פארבן אותיות פון מציבות

בתי חיים איבער די וועלט

די אחראים: יאנאש , אחראי , געלעגער

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

פארבן אותיות פון מציבות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

אזוי ווי איך פלאן בקרוב זיך ארויסצולאזן אויף א נסיעה לקברי אבות אין אייראפע, און איך וועל אי"ה פוקד זיין מקום מנוחתם פון מיינע זיידעס און באבעס דארט בארץ נכריה, האב איך זייער שטארק געוואלט איבערפארבן די אותיות פון די מציבות וועלכע זענען שוין כמעט נישט ליינבאר.

איך האב אנגעפרעגט ביי עטליכע מענטשן דערוועגן, און זיי האבן מיר נישט געקענט אנווייזן א דויערהאפטיגן מארקער וואס די טינט זאל זיך נישט אראפוואשן נאך עטליכע רעגנס.

די ריכטיגע וועג איז דאס צו מאכן מיט פעינט, אבער היות איך קען נישט פארברענגען קיין צייט אויף קיין איינע פון די מקומות, דעריבער וועל איך נישט קענען אראפגיין מיט א קען פעינט און זיך ארומשפילן.

ווייסט איינער פון א פראקטישע עצה וואס איך קען נוצן צו פארבן די אותיות?
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
קעיזנאוו רד.
שר מאה
תגובות: 213
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 30, 2010 12:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעיזנאוו רד. »

אפשר נעם פלעשעלעך טינט פון סופרים מיט א קליינע בראש
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

קען זיין אז עס איז א גוטע עצה

אבער איך מיין אז די טינט פון די סופרים זענען די ערשטע צו ווערן אויסגעמעקט ווען עס קומט אין בארירונג מיט וואסער
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

עס מוז זעכער זיין אויף א פראפעציאנלע וועג, אז נישט קענסטו נאך אפ'הרג'ענען די גאנצע מצבה אז מ'וועט גארנישט קענען ליינען
פייטל
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג פעברואר 16, 2010 3:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייטל »

קויף 2-3 פלעשלעך פון שעיווינ"ג קריע"ם (יא האסט גוט געהערט) מיט א שארע"ר (קראצע"ר) שמיר ארויף אביסל און וועסט קענען לייענען די ווערטער מיט א קלארקייט
בדוק ומנוסה
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

פייטל האט געשריבן: קויף 2-3 פלעשלעך פון שעיווינ"ג קריע"ם (יא האסט גוט געהערט) מיט א שארע"ר (קראצע"ר) שמיר ארויף אביסל און וועסט קענען לייענען די ווערטער מיט א קלארקייט
בדוק ומנוסה

יא, אבער דאס האלט זיך נישט, נאר ממש אויף אפאר מינוט (דאס איז געמאכט געווארן ווען מען קען אינגאנצן נישט ליינען און מען וויל קענען זעהן אויף די מינוט וואס עס שטייט דארט)
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יוראפ האט געשריבן:

דאס איז וואס די פרעפעשענאלס טיען, ליידער זעהט נישט אויס אז עס וועט בלייבן פון די מציבות פאר צו לאנג, ס'רוב איז געמאכט פון א שוואכע סחורה, בנוסף צו די פארנאכלעסיקייט, פון די שווערע יארן ביז היינט, איז נאר די עצה אדער א נייע מציבה, אדער די עצה מיט די שעווינג קרים, און מען כאפט א בילד ס'זאל כאטש דאס בלייבן, ביז בקרוב וועט זיין יקוצו וירננו שוכני עפר בב"א
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
בצלאל
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 10:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בצלאל »

יוראפ האט געשריבן:
פייטל האט געשריבן: קויף 2-3 פלעשלעך פון שעיווינ"ג קריע"ם (יא האסט גוט געהערט) מיט א שארע"ר (קראצע"ר) שמיר ארויף אביסל און וועסט קענען לייענען די ווערטער מיט א קלארקייט
בדוק ומנוסה

יא, אבער דאס האלט זיך נישט, נאר ממש אויף אפאר מינוט (דאס איז געמאכט געווארן ווען מען קען אינגאנצן נישט ליינען און מען וויל קענען זעהן אויף די מינוט וואס עס שטייט דארט)

אבל זה טוב כדי לצלם תמונה מהמציבה
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3335
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

אויב די יאגסט דיך, פארב כאטש נאר די נעמען און דער דאטום...
אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום:מאנטאג יאנואר 25, 2010 11:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פישל »

יישר כח פאר די מגיבים
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
פייטל האט געשריבן: קויף 2-3 פלעשלעך פון שעיווינ"ג קריע"ם (יא האסט גוט געהערט) מיט א שארע"ר (קראצע"ר) שמיר ארויף אביסל און וועסט קענען לייענען די ווערטער מיט א קלארקייט
בדוק ומנוסה

