום.
ער פארגעסט פון אלע זאכן פון א גאנצע וואך, פון געשעפטן שמועסט ער גארנישט ער דענקט נאך זיי נישט נאך, אזוי ווי די חכמים דרש'נען וביום השביעי, יהא בעיניך כל מלאכתך עשוי. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
ווי שיין איז דאס צוצוקוקען ווי דאס אידעלע זאגט זיך פרום, פייערדיג מיט גרויס כוונה רבון כל העולמים, דאס בני בית זיצט מיט דרך ארץ און הערט צו שטיל, זינגען דעם זמר אשת חיל.
קידוש צו מאכן מיט גרויס כוונה נעמט ער זיך דערצו, און זאגט ויהי ערב ויהי בוקר יום הששי, ויכולו השמים והארץ וכל צבאם, הוא יצרם והוא בראם.
די קדושה הערשט אין שטיבעלע עס לייכטן זיך די לעכט, אויפ'ן טיש ליגט לחם משנה מיט א שיין געפלעכט, די צוויי מלאכים בענטשן אים און זאגן דעם פסוק פאר, וסר עונך וחטאתך תכופר. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
פלייש און צושפייז פעלט אויך נישט עס איז פון אלעם דא, אפילו פירות ברענגט מען אויך צו דער שבת סעודה, ביים ארימאן איז אויך אנגעגרייט בכל מכל כל, אזוי ווי אין פסוק שטייט לא ניכר שוע לפני דל.
דאס אידעלע איז גוט געלוינט און זינגט זיך פריילעך אזוי, כל מקדש שביעי כראוי לו, לעכטיגקייט און פרייליכקייט איז ביים אידעלע אומעטום, ווען ער זינגט מנוחה ושמחה אור ליהודים. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
און אויך אזוי ביי דעם זמר צור משלו, אשרי העם שככה לו, מ'שטעלט זיך אויף און מ'מאכט א רעדל ארום און ארום, מ'זינגט דעם זמר רננו צדיקים.
רבונו של עולם קוק שוין אראפ פון הימל אויף אונז אמאל, און זעה שוין אז מי כעמך ישראל, דו מעגסט דיך מיט זיי אלע בארימען, אפילו ריקנים שבהם מלאים מצוות כרימון. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
איי ס'איז דא נעבעך אידעלעך וואס היטן דעם שבת נישט, איז אויך נאר ווייל אונז זעמיר פארטריבן פון דיין הייליגן טיש, ווייל אונז זעמיר שוין צוויי טויזענט יאר נתונים בצרה, פארגעסן זיי פון שבת קודש הנתונה במרה.
טו אונז נאר פון דעם גלות ארויס ציען, וועסטו זעהן אז זיי אלע וועלן אויך רוען, בינד שוין אויף פון אונזערע הענד די שטריק די גרויסע, וועסטו זעהן שוין אז כל עדת ישראל יעשו אותו.
רבש"ע ווי לאנג וועלן מיר נאך אין גלות שרייען, לשנה הבאה בירושלים, העלף אונז שוין און לייז אונז שוין אויס בזכות די תפלה, וואס דאס אידעלע בעט זיך שבת קודש אויף די גאולה. דער דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא.
שומע צעקת דל ומאזין תחינה, דו ווייסט דאך אז די גאנצע כוונה איז נאר וועגן גלות השכינה, ס'זאל שוין מקודש ווערן שמך המחולל בגוים, על אלה אני בוכיה עיני יורדה מים.
רבש"ע נעם דיך שוין אן פאר דיין כבוד, און שיק אונז גיך און באלד משיח בן דוד, ס'זאל מקוים ווערן דער פסוק והיתה לד המלוכה, תנחילנו ליום שכולו שבת ומנוחה. דער שבת איז טייער, ער ברענט ווי א פייער, ממש מעין עולם הבא. נאר דער קען דאס שפירן, ווער עס טוט זיך אידיש פירן, וואויל איז אים בזה ובבא. * * * גוט שבת גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת, גוט שבת גוט שבת, אוי וויי, שרייט'זשעט אידעלעך, גוט שבת, זאג'זשעט אידעלעך, גוט שבת, הייליגער שבת, לעכטיגער שבת, שרייט'זשעט אידעלעך גוט שבת. )ב"פ( * * * ישמח משה ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו דער שבת האט דער בורא געגעבן, נאר פאר אונז יודעלעך אליין, און אזוי שטייט אין די תורה געשריבן, אז שבת דארף מען פרייליך זיין, עסן דאס שענסטע און דאס בעסטע, לויט ווי איינער פארמאגט. קליידער אנצוטאן די שענסטע, ווייל אזוי האט אונז דער תורה אנגעזאגט, ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו, דאס יודעלע איז נעבעך אין גלות, ליידן ליידט ער צרות אן א שיעור, שבת פארגעסט ער אין אלעם, ער לעבט זיך ווי א גביר, אין שבת געפינט ער א נחמה, זיין אויסגעמאטערטע נשמה, נפש כי נאנחה, בא שבת בא מנוחה,
ישמח משה במתנת חלקו, כי עבד נאמן קראת לו
*** ווען איך וואלט געהאט כח שמור לקדשו מבואו ועד צאתו, שבת קודש יום חמדתו.(ב"פ) ווען איך וואלט געהאט כח, וואלט איך געלאפן אין די גאסן, און איך וואלט געשריגן הויעך, שבת, הייליגער שבת. (ב"פ) מקולות מים רבים אדירים משברי ים אדיר במרום ה'. (ב"פ)
*** הכנה לשבת קודש מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה
שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש, שטארק צופרידן מיט שבת קודש, יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש,
יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש. די תנאים, די אמוראים, הנה מה טוב ומה נעים, עפעס טון פאר דעם שבת קודש, וואס מען קען פאר דעם שבת קודש, דער גאנצער כח, דער גאנצער מח, שבת, שבת. רב הונא צינט ליכט לכבוד שבת, רבא זאלצט פיש לכבוד שבת, רב חסדא בראקט קרויט, רבי זירא מאכט פייער, רב נחמן טראגט וואסער, לכבוד שבת, רב ספרא מאכט ריין א קאפ פון א בהמה, אלץ לכבוד שבת, און מיט אהבה, און מיט אימה, אלץ לכבוד שבת. שבת קודש, שבת קודש, גרייטן זיך אידן צום שבת קודש, שטארק צופרידן מיט שבת קודש, יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש, יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש. א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה, עפעס טוהן פאר דעם שבת קודש, וואס מען קען פאר דעם שבת קודש, וואס מער לויפן, וואס מער קויפן, שבת, שבת, די ליכט אנגרייטן, לכבוד שבת, פיצן קנויטן, לכבוד שבת, אוי אלץ באדארפן, די שפינוועבס ווארפן, די מעסערס שארפן, לכבוד שבת, נאר עס זאל פאר אלעמען טויגן, אלץ לכבוד שבת, נישט שטיין די בעל הבאסטע פאר די אויגן, אלץ לכבוד שבת, א גרויסע זכיה, אן עליה, יעדער איד מיט זיין יגיעה, עפעס טון פאר'ן שבת קודש, וואס מען קען פאר'ן שבת קודש, וואס מער מיען, וואס מער ציען, שבת, שבת, באקן חלות, לכבוד שבת, עסן אלעס, לכבוד שבת, אליין געבראטן, אליין געקנאטן, ווי מער געראטן לכבוד שבת, יעדער איינער וויל זיין הייליג, אין דעם שבת קודש, יעדער איינער וויל א חלק, אין דעם שבת קודש: *** קבלת שבת אין פעלד מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה הערט אויס ליבע אידן, וואס איך וועל אייך דערציילן, און איר וועט זיין צופרידן, זייער שטארק מיט דעם, די מעשה האט געטראפן, איך וועל אייך זאגן אפן, מען זאגט אז ביים אריז"ל, מען זאגט אז ביים בעל שם. זכרונם לברכה, מיר ווייסן די הלכה, אז אט די מלאכה, האבן ביידע גוט געקענט. שטיינער מאכן זינגען, וואסער מאכן קלינגען, ביימער זאלן שפרינגען, און פאטשן מיט די הענט. פריילעך אידן, מיר דארפן זיין צופרידן, פון אונזער בורא, מיט זיין תורה, גליקליך זיין אסאך. און מיר גלויבן, אז דער פון אויבן, האט געגעבן כח אויך פאר זיינע צדיק'מלעך. אוי אוי אוי אוי אוי, דער צדיק איז אמאל, געגאנגען בארג און טאל, מיט חסידים און תלמידים א באשטימטע צאל. אוי אוי אוי אוי אוי, עס קומט שבת אויף דער וועלט, און אינמיטן פעלד, מקבל זיין דעם ליבן שבת האט ער זיך געשטעלט. בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע, נישטא קיין שוהל, נישטא קיין עמוד, קיין זאך איז נישטא, קום קום כלה, עס ווארטן אויף דיר אלע, שעפסאלאך מיט בהמה'לאך, פני שבת נקבלה. דער צדיק זינגט א ניגון, עס איז א פארגעניגן, עס קומען צו די ציגן, זיי האבן נישט קיין רוה. די קעלבאלאך די קליינע, די שעפסאלאך די שיינע, איינע גלייך נאך איינע, רוקן זיי זיך צו. געקומען זענען אלע,מען הערט עפעס א כלה, מען זעהט דעם צדיק טאנצן, מען הערט אויס זיין געזאנג. עפעס נעמט זיי ציען, עפעס נעמט זיי בריען, עפעס נעמט זיי גליען, אין קעפל א געדאנק. בואי כלה, דער שבת איז פאר אלע, די שעפסאלאך, די ציגאלאך, מען קומט פון אומעטום. און זיי בליקן, און זיי קוקן, און פון גרויסן פארגעניגן רינגעלט מען ארום.. אוי אוי אוי אוי אוי, עפעס האט דערשפירט, דער ווערימעל וואס קריכט, די פייגעלעך, די האזעלעך, די הערצאלעך גערירט. אוי אוי אוי אוי אוי, א טומל א געלויף, די קעפלאך אויף ארויף, און צוביסלעך, אויף די פיסלעך, הייבן זיי זיך אויף. טאנצט טאנצט ציגן, א פארגעניגן, אויף די פיס די אונטערשטע, אז שיין איז עס צו זעהן. שאף און רינדער, ווי די קינדער, אלע שפרינגען, אלע זינגען, יעדער ווי ער קען. אוי אוי אוי אוי אוי, קוקט נאר אין דערהויעך, די שטערן קומען אויך, און זיי גלאנצן, און זיי טאנצן, אויף א ווייסן רויך. אוי אוי אוי אוי אוי, זעהט נאר ווער עס פליט, די פליגלן אויסגעציהט, מלאכים קומען צו דעם צדיק, טאנצן מיט אים מיט. בואי כלה. דער שבת איז פאר אלע, ווער עס גלויבט אין שבת, איז דער שבת פאר אים דא. קום קום כלה, מיר ווארטן אויף דיר אלע, בואי כלה, בואי נא, פני שבת נקבלה.
