שוועמל, איך גלייב שווער אז דיין פארשלאג וועט אנגענומען ווערן. ווייל ווי באקאנט האט לעצטענס אויסגעבראכן, דא ביי אונז אין דערפל, א יסודות'דיגע קריגעריי (מחלוקה'לע בלע"ז) צווישן די איינוואוינער. טייל דארפסלייט, א שטייגער ווי אונזער חשובער קרעמער וואס איז גראדע אויך פון די חברי ההנהלה, איז ביי דער מיינונג אז אזעלכע סארט חברה זענען פאר אונז שטערבליך וויכטיג, פשוט בכדי צו שמירן די רעדער, קיין חילוק ווער זיי זענען, וואס זיי זאגן, וואס זיי טוען, אבי ס'טיצעך א לעבעדיגקייט... ויאמר... וידבר... און געגאנגען ווייטער. אה, ס'ארא הנאה מענטשן האבן פון דעם... איך קען דיר גארנישט זאגן... ס'דאך ממש א געשמאק... יודן זענען זיך ממש מחי' נפשות מיט אזעלעכיגעס. און אויב ס'געפעלט דיר נישט, דאן קוק נישט אריין די יעניגע אין פנים אריין, גיי ווייטער, און מאך זיך נישט וויסנדיג. דעריבער מיין איך אז דו האסט שוואכע שאנסן אז דיין פארשלאג זאל באשטעטיגט ווערן, איבערהויפט ווען א שיינער טייל פון די חברי ההנהלה זענען ביי די קרעמער מיינונג...
אגב, וואס עפעס באדערט דיך די בהמות חיות ועופות נעמען, וואס איז א חילוק על שם מה יקרא הניק?, אויב שרייבט ער ווי א מענטש, למאי נפק"מ וויזוי ער הייסט?. ביסט אפשר ביי די שיטה פון שמא קא גרים?. איך בין גראדע מחולק מיט דעם, איך נעם אן אז גברא קא גרים...
אדרבה שפאציר אביסל ארום אין די קרעטשמע וועסטו זיך אליין איבערצייגן...
זארעכפעפער האט געשריבן:
אגב, וואס עפעס באדערט דיך די בהמות חיות ועופות נעמען, וואס איז א חילוק על שם מה יקרא הניק?, אויב שרייבט ער ווי א מענטש, למאי נפק"מ וויזוי ער הייסט?. ביסט אפשר ביי די שיטה פון שמא קא גרים?. איך בין גראדע מחולק מיט דעם,איך נעם אן אז גברא קא גרים...
אדרבה שפאציר אביסל ארום אין די קרעטשמע וועסטו זיך אליין איבערצייגן...
זארעכ,
איך האף בלויז אז דו מיינסט נישט מיך, ווייל אפי' אויב יא קען איך גארנישט טיען,
זארעכ, אפילו לשיטת קרעמער, קען מען שרייבן קורצע תגובות און צו די זאך, אבער ס'מיינט נאכנישט אז מ'מוז האבן א בהמה'ישע ניק. הכל מודים אז ס'איז שוין ארויס פון יעדן פראפארץ (וועא"מ).
יישר כח מאשקע, הגם איך האב נישט געהאלטן פאר וויכטיג אפצוענטפערן יעדע אויסטייטש פון זארעך אין מיינע רייד, פריי איך זיך אז מלאכתי נעשית על ידי אחרים, מאן אחרים מאשקע.
איצט לגוף הענין איז אזוי, דעתי דעת תורה??? וועא"מ, האלט קלאר אז אויב א בהמה איז נאר די ניק, אזוי ווי אונזער בהמה טאקען, קיינער קלערט נישט אריינצוקומען אין קרעטשמע, און טרעפן דא זיינע חבירים פון ישיבה ביין נאמען, כ'רעדט נישט פון די עטליכע געציילטע א שטייגער ווי זארעכ און זיינס גלייכן, אבער סתם אזוי נעמט יעדער עני ניק וואס שווימט איהם פונקט ארויף אויפן קאפ, און יאללה לעבודה, אלזא אויב טוהט דער בהמה/חי'/עוף זיך פירן ווי די ארגינעלע און עמיציר קומט דא אריין, איז אן ערענסטען פראבלעם, יאך עגרי נישט מיט יאכער אין דעם פרט.
איצט איבער וואס זארעכ שרייבט אויף קרעמער'ן, האלט איך אז זארעכ אליינ'ס קלערט נישט אפילו אין זיבעטן חלום ביינאכט אז קרעמער האלט אזוי, נאר ער פירט דא אן א מערכה כבידה מיט קרעמער'ן, און מ'קען עס אריינלייגן אין דעם אשכול פון די נקמה שווערונג, סאו איז נישט כדאי זיך צו באציען דערויף ווי צו אן ערנסטען נושא.