יא, אבער דאס האלט זיך נישט, נאר ממש אויף אפאר מינוט (דאס איז געמאכט געווארן ווען מען קען אינגאנצן נישט ליינען און מען וויל קענען זעהן אויף די מינוט וואס עס שטייט דארט)

דאס איז וואס די פרעפעשענאלס טיען, ליידער זעהט נישט אויס אז עס וועט בלייבן פון די מציבות פאר צו לאנג, ס'רוב איז געמאכט פון א שוואכע סחורה, בנוסף צו די פארנאכלעסיקייט, פון די שווערע יארן ביז היינט, איז נאר די עצה אדער א נייע מציבה, אדער די עצה מיט די שעווינג קרים, און מען כאפט א בילד ס'זאל כאטש דאס בלייבן, ביז בקרוב וועט זיין יקוצו וירננו שוכני עפר בב"א

גוטע נייעס דאס. יישר כחכם.

זאגטס מיר ביטע.
עני שעיווינג קריעם? דא בעסערע אדער שוואכערע?
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע:אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

איך מיין אז עס איז דא א ספרעי פענט מיט א שטרוי , אזוי קענסטו אריין שפריצן און די אריינגעקריצטע
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

דארפסמאן האט געשריבן: איך מיין אז עס איז דא א ספרעי פענט מיט א שטרוי , אזוי קענסטו אריין שפריצן און די אריינגעקריצטע

אבער אז עס וועט זיך נעמען רינען, וועט שוין זיין יענע חתונה
אוועטאר
מוטשע נישט
שר חמש מאות
תגובות: 631
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג יאנואר 05, 2010 9:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מוטשע נישט »

פייטל האט געשריבן: קויף 2-3 פלעשלעך פון שעיווינ"ג קריע"ם (יא האסט גוט געהערט) מיט א שארע"ר (קראצע"ר) שמיר ארויף אביסל און וועסט קענען לייענען די ווערטער מיט א קלארקייט
בדוק ומנוסה

קענסט אפשר ביטע ארויסשרייבן פונקטליכער וואס מען טוט מיט די קריעם?
אקח מועד
שר מאה
תגובות: 169
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג אוגוסט 21, 2009 8:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אקח מועד »

משמירט אן די מצבה מיט די קרים (SHAVING FOAM נישט SAHAVING JEL) דערנאך ווישט מען עס איבער מיט אזא ראבערנער פענסטער ווישער מילא בלייבן די אותיות אנגעפילט.
IMG_7999.jpg
IMG_8000.jpg

פארשטייט זיך אז ס'ווענט זיך אין די קוואליטעט און די מצב פון דעם שטיין,
ס'איז דא נאך א עצה אבער דאס ארבייט נאר אין די ווארעמע טעג, מען שפריצט אן דעם שטיין מיט וואסער (מיט אזא ספרעי באטעל) און ביז אפאר מינוט טרוקנט זיך אויס די SURFACE און די ווערטער וואס בלייבן נאס אביסל לענגער בלייבן טונקעלער
ווי געשמועסט אויבן זענען די אלע עצות נאר גוט אויף צו מאכן א בילד.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע:נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שמירט נישט אן קיין מצבות מיט שעיווינג קריעם !

אויף די מינוט האט איהר טאקע שיינע אותיות,
אבער די עסיד פון דעם קריעם עסט זעך אריין אין דעם שטיין און מאכט עס קאליע,
ביז א קורצע תקופה לייגט עס צו-גרונד די גאנצע מצבה.

לכתחילה אריבער האט געשריבן: דאס איז וואס די פרעפעשענאלס טיען, ליידער זעהט נישט אויס אז עס וועט בלייבן פון די מציבות פאר צו לאנג, ס'רוב איז געמאכט פון א שוואכע סחורה, בנוסף צו די פארנאכלעסיקייט, פון די שווערע יארן ביז היינט, איז נאר די עצה אדער א נייע מציבה, אדער די עצה מיט די שעווינג קרים, און מען כאפט א בילד ס'זאל כאטש דאס בלייבן, ביז בקרוב וועט זיין יקוצו וירננו שוכני עפר בב"א

אמת, די מערהייט פון די מצבות אין די ארימע געגענטער פון אייראפע זענען נישט דויערהאפטיג, נאר פון א ביליגערן סארט שטיין,
אבער א וואונדער, זעכציג-זיבעציג יאהר און מער האבן די אלע קלימאט ענדערונגען, שניי - רעגן וכו' נישט פאר-דארבן די מצבות,
ביז עס זענען אין די פאר-גאנגענע צוויי צענדליג יאהרן אפיהר געקומען די (אזוי גערופענע רעטער) אייגענע אייניקלעך און אפ'שטאם'יגע,
ביודעי ומיכירי קאימנא - וועלן מיר דן זיין לכף זכות - האבן זיי קאליע געמאכט הונדערטער (טויזענטער) מצבות.