***
יום מנוחה וקדושה מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה
שבת שבת קודש, קומט דאך אויף דער וועלט. שבת שבת קודש, אלץ ווערט אפגעשטעלט. שבת אויפן וואסער, שבת אויפן פעלד. שבת אינדערויסן, שבת אין געצעלט. שבת שבת קודש, באלד זעקס טויזנט יאר. קומט דער ליבער שבת קודש, פונקט גענוי און קלאר. שבת שבת קודש, דער ליבלונג פון דעם איד. ער ליבט דעם שבת, און ער שעצט אים, ווי דעם אויג אים היט. שבת קודש, קומט מיט אונז צוזאמען. אויף אלע וועגן, אויף אלע שטעגן, איבער אלע ים'ען. אין דעם גרויסן גלות קלעם, אין פחד און אין שרעק. גייט מען אויף קידוש השם, פון שבת נישט אוועק. געשעפטן גרויסע מיט פארדינסט, לאזט מען אפ מיט שרעק. ווי דער שבת קומט צו גיין, ווארפט מען אלץ אוועק. שבת שבת קודש, ווען דער שבת קומט. א נשמה גאר א נייע, יעדער איד באקומט. שבת שבת קודש, מער פון יעדע צייט. פאנגט עס אן צו ציען, און צו בענקן ערגעץ ווייט. ווייל אויבן אין גן עדן, איז פארהאן אן ארט. און פרייטאג פארנאכט, קומען אלע נשמות דארט. און דורך א רער א ברייטן, הייבן זיי זיך אויף. און זיי פליען צום באשעפער, זייער הויך ארויף. *** יוסף מוקיר שבת מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה הערט א מעשה ליבע אידן, אין גמרא שטייט געשריבן, און געוויס איר אלע פון דעם ווייסן. געווען א איד וואס האט געליטן, א אידענע מיט קינדער זיבן, יוסף מוקיר שבת האט ער געהייסן. א גרויסער ארימאן, דער הייזל ווי א שפאן, הארט ביי דעם ים, פון ארימקייט מן הסתם. א גאנצע וואך אין יאך כסדר, א פארשמירטע און א נאסער, און נישט אויסגעגעבן קיין איין גראשן. געטראגן האט ער אלטע קליידער, און געגעסן ברויט מיט וואסער, און די געלט האט ער איבערגעלאזן. די קינדערלעך, די פרוי, צופרידן געווען אזוי, אין הויז איז טאקע פוסט, אבער אלע האבן שוין געוואוסט. אז דאנערשטאג פארטאג, פלעגט ער געבן צו די אידענע א זאג, שנעלער, בעל הבית'טע קרוין, נעם דעם קוישל שוין. נא דיר די גאנצע געלט, קויף אלץ וואס דיר געפעלט. די בעסטע פיש, זאל זיין גרויס און פעט און פריש, די בעסטע פלייש און וויין, ווי טייער עס זאל נישט זיין, און פרוכטן זייער פיל, זאל זיין אלס וואס מען וויל. און די אידענע איז אוועק, גענומען ברענגען גאנצע פעק, א גאנצע נאכט, קיין אויג נישט צוגעמאכט. און געבאקט און געקאכט, א גרויס'ן לעקאך, א גרויס'ן טארט, און געקאכט און געבאקט, עס האט אין אויוון אזש געקנאקט. און פרייטאג פארנאכט, דריי אורחים האט ר' יוסף געבראכט, אין הויז איז ליכטיג און שיין, ווי אין גן עדן אליין, און פון אויבן אן, ווי א קעניג אויף זיין טראן, זיצט ר' יוסף אליין, און זינגט זיך זמירות מלא חן, אשת חיל מי ימצא, אזוינס ווי דער שבת איז נישט דא. און אביסל ווייטער דארטן, פונקט אקעגן יוסף'ס הייזל, געשטאנען איז א פאלאץ א פארמאכטע. און ארום א שיינע גארטן, מיט פלויט פון שטאל און אייזן, און א טויער שטענדיג א פארשפארטע. געוואוינט האט דארט א הער, א גרויסער מיליאנער, א גרויסער באנדיט, האט פיינט געהאט א איד. פיל געלט האט ער געטוהן פארמאגן, האט ער אויך פארמאגט פיל יארן, אפשר שוין די אכציג און אריבער, די פרוי און די קינדער פלעגט ער זאגן, זענען ווי אוועק געפארן, און אליין געלאזט האט מען אים איבער. און קארג איז ער געווען, קיין ארימאן נישט געוואלט זעהן, געלעבט גאנץ אליין, פונקט אזוי ווי א שטיין. געדויערט נישט לאנג, און דער גוי ווערט זייער קראנק, און אינמיטן די נאכט, א דאקטאר האט מען אים געבראכט, וואס אויף די שטערן זעהט, און ווייסט אלץ וואס זיין וועט. און ער האט אים געזאגט, אז אלץ וואס ער פארמאגט, וועט ירש'נען אט דער איד, וואס דער שבת היט. דער גוי האט עס דערהערט, איז אים געווארן זייער שלעכט. ער האט א קונה געבראכט, און אלץ פארקויפט אינמיטן די נאכט. און געקויפט פאר די געלט, א בריליאנט פון די גרעסטע אין די וועלט, זיין הוט איבערגעדרייט, און דעם בריליאנט אריין גענייט. האט דער גוי אזוי געשפאנט, אויף בארג און טאל ארויף אראפ, און איז פון מענטשן אנטלאפן. ער האט זיין הוט מיט דעם בריליאנט, קיינמאל נישט אויסגעטוען פון קאפ, און איז מיט דעם אפילו געשלאפן. איינמאל איז ער אוועק, געקומען צו א פרעמדע ברעג, אן אייזערנע בריק, מען קען שוין נישט גיין צוריק. און ווי ער איז ארויפגעגאנגען, אויפ'ן בריק ארויף געקראכן, גענומען האט א רעגן צו גיסן, עס האט בליצן אנגעפאנגען, און א שטורעם אויסגעבראכן, די הוט פון קאפ אראפגעריסן. געכאפט האט עס א ווינט, אין ים אריין געשמיצט געשווינד, און דער גוי איז פון קלעם, אריינגעשפרינגען כאפן אים. געקומען א פיש, געגעבן די וואסער א מיש, פארשלונגען די הוט אין בויך, און ארויף געשווימען אין די הויך, פישער האבן איר דערטאפט, און אין נעץ אריינגעכאפט. און פרייטאג פארנאכט, האט מען די פיש אויפ'ן ברעג געבראכט, מען זוכט ארום דארט און דא, קיין קונה איז נישט דא, הייסט מען זיי צו גיין, צו יוסף מוקיר שבת אליין. זאגט ר' יוסף עס איז א שאד, מיין אידענע קיין כח שוין נישט האט, זאגט די אידענע זאג נישט אפ, איך האב נאך א ליידיגע טאפ. זי האט צעשניטן די בויך, און זי האט גענומען שרייען הויך, א בריליאנט א בריליאנט, ר' יוסף גיט א בליק, א בריליאנט א בריליאנט, אבער צו שבת קומט עס נישט. האט געזאגט א איד, אז די גאנצע מעשה איז קיין חידוש ניט, וואס אויף שבת מען פארווענדט, קריגט מען צוריק מיט פראצענט. ***
*** מלאכים שרפים ניגון מהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע וכששמעו מרן הדברי חיים זי"ע מאחד מחסידיו התחיל לזמרו בכל ליל שב"ק )הפסוק פליאה הוא הוספה( פליאה פליאה דעת ממני, נשגבה נשגבה לא אוכל לה. אנה אלך מרוחך, אנה אלך מרוחך, ואנה ואנה מפניך אברח, ואנה ואנה מפניך אברח. אם אסק שמים שם אתה, אם אסק שמים שם אתה, ואציעה ואציעה שאול הנך, ואציעה ואציעה שאול הנך. מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי, וואס איז דער בורא. ענטפערט מען זיי, לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה, לית מחשבה תפיסא ביה. מלאכים שרפים ואופנים, פרעגן זיי, אוי וויי אוי וויי, ווי איז דער בורא. ענטפערט מען זיי, לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה. לית אתר דפנוי מיניה, לית אתר דפנוי מיניה:
*** אני מאמין מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה מיוסד ע"פ י"ג עקרי אמונה אני מאמין, איך גלויב אין דעם, אז דער בורא געבענטשט זאל זיין זיין שם, ער האט באשאפן אלע זאכן, און וואס עס געשעהט טוט ער עס מאכן, און ער אליין פירט דאך אן מיט דעם. ער איז געווען און ער איז, און אונזער האר וועט אייביג זיין, אזוי ווי ער, איז נישט דא נאך איינער, פאר אים און נאך אים איז נישט דא קיינער, און נאר צו אים דארף מען מתפלל זיין. און אז מען הערט אט די זיסע רייד, און מען דערהערט און מען פארשטייט, פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד, און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט. מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן, דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט, און האט אונז געגעבן, א גליקלאכער לעבן, און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד. אני מאמין איך גלויב וואס עס שטייט, אז אמת זענען די נביאים'ס רייד, און משה רבינו איז זייער פאטער, און אונז די תורה געגעבן האט ער, און קיינמאל אנדערש וועט נישט זיין די רייד. און ער זעהט און ער הערט, וואס יעדער איינער טוט און קלערט, די וואס טוען מצוות וועט ער באלוינען, די וואס טוען נישט, וועט ער נישט שוינען, און זיין משפט איז דאך שטענדיג גערעכט. אני מאמין איך גלויב אין גליק, וואס מיין מאמע האט מיר דערציילט אין וויג, אז משיח קומען וועט אין פלאמען, און וועט אונז פירן איבער ימ'ען, און דווקא אויף א פאפירענעם בריק. און מען וועט זעהן מיט גרויס פרייד, ווי דער עלטער זיידע גייט, ארויסגעקומען פון גן עדן, און מיר וועלן מיט אים רעדן, און טרערן וועלן רינען אזש פון פרייד. און אז מען הערט אט די זיסע רייד, און מען דערהערט און מען פארשטייט, פון דעם ווערט אין הארצן א פרייד, און עס זינגט זיך וואו מען שטייט און גייט. מיר דאנקען און לויבן, פאר אונזער גלויבן, דעם באשעפער פון אויבן, וואס גייט מיט אונז און היט, און האט אונז געגעבן, א גליקלאכער לעבן, און האט אונז געלערנט וויאזוי צו זיין א איד.
*** דער בלעטעלע מחברו: הרה"ח ר' יו"ט עהרליך ע"ה שטייט א בוים אינמיטן וועג, און די צווייגן ארויס געשטעקט, און א בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ, גייט א צדיק אויפן וועג, און די בלעטעלע געט א פרעג, פארוואס ביסטו פון דעם בוים אוועק, און ליגסט אימיטען וועג, זאגט די בלעטעלע: איך ווייס נישט וואס, איך בין נישט די בעל-הבית, מיין צווייג האט פלוצלינג זיך צעוויגט, און מיר אראפ געפליקט, צווייגל צווייגל בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס, דו האסט פלוצלינג זיך צעוויגט, און דעם בלעטעל אראפ געפליקט, זאגט די צווייגל איך ווייס נישט וואס, איך בין נישט דער בעל-הבית, די ווינט האט פלוצלינג זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט, ווינטעלע ווינטעלע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס, דו האסט פלוצלינג זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט, זאגט די ווינט איך ווייס נישט וואס, איך בין נישט דער בעל-הבית, מיין מלאך האט מיר ארויס געלאזט, און איך האב געבלאזט, מלאך מלאך'ל בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס, דו האסט דעם ווינט ארויס געלאזט, און ער האט געבלאזט, זאגט דער מלאך: איך ווייס נישט וואס, איך בין נישט דער בעל-הבית, דער באשעפער פון די וועלט, האט מיר אזוי באפעהלט, באשעפער גרויסע בעל-הבית, אפשר זאגסטו מיר פארוואס, א קליינע בלעטעלע רייסט זיך אפ, און עס פאלט אראפ, דער באשעפער ער אליין, געט דעם צדיק צו פארשטיין, הייב די בלעטעלע אויף פון דארט, און א קוק געב דארט, דארט ליגט א ווערימעל דאר און קליין, האט נישט קיינעם גאנץ אליין, ער איז געוועזעהן אויפן בוים, און געאטעמט קוים, ווייל די זון האט שטארק געברענט, האט ער שלאפן נישט געקענט, האט ער געבעטען באשעפער באשיץ, איך האלט נישט אויס די היץ, האב איך דעם מלאך גלייך געזאגט, האט ער דעם ווינט ארויס געיאגט, האט די צווייגעלע זיך צובלאזט, און די בלעטעל אראפ געלאזט, מיטן ווערימל אויפן פעלד, און פאר איהם די זון פארשטעלט, און די קליינע ווערימעל איז, איינגעשלאפן זיס:
*** נאר אמונה נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל עולמים נאר אמונה נאר אמונה אין בורא כל העולמים. טייערע אידן הייליגע אידן, האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים האט'ס אמונה האט'ס אמונה, אין בורא כל עולמים עס וועט אייך גוט זיין, עס וועט אייך וואויל זיין, היינט היינט און אלעמאל, אויף דער וועלט און אויף יענע וועלט:
*** אדיר הוא בעליונים אדיר הוא בעליונים, בחור הוא בתחתונים. ובעליונים ובתחתונים, הכל מודים ומאמינים, כי הוי"ה אחד, ושמו אחד. א שטארקער ביסטו פון אויבן, א אויסדערוועלטער ביסטו פון אונטן. און פון אונטן און פון אויבן, אלע לויבן אלע גלויבן, אז דו ביסט איינער, און נישט מער קיינער.