גאגעלט די ווערטער, shaving cream ruins tombstone
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35755
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע:אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

האבן מיר גוגעלירט אביסל כדברי הרב ביקסאד, זעהט אויס אז ער איז עכ"פ טיילווייז גערעכט.

איין לינק זעהט מיר אויס אינטערעסאנט, צדדים לכאן ולכאן און אביסעלע עצות:
http://blog.eogn.com/eastmans_online_ge ... _and_.html
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

הרב פארשלאפען, דער פילטער לאזט נישט צו אהין, אז עס איז עפעס תוכנ'דיג טא פארוואס ברענגט איר עס נישט אהער געהעריג, אדאנק
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום:זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע:למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

ביקסאד האט געשריבן:
שמירט נישט אן קיין מצבות מיט שעיווינג קריעם !

אויף די מינוט האט איהר טאקע שיינע אותיות,
אבער די עסיד פון דעם קריעם עסט זעך אריין אין דעם שטיין און מאכט עס קאליע,
ביז א קורצע תקופה לייגט עס צו-גרונד די גאנצע מצבה.

גאגעלט די ווערטער, shaving cream ruins tombstone

אויב אזוי אפשר איז כדי עס אפציוואשען דערנאך מיט זייף אדער וואס, ווייל אזוי קען מען כמעט נישט ליינען גארנישט, אין ס'קען טאקע זיין אז עס האט אנגעהאלטען ביז יעצט, אבער אז מען קומט אין א נייע ביה"ח, ווי מען האט נאך נישט געארבייט גארנישט, זעסטו אויך אפגעשפרינגענע מציבות, איז דאך פשט אז עס שפרינגט סי ווי, אויב אזוי איז אפשר יא כדי, כאטש עס פארשנעלערט טאקע די חורבן, אבער ס'בלייבט כאטש א זיכרון.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

למעשה וועלכע טינט נוצן מען ? עני עצה ביטע
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום:פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע:בין שחו''ר לשכו''ר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ולא מיין »

החוקר בעריש וועבער אין אן אינטערוויו אין דער איד, האט שטארק אפעלירט אז מ'זאל בשום אופן נישט פארבן קיין מצבות, מ'מאכט עס קאליע, פון תרמ"ח ווערט תרס"ח וכו' בבחינת לא יוכל לתקון. ענדערש כאפט א קלאר בילד, און פארבט עס איבער דורך א מומחה
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''האני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

דאס איז מ'ווייסט נישט א יאר, און דעמאלט העלפט נישט קיין מומחה.
אז מ'פארבט נישט, גיי איך נעקסטע יאר נישט וויסן וואו מיין באבע ליגט. מצוה גדולה צו פארבן, וויל איך וויסן וועלכע פארב האלט.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

גארנישט האלט זיך נישט אויף אייביג, אויב טויגט איר יא דערצו [אן איינרעדענישן] נוצט וואס ס'איז גרינגער פאר אייך, און ווי לאנג ס'האלט האלט עס, פעינט איז זיכער שטערקער, אבער ווי געזאגט ס'האלט זיך נישט אויף אייביג, לאמיר נאר האפן אויף תחה"מ בקרוב
שעיוויניג קריעם נוצט זיכער נישט נאר טאמער איר האט שוין געגעבן א דיפאזיט פאר א נייע מצבה...
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום:דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע:על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

עפעס שטייט אין ספרים [געדענק איך נישט די מקור] א מנהג ארויסצוגיין עש"ק אויפן פעלד און טון א טובה פאר די נשמה און איבערפארבן די אותיות
פאמיליעמירעלס
שר האלף
תגובות: 1162
זיך איינגעשריבן אום:דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 2:31 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאמיליעמירעלס »

יוראפ האט געשריבן: גארנישט האלט זיך נישט אויף אייביג, אויב טויגט איר יא דערצו [אן איינרעדענישן] נוצט וואס ס'איז גרינגער פאר אייך, און ווי לאנג ס'האלט האלט עס, פעינט איז זיכער שטערקער, אבער ווי געזאגט ס'האלט זיך נישט אויף אייביג, לאמיר נאר האפן אויף תחה"מ בקרוב
שעיוויניג קריעם נוצט זיכער נישט נאר טאמער איר האט שוין געגעבן א דיפאזיט פאר א נייע מצבה...

ייש"כ יוראפ
האב איך דען געזאגט אויף אייביג? הלוואי
און איך פארשטיי נישט וואס איז דא זיך איינצורעדן צו קענען?? איך ווייס וויאזוי מיין באבע הייסט און ווען זי איז אוועק. און אויב פארב איך עס נישט גייט מען בקרוב נישט וויסן וועלכע מצבה איז אירס.
ס'זיכער דא א חילוק וועלכע פארב האלט לאנג, דאס וואס די מצבות מאכערס נוצן איז דויערהאפטיג.
מציינים את הקברים יעדעס אחד באדר, עיין ריש שקלים.
שרייב תגובה

צוריק צו “בתי עלמין”