*** אחד יחיד ומיוחד ניעט ניעט ניקאווא, קראמי באגא אדנאווא. עס איז נישטא קיינער, אויסער גאט דער איינער. *** קול ביער מחברו: הרה"ק השפאלער זיידע זי"ע קול ביער אנכי שומע, אב על בניו קורא ומתגעגע. א געשריי און א געוואלד, און א געפילדער, א טאטע אין וואלד, זוכט זיינע קינדער. בני בני היכן ישבתם, כי ממני כה שכחתם. קינדער קינדער, וואו זענט איר געזעסן, אז פון מיר האט איר אזוי פארגעסן. בני בני שובו לביתי, כי אני יחידי בביתי. קינדער קינדער, קומט צוריק אהיים, ווייל עס איז מיר אומעטיג צו זיין אליין. אבינו אבינו איך נלך אליך, כי שומרים עומדים על שעריך. טאטע טאטע, ווי אזוי קענען מיר גיין צו דיר, אז די שומרים שטייען ביי די טיר. *** סול א קאקאש מאר נתחבר בשפת אונאגריש ע"י הרה"ק מהרי"א מקאלוב זי"ע
דֶע אָהּ גָאזְדָא אָסְט פֶעלֶעלִי, וָואן אָהּ בָּאקָאר בָּאן קִיסֶעדְהֶעטִי )ב"פ( דֶע אָהּ יָאהַאז אָסְט פֶעלֶעלִי, הָא אָהּ נַאיַאט אִיד טֶעלֶעלִי, יֶעוֶוע נַארַארָא מֶעג שֶׁעם פֶעִי, אבל אדון משיבהו, יש עוד צמח בשרשהו. )ב"פ( אבל רועה משיבהו, אם כה יהיה מאכל צאנהו, לקיץ הבא בל יחליבהו. )ב"פ(
אבער דער הער ענטפערט אים מיט צארן, אז אין שייער איז נאך דא קארן, אז אין שייער איז נאך דא קארן. אוי אבער דער פאסטאך ענטפערט אים אויף דעם, אז ער וועט אין ווינטער, פאר די שעפעלעך נישט צו עסן געהן, וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן, וועט ער אין זומער, זייערע מילך נישט זעהן.
וָואן קֶעט הֶעט וָואד עֶש הַארָאם, הָאד אָהּ סַאמָאדַא מָאט אִידֶעי וַוארָאם )ב"פ( דֶע אָהּ מָאטְיֶען אָהּ סָאמַאר הַאטָאן, טָאלַאן אָז לֶעס אָקִיט וַוארָאם )ב"פ( יש עוד שבוע או שתים, אשר אחכה למספר הצאן בכליון עינים . )ב"פ( אך שם בא רוכב על החמור, אולי זה יהיה גואל הדור. )ב"פ(
עס איז דא איינס אדער צוויי וואכן פארלאפן, וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן, וואס אויף אונזער אויסלייזער, טוען מיר האפן. אוי דארט קומט ער, אויפ'ן אייזל'ס רוקן, אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן, אפשר איז דאס דער אויף וועמען מיר טוען ארויס קוקן.
*** סעיגען לעגעין – א היימלאזער פאסטוך מחברו: הרה"ק מקאלוב זי"ע היימלאזער פאסטוך, דוּ ארימער היימלאזער אויף די וועלט. נא דיר דא, די פולע בערזל מיט געלט. און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד. אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט. און איך קויף פון דיר אָפ, דיין גאנצע אָרעמקייט, גראָד. אבער דיין ליבע תורה, גיב מיר אַוועק אַנשטאט. ענטפערט דער ארימאן, אויב די געלט וואלט געווען נאר אן איינגאבע. און טויזענט מאל אזויפיל, וואלט נאר געווען א צוגאבע. און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן. וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן. און אפילו די גאנצע וועלט, וואלסטו מיר נאך צוגעגעבן. וואלט איך די תורה הקדושה פאר אן אנדערן נישט אוועקגעגעבן. ווייל די געלט וועט נאך אויסגעניצט ווערן אמאל. און דעמאלטס וועל איך פארבלייבן אָן געלט, און אן די אמונה באלקי ישראל. אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין. א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן. אוי, ערשט דאַן וועל איך דער ריכטיגער ארימער זיין. א היימלאזער פאסטוך, א היימלאזער ארעמאן.
*** ואפיק מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל ואפיק ואפיק, וועמען, וועמען ית עמך, פון וואנעט, פון וואנעט, מגו גלותא, עמך די בחרת מכל אומיא, עמך די בחרת מכל אומיא.
*** הן בבקעה והן בהר מחברו: הגה"צ מהרב"צ מבאבוב זצ"ל הן בבקעה והן בהר, הן בשדה והן ביער, הן בעיר והן בכפר, תצילנו מכל צער, ותוציאנו מגלות המר, למה פניך תסתיר תשכח ענינו ולחצנו, אוי וויי געוואלד, לאמיר שרייען אין אלע גאסען געוואלד, רבונו של עולם דו זעסט דאך אליין, כי שחה לעפר נפשנו, דבקה לארץ בטננו, בעטן מיר דיך, קומה עזרתה לנו ופדנו למען חסדך:
דער פויער מאנט פאר אייער, דער סעקוועסטער מאנט פאר שטייער, און דער סעליסטער ברענגט א קלאגע. די קעשענע איז לער, דאס געמיט איז נעבעך שווער, און עס פרעגט זיך אזוי א פראגע. פלוצלונג וועט מען הערן א קול, פון דעם שופר דעם גרויסן הארן. דו ווערסט שוין פטור פון דעם עול, דו ביסט שוין געהאלפן געווארן. על כן אידעלעך, טייערע ברידערלעך, מאכט אייך גרייט גרויס און קליין, ווייל באלד און גיעך, קומט משיח, קיין ירושלים וועלן מיר גיין.
*** לא תבושי מחברו: הרה"ח ר' יחזקאל ראטענבערג ע"ה הי"ד מחסידי באבוב
לא תבושי, די עדה הקדושה, וועט זיך מער נישט שעמען. ולא תכלמי, לעלם ולעלמי, ישראל עבד נאמן. מה תשתוחחי, ס'וועלן ווערן גלייכע, אלע איינגעבויגענע אידן. ומה תהמי, און גרייטס אייך צו, מיט פרייליכע געמידן. בך יחסו עניי, באלד קומט אן די ישועה, ונבנתה עיר, נאך שענער ווי פריער, עיר על תלה. לכה לכה דודי, יחד כולם הודו. לקראת כלה, א ישועה פאר אלע, פני שבת נקבלה.
והיו למשיסה, די גאנצע חברותא, אלע שונאי ישראל. למשיסה שוסיך, אלע גלייך, וועלן צוריבן ווערן מיט איין מאל. ורחקו כל, שוין נאך דעם עול, הגלות ועול השיעבוד. מבלעיך, וואס בייסן דיך, וועלן גיין לאיבוד. ישיש עליך אלקיך, דער אויבערשטער וועט דיך מאכן רייך. כמשוש חתן, מסעודת לויתן, חתן על כלה. לכה לכה דודי, יחד כולם הודו. לקראת כלה, א ישועה פאר אלע, פני שבת נקבלה.
און אויף דיר איז א פסוק פארהאן, הנה לא ינום ולא יישן, דו היטסט דיינע קינדער, מיט מופתים און וואונדער, וואס לאזטו פון אונז אזוי טוהן.
ימין ושמאל, ווי פיין און ווי וואויל, אז ימין ושמאל תפרוצי. א שטיקעלע פלאדן, פון אל אדון, איז פאר אונז די בעסטע מוציא. ואת השם, אין אונזער היים, תעריצי וועלן מיר לויבן. בחכמה ובתבונה, מיט די גרעסטע בחינה, וועלן מיר ווערן דערהויבן. על יד איש בן פרצי, שחורה אני די שווארצע. על יד איש, ווי פיין און ווי פריש, ונשמחה ונגילה. לכה לכה דודי, יחד כולם הודו. לקראת כלה, א ישועה פאר אלע, פני שבת נקבלה.
בואי בשלום, ס'איז שוין נאך דעם חלום, בשלום עטרת בעלה. הייליגע שאף, שטייט'ס אויף פון שלאף, וברננה נעלה. גם ברנה, מזיו השכינה, וועלן מיר נהנה זיין אלע. עתיד כביכול, לעשות מחול, בשמחה ובצהלה. תוך אמוני עם, וקבצנו יחד צוזאם. בואי קום, דריי זיך אום, צו בואי בשלום. די שכינה וועט זיך צו מעריב אויס דרייען, און זי וועט אונזערע הערצער דערפרייען. ונזכה לגאולה, ליום שכולו, שבת מלכתא. לכה לכה דודי, יחד כולם הודו. לקראת כלה, א ישועה פאר אלע, פני שבת נקבלה. *** א נוסחא מ'זאגט נאך א נוסחא, פון רבי ר' בונם פון פשיסחא, ווי ער האט געטענה'ט מיטן נורא עלילה, זיי בעסער צופרידן, און לייז אונז אויס אלץ אידן, ווי איידער אלץ גויים חלילה. *** ווען משיח וועט קומען וואס וועט זיין ווען משיח וועט קומען? ווען משיח וועט קומען וועט מען מאכן א סעודה'ניא. וואס וועלן מיר עסן אויף דעם סעודה'ניא? דער שור הבור, און די לויתן, דער שור הבור, און די לויתן... דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. וואס וועלן מיר טרינקען אויף דעם סעודה'ניא? דעם יין המשומר, דעם יין המשומר... דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. ווער וועט אונז תורה זאגן אויף דעם סעודה'ניא? משה רבינו, משה רבינו... משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. ווער וועט אונז בענטשן אויף דעם סעודה'ניא? אהרן הכהן, אהרן הכהן... אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. ווער וועט אונז נבואות זאגן אויף דעם סעודה'ניא? מרים הנבואה, מרים הנבואה... מרים הנבואה וועט נבואות זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. ווער וועט אונז שפילען אויף דעם סעודה'ניא? דוד המלך, דוד המלך... דוד המלך וועט אונז שפילן, מרים הנבואה וועט נבואות זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. ווער וועט אונז חכמה זאגן אויף דעם סעודה'ניא? שלמה המלך, שלמה המלך... שלמה המלך וועט אונז חכמה זאגן, דוד המלך וועט אונז שפילען, מרים הנבואה וועט נבואות זאגן, אהרן הכהן וועט אונז בענטשן, משה רבינו וועט אונז תורה זאגן, דעם יין המשומר וועלן מיר טרינקען, דער שור הבור, און לויתן וועלן מיר עסן, אויף דעם סעודה'ניא. *** דוד המלך'ס ליד מחברו: ר' יאסעלע ראזענבלאט ע"ה
נישט ווייט צו גיין, קען דאך א יעדער זעהן, ווי אונטער א שטיין, אין א טיפער הייל. ליגט דארט דער קרוין, לאנגע יארן שוין, פון אונזער דוד, מלך ישראל. דוד דוד שטיי אויף פון דיין שלאף, געטרייער פאסטעך זאג, וואס ס'איז דא צו טאן, זעה ווי מ'שלאכטעט אויס דיינע שאף, און קיינער נעמט זיך פאר זיי נישט אן. אבער אזוי ווי ער וועט הערן דעם שופר של משיח, יא, וועט ער אויפשטיין פון זיין קבר גיך, יא, און וועט זיך זעצן אויף זיין שטול, און וועט געבן אויף זיין פידעלע א שפיל. און אויף די מינוט, וועלן זיך געבן א ריק, פילע מוזיקאנטן. און א יעדער איד, וועט זינגען דעם ליד, דער תהלים דעם באקאנטן. און אלע קראנקע קומען באלד, אויפשטיין פון די בעטלעך, דער גרינער וואלד, וועט קומען באלד, און קלאפן מיט די בלעטלעך. און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעל, און דוד המלך מיט זיין פידעלע, וועט אונז שפילן א פרייליך לידעלע. זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט, זינגט מיט מיר און טאנצט מיט מיר צו דעם לעבעדיגן גאט. *** לאמיר דערציילן מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, איין מעלה איז אום אני חומה, און נאך א מעלה איז ברה כחמה, כאטש כאטש כאטש גולה וסורה, דאך דאך דאך דמתה לתמר. לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, נעבעך נעבעך נעבעך ההרוגה עליך, נעבעך נעבעך נעבעך ונחשבת כצאן טבחה, כאטש כאטש כאטש זרויה בין מכעסיה, דאך דאך דאך חבוקה ודבוקה בך. לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, נאך א מעלה איז טוענת עולך, און ווידער א מעלה איז יחידה ליחדך, כאטש כאטש כאטש כבושה בגולה, דאך דאך דאך לומדת יראתך. לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, נעבעך נעבעך נעבעך מרוטת לחי, נעבעך נעבעך נעבעך נתונה למכים, כאטש כאטש כאטש נתונה למכים, דאך דאך דאך סובלת סבלך, כאטש כאטש כאטש עניה סוערה, דאך דאך דאך פדוית טוביה. לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, ווי אזוי הייסן זיי צאן קדשים, און ווי אזוי פארזאמלען זיי זיך קהלות יעקב, און ווי אזוי צייכענען זיי זיך רשומים בשמך,און וואס שרייען זיי שואגים הושענא. אויף וועמען אויף וועמען פארלאזן זיי זיך תמוכים עליך. וועגן דעם שרייען מיר, הושענא הושענא. לאמיר דערציילן, לאמיר דערציילן, די מעלות פון אידישע קינדער, ***
עולם הבא עולם הבא איז א גוטע זאך, לערנען תורה איז נאך א בעסערע זאך, ווארף אוועק יעדן יאך, לערן תורה נאך און נאך, עולם הבא איז א גוטע זאך. *** רבש"ע לאמיר מאכן א בייט מחברו: הרה"ק מבארדיטשוב זי"ע רבונו של עולם איך וויל מיט דיר מאכן א בייט, א בייט וויל איך מיט דיר מאכן. איך וועל דיר געבן חטאים עוונות ופשעים, אוי וויי טאטע. טאמער ווילסטו פרעגן וואס וועסטו מיר געבן דערפאר, זאג איך דיר. דו וועסט מיר געבן מחילה סליחה וכפרה, אוי וויי טאטע. טאמער וועסטו מיינען גלייך אויף גלייך, ניין זאג איך דיר. דו וועסט מיר נאך צוגעבן, בני חיי ומזוני, אוי וויי טאטע. טאמער וועסטו פרעגן וואס בני הייסט, זאג איך דיר. בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצות, אוי וויי טאטע. טאמער וועסטו פרעגן וואס חיי הייסט, זאג איך דיר. חי חי יודוך וישבחוך, אוי וויי טאטע. טאמער וועסטו פרעגן וואס מזוני הייסט, זאג איך דיר. ואכלת ושבעת וברכת את ה' אלקיך, אוי וויי טאטע. די מצריים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר. די פרסיים שרייען אז זייער גאט איז א גאט, ניין זאג איך דיר, די מינים און אפיקורסים שרייען אז ס'איז חלילה נישט דא קיין גאט, יא זאג איך דיר. אבער איך, לוי יצחק בן שרה סאשע זאג, יתגדל ויתקדש שמה רבא *** אודה לאל הפי' באידיש נתחבר ע"י הרה"ח ר' אלחנן זאב קלגאסבאלד ע"ה הי"ד מחסידי באבוב – שו"ב בטשעבין אודה לאל לבב חוקר, ברן יחד כוכבי בוקר, ברן יחד, ברן יחד, ברן יחד כוכבי בוקר. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. שימו לב אל הנשמה, לשם שבו ואחלמה, ואורה כאור החמה, שבעתים כאור הבוקר. נעם דיר נאר גוט אין אכט, אז די נשמה די שיינע פראכט, זאל נישט קומען צו קיין שאנד, ווייל זי איז א דימאנט א בריליאנט, דו מוזט דאך וויסן דערפון, אז זי לייכט ווי די זין, זיבן מאל מער ווי דער פרי באגין. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. מכסא כבוד חצבה, לגור בארץ ערבה, להצילה מלהבה, ולהאירה לפנות בוקר. איר שטאם איז לויטער און ריין, פון כסא הכבוד אליין, און מיט איר גרויסע ווערד, פלאטערט זי אויף דער ערד, דארף מען היטן זי, ווי פון פייער און א ברי, זי זאל שיינען און לייכטן יעדן מארגן פרי. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. עורו נא כי בכל לילה, נשמתכם עולה למעלה, לתת דין וחשבון מפעלה, ליוצר ערב ובוקר. וואך פון שלאף אויף, און נעם דיר גוט אין באטראכט, אז די נשמה גייט ארויף, אין הימל יעדע נאכט. דין וחשבון יעדן טאג, מוז זי געבן איר זאג, פאר דעם יוצר וואס האט באשאפן נאכט און טאג. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. ימצאה מקושטת, בטלית וטוטפת, כמו כלה מקושטת, תמיד בבוקר בבוקר. דער מענטש שפירט דאס גליק, ווען ער טוט דעם באשעפערס ווילן, קומט די נשמה צוריק, באקרוינט מיט טלית ותפילין, באצירט און באשיינט איז זי, ווי א כלה כמות שהיא, שטענדיג אלעמאל אינדערפרי. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. הנאמן בפקדונו, יחזירנה לו כרצונו, איש לא גוע בעונו, ויהי ערב ויהי בוקר. באגלייבט איז דער באשעפער און קראנט, מיטן משכון מיט זיין פאנט, זי צוריק שטעלן ריין, ווי דער מענטש וויל אליין, ער שטייט אויף פריש און געזונט, ער שטארבט נישט פון זיינע זינד, ווידער א נאכט ווידער א טאג אצינד. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. והחיו העניה, יחידה תמה ונקיה, ואשר נפשו חיה, יזכה לאור הבוקר. טוטס זיך טראכטן און קלערן, ווי אזוי די נשמה צו ערנערן, אז די נשמה אליין, זאל בלייבן שטענדיג ריין, ווייל דער וואס געט זיך די מי, ווי אזוי צו שוינען און היטן זי, וועט ער זוכה זיין צום ליכט פון דערפרי. געלויבט ביזטו, קודשא בריך הוא, דו ווייסט דאך וואס יעדער טוט אין הארצן קלערן. איך לויב און דאנק, מיט מיין געזאנג, צוזאמען מיט אלע מארגן שטערן. *** עסן עסט זיך ניגון ישן מחסידי חב"ד עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל מען טון אז עס דאווענט זיך נישט. עסן עסט זיך, שלאפן שלאפט זיך, וואס זאל מען טון אז עס לערנט זיך נישט.
*** אז ס'איז נישטא קיין ... אז ס'איז נישטא קיין אמונה צוזאמען מיט'ן געלט. וואס'זשעט ארבעטסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין בינה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין גמילות חסדים צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט גייסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין דעת צוזאמען מיט'ן געלט. וואס'זשעט דארפסטו די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין הכנסת אורחים צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט הארעוועסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין ותיקות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט ווילסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין זכיות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט זיכסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין חסידות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט כאפסטו די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין טהרה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט טויג דיר די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין יראת שמים צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט יאגסטו דיך אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין כבוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט קריכסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין לימוד התורה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט לעבסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין מדות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט מאכסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין נאמנות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט נעמסטו די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין סייעתא דשמיא צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט סאפעסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין ענוה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט וועסטו ענטפערן אויף דער אמת'דיגער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין פדיון שבויים צוזאמען מיט'ן געלט, ווא ס'זשעט פלאגסטו דיך אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין צדקה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס פאר א ציל האסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין קדושה צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט קויפסטו אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין רחמנות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס'זשעט ברויכסטו די גאנצע וועלט. אז ס'איז נישטא קיין שמירת שבת צוזאמען מיט'ן געלט, פון וואס'זשעט שעפסטו חיות אויף דער וועלט. אז ס'איז נישטא קיין תמימות צוזאמען מיט'ן געלט, וואס איז דיין תכלית אויף דער וועלט.
*** מ'דארף באהאלטן מ'דארף באהאלטן, א ספאדיק אן אלטן, בחדרי חדרים זייער גוט, ס'זאל זיין א וואונדער,פאר אונזערע קינדער, אז אזוי איז געגאנגען אן ערליכער איד. מ'דארף געדענקן, און נאך שטערקער בענקן, אויף די טעג וואס זענען פון אונז אוועק, וואס זיי זענען געווען, און וואס מיט אונז איז געשעהן, עס כאפט דאך אן א פחד א שרעק.
*** די מאמע האט געהייסען מחברו: הרה"ק רבי משה לייב מסאסוב זי"ע וזמר זה שר הרה"ק מצאנז זי"ע אל גנז אגוז ירדתי, ירדתי, לראות באבי הנחל, לראות באבי הנחל. לראות הפרחה הפרחה הגפן, לראות הפרחה הפרחה הגפן, הנצו הרמונים. די מאמע האט געהייסן, געהייסן, ניסעלעך פון בוים אפרייסן, ניסעלעך פון בוים אפרייסן, אוי ווי הויך זענען די צווייגעלעך, אוי ווי נידריג זענען די קינדערלעך, מיר קענען נישט דערגרייכן. *** קול דודי מחברו: הרה"ח ר' מענדל מהורדאק ז"ל וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן, וואלט איך געהאט גאלדענע רעדער, וואלט איך צו דיר געפארן, קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי. וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען,וואלט איך צו דיר געפלויגן, וואלט איך געהאט גאלדענע פליגלען, וואלט איך צו דיר געפלויגן, קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי. וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן, וואלט איך געהאט א גאלדענע פעדער, וואלט איך צו דיר געשריבן, קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי. וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן, וואלט איך געהאט א גאלדענע פינגערל, וואלט איך צו דיר געגעבן, קול דודי דופק פתחי לי אחתי רעיתי יונתי תמתי. *** דו ביסט אונזער גאט מקובל שהרה"ק בעל צמח צדק זי"ע זימר זמר זה רבונו של עולם, רבונו של עולם, דו ביסט אונזער גאט, אוי מיר זענען דיינע אידן, דו ביסט אונזער פאטער, און מיר זענען דיינע קינדער. *** רבונו של עולם רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, העלף אלע אידן און אויך מיר, איך פארזיכער זיך נישט אין קיינעם, נאר אין דיר, איך האף נישט צו קיינעם, נאר צו דיר, מיין הילף איז נישט פון קיינעם, נאר פון דיר, אן דיין הילף קען מען נישט אריבערגיין די שוועל פון טיר, אן דיין כח קען מען זיך נישט געבן, קען מען זיך נישט געבן א ריר, איך פארלאז מיך נישט אויף קיינעם, נאר אויף דיר, דיין רחמנות און דיינע חסדים, זענען אן א שיעור, רבונו של עולם מען דארף אנקומען צו דיר, יעדע רגע און יעדע מינוט, אויף יעדן טריט און יעדן שריט, סיי ווען ס'איז חס ושלום שלעכט, און סיי ווען ס'איז גוט, רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, רבונו של עולם איך בעט דיר זייער, אוי העלף מיר, העלף מיר, איך זאל קענען היטן מיינע אויגן, און מיינע רייד פון מויל זאלן זיין געוואויגן, און מיין הארץ, מיין הארץ, זאל זיין פאר דיר געבויגן, און אלע מיינע מעשים זאלן זיין, כראוי וכהוגן.

the first song here, דער שבת ווער עס הייליגט im trying to find where to hear it. can anyone show a place?? tnx